☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10810

אשכול אן א טיטל #10810

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10810

— » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:07 pm

· #346186

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:49 pm

· #346196
דער ארטיקעל דארף מען הענגען אין דעדען בית מדרש אין נוא יארק והגלילות און ארום שיקען אויף פאסט צו יעדער אידישער שטוב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:18 pm

· #346201
זייער פיין אראפ געלייגט

ס'זעט אויס אז מ'צילט אוועק פון לערנען גמרא מיט אלע קינדער. דאס וואלט געווען א גרויסע שאד. ווען פון יונגווייז אן חתמ'נען מיר שוין אפ קינדער פון קענען ווערען עכטע ת"ח, במקום צו זוכען די נויטיגע כלים אריין צו גייען אין די קעפ פון די קינדער טרעפען א פאסיגע וועג צו דערגרייכען זייער שכל און פארשטאנד וואלט אונז אוועק געגנב'ט אסאך גדולי ישראל

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

יעקב מענטש » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:30 pm

· #346203
דורכגעלייענט.
אינטערסאנטע נקודות, ס'איז אבער זייער שווער צו קאמענטירן אויף אן אומגעפארטיגטע ארבעט.

די שאלה פארוואס אמאל מיט א מער פרימיטיווע חינוך סיסטעם זענען ווייניגער אוועקגעפאלן ווי היינט מיט די מערסטע פארגעשריטענע סיסטעם זייט די האלאקאוסט, עגבערט מיר שוין לאנג, און קיין צופרידענשטעלענדע ענטפער האב איך נאכנישט, דאס זענען עטליכע פון מיינע רויע מחשבות.

1) טעכנאלאגיע. און דאס קען צוטיילט ווערן אויף צוויי חלקים, א) די אינגערע דור עלטערן האבן ווייניגער דעם קאפ אויפן פלאץ צו די קינדער, ווען א חלק מוח איז נאכאלס פארבינדן 'ערגעץ אנדערש' ביזנעס, סתם שטותים וכו', 15-20 יאר צוריק ווען א ארבעטס אינגערמאן איז אהיימגעקומען פון דער ארבעט, איז ער געווען 'אינדערהיים' פיזיש און גייסטיש, פון 5:30 און ווייטער איז ער געווען עוועלעיבל פאר די ווייב און קינדער, היינט קומען אסאך טאטעס אהיים שפעטער (אזוי 'מיין' איך, בינעך גערעכט ?) און אפי' ווען מ'איז אינדערהיים קוקט מען אימעילס, מ'באקומט פאון קאלס (איך רעד שוין נישט פון וואצעפפ), וואס דאס אפעקטירט די עמאציאנאלע קשר צווישן עלטערן/קינד מאן/ווייב. ב) ווען א בחור הייבט אן צו פארן דרום, איז דער וועג ארויס צו די גרויסע גאס זייער שנעל, אנדערש ווי אמאל ווי ער האט געהאט א שטיקל מהלך צום תהום.

2) רעספעקט די רעספעקט פאר עלטערע מענטשען, מלמדים, עלטערן, רבנים, איז היינט אסאך ווייניגער ווי אמאל, ס'האט א פאזיטיווע זייט צו זיך, אז מ'האלט זייערע פוס צו די פייער, אבער ס'קומט מיט א גרויסע סייד עפעקט, נעמליך זיי האבן מער נישט קיין השפעה אויף דיר, די קינדער האבן היינט א מיינונג מיט וואס די עלטערן מוזן זיך רעכענען, אז נישט קען ער ווערן חוצפה'דיג ( עט ליעסט א חלק דערפון איז א רעזולטאט פון דאס נעמן פאר גרינג צו רעדן אויף אנדערע רבנים אין געגנווארט פון די קליינע (גערעכט צו נישט איז נישט נוגע, די שאדן איז דא), כנלע"ד), איך קוק אהן וויאזוי קינדער רעדן צו זייערע עלטערן און איך גלייב שווער אז זייער טאטע וואלט געקענט אזוי רעדן צו זיין זיידע.


אלנספאלס, ווען דער שרייבער וועט פובליצירן זיינע הצעות, זאל ער ביטע מסביר זיין 'פאקטיש' וויאזוי דאס האט געארבעט אין אנדערע פלעצער, 'טעארעטיש' איז עס נישט קיין סאך ווערד, ווייל ווי דערמאנט, איז דא צענדליגע שנויים לטובה וואס איז פארבעסערט געווארן היינט ווס. אמאל און מ'זעהט נישט קיין פאזיטיווע תוצאות.

יעקב מענטש » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:47 pm

· #346205
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט וואס זיינע הצעות זענען, אויב ס'נישט זייער קאנטראווערסיאל, קען ער האבן א גרויסע השפעה מיט'ן איינזייען די קערענדלעך פאר טויש, ווייל ס'איז למעשה דא מענטשען וואס גייען דאס לייענען און די 'געדאנק' באקומט דעקונג, און ס'קען פועלן אויף למעשה און 10-15 יאר פון איצט.

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:29 pm

· #346231
ריזיג ארטיקעל, געוויינט בשעת מעשה. ממש נערוועז אז מיינע קינדעריש גיין דורך גיין די סיסטעם אזוי ווי סאיז.

שש, סארא חוצפה איז דאס פון אריין קנאקן לייקס פון יענעמס ארבייט?
די צוטיילסט עס נאך אין עקסטערע תגובות אריין צו קעשן די מאקסיומם שייך כאילו סאיז דיין ווערק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:34 pm

· #346232
טאמער איינער (יעדער טויש קומט נאר פון איינער, דעריבער איז עס נישט רחוק מן השכל אז 'איינער' וועט עפעס טוהן) וועט עפעס טוישען, וועט שוין זיין גרייט א ציבור וואס וויל אזא מוסד, ווייל זיי האבען געליינט דער וועקער.

איין נקודה. לדעתי דארף מען נאך אינפארמאציא אויף יעדער קינד. ווען א כתה האט אכט און צוואנציג קינדער, דארף דער מלמד יעדים טאג ארויסנעמען איין קינד און באקוקען וואס ער קען, זע'ען צו ער האלט מיט און אפשרייבען א באריכט. אזוי האט מען א באריכט כאטש איין מאל א חודש אויף יעדער קינד. אזוי וועט זיין אוממעגליך פאר א קינד אדורך צו גליטשען. דער שטילע קינד וועט נישט קענען באהאלטען דאס וואס ער קען נישט קיין עברי ווייל ער מאכט נישט קיין טראבעל און דער 'בעל כשרון' וועט נישט קענען פארדעקען דאס וואס ער פארשטייט גארנישט ווייל ער געדענקט אלס. אזוי וועט מען אויך קענען מעסטען דער מלמד צו ער טוט אויף מיט שוואכע און מיטעלמעסיגע קינדער.
נאך א נקודה. מ'דארף טרעפען אן עצה פטור ווערען פון א מלמד. טאמער די איינציגסטע עצה פאר א שוואכע מלמד איז שיקען אין גאס, וועט רחמנות אייביג שפילען א ראלע ווען מ'דארף מחליט זיין וואס צו טוהן. אפשר זאל מען איהם מאכען פאר א מלמד פון משניות סוף טאג, אדער מאכען פאר א בוחן, עפעס א וועג אז מ'זאל נישט דארפען פילען שלעכט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נעגעל וואסער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:59 pm

· #346241
זיייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. עקסטער הנאה געהאט פון די שרייבער וואס שרייט נישט אין די וועלט אריין און רעדט צום זאך. מיט עקספיריענס, פארשטאנד און מיט א מתינות עד להפליא. כ'בין זיכער אז דברים היוצאים מן הלב וועט שוין טרעפן א הארץ ווי אריין צו גיין.
שיק א יישר כח פאר די שרייבער פון גאס, און לאדען איהם איין צום שטיבל. ווער איז די מחבר פונעם קונטרוס אויף לשה"ק?

******

איך וואלט עס געוואלט שיקען פאר מיינע חברה. אפשר קעמען ארויסגעבען ביידע חלקים אין איין פי.די.עף. אין א שיינעם פארמאט אוזי קען איך עס שיקען ווייטער?

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:41 pm

· #346258
[ציטאט אראפגענומען]


טובת הנאה? קומען קומט מזאל די קישן אין פיסקל.
מדארף די לייגן אויפן פלייצעס אין אזוי אריין ברענגן אין ביהמ״ד פרייטאג צונאכטס אין די עולם זאל אויס ווארטן די ראיה די צו קישן.
אבער דאס האט נישט איינס מיטן צווייטען.
והשנית די גאנצע תגובה איז געווען בדרך צחוק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:08 pm

· #346263
'די גראמאטיק ועוד האט נישט געטויגט'
באמת באלאנגט עס אין אישי, אבער אזא געלעגענהייט קומט נישט אפט.
לכאורה דארף עס זיין 'די גראמאטיק ועוד האבען נישט געטויגט'.
איך וועל אי"ה אריינשיקען צום נעקסטען נומער פון די וועקער וואס איך האב מעורר צו זיין.

ווי איז דער קונטרס בנמצא אין לשוה"ק?

קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:55 pm

· #346278
ליטוואק פון בודאפעסט

ווי איז דער קונטרס בנמצא אין לשוה"ק?

איך געדענק איך האב עס אמאל געטראפן זיך וואלגערן אין בית מדרש איך האב עס דורכגעליינט אין איין שאס , נישט געקענט אראפלייגן ווילאנג איך בין פערטיג , יעדער ווארט איז צום קישן און גאר טרעפליך , און נאך מיט א געשמאקע ליינבארע לשון קודש

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:09 am

· #346461
האט מען למעשה געמאכט פון דער ארטיקעל א pdf?
כוויל ארום שפרייטען

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:32 pm

· #350597
איך האב געליינט די ארטיקל, כמעט נישט געטראפן וואס צו זיין מחולק אויף,

איך וויל נאר פארשטיין איך אלטס אינדערווידואל וואס איז שייך צו טון? אדורכפירען זיינע פלענער\עיצות, וועט מען ממש דארפן צוקומען צו א רעוועלוציע, וואס עס זעהט זיך נישט אן אויפן האריזאנטז אז סזאל פארסירען אזוי שנעל, איז געבליבן צו פארשטיין וואס אונז יחידים קענען טאן ארויס צו העלפן מיט די צופרידנקייט פון אונזערע קינדערליך לגבי זייער חינוך סיסטעם?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:55 pm

· #350642
הערליכע עצות און רעיונות!

דאס איז מעגליך ריכטיג אז נישט יעדער איד איז גע'אייגענט אויף צו זיצען און לערנען בעיון און אנצוקומען צו העכסטע מדרגות אין לערנען (איז עס ריכטיג? דער תנא דבי אליהו זעט זיך אויס האלט אנדעריש, אבער לאמיר עס נאכגעבען א מינוט), אבער ווען די החלטה אז דער בחור וועט בלייבען א שוסטער צו א שניידער איז געבויט אויף א טעות פון יונגווייז איז א חרבן. א אינגעל א בעל כשרון וואס פארצופאל האט געהאט פראבלעמען מיט ליינען צו עברי אלס קינד זאל דען מוזען אויפגעבען אויף א לעבען פון ידיעת התורה און פארשטאנד אין תורה?! דער וועלט זאל מוותר זיין אויף א רעק"א צוליעב א קליינע פרט אין די יונגער יארען זיינער?! מיר דארפען טאקע פראבירען אלע מיטלען צו קענען האלטען די קינדער נאר פאר די סבה, נישט נאר כדי איהם צו האלטען ביי אידישקייט.
דער היינטיגע חינוך סיסטעם קומט דאך טאקע בעיקר פון די גוים, מיט די לקאסען, מנהלים, מלמדים, הפסקות, זומער וכדו'. מ'האט געטוישט דאס צוצופאסען פאר'ן אידישע לעבענסשטייגער. קיינער קען נישט קומען מיט א טענה פון מסורה, ווי דער מחבר האט אביסל דערמאנט אין די ערשטע טייל.

דאס עצה פון א מנהל פאר יעדער כתה וואס וועט איהם באגלייטען ביז'ן ברמצוה און נאכדעם איז נישט קיין גרויסע סתירה צום מסורה. ווען א חדר טוט אזוי שטילעהייט, וואלט עס קיינער נישט אנגעקוקט ווי א גרויסע אויפרייס. למעשה ואולט עס געווען טאקע א גרויסע תועלת.
אפט זעט מען א קינד וואס יונגעהייט האט ער געשיינט און געגלאנצט, און נאך א פאר יאר האלט עס זיך נישט. ווען ער שטערט קיינער נישט, באמערקט מען עס נישט, און א צוקונפטיגע תלמיד חכם איז דא אפגעשטעלט געווארען. ווען איינער האט די ארבעט פון באמערקען וואס טוט זיך ביי די קינדער, און ער וועט וויסען וואס די קינד קען זיין און וויאזוי ער האט אויסגעקוקט פאראיאר'ן, וואלט עס געהאט א גרויסע תועלת.

דאס איבערחזר'ן עברי און טייטש ווערטער איז א געוואלדיגע תועלת. אמאל זעט מען קינדער וואס כאפען געוויסע זאכען שפעטער. ווען מ'פארמאכט זיין געלעגענהייט ביי די אכט יאר, ווייל נאכאמאל חזר'ט מען נישט, האט מען דער געלעגענהייט צוגעגנב'ט פון איהם.

דער אויפטו פון זיין מהלך אין לימוד הגמרא איז נאך מער ווי ער שרייבט עס. ווען מ'לערנט דער עברי טייטש באזונדער, פאר'ן לערנען די פשט, לערנט מען זיך אויס וויאזוי די פשט איז ארויס פון די טייטש. מ'זעט עס פאר א מסודר'דיגע זאך, און דערנאך האט מען די כלים צו לערנען אליינס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:56 pm

· #350643
דאס בחוריש'ע לעבען איז טאקע גאר אן אנדערע נושא וואס מ'דארף ארומשמועס'ן. קודם שרייבט ער איז מ'שטופט בחורים צו לערנען בין הסדרים. אין די ישיבות וואס איך האב געלערנט האט מען דאס נישט געטוהן, און לדעתי איז עס א גרויסע טעות. א אינגעל פון פערצען און פופצען מוז קענען שפילען מיט עפעס, טאמער נישט, צוווילדעוועט ער אין אנדערע צייטען. דאס נישט צולאזען בחורים שפילען מאכט א לאך אין זיין לעבען, און לדעתי א סאך פון די בחוריש'ע ווילדקייט קומט דערפאר. (אין די ליטווישע וועלט איז באקאנט א מעשה. דער סאטמארער רב איז אמאל געפארען קיין קליוולאנד און מ'האט איהם מכבד געווען מיט א שיעור אין ישיבת טעלז. ווען ער איז דארט אנגעקומען איז עס געווען בין הסדרים, און א פאר בחורים האבען געשפילט באל אינדערויסען. דארט האבען אפילו די בעסטע בחורים געקענט שפילען בין הסדרים. דער סאטמארער רב האט בתוך דבריו פארדאמט דער ערשיינונג אז בחורים שפילען באל. נאך זיין ארויסגייען האט איינער פון די ראש ישיבות זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די בחורים 'אבער מיר האלטען אנדעריש')

די עצות פאר די בחור קוקען מיר אויס אז זיי זענען צו לייזען איין פראבלעם און נאך פראבלעמען קענען גאנץ מעגליך קומען פון זיין עצות.

רוב זיין עצות זענען געבויט אויף דעם אז ער האלט אז א בחור האלט זיך אן אויבער חכם, ער וויל שוין נישט מקבל זיין מרות פון א צווייטען און ער האלט נישט ביים אויסהערען זיין מגיד שיעור פיהר שעה אין א צי אויף א צווילדעוועטע אקס וואס האט געבריקעט אין א קוה, צו וואס דארף א שליח וואס ברענגט א גט פונדערווייטענס פונקטליך זאגען און נישט זאגען און פארוואס. איך בין נישט אזוי שנעל מסכים. ביי גוים ווייסט מען אז די טינעידזש יארען זענען געמאכט פאר א קינד זיך אליינס צו טרעפען. ער פראבירט פארשידענע זאכען, ער פארזוכט אביסל פון די לעבען, און אזוי הייבט ער אן צו פארשטייען וואס זענען זיין כוחות און זיין באדערפעניש'ן. אוודאי איז נישט מעגליך פאר א איד צו טוהן ווי א גוי, און זייער לעבענסשטייגער האט אויך געזונטע פראבלעמען, אבער דער מציאות קען מען יא אפלערנען פון זיי.

ווען מ'זעט א יונגערמאן פון די דריי און צוואנציג וואס לערנט נישט קיין אידיש ווארט און האט נישט קיין שום טעם אין אידישקייט, ער ווערט אביסל סופערסטישעס ביי נעילה יוהכ"פ און חוץ דעם לעבט ער און לאכט ער, דארף מען פרעגען 'וואו האט מען זיך פארגרייזט? וואס וואלט מען געקענט טוהן אז ער זאל נישט אזוי אויסקוקען?' דערנאך קען מען צוריק גייען צו די ישיבה יארען און עפעס פאררעכטען.

לדעתי שטעקט אין דעם צוויי זאכען. אדער ווייל דער יונגערמאן גלויבט נישט עכט. ער איז גארנישט איבערגעצייגט אז דאס אידישקייט האט אן עמטליכע שייכות צו לעבען. ער האט אנגעקוקט זיין מגידי שיעור אלס שפילער'ס, בלאפער'ס וואס גלויבען אליינס נישט וואס זיי זאגען, ווייל ס'האט זיך געהערט אין זיין אויגען ווי רחוק מן הדעת ומן המציאות. די צווייטע זאך איז צוליעב דעם אז ער האט קיינמאל נישט טועם געווען קיין הצלחה אין זיין אידישקייט. ער האט מורא אנצוהויבען ווייל ער טראכט אז ער וועט קיינמאל נישט ערגעץ אנקומען. דעריבער וועט ער ארומטאנצען און ארומשפילען דער נושא כדי נישט צו קומען פנים אל פנים מיט זיין פעלער'ס.

דער לעזונג צום ערשטען פראבלעם איז, לדעתי, ווען ער ליגט אין לערנען. ווען זיין צייט איז פארנומען מיט'ן פארשטייען גמרא תוספות, זעט ער א מציאות אין א מאמר חז"ל, ער זעט אז די סברות שטימען יא און ס'איז נישט סתם א פראבלעם.

די לעזונג צו די צווייטע פראבלעם איז שווערער. מאכען הצלחה פון קלייניקייטען העלפט קיין סאך נישט, ווייל דער בחור ווייסט אז מ'פאפט איהם אויס. דער ישיבה איז געווידמעט צום בעסטען בחור און ער ווייסט גוט און שארף אז מיט זיין קענען א פרק משניות איז ער ווייט פון א מוצלח. איך ווייס נישט וואס איז די לעזונג ווען מ'מוז לעבען אין א סביבה מיט אנדערע. ווען מ'לעבט מיט אנדערע, מעסט מען זיך לויט אנדערע, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס. איין זאך האט דער כותב געשריבען וואס איז זייער ריכטיג. א משגיח וואס זיין ארבעט איז נישט צו האלטען סדר, נישט צו האלטען דער עולם אין די ראמען און נישט צו האלטען אן אויג פאר די ראש ישיבה אויף וועלכע בחור דארף מען ארויסווארפען, נאר אומצוקוקען אויף די בחור און זען וואס פעלט איהם. ווען דער בחור וועט זען אז איינער אינטרעסירט זיך אויף איהם און איינער וועט וויסען צו ער איז געשטיגען צו נישט, וועט ער זיך אנשטרענגען און שטופען אביסל ווייטער ווי זיין אלגעמיינער מעגליכקייטען. דאס וועט איהם אפשר געבען די זיסע טעם פון הצלחה און ער וועט זיך נישט אזוי שנעל זיך שרעקען דערפון.

דאס מאכן אן אויסוואל פון לימודים פאר אלע בחורים קען איינפיהרען א גרויסע פוילקייט אין די ישיבה. בחורים וואס האבען די כוחות זיך איבערצושטרענגען וועלען זיך לאזען פאר קלף מאכען פראגראמען און טעיפס פון לייכטער דרשות. נישט נאר אז זיי וועלען ווייטער ווייסען אז דאס איז נישט קיין עכטע הצלחה, דאס וועט זיי אויך שטילען די אינערליכע שטימע וואס זאגט זיי אז ס'איז שוין צייט אויפצוהערען ליידיגייען און עפעס טוהן צו די זאך. ווען ער שטילט די דארשט מיט א קליינע שיעור, וועט ער זיך נישט באנוצען מיט די שטימע זיך צו ערוועקען לתורה ולתעודה.

איך זאג עס נישט אבסאלוט, איך ווייס אז מאנכע וועלען פארלירען און מאנכע וועלען פארדינען פון די נייע סיסטעם. איך וויל נאר ארויסברענגען דער צד שכנגד.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:05 am

· #350683
דאס אז ליטווישע ישיבות ווערען אנגערופען א בית היוצר פאר מרביצי תורה איז אביסל ציניש, ווי אויך אז חסידישע ישיבות זענען נאר א פלאץ צו האלטען דער עולם ביז צום חתונה. עכ"פ אפיציעל איז א ישיבה א. א געלעגענהייט צו לעבען דער לכתחלה'דיגע אוכלי המן לעבען א פאר יאר, א לעבען וואס אנחותי ממך לא נסתרה, וואס מ'זוכט בעיקר א פשט אין תוספות און צו שטייגען אין ערליכקייט, כדי ווען מ'גייט ארויס ארבעטען זאל מען האבען א גרינדונג אין רוחניות און צו וואס צו שטרעבען און מיט וואס צו בויען. (דערפאר מיין איך אז אפילו די וואס זענען נישט אזוי מצליח אין ישיבה, אפילו די וואס גייען א יאר צוויי אין כולל און קוועטשען א באנק, האבען אויך פארדינט עפעס דורכ'ן זיין צווישען אזעלכע מענטשען און האבענדיג געהאט געזען אזא לעבען. ווען מ'וואלט די חברה נישט געגעבען די געלעגענהייט, איז גאנץ מעגליך אז שייערך עתיד וואלט געווען פיהל ערגער) ב. א חינוך פאר'ן תורה'דיגע בליק און פארשטאנד. א קינד איז איבערפלעכליך און שמאל און תורה איז ברייט און טיף און יעדער איד האט א חלק אין תורה כולל איהר טיפקייט. די חינוך אין ישיבה דארף צו עפענען די אויגען פון א בחור, אפט אין אן עקסטרעמע אופן וואס איז לאו דוקא הונדרעט פערצענט אמת, כדי ער זאל אנערקענען א טיפערען בליק צו יעדער הלכה. אפגעזען צו ער גייט ארבעטען צו נישט, מוז ער לערנען, און דאס לערנען מיינט דילעון בלעותא, אזוי האט ער די כלים צו פארשטייען.

איך האב שוין א פאר מאל געשריבען אין שטיבעל, ובתוכם דער אויסגאבע פון פאראיאר'ן סוכות, אז לימוד בעיון איז נישט קיין ליטווישע חידוש. דאס איבערפלעכליכע לערנען איז דער חידוש און אלע מקורות, אנהויבענדיג פון ספר משלי, זענען מזהיר אז לערנען קומט מיט א דקדוק און א פלאג, וואס דארף נישט מיינען מחדש זיין חידושים. דער דברי חיים האט דא נישט קיין שייכות. פשוט פארשטייען און דערגייען די שיטות.