☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » זיך האלטען צום נושא פינעם אשכול

זיך האלטען צום נושא פינעם אשכול

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1080

פריינדליך » פרייטאג יולי 13, 2012 2:46 pm

· #24070
זיך האלטען צום נושא פינעם אשכול
דארף זיך א אשכול האלטען צום נושא? קען זיך א אשכול האלטען צום נושא?

איך עפען א אשכול צילוב די שמיעס דא

ע"פ רוב ווען צוויי געזינעט מענטשן שמיעסן פאר מער ווי 5 מינוט האט מען שוין גערדעט עטליכע זאכען, כהאב געקיקט גראדע און אייוועלט, ביי די עלטערע אשכולות וועט איר טרעפן א אויסדריק "עס ווער געזיכט א באס צו נושא",

איז מיין שאלה, יש דברים בגוי אדער נישט?

DotCom » פרייטאג יולי 13, 2012 3:04 pm

· #24075
און אגב אז מען רעדט שוין פון נושא איז אינטערעסאנט צו וויסן די מקור פון די ווארט נושא, וואס בפשטות מיינט עס א לאסט, סא וואס האט א לאסט מיט א פארום.

און אז מהאט גערעדט פון א באס איז גוט צו וויסן אז די קעטסקילס באססעס האבן ווייפיי.

ווייפיי איז היינטיגע צייטן זייער פארזיכערט, און יעדער זאל זיכער מאכן צו אפדעיטן די ראוטער'ס מזמן לזמן.

נו ווער קען ווייטער פירן דעם שמועס?

אברעמעל » פרייטאג יולי 13, 2012 3:20 pm

· #24081
DotCom

נו ווער קען ווייטער פירן דעם שמועס?

פירן האט געהאט אפאר אפטייטשן, אדער פירטס אים אריין..
אדער, פיר אויס.

צוריק צום נושא, די ווארט אשכול מיינט דאך א געהענגל, די אשכול ביי די מרגלים איז געווען אזוי שווער אז אכט מענטשן האבן עס געטראגן, זייט דעמאלסט האט מען צאמגעשטעלט אשכול מיט נושא.

יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 3:47 pm

· #24088
האהא, עטס האטס א געזונטער חוש פון הומאר.
אז מ'רעדט שוין פון הומאר, כ'האב א מאל געהערט א וויץ....

זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 4:16 pm

· #24095
ווען איז דער זמן שבת?

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 13, 2012 7:48 pm

· #24116
ווי? אין שטאקלאהאם?

זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 8:02 pm

· #24119
געפילטע פיש
ווי? אין שטאקלאהאם?

אין וואטערלו אייאווע

טעלעפאן » מוצ"ש יולי 14, 2012 10:13 pm

· #24124
אפשר בין איך א נוגע בדבר, אבער איבערקוקענדיג פילע אשכולות זעה איך אז גענוג אשכולות פארציען זיך פון איין שמועס צום צווייטן. מענין לענין באותו ענין.

און וואס איך האב מגיב געווען אין יענעם אשכול איז דירעקט געווען באצויגן צו דעם אשכול, נאר אנשטאט גיין אויף פאזיטיוו האב איך עס געטשאלענדזשט.

און מיין מיינונג איז טאקע אז אן אשכול מעג ״אביסל״ פארפארן פון שמועס, עס גיבט צו צום געשמאק.

און אויב דא הייבט זיך אן פרישע תקנות אד״ג באזירט אויף מיינונגען פון עטליכע יחידים, דאן גיי מיר צוריק צו די .... עפאכע.

שוין צייט פאר א פרישער, מער-פריינדליכער (נא פאן אינטענדעד) פארום?

טעלעפאן » מוצ"ש יולי 14, 2012 10:17 pm

· #24125
אזוי בדרך אגב... אריינוואנדערענדיג יעצט אינעם אשכול פון ״איז דא א סיסטעם וואס איז 100% גוט?״, זעה איך ווי די לעצטע דריי בלעטער איז אנגעפילט מיט טענות איבער וואס הייסט א כופר וכדו׳, בכלל נישט איינבאלאנגט צו יענעם אשכול. פריינדליך, דער פותח האשכול הזה שרייבט דארט לאנג און ברייט.

...........

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 12:13 am

· #24137
טעלעפאן
אפשר בין איך א נוגע בדבר, אבער איבערקוקענדיג פילע אשכולות זעה איך אז גענוג אשכולות פארציען זיך פון איין שמועס צום צווייטן. מענין לענין באותו ענין.

און וואס איך האב מגיב געווען אין יענעם אשכול איז דירעקט געווען באצויגן צו דעם אשכול, נאר אנשטאט גיין אויף פאזיטיוו האב איך עס געטשאלענדזשט.

און מיין מיינונג איז טאקע אז אן אשכול מעג ״אביסל״ פארפארן פון שמועס, עס גיבט צו צום געשמאק.

און אויב דא הייבט זיך אן פרישע תקנות אד״ג באזירט אויף מיינונגען פון עטליכע יחידים, דאן גיי מיר צוריק צו די .... עפאכע.

שוין צייט פאר א פרישער, מער-פריינדליכער (נא פאן אינטענדעד) פארום?


א גיטע וואך חברי היקר! קודם כל וויל איך דיר פערזענליך איבערבעטן אויב כאב פוגע געווען אין דיינע געפילן, אך לא להכעיסך כוונתי.

יעצט צום נושא, ביסט גערעכט אז ווען איינער עפנ'ט אן אשכול ארומצושמועסן א געוויסן נושא איז כמובן אז כדי ארויסצוהאבן קלאר דעם נושא דארף מען עס אויסשמועסן פון אלע זייטן, פרעגן און אפפרעגן און צוריק פרעגן, אבער ס'דא אמאל - אזוי ווי יענער אשכול - וואס איינער רעדט נאר פון איין פרט פון א נושא און ער שרייבט עס קלאר ארויס, איז אפילו די נושא איז בעצם קאנטראווערסיעל, איז אבער נישט דארט די פלאץ עס צו טשעלענדזשען, דאס הייסט ענדערש ספעם אדער טראלל.

טראלל איז א רעלאטיוו נייער ווארט וואס די אינטערנעט עפאכע האט באשאפן, די דעפיניציע דערפון מיינט, דאס געוויסע מענטשן מיט אן אגענדע גייען ארום ווי זיי קענען נאר און פירקלען אן דאס פלאץ מיט זייערע מיינונגען, בלויז ווייל זיי קענען, זיי זיצן זיך באקוועם אויפן קאוטש און טראללן ארום די אינטערנעט און וויבאלד זיי זענען אנאנימעס דארפן זיי נישט מורא פאר קאנסעקווענצן, די טראללער'ס מיט זייערע זינלאזע קאממענט'ס זענען רעספאנסיבל אויף פארטרייבן טויזנטער געלונגענע מענטשן פון די פארום'ס צוזאמען מיט זייערע מיינונגען און וויסנשאפטן, אויס מורא אז זייער ווערק וועט דערטראנקען ווערן צווישן די ספעמישע קאממענט'ס.

איז אזוי, יענעם אשכול האב איך ג'עפנ'ט וויסענדיג אז די נושא בכלליות איז קאנטראווערסיעל, וויסענדיג אז צענדליגער אשכולות זענען שוין אנגעפולט מיט דעם, וויסענדיג אז ס'דא וואס גייען פראבירן עס צו טשעלענדזשען, און וועגן דעם האב איך קלאר ארויסגעשריבן אז איך וויל נישט יענס זאל זיין נאך אן אשכול ווי מ'שמועסט ארום די עצם נושא נאר ענדערש זאל עס זיין בלויז א אשכול וואס האלט זיך צו יענעם פרט, און יעדער איינער וואס פראבירט צו רעדן אין אזא אשכול סיי וואס עס גייט אראפפירן דעם אשכול פון די רעלסן דער הייסט א טראללער און א ספעמער, און ער איז אחראי דערנאך אז דער פארום פאלט פונעם ניווא און ערקייקלט זיך צוביסלעך אין א שפילפלאץ פאר קליינער קינדער.

און נאכאמאל איך זאג נישט ח"ו אז דו גייסט אריין אין דעם טראללער קאטעגאריע, אדרבה פון דיינע תגובות זעהט מען אז מען רעדט דא פון א גאר אינטעליגענטער אינגערמאן, אבער קענטיג אז דו ביסט נאך ניי אין עולם ה'פארום'ס און וויבאלד איך האב ג'עפנ'ט יענעם אשכול האב איך דאס דיר געדארפט דארט זאגן, און איך בעט דיר איבער על כל מה שפגמתי בכבודך, ובתקווה להבנה.

לאדיך אפ » זונטאג יולי 15, 2012 1:01 am

· #24143
ס'האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך נאר פאר אזא שיינע פאוסט פון דאט קאם. איך מיין אז מ'זאל מאכןן די פאוסט אלס די "ווארט צום נייעם מעמבער".

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 1:50 am

· #24162
גערעכט דאט קאם, אבער איך מיין אז טעלעפאן האט אביסל גערעכטיגקייט אויך, למשל אויב איינער וועט לייגען אז נחום ר"ב איז א גוטע זאך (נאר א משל) אין אונזער סעסייעטי, מעג מען נישט זאגן אז ס'נישט גוט?

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 2:07 am

· #24167
געפילטע פיש
גערעכט דאט קאם, אבער איך מיין אז טעלעפאן האט אביסל גערעכטיגקייט אויך, למשל אויב איינער וועט לייגען אז נחום ר"ב איז א גוטע זאך (נאר א משל) אין אונזער סעסייעטי, מעג מען נישט זאגן אז ס'נישט גוט?


אז איינער וועט עפענען אן אשכול "די גוטע זאכן פון נחום ראזענבערג" און א צווייטער וועט דארט קומען דוקא רעדן פון זיינע שלעכטע זאכן איז דאס אבסאלוט טראלל, אין מיינע אויגן.
אויב וועט איינער עפענען א כלליותדיג אשכול "נחום ראזענבערג" און בלויז וועלן רעדן פון זיין גוטע זייט איז דאס אליינס אויך ספעם און טראלל, ודו"ק.

פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 2:11 am

· #24169
טעלעפאן
אזוי בדרך אגב... אריינוואנדערענדיג יעצט אינעם אשכול פון ״איז דא א סיסטעם וואס איז 100% גוט?״, זעה איך ווי די לעצטע דריי בלעטער איז אנגעפילט מיט טענות איבער וואס הייסט א כופר וכדו׳, בכלל נישט איינבאלאנגט צו יענעם אשכול. פריינדליך, דער פותח האשכול הזה שרייבט דארט לאנג און ברייט.

...........


איך וועל דיר זאגעם דעם ריינעם אמת, עס האט מיר ביטער געבאדערט ווען עס איז פארפארען!!

נאר וואס דען? איך האב געעפענט יענע אשכול מיט א ציל מסביר צי זיין אז מיט אלע חסרונות שטייען מיר נאך בעסער ווי אנדערש, איך האב אפגעשריבען א לאנגע תגובה איבער די נושא און עס האט זיך אויסגעמעקט, דערפאר האב איך פארלוירען מיין געדילד דערצו, און עס אינטערסירט מיר מער נישט,

דאט קאם איז גערעכט,
עס איז דא עטליכע סארט אשכולות, אבער דאס איז קלאר, אז א אשכול ווי זיין אשכול וואס ער האט געענפענט מיט א ספציעלע נושא מיט א דגוש וואס ער וויל אויסשמיעסן, אדער די אשכול וואס איך האב געענפענט אויך מיט א נושא, איז א עוון בל יכופר אז מען פארדרייט עס, וואלט איך געווען א אחראי וואלט איך געשניטען רעכטס און לינקס פון די תגובות וואס פארדרייען די סארט אשכולות

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 2:20 am

· #24171
סארי דאט קאם, איך בין צוריק געגאנגען קוקן אויף יענעם אשכול האב איך געזען אז דו ביסט זיך מתייחס צום תגובה אז די קאפ-אנדערע חלקים וכו', כ'האב געמיינט דו רעדסט וועגן א צווייטער מגיב וואס האט מעורר געווען אז די וועד הצניעות איז לאו דווקא א פאזיטיווע זאך, און צו דעם איז געווען מיין מיינונג אז דאס איז נישט טראללינג, ועכשיו שטעיתי יה"ר כאילו לא אמרתי ולא כלום.

און פריינדליך, פאר א טשעינדזש איי עגרי וויט יו, אבער געפליקט וואלט איך נישט, איך וויל ענדערש ס'זאל זיין דא סעלף גאווערנד, ד.ה. אז מ'האלט זיך צו נימוסי המדינה, און נאר איינער וואס איז א ריפיעט אפענדער זאל ווערן אפגעשפארט לזמן מה וכדומה.

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 2:31 am

· #24173
פריינדליך
דאט קאם איז גערעכט,
עס איז דא עטליכע סארט אשכולות, אבער דאס איז קלאר, אז א אשכול ווי זיין אשכול וואס ער האט געענפענט מיט א ספציעלע נושא מיט א דגוש וואס ער וויל אויסשמיעסן, אדער די אשכול וואס איך האב געענפענט אויך מיט א נושא, איז א עוון בל יכופר אז מען פארדרייט עס, וואלט איך געווען א אחראי וואלט איך געשניטען רעכטס און לינקס פון די תגובות וואס פארדרייען די סארט אשכולות


דא אין דעם אשכול איז דאס עצם פארפארן א ענטפער פאר'ן נושא, ווי מער מ'פארפארט ברענגט אלס מער ארויס דעם וויכטיגקייט פון זיך האלטן צום נושא. ודו"'ק עגעין.

פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 2:38 am

· #24176
גערעכט,

(און קעיס די האסט נישט פארשטאנענן, ווען איך האב געשריבען די אשכול וואס איך האב געענפענט האב איך גערעדט פון א צווייטע אשכול נישט פון די אשכול, און האב געקוואט איינעמס תגובה יענער האט דערמאנט די נאמען פינעם אשכול)

לאדיך אפ » זונטאג יולי 15, 2012 3:11 am

· #24181
אויב מעג מען דא פארפארן, איז דא די רייט פלעיס צו פרעגן דאט קאם וואס איז פשט פון זיין אונטערשרפיט. ווואס מיינט לולן?

משולם שטיינפעלד » זונטאג יולי 15, 2012 8:43 am

· #24184
מלשון LOL

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 9:52 am

· #24185
כלומר, לאכן לאכט, דער וואס לאכט לעצט, ד"א אשפ"גן אשפ"גט דער וואס אשפ"גט לעצט.