☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10789

אשכול אן א טיטל #10789

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10789
בלאט: 1 2

פעינטער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:18 pm

· #346007
פין דא מיין איך איז נישט קיין רייע וויפיל מען האט עס דאלודעט
ווייל עס איז ארום געפארן ווילד אויף...
וואטס עפפ
אמיעל
טעלעגראם
טוויטער
פיעסבאק
אינסטרעגראם
ווי נישט...... מען כאפט עס ווי פאפ קארן ביי א מאבי

אידן אין בית מדרש וועמען איך האב נישט געגלייבט האבן עס געליינט.
ני סיס אזאך וואס עס מיז גיין אויף די סטאר שעלפס.

פיקאסא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:28 pm

· #346011
העי @פעינטער ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.

פעינטער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:49 pm

· #346013
פיקאסא
העי @פעינטער ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.


שששששששש זאג נישט אויס ווער איך בין 😉 😉

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:17 pm

· #346023
כהאב שוין געזאגט שש אין אישי אבער כוויל איבער זאגן דא.

סהאט מיר געזאגט א חסידישע איד א חניוק, ער האט געטראפן די וועקער אין טענקע ביהמ״ד ער האט עס געליינט פון דעקל צו דעקל.
קודם האט ער מיר אויסגעפרעגט וואס דאס איז בכלל די שטיבעל אין ווי אזוי דאס ארבייט (דער איד האט קיין אנונג וואס דאס איז אימעיל).
ער האט מיר געבעהטן פאר די פריעדיגע גליונות (כהאב שוין געדריקט פאר עיהם).
ער זייער נתפעאל געווארן פון שש עדיטאריעל אין זייער נתפעאל פון די חינוך ארטקיעל.

חוץ פון דעים האב איך געהערט דערפון שמועסן קיפקעס סיי אין קאנטרי אין אויך אין שטאט.
וועקער איז אדורך אסאך מער אויגן ווי די בלאט, איד, צוזאם

אה, נישט פארגעסן איינער האט מיר געבעהטן כזאת עיהם דריקן צוויי שטיק, איינס פאר עיהם אין איינס פאר זיין טאטע
ווען עטץ ווייסט ווער זיין טאטע איז טוען ענק אלע תיכף פליפן

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:12 pm

· #346221
איך פערזענליך בין נאך נישט אנגעקימען צו ליינען דעם גאנצן וועקער נאר דעם אריינפיר פון אנאנים וואס איז אייזן שטארק, און דעם ערשטן ארטיקעל פון שטילע וואס מיינע ציין זענען ארויסגעפאלן מרוב צחוק. אבער איך האב געהערט פון אפאר חבירים מיינע וואס האבן עס דארך געליינט פון דעקל צי דעקל אז זיי זענען ארויס פון די גלייזן. כה לחי!

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:49 pm

· #346395
ליטוואק פון בודאפעסט

און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

קלוגע יודל » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:46 pm

· #346451
קורקלענד
ליטוואק פון בודאפעסט

און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:22 pm

· #346503
קלוגע יודל
קורקלענד

לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....


מ'האט מפרסם געמאכט א לינק (וואס איך קען נישט טרעפן אויף די מינוט) ווי די קענסט טאקע געבן אסאך געלט פאר די גראפיקער און יעדע שרייבער.
ווען די לייגסט אן אנאנס גייט עס שוין אריין אין א געוויסע וועג פון צירוקנעמען נאך אזויפיל ווי געבן.
אז די ווילסט סחורה פון די קוואליטעט דאן זאלסטו געבן פאר די מאטריאל.
ווען אזא אויסגאבע ווערט אויסגעהאלטן דורך אדווערטייזערס וועט עס ווערן אן אויסגאבע וואס פיטערט די אינטערעסע פון די אדוועטייזערס און אזעלעכע אויסגאבעס איז דא גענוג.
לדעתי האלט איך אז ווער עס ליינט און האט הנאה זאל טאקע געבן אסאך געלט אז "דער וועקער" זאל אנגיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:14 pm

· #346508
ס'איז מעגליך צו האלטען די עדיטאריאל טיילונג מיט די ביזנעס אינגאנצען עקסטער. קוק די נ.י. טיימס ועוד.

די געלט וואס ווערט אריינגעשיקט גייט צום גראפיקער און עסקנים, נישט די שרייבער'ס. ס'איז גארנישט שלעכט, אבער אזוי איז

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 2:51 pm

· #346516
מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
@אנאנים, דאס איז א שיינע מספר.

נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.

Chuchem » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:25 pm

· #346638
שטאפענע קאפעליטש
מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
@אנאנים, דאס איז א שיינע מספר.

נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.


א. מה ענין "מי"ם אצל קאווע?

ב. מה ענין "מנוחה" אצל "וועקער"

ג. די ציפערן ווייזען איין זאך, אז דארט פאר יעדעם גליון האבען זיי מזהיר געווען נאר ארום צושיקען די לינק, אבער ח"ו א בלויזען פי. די. עף. איז אסור, און די עולם פאלגט. דא האט מען געבעטען אז מ'זאל מפיץ זיין בכל אופן דאפשר, סיי אימעיל, טעלעגראם, וואטס עפפ וכו', זעט מען בלויז די ציפערן פון די וואס האבען דאונלאודעד אויפען סייט.

ד. דער ציבור שותי מי מנוחות, זענען בדרך כלל משומרים (מיט צוטריט בלויז צו copy.com וכו'), איז דארט די חידוש א פי. די. עף. פון א זייטעל וואס זיי האבען צוטריט צו, כמים כרים. משא"כ דא איז די חידוש די תוכן (וואס און פארשידענע פלעצער וואלט מען דאס דן געווען לשריפה אלס קאנטראבאנד).

Chuchem » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:09 pm

· #346647
רענזאציע אויפן וועקער נומער 3
צוואנציג זאכען וואס איך האב נישט געוויסט פאר איך האב געליינט דער וועקער 3



א. אז שש'ל קען אראפ לייגען ווי בעטעמ'ט ראטן פלייש איז פאר קליינע קינדער.

ב. אז איך מוז פטור ווערן ווי אומשנעלסטען פון מיין נייע פאר עס. עי. עס. שיך.

ג. אז כ"ק אדמו"ר מ'יעדעם' האט די מערסטע נאכפאלגער.

ד. ווי שטעכעדיג און שפיזיג עס הערט זיך פון שייטעל מאכער "עס גייט אויסקוקען הערליך שיין"

ה. אז חוץ פון די ווייטאגען וואס א יענע מעשה פאציענט מאכט מיט, קומט צי די ווייטאג פון די סטיגמא.

ו. אז די זיידע "וואנצעס", גרייט זיך רואיג אויסצוהויכען די, ווארעם די "פליקער" קינדער ווארטן מיט אנגסט צו הערן ווי עס האלט די מחלה וואס ברענגט אפט צו צום ביטערען סוף.

ז. אז מאנכע באניצען זיך נאך מיט די לאזונג 'מסורה', אבי נישט זיך נישט צו דארפן זיך ארויסרוקען פון זייער קאמפארט זאון

ח. אז ביי אונז און די מוסדות, קען א צען יעריג יונגעל פיר שפראכען (יודיש, ענגליש, לשון קודש און אראמיש), און פיר מינע אותיות (עי. בי. סי., א'ב', רש"י אויתיות, און יודיש שרייבען אויתיות).

ט. אז א סיסטעם מוז כסדר אינסטאלען נייע אפדעיטס.

י. אז א שטיקעל פאעזיע פונעם כעלעמער מגיד, דארף מען א לאנגע שבת נאכמיטאג צו פארשטיין, אבער א זיסע שטיקעל פיקציע זיינעם, ליינט זיך כהרף עין.

יא. אז איך קען נאך אויף שטיין פון די בום, בום קולות אונמיטען די נאכט.

יב. אז משלים מאכען פשוטע זאכען קאמפליצירט, און קאמפליצירטע זאכען פשוט.

יג. אז איך ווער איבערגענומען פון די רואיגקייט פון די טויטען בעט.

יד. אז געוואלדיג האט איינגענארט דעם ציבור צו ליינען זיין פאליטישער ארטיקל.

טו. אז מיטעל יעריגע יודען בלייבען סטאק פאר יארן, וועגן געשיכטעס וואס האבען זיך אפגעשפילט צענדליגער יארן צוריק.

טז. אז האדמו"ר מסקולען ז"ל פלעגט זיך באטייליגען ביי טישען פון א צווייטע אדמו"ר אן א שטריימעל.

יז. אז מען קען אפלערנען אזא טרוקענע (?) סוגיא פון הקזת דם מיט אזא לומדות.

יח. אז די רויטע ליניעס אויפען 'בארבער סלופ' האט א טיפע באדייט.

יט. וואס גלחים האבען געטוהן אלס פאר קאנטראל.

כ. און צום לעצט, אז א גרופע פון גוטע יודען האבען מקדיש געווען אזוי פיל שעות אז ס'זאל ארויס קומען א דבר השלום.

בן אדם » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:18 pm

· #346648
Chuchem

טז. אז האדמו"ר מסקולען ז"ל פלעגט זיך באטייליגען ביי טישען פון א צווייטע אדמו"ר אן א שטריימעל.

טאקע א חידוש

פיקאסא » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:24 pm

· #346649
@חכם נאדיר 20 גרינע 🙂
בלאט: 1 2