אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10809
אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
אידן, זייט מקיים מצות פדיון שבוים!
מ'דינגט נישט אויס קאנטינענטל. מ'קלאפט נישט אויס קיין אפיעל. מ'איז נישט מחייב כופר נפש. מ'בעט נישט קיין צענט.
אוקעי, נישט ממש. 49 צענט פאר א פאסט מארקע בעט מען יא.
פרעזעס אבאמא שטייט פאר זיינע לעצטע טעג אין אמט. ווי איינגעפירט, גרייט ער זיך צו באגנאדיגן א רייע יושבים. די ווייסע הויז הערט אצינד אויס ווייסע קאלנער קעיסעס. מ'דארף נאר בעטן.
מורי ורבותי, עס שמאכטעט א איד אין טורמע שוין פופצען יאר. פופצען יאר! צוויי שמיטות. א האלבער מארטגעזש. יונגעלייטלעך אנע בערד דאן ווייסלען שוין. ס'שוין העכסטע צייט מרדכי יצחק סאמעט זאל האבן א פקידה.
טייערע אידן, נעמט אייך די מיה, און שרייבט אפאר ווערטער צום פרעזעס. אויב איר קענט, שרייבט אביסל א בעסער ענגליש ווי די סעמפל בריוו בילד. און אויב נישט איז אויך גוט. שרייבט נאר פון הארץ צו הארץ.
📎 20160816_212103-768x1024.jpg 📎 20160816_212111-768x1024.jpg 📎 20160816_212128-768x1024.jpg
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
מאך מיר א דיעל; טאמער קומסטע צוריק באשיינען דעם שטיבל כימי קדם וועלן מיר זיין צו דיין זייט מיט אלע דיינע עסקנות און שתדלנות, אויב נישט, וועט עס זיין בבחינת כבולעו כך פולטו.
דיעל?
די רצון איז דא.
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
ווייס ווערסע...
אבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. 😢
דאס איז א גרויסע מצוה ווי עס ווערט געברענגט אין רמב"ם אז "פדיון שבויים קודם לפרנסת עניים ולכסותן, ואין לך מצוה גדולה כפדיון שבויים," (רמב"ם, הלכות מתנות עניים, פרק ח, הלכה י) ווי עס איז באקאנט אז אמאל האט דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער געדארפט ארומפארן איבער שטעט אין דערפלעך צו מקיים זיין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים היינט קען א יעדע איד פאר אפאר נישטיגע סענט מקיים זיין די גרויסע הייליגע מצוה וואס די שכר דערפון איז אין לשער,
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0B_Q4-LOFK-3WSWkzYmFEek5mSDA/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/0B_Q4-L ... sp=sharing</a>
שבת אחיםאבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. 😢
לעצטע וואך אין די נייעס איז געווען אז אבאמא האט געפארדענט מער ווי די לעצטע 9 פרעזדידענטן צוזאמען!
דער פראבלעם איז אז די אבאמא אדמיניסטראציע ווייסט קלאר אז די ארטאדאקסישע אידעלעך זענען אויסגעשפראכן אקעגן דעם שווארצן מוזלעם כוסעין אבאמא, און ענדיגן נישט אקן אויף אים ווען אימער מעגליך, משוגע דארף ער זיין אים צו באגנאדיגן.
מיר אידעלעך שיסן זיך אליינס אין די פוס. אנשטאט מקיים צו זיין די משנה הוי מתפלל בשלומה של מלכות, איז מיר יעדער צווייטער א מבין און א דעה זאגער, און מען פארשפרייט די ראדיקאלע שיטות אין די אידישע צייטונגען און בלאג'ס, און נאכדעם האפט מען אז דער פרעזידענט זאל זיין א משלם טובה תחת רעה... עס ארבעט נישט אזוי.
אוודאי ווייסען זיי. ווייל זיי זיצען טאג און נאכט אויף ק"ש מיט גוגל טרענסלעיט, און זיי באקומען יעדער וואך דער איד, דער בלאט און די צייטונג. 😃 😃
ס'איז נאר א וויץ. אויפ'ן אמת יינען זיי דער משפחה, ווייל זיי זענען דאך געגאנגען אין קאלעדזש....
ירח בן יומושבת אחיםאבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. 😢
לעצטע וואך אין די נייעס איז געווען אז אבאמא האט געפארדענט מער ווי די לעצטע 9 פרעזדידענטן צוזאמען!
מקור?
קוק
דא פאר די גאנצע חשבון.
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב, נארמאל וועט א פרעזידענט באגנאדיגן נאר פאר די לייכטע קריימס און נישט פאר אזא הארבע קריים וואס סאמעט איז באגאנגען,
און צווייטנס אויף צו ווערן באגנאדיגט דארף מען אפישיעל אריינגעבן א בקשה מיט א לויער און א גאנצע פראצעס נישט סתם אריינשיקן אפאר בריוועלעך, אפשר פרעגטס סקווער וויאזוי מען טוט דאס, זיי האבן עקספירינעס.
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב
זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?
כ'האלט נישט אז זיין קריים איז עפעס ספעציעל וואס בארעכטיגט אזא אומענטשליכע סענטענס וואס איז ממש א לעבעדיגע טויט שטראף. אין קאנאדא און אין אנדערע אמת'ע ליבעראלע לענדער וואלט ער כמעט נישט געזיצן. הגם אבאמא באדאנדיגט אין גרויסן נישט-ווילדע קרימימאלן, האלט איך אבער נישט אז ער גייט אים באגאנאדיגן, ווייל רוב פאר'משפט'ע באקומען ליידער אבסורד-לאנגע סענטענסעס, און ס'איז ליידער גארנישט ספעציעל מיט אים. די ליין איז צי לאנג.
יוסטיץ רעפארם איז א סיוויל רייטס אישו אין אמעריקע!
דרך אגב, כ'האלט נישט אז אבאמא ווייסט אז חרידים זענען ספעציעלע ארכי קעגנער פון אים. ווען חרידים וואוינען ווען אין א סווינג-סטעיט וואלט ער ווען געוויסט און וואלט ווארשיינליך געקומען כאפן שריים פון די רביס דורכאויס זיינע קאמפיינס, ער וואלט גע'סלאו זשעמט די נייעס אויף קול מבשר צו די שלום עליכם פון סאטמאר און ק-ה רבון עלם פון וויזניץ. עכשיו אז מיר וואוינען אין ניו יארק, קען ער בלויז די חסידים ער באגעגנט ביי די ווייסע הויז חנוכה הדלקת הנרות, און פארגעסט זיי א מינוט נאכדעם.
הילערי קלינטאן גייט זיין די ערשטע פרעזידענט וואס קען גאר גיט די חסידים אין ניו יארק, פון ברוקלין ביז ניו סקווירא ביז קרית יואל. זי קען די מאכערס און די עסקנים און די שתדלנים, אלעס פון אירע יארן אלס סענעטאר פון ניו יארק.
יואלישער וואלט גע'סלאו זשעמט די נייעס אויף קול מבשר צו די שלום עליכם פון סאטמאר און ק-ה רבון עלם פון וויזניץ.
👍 👍 😎 😠 א מין אויסקוועטש...
שמעקעדיגשווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב
זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?
נישט אז כ'זיך א גאנצע דיסקוסיע איבער זיינע צדקות, איז עס נישט סתם א נארישע גניבה. ער האט גע'גנב'ט זייער אסאך געלד פון זייער אסאך מענטשן, און דערנאך זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן יוסטיץ סיסטעם. נישט אז די יוסטיץ סיסטעם מעג זיך נוקם זיין, אבער עכ"פ קען מען פארשטיין אז זי ווייזט נישט קיין רחמנות פאר אזא איינעם.
אלס יודען, מעג מען אויך דערמאנען וויפיהל יודן ער האט אריינגעלייגט אין פעקל.
נ.ב. ווער עס וויל וואלענטירן, זאל ביטע ארויסקומען מיט א אויפריכטיגע ביאור הלכות פדיון שבויים בזמן הזה, ווען יא און ווען נישט. אסאך האט זיך געטוישט במציאות פון אמאליגע תפיסות ביז היינטיגע, ווי אויך אמאליגע תופסים און היינטיגע. בכלל איז עס אמאל געווען איבער רעליגיע אדער קולטור, ווען היינט קען מען אפשר זאגן אז אנטיסעמעטיזם איז משחד, אבער עכ"פ שליידערט מען נישט קיין אידען אין תפיסה ווייל זיי זענען אידן.
סא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?
זיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.
סמבטיוןסא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?
ווען ס'שפילט זיך אפ ביי א גוי אין אייוואו וואלט יענער באקומען די זעלבע הארבע, רשעות'דיגע אורטייל.
קלאר אז נישט!
סמבטיוןקלאר אז נישט!
ווי קלאר?
בהתחננו אלינו ולא שמענו און די שבטים האבען דן געווען יוסף למיתה על פי הלכה.
וואס א נפקא מינה ווי שולדיג ער איז; א איד בעט א וועג ארויס פון גיא צלמות
סמבטיוןסא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?
פילייכט נישט. פון מיינע ווערטער קוקט אויס אנדערש?
יואלישזיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.
דו ברענגסט אויף די ארגומענט אז וואסע-קאלער פארברעכער זאלן נישט אפזיצן לענגערע טערמינען. כ'בין מסכים, כאטש ס'איז א אלטע פאליטיק. אבער דאס האט נישט מיט זיין רעליגיע
מנחם אבראמאוויטשבהתחננו אלינו ולא שמענו און די שבטים האבען דן געווען יוסף למיתה על פי הלכה.
אלא מאי?
ב.ד.וו., זינט עס איז מער-ווייניגער רעטאריש, ווילסט זיין פרומער ווי די שבטים? 🙂
מנחם אבראמאוויטשוואס א נפקא מינה ווי שולדיג ער איז; א איד בעט א וועג ארויס פון גיא צלמות
בעושה מעשה עמך...
אויפריכטיג גערעדט, איז עס נישט קיין חילול השם אויב די גוים זעהן אז יודן נעמן זיך אהן פאר פארברעכער, נאר דערפאר ווייל ער איז א יוד?
אוודאי איז פארהאן א טוויסט אז מיר זענער ברידער, אבער דאס איז ווען מיר מאכן חתונה א אידישע יתום, און אפילו דאן קען מען (א זעלבס-העסענדע יוד \ אנטיסעמיט) טענה'ן אז עס איז ראסיסטיש.
שלום על ישראלאויפריכטיג גערעדט, איז עס נישט קיין חילול השם אויב די גוים זעהן אז יודן נעמן זיך אהן פאר פארברעכער, נאר דערפאר ווייל ער איז א יוד?
אוודאי איז פארהאן א טוויסט אז מיר זענער ברידער, אבער דאס איז ווען מיר מאכן חתונה א אידישע יתום, און אפילו דאן קען מען (א זעלבס-העסענדע יוד \ אנטיסעמיט) טענה'ן אז עס איז ראסיסטיש.
שלום על ישראל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך ווייס אז ס'איז נישט ..."פאליטיקלי קארעקט"... פון א היימישן שטאנדפונקט. אבער ביי מיר איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם קעיס פון ר' שלום מרדכי רובאשקין און ר' מרדכי יצחק סאמעט. אין רובאשקין'ס פאל איז עס געווען אן אגענדא. די רעגירונג האט געפיהרט א מערכה אקעיגן איהם. צו דער מאטיוו איז געווען אנטיסעמיטיזם, אדער סתם קנאה און אומ-פארגינערישקייט פון די לאקאלע באפעלקערונג וועלכעס האט צוגעברענגט די רעגירונג אין פארם פון די פעדעראלע דזשאדזש און דזשורי איהם צו פארמשפט'ן אויף לאנגע יארן תפיסה. אנע אריינגיין אין די פרטים פון די קעיס קענמען זאגן אז ער איז אומ-יושר'דיג פאראורטיילט געווארן. משא"כ ביי סאמעט. ער האט געטון אומלעגאלע זאכן. און אפילו זאכן וועלכע קענען שטעללן מענטשליכע לעבנס אין סכנה. שוין אפגערעדט פון אומגעהויערע פינאנציעלע שאדנס וועלכע ער האט גורם געווען אין די מיליאנען דאללארס. אין רוסלאנד און פוילן וואלט מען פארמשפט' צום טויט אויב מ'כאפט מיט אזאלכע עבירות...!
שלום על ישראלסמבטיוןסא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?
פילייכט נישט. פון מיינע ווערטער קוקט אויס אנדערש?
יואלישזיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.
דו ברענגסט אויף די ארגומענט אז וואסע-קאלער פארברעכער זאלן נישט אפזיצן לענגערע טערמינען. כ'בין מסכים, כאטש ס'איז א אלטע פאליטיק. אבער דאס האט נישט מיט זיין רעליגיע
און דאס זאג איך טאקע.
ס'איז ידוע די ווארט פון בעש"ט: ה' צילך, פונקט ווי א שאטן טאנצט נאך א מענטש, אזוי אויך פירט זיך גאט מיט א מענטש אזויווי ער איז דן א צווייטן.
ביים דאווענען בעט מען סלח לנו אבינו כי חטאנו. דניאל האט געזאגט: לא על צדקותינו אנחנו מפילים תחנונו לפניך כי על רחמיך הרבים.
לאז זיין ר' סאמעט איז שולדיג. מ'בעט דען פאר אן אפיעל? איינער טענה'ט ער איז נישט יושר'דיג פאראורטיילט געווארן? אנטיסעמיטיזם? וואס עפעס?
וואס איז דען א באגנאדיגונג? מ'ווארפט זיך צו די פיס און מ'בעט רחמנות. מ'שרייעט, הושענו אדוני המלך! ס'קומט אונז נישט גארנישט. נאר דערבארעם זיך אויף א נשמה שוין פארשווארצט פון שמאכטן. ביטע!
קען דער מה יפית נישט פועל'ן ביי זיך צו טון נאר דאס. למה יאמרו הגוים, זיי וועלן נאך טראכטן מיר זענען חלילה טרייבל, שבט'איש געשטימט. מיר קימערן זיך וואס אונזערע ברידער מאכן. דער שווארצער מעג שרייען בלעק לייווס מעטער! נאר מיר טארן נישט שתדל'ן מיט שייינעם פאר אונזערס א ברודער? אבאמא פארשטייט דאס נישט?
הלמאי מיר נעמען זיך אן פאר קרימינאלן? נעמען מיר זיך דען אן? מיר אפעלירן פאר רחמנות. פארוועם דען זאלן מיר בעטן? א נישט קרימינאל זיצט דאך נישט.
שלום על ישראלשמעקעדיגשווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב
זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?
נישט אז כ'זיך א גאנצע דיסקוסיע איבער זיינע צדקות, איז עס נישט סתם א נארישע גניבה. ער האט גע'גנב'ט זייער אסאך געלד פון זייער אסאך מענטשן, און דערנאך זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן יוסטיץ סיסטעם. נישט אז די יוסטיץ סיסטעם מעג זיך נוקם זיין, אבער עכ"פ קען מען פארשטיין אז זי ווייזט נישט קיין רחמנות פאר אזא איינעם.
אלס יודען, מעג מען אויך דערמאנען וויפיהל יודן ער האט אריינגעלייגט אין פעקל.
שוין אסאך מאל געטראכט די זעלבע ועוד הרבה יש להאריך אבער כ'האב מורא אז מאנכע וועלן נישט פארשטיין.
berlbalagulehשלום על ישראל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך ווייס אז ס'איז נישט ..."פאליטיקלי קארעקט"... פון א היימישן שטאנדפונקט. אבער ביי מיר איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם קעיס פון ר' שלום מרדכי רובאשקין און ר' מרדכי יצחק סאמעט. אין רובאשקין'ס פאל איז עס געווען אן אגענדא. די רעגירונג האט געפיהרט א מערכה אקעיגן איהם. צו דער מאטיוו איז געווען אנטיסעמיטיזם, אדער סתם קנאה און אומ-פארגינערישקייט פון די לאקאלע באפעלקערונג וועלכעס האט צוגעברענגט די רעגירונג אין פארם פון די פעדעראלע דזשאדזש און דזשורי איהם צו פארמשפט'ן אויף לאנגע יארן תפיסה. אנע אריינגיין אין די פרטים פון די קעיס קענמען זאגן אז ער איז אומ-יושר'דיג פאראורטיילט געווארן. משא"כ ביי סאמעט. ער האט געטון אומלעגאלע זאכן. און אפילו זאכן וועלכע קענען שטעללן מענטשליכע לעבנס אין סכנה. שוין אפגערעדט פון אומגעהויערע פינאנציעלע שאדנס וועלכע ער האט גורם געווען אין די מיליאנען דאללארס. אין רוסלאנד און פוילן וואלט מען פארמשפט' צום טויט אויב מ'כאפט מיט אזאלכע עבירות...!
מאה אחוז! הימל און ערד די צוויי. הערשט לעצטענס קומט ארויס וואס דארט איז פארגעקומען.
שלום על ישראל: ייש"כ. איך וויל נאר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער געוויסע פרטים פון סאמעט'ס קעיס. די עצם זאך פון פעלשן לעגאלע און פינאנציעלע דאקומענטן (טאקע, זייער אויטענטיש אויסזעענדיג) ברענגט דאך אומגעהוירע געלט שאדנס. ווייל א סערטיפיקעיט אוו דעפאזיט, אדער אנדערע בעירער פינאנציעלע דאקומענטן זענען דאך זאכן וואס הייסט אפן גזל. און פעלשן דאקומענטן וועלכע געבן צוטריט צו רעגירונגס אפיסעס קען דאך אריינברענגען די גרעסטע רוצחים און טעראריסטן וועלכע קענען אנזייען טעראר און רציחה איבעראל...!
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
וואס איז סאמעטס עבירה?
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
ער האט געקניפט ציצית...
די פארקערטע וועג
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
ביליגער האט געקניפט ציצית...
אן קיין פערמיט?
Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן
קלוגע יודלביליגער האט געקניפט ציצית...
אן קיין פערמיט?
צו סאך פערמיטס
מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט
📎 dayan.pdf
town1מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט
און דער טאטען פון צען קינדער, בשעת ער האט אפגעטון וואס ער האט געטון האט נישט געטראכט פון די אלע עבירות וועלכע ער איז עובר. (נישט נאר ציונות איז אן עבירה). ווי מרידה במלכות. גניבה. גזילה. מביא יהודים לידי סכנה. חילול השם. ועוד...! און די יארן פון דעם בחור וועלכער איז אומווילנדיג אריינגעצויגן געווארן אין זיין נעץ, וועלכע ער האט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה. ווער איז אחראי אויף דעם...?! ווער וועט באצאלן פאר דעם...?!
.
berlbalagulehtown1מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,

כהאב גערעדט מיט 3 יודען וואס זענען געזיצען א דאנק איהם און זיי אלע שרייען אז מען דארף איהם ארויסלאזען
berlbalagulehtown1מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט
און דער טאטען פון צען קינדער, בשעת ער האט אפגעטון וואס ער האט געטון האט נישט געטראכט פון די אלע עבירות וועלכע ער איז עובר. (נישט נאר ציונות איז אן עבירה). ווי מרידה במלכות. גניבה. גזילה. מביא יהודים לידי סכנה. חילול השם. ועוד...! און די יארן פון דעם בחור וועלכער איז אומווילנדיג אריינגעצויגן געווארן אין זיין נעץ, וועלכע ער האט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה. ווער איז אחראי אויף דעם...?! ווער וועט באצאלן פאר דעם...?!
כבין נייגעריג צו ר' משה לייב סאסובער האט געמאכט אזעלעכע חשבונות? וועסטו טענה'ן אז דו ביזט נישט אויף רמ''ל סאסובערס מדריגה לאמיר די פרעגן א פרזענליכע שאלה, ביזט שוין אמאל געווען באזוכען איינעם וואס יושב'ט? כפרעג ווייל כזעה אז עפעס ביזטו זייער רואיג צו געבן אזאג אז זאל יענער שמאכטען סקומט זיך אים
קאמענטירער: איך האב אויכעט נישט געזאגט אז ער זאלל ווייטער שמאכטן אין תפיסה. כ'האב נאר ארויסגעברענגט די נקודה אז ער האט אפגעטון זייער הארבע זאכן. און גורם געווען זייער א סאך שאדן פאר זייטיגע מענטשן. און אז ער זיצט נישט פאר גארנישט. לעומת אנדערע קעיסעס.
אויף די צווייטע שאלה. צו איך בין שוין געווען איינעם באזוכן אין תפיסה. די ענטפער איז, יא. ביי ..."הרב"... שלמה העלבראנץ. נאך פאר ער איז געווארן ידוע לשימצה מיט אלע זיינע קרימינעלע שטיק. האט ער געמאכט א רושם פון אן ערליכן וואוילן איד וועלכער איז איינגעשפארט געווארן ווייל ער האט געהאט מסירת נפש פאר אידישקייט. איך בין אויך געווען עטליכע מאל אין קאורט אין דאונטאון ברוקלין, וואו זיין משפט האט זיך געפיהרט. נאר דא ביי ר' מרדכי יצחק סאמעט האביך געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער זיינע אקטיוויטעטן, נאך פאר די רעגירונג האט געלייגט א יד אויף איהם. און דער עולם האט געשמועסט אז ער לייגט זיך און אנדערע אידן אריין אין א גרויסע סכנה...!
berlbalaguleh נאר דא ביי ר' מרדכי יצחק סאמעט האביך געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער זיינע אקטיוויטעטן, נאך פאר די רעגירונג האט געלייגט א יד אויף איהם. און דער עולם האט געשמועסט אז ער לייגט זיך און אנדערע אידן אריין אין א גרויסע סכנה...!
אויף דעם האב איך מרמז געווען אין מיין פריערדיגע תגובה וכדאמרינן יש להאריך הרבה בנקודה זו און אלעס ארום. ובעיקר צו ווארענען אנדערע שלא תשב כדרך שיושב סאמעט.
berlbalaguleh
אויף די צווייטע שאלה. צו איך בין שוין געווען איינעם באזוכן אין תפיסה. די ענטפער איז, יא. ביי ..."הרב"... שלמה העלבראנץ. נאך פאר ער איז געווארן ידוע לשימצה מיט אלע זיינע קרימינעלע שטיק. האט ער געמאכט א רושם פון אן ערליכן וואוילן איד וועלכער איז איינגעשפארט געווארן ווייל ער האט געהאט מסירת נפש פאר אידישקייט. איך בין אויך געווען עטליכע מאל אין קאורט אין דאונטאון ברוקלין, וואו זיין משפט האט זיך געפיהרט.
Wow! אפשר פרציילסטו אביסל?
זאג נאר הרה"ק ר משה לייב סאסובער זצ"ל וואלט אויך געמאכט אזעלעכע חשבונות ????????????
הגאון הצדיק די דיין פון קרית יואל פסקנט אז א יעדע איד וואס איז מחיוב אים ארויסצוהעלפן זעה בייגעלייגט
📎 dayan.pdf