☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #10805

אשכול אן א טיטל #10805

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10805

— » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:29 am

· #345689

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פידלער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:42 am

· #345699
Interesting. Of course the piece is sensationalist and tabloid-ish as is usual for articles about chassidim, but if it's true that Eitzah sends to unlicensed therapists, that's a huge problem.

איינער ווייסט אויב ס'איז אמת? בכלל, אונטער וועם/וואס שטייט עצה?

מבקר » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:06 am

· #345700
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/204373">viewtopic.php?p=204373#p204373</a><!-- l -->

שצם_חנכל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:17 am

· #345701
In the article it is mentioned that Eitza is a child-organization of Mishkan Yecheskel which is founded by Yecheskel Kouftiel

I think it's a good thing that such practices cought the general media's attention, however, it bothers me some of the paint brushing in the article. Do Hasidic people really suffer of a greater percentage of domestic abuse? But I gues this is what happens when the the writer couldn't reach the other side

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:35 am

· #345716
ליידער איז דאס א גרויסער פראבלעם אין אונזער געמיינדע. נישט נאר אין מענטעל העלטה, נאר אויך אין אנדערע פראפעסיאנעלע דאמיינס. סיי אין דאקטאריי, נוטרישען, לירנינג דיסאביליטיס. עברי און קריאה, וכדו'. יעדער אויבער חכם וואס קען לייענען א ביסעל ענגליש ליינט אפאר ביכער און הענגט אויף דאס שילד. דערנאך זענען דא אזוי גערופענע ריפורעל עדשענסיס, אשר לא קרו ולא שנו, וואס שיקען נעבך אהין מענשען וואס דארפען ערענסט הילף. אלץ ווייל מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש זיך לערנען א פאך פון אמת'ע פראפעשאנעלס אין עדוקיישען, פסייקאלאדשי, וכדו'. נישט נאר דעם "מלאכת שמים" וועט נישט אראפ רופען א פרעזענטאר פאר די מלמדים וואס האט א לייסענס אין זיין פילד, זאל דאס זיין אין ספעשל-עד אוטיזם, שפראך, אודיאלאגי, אקיופעשנעל אדער פיזיקעל טעראפי וכדו' ווייל ער האט גשעפט ממקומות זרים. נו, פרעג איך ענק איז א וואונדער אז עס געפןנען זיך אזוי פיהל ליבות נשברים וואס גייען אט"ד?

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:48 am

· #345718
תורה ומדע

דו ווארפסט אסאך צאם. שטאטעלעך.

מיט די אלע זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, ביזטו 100% גערעכט.

מיט די א.ג. ריפורעל עדזשענסיס ביזטו מער ווייניגער נישט גערעכט. ריפורעל עדזשענסיס זענען געבויט אויף עקספיריענס און פאציענט-פידבעק, און נישט אויף רעדיאלאדזשי רעפארטס. מיט די זעלבע מענטאליטעט וואס זאגט שפאסט פון די זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, קומט צו לאכן פון די זעלבס-דערקלערטע מבינים איבער די פראפעסיאנאלן...

למעשה האב איך יאהרן מיט ערשט-האנטיגע עקספיריענס מיט געוויסע ריפורעל עדזשענסיס, און רובם קענען צושטעלן א ריפורעל וואס דיין דאקטאר אדער וועבסייט קען נישט, ווייל זיי זענען געבויט ווי אויבן דערמאנט, אויף פידבעק גענומען פערזענליך פון פאציענטן וואס האבן ענליכע געברויכן ווי דיר און מיר (אידן).

דאס איז מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש קומט נישט קיין סאך אריין. כאטש וואס אן עדיוקעשאן העלפט אויף יעדע טריט, העלפט עס נישט כלפי זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן. דאס הייסט, עס איז שוין יעצט פארהאן גענוג און נאך ריכטיגע פראפעסיאנאלן (לאו דוקא אידען) וואס דינט אונזערע קאמיוניטי, און ס'וועט זיך אלץ ארויסשטעלן זעלבס-דערקלערטע.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:54 am

· #345725
אוודאי זענען דא רפוירעל עגענסיס וואס טויגען און טוען גוטס. אבער עס זענען דא וואס מישען סתם דעם טאפ באיצטלא של חסד. ומה יעשה האידענע וואס ווייסט צו טראסטען יעדע מוסד בנשיאות כ"ק , אינקלודינג די היימישע רפוירעל סוירוויס וואס איז אנגעפיהרט דורך אן אמעטשור עט בעסט.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:15 pm

· #345739
תורה ומדע
ליידער איז דאס א גרויסער פראבלעם אין אונזער געמיינדע. נישט נאר אין מענטעל העלטה, נאר אויך אין אנדערע פראפעסיאנעלע דאמיינס. סיי אין דאקטאריי, נוטרישען, לירנינג דיסאביליטיס. עברי און קריאה, וכדו'. יעדער אויבער חכם וואס קען לייענען א ביסעל ענגליש ליינט אפאר ביכער און הענגט אויף דאס שילד. דערנאך זענען דא אזוי גערופענע ריפורעל עדשענסיס, אשר לא קרו ולא שנו, וואס שיקען נעבך אהין מענשען וואס דארפען ערענסט הילף. אלץ ווייל מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש זיך לערנען א פאך פון אמת'ע פראפעשאנעלס אין עדוקיישען, פסייקאלאדשי, וכדו'. נישט נאר דעם "מלאכת שמים" וועט נישט אראפ רופען א פרעזענטאר פאר די מלמדים וואס האט א לייסענס אין זיין פילד, זאל דאס זיין אין ספעשל-עד אוטיזם, שפראך, אודיאלאגי, אקיופעשנעל אדער פיזיקעל טעראפי וכדו' ווייל ער האט גשעפט ממקומות זרים. נו, פרעג איך ענק איז א וואונדער אז עס געפןנען זיך אזוי פיהל ליבות נשברים וואס גייען אט"ד?

תורה ומדע: בדרך כלל ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג וועגן די אנלייסנסד פראפעסיאנאללן פון איין זייט. און די מלמדים אין די ת"ת'ס טארן נישט נעמען קיין פראסיאנאלע עדזשוקעישן. אבער צו זאגן אז דאס איז די סיבה פאר די גרויסע צאל או.טי.די.'ס אין אונזער קאמיוניטי איז נישט ריכטיג. אויך א ביסל איבערגעטריבן. העכסטנס קענמען זאגן אז די מענטשן מיט די ספעציפישע פראבלעמען וועלכע ווענדן זיך צו אומ-פראפעסיאנאלע פראקטיקאנטן, ווערן נישט געהאלפן. יא. דאס אליינס איז א גרויסער פראבלעם. אבער נישט די סיבה פון דעם פראבלעם, כמו שכתבת...!

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:25 pm

· #345742
תורה ומדע
אוודאי זענען דא רפוירעל עגענסיס וואס טויגען און טוען גוטס. אבער עס זענען דא וואס מישען סתם דעם טאפ באיצטלא של חסד. ומה יעשה האידענע וואס ווייסט צו טראסטען יעדע מוסד בנשיאות כ"ק , אינקלודינג די היימישע רפוירעל סוירוויס וואס איז אנגעפיהרט דורך אן אמעטשור עט בעסט.

דארפטו מאכן דיין ריסורטש און מפרסים זיין די פראבלעמען, אבער נישט ווארפן א נאסע בלענק ליילעך אויף אלע, וואס כמעט יעדע איז לשם מצוה און דו קענסט זיך נישט פארשטעלט וויפיהל ארבייט גייט אריין דערין.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:38 pm

· #345764
עס זענען פארהאן צוויי מיני ראסיסטן. רוב ראסיסטן זענען נישט מער פון איגנאראנטע אומוואוסנדע עגאצענטריסטישע מענטשן וואס סתם מחמת זייער שמאלע קעפ און קליינע שכל איז זיי גרינגער צו פארשטיין די וועלט אויף אזא אויפן אז וואס זיי טוען און פארשטיין אז ס'איז ריכטיג איז ריכטיג, און אלעס אנדערש איז אפגעפרעגט.

עס זענען אבער אויך פארהאן א פיל מער פארגעשריטענער ראסיסט וואס איז קלוג און געלערנט, און נאך זיינע פארשונגען איז ער צוגעקומען צו זיינע ראסיסטישע טעאריעס אז זיין ראסע איז דאס העכסטע פון שטייסל און אנדערע זענען בלויז אונטערמענטשן.

דער צווייטער מין הגם פיל מער שעדליך און געמיין, האט א פאטענציאל צו זיין א טאלאנטפולער געלונגענער מענטש, וואס קען אפילו זיין א געלונגענער דאקטעאר אדער פסיכאלאג, אבער דער ערשטער מין איז דאך סתם א בהמה שלא קרא ולא שנה, איז דאך קלאר אז אזא איינער וואלט קיינער נישט געטראסט מיט זאגן וואס פארלאנגן א האקל שכל וואס פארשטייט צו אנדערע.

יעצט אלס דן זיין לכף זכות א איד, וועלן מיר אלע אודאי אננעמען אז דער חתן דינן איז חס ושלום נישט קיין געלערענטער שטודירטער נאצי, נאר ענדערש נעבעך סתם א בהמה וואס האט זיך דערקלערט אלס פארשטייער און מחנך. וואס ווי אומשולדיג ער איז, פארשטייט יעדער אז אזא מענטש איז א סכנה ער זאל האבן א צוטריט צו אנדערענס שלום בית אדער עמאציאנאלע פראבלעמען.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:25 pm

· #345770
אזא איינער וואס שרייבט ארטיקלן צו פרעדיגן אז שווארצע מענטשן ברויכן צוריק ווערן שקלאפן, איז בחזקת אז ער האט נישט קיין קיין פראבלעם צו פסק'נען דיני נפשות אן אדורכטוהן די נושא.
ר' אביגדור מילער איז גאנץ ווארשיינליך יא געווען א נאצי סטיל ראסיסט. עס מיינט אבער נישט אז איך בין מודה אז אז ער האט יא פארשטאנען צו חינוך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:36 pm

· #345778
berlbalaguleh
תורה ומדע
ליידער איז דאס א גרויסער פראבלעם אין אונזער געמיינדע. נישט נאר אין מענטעל העלטה, נאר אויך אין אנדערע פראפעסיאנעלע דאמיינס. סיי אין דאקטאריי, נוטרישען, לירנינג דיסאביליטיס. עברי און קריאה, וכדו'. יעדער אויבער חכם וואס קען לייענען א ביסעל ענגליש ליינט אפאר ביכער און הענגט אויף דאס שילד. דערנאך זענען דא אזוי גערופענע ריפורעל עדשענסיס, אשר לא קרו ולא שנו, וואס שיקען נעבך אהין מענשען וואס דארפען ערענסט הילף. אלץ ווייל מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש זיך לערנען א פאך פון אמת'ע פראפעשאנעלס אין עדוקיישען, פסייקאלאדשי, וכדו'. נישט נאר דעם "מלאכת שמים" וועט נישט אראפ רופען א פרעזענטאר פאר די מלמדים וואס האט א לייסענס אין זיין פילד, זאל דאס זיין אין ספעשל-עד אוטיזם, שפראך, אודיאלאגי, אקיופעשנעל אדער פיזיקעל טעראפי וכדו' ווייל ער האט גשעפט ממקומות זרים. נו, פרעג איך ענק איז א וואונדער אז עס געפןנען זיך אזוי פיהל ליבות נשברים וואס גייען אט"ד?

תורה ומדע: בדרך כלל ביניך מסכים מיט דיין אפשאצונג וועגן די אנלייסנסד פראפעסיאנאללן פון איין זייט. און די מלמדים אין די ת"ת'ס טארן נישט נעמען קיין פראסיאנאלע עדזשוקעישן. אבער צו זאגן אז דאס איז די סיבה פאר די גרויסע צאל או.טי.די.'ס אין אונזער קאמיוניטי איז נישט ריכטיג. אויך א ביסל איבערגעטריבן. העכסטנס קענמען זאגן אז די מענטשן מיט די ספעציפישע פראבלעמען וועלכע ווענדן זיך צו אומ-פראפעסיאנאלע פראקטיקאנטן, ווערן נישט געהאלפן. יא. דאס אליינס איז א גרויסער פראבלעם. אבער נישט די סיבה פון דעם פראבלעם, כמו שכתבת...!

איך וועל מיך ערלויבען צו זאגען אז רוב אט"ד קען מען מונע זיין אין די סקול עידזש יאהרען מיט קאונסעלינג,פיזיקעל, אקיופעשענעל, און ספיטש טעראפי און אודיאלאגי.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:44 pm

· #345780
תורה ומדע
איך וועל מיך ערלויבען צו זאגען אז רוב אט"ד קען מען מונע זיין אין די סקול עידזש יאהרען מיט קאונסעלינג,פיזיקעל, אקיופעשענעל, און ספיטש טעראפי און אודיאלאגי.

אביסל אמת, אבער פארט נישט קיין שייכות. דער אמת איז אז דאס קינד'ס אידישקייט ליגט אינגאנצן אויפן טאטע'ס אקסלען. דאס איז אמת נישט נאר ווען מ'שרייט אויף די מוסדות אז זיי זאלן אונז נישט איינטיילן אין חינוך, נאר אויך במציאות.

צוריק צו די העלפ-ליינס.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:07 pm

· #345781
די מוסדות נעמען אהן די אחריות ארויס צו געבען ערליכע אידען נארמאלע מענשען. דאס קען נישט ווערען אקקאמפלישט אהן די אויבן דערמאנטע טעראפיס. וויל 90% פון די פאפיולעשאן דארף האבען איינע פון די טעראפיס דורכאויס די סקול עידש יאהרען, אויב מען סקרינט נישט און מען ריפפערט נישט צו די ריכטיגע לייסענסד פראפעססיאנעלער פרעטישאנערס האט מען די תוצאות וואס מיר האבען היינט. (ליינט דער וועקער # 3, אויב איהר דארפט מער איינלהייטען וועגען דער מצב פון דער חינוך הבנים אין די היימישע חדרים פון כיתה ב און העכער).

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:26 pm

· #345785
תורה ומדע
די מוסדות נעמען אהן די אחריות ארויס צו געבען ערליכע אידען נארמאלע מענשען. דאס קען נישט ווערען אקקאמפלישט אהן די אויבן דערמאנטע טעראפיס. וויל 90% פון די פאפיולעשאן דארף האבען איינע פון די טעראפיס דורכאויס די סקול עידש יאהרען, אויב מען סקרינט נישט און מען ריפפערט נישט צו די ריכטיגע לייסענסד פראפעססיאנעלער פרעטישאנערס האט מען די תוצאות וואס מיר האבען היינט. (ליינט דער וועקער # 3, אויב איהר דארפט מער איינלהייטען וועגען דער מצב פון דער חינוך הבנים אין די היימישע חדרים פון כיתה ב און העכער).

איך בין בכלל נישט מסכים אז די מוסדות האבן די אחריות, ווי אויבן געשמועסט, אבער לשיטתך ביזטו מסכים אז די הנהלת המוסדות מעגן דיר איינטיילן יעדע קליינע דעטאל איבער דיינע קינדער'ס לעבן (וואספארא בייק\באלי זיי מעגן שפילן אינדערהיים, וועליכער פלעי זיי קענען גיין, ווי זיי מעגן דאווענען שבת, גיין צום טיש, א.ד.ג.)? דען, עס איז זייער תפקיד, און דו דארפסט צוהעלפן וויאזוי זיי פארשטייען. מיט רעספאנסיביליטי, קומט אויטאריטי.

קרעקער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:29 pm

· #345786
איך קען א פרוי וואס פלעגט ענפערען קאלס פאר עצה, קען זיין זי ענפערט נאך אלטס, זי איז א נאנטע צו מיר דעריבער ווייס איך פירסט הענד,
איך האב רחמנות אויף דע וועם זי האט געהאלפען, נישט נאר האט זי נישט קיין שום עקספיריענס אדער סיי וואסערע דעגרי אין עפעס, נאר זי איז אליינס מיאוס אין טראבעל מיט כמה ענינים ביי איר משפחה, וואס כקען נישט דא מאריך זיין, וועגען דעם איז עצה ביי מיר גענצליך אפגעפרעגט

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:31 pm

· #345787
שלום על ישראל
תורה ומדע
די מוסדות נעמען אהן די אחריות ארויס צו געבען ערליכע אידען נארמאלע מענשען. דאס קען נישט ווערען אקקאמפלישט אהן די אויבן דערמאנטע טעראפיס. וויל 90% פון די פאפיולעשאן דארף האבען איינע פון די טעראפיס דורכאויס די סקול עידש יאהרען, אויב מען סקרינט נישט און מען ריפפערט נישט צו די ריכטיגע לייסענסד פראפעססיאנעלער פרעטישאנערס האט מען די תוצאות וואס מיר האבען היינט. (ליינט דער וועקער # 3, אויב איהר דארפט מער איינלהייטען וועגען דער מצב פון דער חינוך הבנים אין די היימישע חדרים פון כיתה ב און העכער).

איך בין בכלל נישט מסכים אז די מוסדות האבן די אחריות, ווי אויבן געשמועסט, אבער לשיטתך ביזטו מסכים אז די הנהלת המוסדות מעגן דיר איינטיילן יעדע קליינע דעטאל איבער דיינע קינדער'ס לעבן (וואספארא בייק\באלי זיי מעגן שפילן אינדערהיים, וועליכער פלעי זיי קענען גיין, ווי זיי מעגן דאווענען שבת, גיין צום טיש, א.ד.ג.)? דען, עס איז זייער תפקיד, און דו דארפסט צוהעלפן וויאזוי זיי פארשטייען. מיט רעספאנסיביליטי, קומט אויטאריטי.

בכלל נישט חוץ פון תורה און ירא"ש האבען זיי גארנישט וואס צו זאגען

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:46 pm

· #345790
שלום על ישראל
תורה ומדע
ליידער איז דאס א גרויסער פראבלעם אין אונזער געמיינדע. נישט נאר אין מענטעל העלטה, נאר אויך אין אנדערע פראפעסיאנעלע דאמיינס. סיי אין דאקטאריי, נוטרישען, לירנינג דיסאביליטיס. עברי און קריאה, וכדו'. יעדער אויבער חכם וואס קען לייענען א ביסעל ענגליש ליינט אפאר ביכער און הענגט אויף דאס שילד. דערנאך זענען דא אזוי גערופענע ריפורעל עדשענסיס, אשר לא קרו ולא שנו, וואס שיקען נעבך אהין מענשען וואס דארפען ערענסט הילף. אלץ ווייל מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש זיך לערנען א פאך פון אמת'ע פראפעשאנעלס אין עדוקיישען, פסייקאלאדשי, וכדו'. נישט נאר דעם "מלאכת שמים" וועט נישט אראפ רופען א פרעזענטאר פאר די מלמדים וואס האט א לייסענס אין זיין פילד, זאל דאס זיין אין ספעשל-עד אוטיזם, שפראך, אודיאלאגי, אקיופעשנעל אדער פיזיקעל טעראפי וכדו' ווייל ער האט גשעפט ממקומות זרים. נו, פרעג איך ענק איז א וואונדער אז עס געפןנען זיך אזוי פיהל ליבות נשברים וואס גייען אט"ד?

דו ווארפסט אסאך צאם. שטאטעלעך.

מיט די אלע זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, ביזטו 100% גערעכט.

מיט די א.ג. ריפורעל עדזשענסיס ביזטו מער ווייניגער נישט גערעכט. ריפורעל עדזשענסיס זענען געבויט אויף עקספיריענס און פאציענט-פידבעק, און נישט אויף רעדיאלאדזשי רעפארטס. מיט די זעלבע מענטאליטעט וואס זאגט שפאסט פון די זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן, קומט צו לאכן פון די זעלבס-דערקלערטע מבינים איבער די פראפעסיאנאלן...

למעשה האב איך יאהרן מיט ערשט-האנטיגע עקספיריענס מיט געוויסע ריפורעל עדזשענסיס, און רובם קענען צושטעלן א ריפורעל וואס דיין דאקטאר אדער וועבסייט קען נישט, ווייל זיי זענען געבויט ווי אויבן דערמאנט, אויף פידבעק גענומען פערזענליך פון פאציענטן וואס האבן ענליכע געברויכן ווי דיר און מיר (אידן).

דאס איז מען טאר ח"ו נישט גיין אין קאללעדש קומט נישט קיין סאך אריין. כאטש וואס אן עדיוקעשאן העלפט אויף יעדע טריט, העלפט עס נישט כלפי זעלבס-דערקלערטע פראפעסיאנאלן. דאס הייסט, עס איז שוין יעצט פארהאן גענוג און נאך ריכטיגע פראפעסיאנאלן (לאו דוקא אידען) וואס דינט אונזערע קאמיוניטי, און ס'וועט זיך אלץ ארויסשטעלן זעלבס-דערקלערטע.

ןןי פיין וואלט געווען ווען איהר קענט גיין צו א פידיעטרישען אדער ENT מיט געקראזעלטע פיאות...

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:47 pm

· #345791
תורה ומדע
בכלל נישט חוץ פון תורה און ירא"ש האבען זיי גארנישט וואס צו זאגען

אלעס פאסט אריין אין די קראטיריע

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:49 pm

· #345792
תורה ומדע
ןןי פיין וואלט געווען ווען איהר קענט גיין צו א פידיעטרישען אדער ENT מיט געקראזעלטע פיאות...

פיין? לאמיר זאגן, אבער כ'האב נישט קיין שום תאווה צו רופן פיסטריט ווייל מין דאקטאר נוצט נישט דָופֶעטִידאָ...

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:51 pm

· #345793
שלום על ישראל
תורה ומדע
בכלל נישט חוץ פון תורה און ירא"ש האבען זיי גארנישט וואס צו זאגען

אלעס פאסט אריין אין די קראטיריע

אלעס?? אויך די פלעיס און באלל? נעביך 😳

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:55 pm

· #345795
תורה ומדע
שלום על ישראל
תורה ומדע
בכלל נישט חוץ פון תורה און ירא"ש האבען זיי גארנישט וואס צו זאגען

אלעס פאסט אריין אין די קראטיריע

אלעס?? אויך די פלעיס און באלל? נעביך 😳

זיכער! וויאזוי דארפן זיי קענען אויציען דיין מוזיניקל על דרך ישראל סבא אז ער ריט חלילה צו צו א שייגעץ בייק. איך בין אבוויעסלי סארקאסטיש, אבער עס איז א סליפערי סלויפ.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:58 pm

· #345796
שלום על ישראל
תורה ומדע
שלום על ישראל
תורה ומדע
בכלל נישט חוץ פון תורה און ירא"ש האבען זיי גארנישט וואס צו זאגען

אלעס פאסט אריין אין די קראטיריע

אלעס?? אויך די פלעיס און באלל? נעביך 😳

זיכער! וויאזוי דארפן זיי קענען אויציען דיין מוזיניקל על דרך ישראל סבא אז ער ריט חלילה צו צו א שייגעץ בייק. איך בין אבוויעסלי סארקאסטיש, אבער עס איז א סליפערי סלויפ.

דאס ליגט טאקע אויף די עלטערען אויצוקלערען די קינדער מבחין צן זיין צווישען וואס איז קראנט און וואס איז רשעות און טפשות. בד"וו דוכטזאך מיר אז דאס געפינט זיך נאר אין סאטמאר ...

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 8:03 pm

· #345802
תורה ומדע
דאס ליגט טאקע אויף די עלטערען אויצוקלערען די קינדער מבחין צן זיין צווישען וואס איז קראנט און וואס איז רשעות און טפשות. בד"וו דוכטזאך מיר אז דאס געפינט זיך נאר אין סאטמאר ...

די משל געפינט זיך אין סאטמאר אבער די נמשל געפינט זיך איבעראל (פילטער וכדומה).

ווער גיבט פאר די עלטערן די סחירה פון מבחין צו זיין בין טוב לרע, צו דעפינירן וואס איז קראנט, ווען די מוסד בלייבט מיט די קאפ-וויי? לא כן. אז דער מוסד האט די אחריות, האבן זיי די לעצטע ווארט. דו קענסט נישט טאנצן אויף ביידע חתונות.

קען מען צוריקגיין צו העלפ ליינס?

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:34 am

· #345872
מיר מאכען יעדען טאג א ברכה אשר נתן לשכוי בינה. די ברכה איז נישט נאר נתקן געווארען פאר רבנים אדער מנהלי מוסדות. א יעדער איד איז בכח צו מאכען דיסיזשאנס כלפי זיין לעבען כפי שכלו ומדרגתו. אויב ער מאכט א טעות און פאלט דורך קען ער זיך אייביג צוריק אויפהייבען. שבע יפול צדיק וקם. ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:41 am

· #345875
תורה ומדע
מיר מאכען יעדען טאג א ברכה אשר נתן לשכוי בינה. די ברכה איז נישט נאר נתקן געווארען פאר רבנים אדער מנהלי מוסדות. א יעדער איד איז בכח צו מאכען דיסיזשאנס כלפי זיין לעבען כפי שכלו ומדרגתו. אויב ער מאכט א טעות און פאלט דורך קען ער זיך אייביג צוריק אויפהייבען. שבע יפול צדיק וקם. ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

יו אר מיסינג די פאוינט, לגמרי. און כ׳מיין אז דו מאכסט זיך.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:42 am

· #345876
דהיינו

יעקב מענטש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:21 pm

· #345915
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די ארגענעזאציע פון דער נאנט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז אברהם מאיר ווייס הי"ו אינוואלווד אין ארגענעזאציע, און איך ווייס פון צוויי פעלער ווי זיי האבן זייער שטארק ארויסגעהאלפן.