☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נשתכח דרך ויואל משה

נשתכח דרך ויואל משה

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10779

קלינג » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 3:02 pm

· #344585
נשתכח דרך ויואל משה
דער סאטמארער רבי זצ"ל האט זיך צום מערסטנס באקאנט געמאכט מיט זיין שיטה קעגן ציונות און האט מחבר געווען צוויי ספרים וואס זענען ספעציעל געווידמעט פאר די טעמע. התנגדות צו ציוניזם איז נישט קיין סאטמארער ערפידונג. רוב פון די וועלט וואס איז נאך די מלחמה מגלגול געווארן אין די היינטיגע חרדי'שע וועלט זענען געווען קעגן ציונות, וואס האט אין יענע צייטן אראפגעפירט טויזענטער אידן פונעם דרך הישר. דער סאטמארער רבי איז אבער געווען באזונדער בארימט מיט זיין אויסגעשפראכנקייט קעגן יעדע זאך מיט די מינדעסטע שייכות צו ציוניזם, אפילו מענטשן און זאכן וואס האבן געוואלט אויפטאן פאר אידישקייט ווי למשל די אגודת ישראל.

אינגאנצן עטליכע צענדליגער יאר שפעטער איז די שיטה פון ויואל משה פארגעסן געווארן. סאטמאר האט שוין זוכה געווען עובר צו זיין אויף כמעט יעדע עבירה וואס זיי האבן גענוצט צו בארעכטיגן די שיטה פון זייער רבי'ן. התגרות באומות? מדינת ישראל קען זיך קומען לערנען ביי סאטמאר וויאזוי אפצולערנען די סוגיא הלכה למעשה. איין טריפ קיין קרית יואל אדער וויליאמסבורג וועט קלוגער מאכן די ציונים און זיי ווייזן אז זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי עובר צו זיין די עבירה מיט אלע מפורשים.

צה"ל איז טמא, ווייל ס'איז דער סימבאל פון די התגרות באומות, די חברה שומרים איז אבער א געוואלדיגע זאך און יעדער סאטמארער יונגעל חלומ'ט צו ווערן א שומרים ווען ער גייט זיין א טאטע. כח הפועל בנפעל איז אויך נישט קיין כלל און אזוי לאנג ווי דער נפעל איז נישט קיין מוסד אין ארץ ישראל איז עס א געוואלדיגע זאך. אין סאטמאר שטייט מען היינט מיט אפענע הענט צו כאפן יעדע פעני פון סיי וואו. די איינציגע תנאי וואס זיי האבן איז אז יענער זאל זיין גרייט צו געבן. אויב יענער וויל געבן וועט סאטמאר פאר א פאר מינוט פארשפארן דעם ויואל משה אין שאנק און נעמען ווי עס דארף צו זיין. פארקערט: דער געבער וועט באקומען כבוד מלכים ביים נעקסטן דינער מחזק צו זיין די ריינע חינוך על דרך הסלולה להם ולא לנו.

די מדינה הטמאה איז איין שטיק כפירה ומינות ווייל דארט גלייבט מען אין כוחי ועוצם ידי. אין סאטמאר ווייסט מען פון אזא זאך נישט צו זאגן. דארט גלייבט מען אז א מענטש דארף פשוט טאן אביסל השתדלות, ווייל אלעס איז סיי ווי באשערט און א איד דארף לעבן מיט אמונה, אנדערש ווי די פארשאלטענע ציונים, וואס מיינען אז ווי מער מען טוט, אלס מער וועט מען מצליח זיין.

דער כוחי ועוצם ידי האט אויך אנגעברענגט א נייע זאך, פון וואס מ'האט קיינמאל נישט געוואוסט ביי אידן: ווען עמיצער טשעפעט אדער שלאגט דיר, טארסטו זיך נישט פארטיידיגן ווייל אויב יא וועסטו עובר זיין אויף די מצות עשה ולא תעשה בבת אחת פון כוחי ועוצם ידי. די כופרים ופוקרים בארה"ק, וועמענס איינציגסטער שטרעבן איז ככל הגוים בית ישראל, האבן אריינגעברענגט ביי כלל ישראל א נייע באגריף פון זיך נישט לאזן און פון נקמה. די פנים האט געפלאמט פאר בושה ווען די בילדער און ווידיאס פון די טעגליכע ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי געשלעגן אויף רחוב רודני אין ירושלים דארץ ישראל זענען פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט. ערליכע אידן האבן זיך געריבן די אויגן און געפרעגט: הזאת נעמי? צוליב פאליטישע חשבונות און נארישע קריגערייען פון מי בראש גייט מען בשאט נפש עובר זיין אויף חילול השם און כוחי ועוצם ידי? אבער יעדער האט אויך געוואוסט דעם תירוץ: כח הפועל בנפעל! דאס פאסירט אויב מען נעמט געלט פון טריפה'נע מקורות.

עבירה גוררת עבירה, די חרדי'שע פארטייען למיניהם זענען פאלנע שותפים אין אלע מעשים תעתועים פון די ציונים. לא די אז זיי האבן זיך געמאכט א ווילעדזש פאר די צייט, שלאגן זיי זיך נאך מיט די גוי'אישע שכנים און מאכן א חילול השם וואס איז נישט געזען געווארן מעת היתה מדינת ישראל לגוי. זייערע מרידה באומות האט אויפגעפלאמט די שנאת ישראל אויף א שרעקליכן פארנעם, און אפילו יעדער זעט שוין קלאר די קאנסעקווענצן זענען זיי ווייטער עומד במרדם. ס'איז באקאנט די מעשה מיטן פארברעכער וואס האט אונטערגעצינדן א הויז און נאכדעם אנגעהויבן שרייען אז מען דארף אויסלעשן דער פייער, והנמשל מאליו מובן.

אידן האבן אייביג געוואוסט אז מיר זענען אין גלות, מיר זענען אנגעוויזן אויף די חסדים פון די פעלקער וואו מיר וואוינען. וועגן דעם האבן אידן קיינמאל נישט אויפגעהויבן דעם קאפ און זיך חלילה גערייצט מיט די גוים. זענען געקומען די ציונים און אנגעהויבן פירן מלחמות מיט גוים וואס האבן זיך געוואגט צו קומען וואוינען אין אונזערע געגענטער. חוץ מזה וואס דאס איז א התגרות באומות אויפן שרעקליכסטן פארנעם, איז עס אויך א חוצפה זיך אויפצוהייבן דעם קאפ און עובר זיין אויף דעם "למה תתראו" קעגן די אומות העולם.

די ציונים זענען אזעלכע רשעים און עוקרי הדת אז זיי טרעטן בשאט נפש נישט נאר אויף די תורה נאר אויך אויף די שיטה הקדושה. ערליכע אידן, די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הכסף והכבוד, וועלן אבער ממשיך זיין אויסצושרייען דעם דבר השם און מוחה זיין קעגן אזוי גערופענע "ראשי ישיבות" ווי דער באקאנטער מהרס "הרב" שטיינמאן. מיר וועלן אויך ממשיך זיין אויסצופירן רצון קדשו פונעם רבי'ן זי"ע דורכן פארשפרייטן די ריינע דעת תורה פאר די גוים און באצאלן פאר אנאנסן אין די צייטונגען און אויף די ראדיא מסביר צו זיין פאר די אומות העולם דעם חומר הענין פון נעמען בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס אינעם טמא'נעם צה"ל, וואס איז אזא דבר פשוט אז אפילו א גוי פארשטייט עס, נאר ליידער ישראל כשיורדין יורדין עד לתהום און זיי רייסן אוועק אומשולדיגע צאן קדשים פון די ערליכע ריינע גאס צו די הפקרות'דיגע כוחי ועוצם ידי מיליטער, וואו די ערשטע זאך נאכן איינגעשוואוירן ווערן איז צו טרעטן דריי מאל אויף א סידור כפתור ופרח.

אונזערע אומאפהענגיקע ארגאנען וועלן ווייטער משמיע זיין דעת תורתנו הק' און אפענטפערן דעם צד שכנגד און זיך נישט שרעקן פאר די ציונים, וואס גלייבן ווי גולמים יעדע ווארט וואס זייערע טריפה'נע רעליגיעז ציוניסטישע צייטונגען קארמען זייער ציבור וואך איין וואך אויס.

היינט זעט שוין די גאנצע וועלט איין דעם אמת און אפילו די מזרחיסטן זענען שטילערהייט מודה אז די ציונים ווילן גארנישט עפעס אנדערש ווי עקירת הדת. לפנים מאכן זיי נאך דעם אנשטעל ווי די ציונים שטיצן מוסדות און פארקויפן זיך אזעלכע פרעכע שקרים אז העלפט פונעם טמא'נעם צה"ל זענען שומרי תורה ומצות, בשעת יעדער בר דעת ווייסט קלאר אז דאס איז שקר וכזב און די איינציגע סיבה פארוואס די ציונים האבן געדארפט א לאנד איז נאר געווען כדי זיך צו קענען איזדיעקעווען אויף ערליכע אידן. ווען זיי זענען אבער אליין פארשפארט אין א צימער וואו קיינער זעט און הערט נישט, זענען זיי אבער מודה אז דער רבי איז געווען גערעכט!

עוד לה אבדה תקותנו להיות עם חפשי אינעם הייליגן שטעטל ובארץ ציון וירושלים דאמעריקע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 3:17 pm

· #344587
איז דאס ווערסיע 2.0 פון דעם אשכול?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10145">viewtopic.php?f=4&t=10145</a><!-- l -->

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 3:34 pm

· #344589
קענסט זאגן וואס דו ווילסט אבער דער האט א אויסערגעווענליכער פעדער.

קלינג » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:06 pm

· #344598
Re: נשתכח דרך ויואל משה
שמעקעדיג
איז דאס ווערסיע 2.0 פון דעם אשכול?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10145">viewtopic.php?f=4&t=10145</a><!-- l -->


יא אבער דאס דארף מען חזרן און חזרן. די שיטה הק׳ איז ליידער פארגעסן געווארן און מ׳ דארף זיכער מאכן אז די שכחה זאל כאטש געדענקט ווערן. אויב נישט וועט די פארגעסענע שיטה טראגן אזא פנים ווי דעם פארגעסענעם דרך הבעש״ט וואס קיינער געדענקט שוין נישט אז ס׳איז אמאל פארגעסן געווארן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:28 pm

· #344604
שמעקעדיג
איז דאס ווערסיע 2.0 פון דעם אשכול?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10145">viewtopic.php?f=4&t=10145</a><!-- l -->

דער עולם האט דארט געהאט שוועריגקייטען פארשטיין דברי קדשו וואס האבען געקלינגען מסוף העולם ועד טבורו. דעריבער האט מען געדארפט א ביאור רחב

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 9:13 pm

· #344619
גלייך דעם שריפט, סקעפטיש איבער דעם אינהאלט.
אדאנק קלינג פאר אריינקומען דא פון צייט צו צייט.

טייערע ברודער » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 5:27 am

· #344652
כנראה, קושטא קאי שיקרא לא קאי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 6:36 am

· #344653
וועגען דעם איז נשתכחה תורת הבע"ש?

טייערע ברודער » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 7:50 am

· #344656
פאר די וואס האלטען אזוי איז עס מסתמא וועגען די סיבה.

קאמענטירער » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 10:21 am

· #344662
סארי איך זעה אין די ארטיקעל שנאה סילוף אין די וועלט אריין און זיכט נישט קיין טראפ צו פארשטיין א צוויייטענס וועג פון טראכטען אזא ארטיקעל פאסט פאר אן אנטטי סטמארע אייוועלט
אגב צוויי שנעלע הערות דו נעמסט סאטמאר און די מישט עס אויס מיט א טשולענט קאך-לעפעל סיי די יארען און סיי די אלע מענטשען וואס פארופען זיך היינט סאטמאר אלטס גוש אחד
שנית ווען סאטמאר גייט ווען אינגאנצען לפי די נטורי קרתא (וואס זיי טענעה'ן ווי דיר אז דאס איז די מהלך פון ויואל משה) ביזטו להשמיד אויף סאטמאר און ווען סאטמאר נעמט מער א שייד וועג פאנגסטו אן חוזק מאכען און די שרייבסט אזא ארטיקעל פיין האב הצלחה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 10:56 am

· #344664
טייערע ברודער
פאר די וואס האלטען אזוי איז עס מסתמא וועגען די סיבה.


הייסט'ס דער צאנזער רב האט אויך געהאלטען אזוי? אקעי.
שמעתי מפ"ק הרה"צ מוואודרידזש שליט"א "די וואס ווילען זיך דינגען אויף נשתכחה, זאלען מוחל זיין און אונז דערמאנען וואס זיי געדענקען. נשתכחה איז נישט קיין שיטה, ס'איז א מציאות. טאמער דו זאגסט אז נישט, ווייז אויף".

בן אדם » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 1:19 pm

· #344675
דאס איז אזוי ווי די מעשה מיט'ן קעניג וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין גוטן טעיסט צו זיינער דיאמאנט שטיינער און האטאלס געטענה'ט אז זיינע שטיינער סוחרים פארשטייען נישט קיין עסק. אמאל ווען זיי זענען געקומען האט ער זיי געזאגט אז ער אעז זיכער זיי פארשטייען נישט צו קיין שטיינער און אויב זיי האלטן אז יא זאלן זיי אים אויפווייזען... האבן זיי אים געזאגט, אדוני המלך, וויפיל מ'וועט אייך נאר אופווייזען וועט איר נישט פארשטיין א חוץ אויב איר וועט מסכים זיין צו נעמען א פולע קורס אין דעם הינזיכט..

די זעלבע זאך קען געזאגט ווערן דא. הרב לעבאוויטש במחילת כבוד קדושתו הגדולה האט נאך קיינמאל נישט טוען געווען פונ'ם דרך החסידות און ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז. זיינע פאר חסידישע ספרים אין וואס ער האט שוין אריינגעקוקט זעט ער נישט מער נאר ווי א נספח צום הייליגן משכיל אל דל פונ'ם הייליגן אור שבעת הימים ר' הלל קאלאמייער זי"ע, און אזוי קען מען קיין חסידות נישט פארשטיין.

מודיעין » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 2:00 pm

· #344677
מדבריך ניכר אז איר קענט נישט הרב לעבאוויטש. קענסט האבן אנדערע קריטיק אויף אים אבער נישט דאס אז ער קען נישט ספרי חסידות, וואס ער איז א ריזן ידען בכלל אין ספרים און ווי אויך אין ספרי חסידות, און סיי אין די תולדות וסיפורי החסידות, אויף זיך האלט ער אז ער איז א ממשיך פון משכיל אל דל און נישט אויף חסידות בכלל, ממילא ווייס איך נישט וואס דו מיינסט פונקטליך, אז ער קען נישט חסידות.

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 2:52 pm

· #344680
ס'איז נישט ריכטיג הרב שטיסל. ס'איז א פיינער ארטיקל פון א ליטערארישן שטאנדפונקט. אזוי זעט עס מיר אויס בהשקפה ראשונה. איך פארשטיי דיינע טענות פון צוזאמווארפן, אבער דו דארפסט נעמען אין באטראכט דעם זשאנער - ס'איז רעטאריש און סארקאסטיש. צי מ'זאל מסכים זיין מיט דעם מעסעדזש וואס קומט ארויס פונעם ארטיקל איז שוין א באזונדערע טעמע.

כשלעצמי זע איך גוטע נקודות אינעם ארטיקל. אודאי פאלט אריין גוזמאות און הכללות אין א רעטארישן ארטיקל. אבער ס'איז חומר למחשבה. איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל געבן א שמייכל און דערנאך זיך פארמעסטן מיט יעדער נקודה באזונדער.

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:13 pm

· #344686
קאמענטירער
מישט עס אויס מיט א טשולענט קאך-לעפעל סיי די יארען און סיי די אלע מענטשען וואס פארופען זיך היינט סאטמאר אלטס גוש אחד
שנית ווען סאטמאר גייט ווען אינגאנצען לפי די נטורי קרתא (וואס זיי טענעה'ן ווי דיר אז דאס איז די מהלך פון ויואל משה) ביזטו להשמיד אויף סאטמאר און ווען סאטמאר נעמט מער א שייד וועג פאנגסטו אן חוזק מאכען און די שרייבסט אזא ארטיקעל פיין האב הצלחה


קאמענטירער, מ'קען דאך נישט האבן קיין ספק אז דער שרייבער איז נישט אויף דער זייט פון סאטמאר. אין דעם דארף נישט זיין קיין איבערראשונג. דאס דארף מען נאך קענען אראפשלינגען.

די טעזע פונעם ארטיקל איז, אז סאטמאר איז קעגן ציונות נאר ווען ס'האנדלט זיך פון מדינת ישראל, אבער זיי פאלגן נישט די זעלבע פארשריפטן ווען ס'קומט צו זיך אליין. דער שרייבער קומט נישט מציע זיין אז ס'אטמאר זאל זיין ווי נטורי קרתא, נאר פארקערט - אז זיי זאלן נישט ניצן קיין דאפלטע סטאנדארטן ווען ס'קומט צו מדינת ישראל.

דא איז פאראן נאך א נקודה צו באטראכטן: פאליטישער ציוניזם איז נישט קיין אידעאלאגיע וואס "גלייבט אין זיך רייצן" (לאמיר לאזן רעטאריק אין א זייט), נאר ס'איז געשטעלט אויף א מאדערנעם פאליטישן יסוד, ווי אלע מדינות אין דער וועלט, אז מ'דארף באשיצן די גרעניצן פון שונאים. ובכן איז דא א מקום צו זאגן אז אפילו א געשוואוירענער ציוניסט זאל זיין קעגן "התגרות באומות" אין חוץ לארץ, וועלכע ווערט געפירט דורך קליינליכע חשבונות. מ'קען אויך זיכער זיין אז די חלות פון אן "איסור התגרות באומות" דארף דא שייך זיין נאך מער. נישט אזוי?

אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז די כוונה פון הרב קלינג געווען צו דער דערמאנטער נקודה - אבער זיין טעזע איז גילטיג אויך אן דעם.

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:19 pm

· #344687
[ציטאט אראפגענומען]


מיר דאכט זיך אז ס'איז מער אן ענין פון געפיל. קען זיין אז דו ביסט מער אויפריכטיג ווי אנדערע אין דיין סביבה, אבער ס'זענען דא אנדערע וואס זענען ווייניגער אויפריכטיג - און קעגן זיי צילט קלינג זיינע ווערטער. מ'דארף עס קענען פארדייען.

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:29 pm

· #344689
[ציטאט אראפגענומען]


א דאנק פאר דיין קאמפלימענט. אבער איך האב עס בסך הכל פארשטאנען אין קלינג.

ס'איז דיר מסתמא שווער צו ליינען סארקאזם (און איך קען מיך אידענטיפיצירן מיט דעם געפיל..) דאס איז דער חיסרון פון שרייבן קריטיק אין א צינישן טאן, און א שרייבער דארף טראכטן צוויי מאל צי ער זאל נעמען דעם שניט.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:29 pm

· #344690
מודיעין
מדבריך ניכר אז איר קענט נישט הרב לעבאוויטש. קענסט האבן אנדערע קריטיק אויף אים אבער נישט דאס אז ער קען נישט ספרי חסידות, וואס ער איז א ריזן ידען בכלל אין ספרים און ווי אויך אין ספרי חסידות, און סיי אין די תולדות וסיפורי החסידות, אויף זיך האלט ער אז ער איז א ממשיך פון משכיל אל דל און נישט אויף חסידות בכלל, ממילא ווייס איך נישט וואס דו מיינסט פונקטליך, אז ער קען נישט חסידות.

מודיעין: ייש"כ. את במודיעין ומצודתך פרוסה ב'קאווע שטיבל. איך בין מסכים מיט דיר 100%. אויב בן אדם זאגט אז הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א האט נאר 2 אדער 3 ספרי חסידות און זיינע גאנצע ידיעות אין חסידות איז מיוסד אויף ר' הילל קאלאמייער'ס שיטה קען ער איהם בכלל נישט און ער איז קיינמאל נישט געווען ביי איהם און געזעהן זיינע טויזנטער ספרים אויף אלע מקצועות שבתורה וחסידות. און ער הייבט איהם נישט אן צו קענען. איך מיין אז די זעלבע קען מען זאגן אויף די אלע מענטשן וועלכע לערנען אראפ א טייל פון די היינטיגע הנהגה און די הוגי דיעות אין סאטמאר היינטיגע צייטן אויפ'ן סאטמאר'ע רב דער בעל דברי יואל, האבן איהם נישט אנגעהויבן צו קענען...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:39 pm

· #344693
Re: נשתכח דרך ויואל משה
ווען מ'האט אנגעהויבען מתנגד זיין צו ציונות, איז דער בילד געווען אזוי. א איד זיצט שטיל, איינגעלייגט, ער זוכט נישט קיין ערע ביים גוי, ער זוכט איהם נישט צו געפעלען און נישט צו ווייזען ווי קלוג און געראטען ער איז, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב. יעדער זאך פון א גוי איז דערווייטערט און פארדאמט, און מיר ווילען לעבען אליינס. דער טובה וואס מ'בעט פון א גוי איז אונז צו לאזען שטיל. ציונים האבען געפייערט און געפאמפעט אז אונז זע'מיר דא, אונז קענען אליינס, מיר האבען געווער, שכל, כח, מיר וועלען שוין אלעמען ווייזען. מער האבען זיי זיך נישט וואס צו שעמען פון גוי.
ווען היינטיגע צייטען זוכט מען צו זיין א פולקאמע חלק פון די אמעריקאנע ווערטשאפט, מ'בעט, צו בעסער געזאגט, מ'פאדערט געלט פונ'ם גוי פאר אונזער סאמע לעבען, מיר פאדערען זעלבסט רעכטען ווי ס'לאזט זיך, הייסט'ס מ'האט פון זיך אראפ געווארפען אט די בילד פון א שטילע איידעלע גלות איד.

וכן לגבי כח הפועל בנפעל. וואוילע ערליכע דערהויבענע אידען האבען אכטונג געגעבען אין די ארנטליכקייט פון געלט. זיך געהיטען פון די קלענסטע חשש גניבה. אנדערע האבען געהאלטען נאך מער. אז געלט וואס קומט פון איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די תורה הקדושה קען פאראורזאכען אזעלכע קרומקייטען ביי דער וואס ער נעמט עס. דעריבער האט מען נישט גענומען קיין געלט פון די ציונים. אמעריקאנער רעגירונג געלט דארף נישט צו זיין אנדעריש. געלט פון גנבים און עשקנים, אפילו די וואס גייען קוטשמער'ס און שטאפענע קאפעלוטשען, דארף אויך אריינגייען אין די חשבון.
והנה און נון! קיינער גייט נישט אן אז א פרעכע גנב באקומט כבוד און שטיצע ביי רבי זכרונו לברכה אידען. גאנצע מוסדות וואס האבען זיך שטארק צוריק געהאלטען פון געניסען פונ'ם שלחן איזבל האבען במקומו געניסען פון דער שורף הדור אין וומסב"ג.
דאס איז טייטש נשתכחה

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

קלינג » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:22 pm

· #345079
Re: נשתכח דרך ויואל משה
[ציטאט אראפגענומען]


ביזט נישט מסכים אז די ציונים האבן געגרינדעט א ווילידזש פאר די צייט און אז זיי טרעטן בשאט נפש אויף די ג׳ עבירות החמורות מיט זיך שלאגן און רייצן מיט די גוים?
דו זעסט טאקע נישט קיין פראבלעם מיט דעם ציוניסטישן ״חברה שומרים״ וועמענס גאנצע עקזיסטענץ איז א שרעקליכע ״כוחי ועוצם ידי״?
די ציוניסטישע מוסדות שטאפן זיך מיט געלט וואס קומט פון גניבה און חילול השם און אפילו נאך ערגערס, וואס איז נישט אבק של כח הפועל בנפעל נאר ממש די עבירה אליין! דו זעסט טאקע גארנישט ראנג דערמיט???
דער גרעסטער חידוש איז אז היינט ווען די גאנצע וועלט זעט שוין קלאר אז דער רבי איז געווען גערעכט זאלן מענטשן זיין אזוי בלינד! דאס אלעס איז א תוצאה פון זיין משועבד צו די פארטייען למיניהם, אויף וואס דער רבי האט אזוי מרעיש עולמות געווען.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 2:56 pm

· #345100
דער ווילעדש איז א באשעפעניש און א ענטיטי תחת ממשלת וחוקי מדינת ניו יורק, נאר וואס דען, יעדער ווילעדש פירט זיך זייער אייגן ווירטשאפט פשוט אלס פראקטישקייט, קענסטאך נישט ערווארטן אז אלבעני זאל זיך פארען מיט יעדער קליינער שטעטעלע איבער גאנץ ניו יורק, אבער אלעס איז א ניו יארק סטעיט ענטיטי אונטערגעווארפן אונטער איר הערשאפט

יעקב מענטש » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:47 pm

· #345134
ס'קען זיין אז דער האט געוויסע ריכטיגע נקודות, אבער זיין מדמה זיין מילתא למילתא ווייזט אז זיין לאגיק איז דיסעיבלד.

אפי' לו יצוייר אז דער סאטמערע עולם פיהרט זיך עטוואס שלא ביושר, איז בכלל נישט קיין התדמות צו די פראבלעמען וואס זיי האבן מיט ציונות, אבער ביי אים איז עס שוין היפאקריסי...

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 6:18 pm

· #345143
הרב שטיסל, וואס בייזערסטעך אזוי? איך האב גראדע הנאה געהאט פון קלינגס ארטיקל, טאקע געשריבן מיט אסאך האס, אבער למען האמת זעה איך נישט די הינדערטע שקרים וואס דו האסט געטראפן און זיינע ווערטער.

קלוגע יודל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 7:05 pm

· #345152
Re: נשתכח דרך ויואל משה
סמבטיון
הרב שטיסל, וואס בייזערסטעך אזוי? איך האב גראדע הנאה געהאט פון קלינגס ארטיקל, טאקע געשריבן מיט אסאך האס, אבער למען האמת זעה איך נישט די הינדערטע שקרים וואס דו האסט געטראפן און זיינע ווערטער.

@שטיסל'ס מאמע האט איהם געמאכט פאר א קנאי, מיט'ן קוקען אויף די ישראלישען מיליטערישן פליגערס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 7:12 pm

· #345155
איינער האט מיר פארציילט זכרונות פון ירושלים, ווי ער זעט א מאמע פראבירט אוועק צו שלעפען א קליינן קינד פון א הפגנה, זאגענדיג אז ס'איז שוין צייט צו גייען שלאפען. ענטפערט דער קינד (מיט א גרויסע שטיין אין די האנט) "מאמא, איך קען נישט לאזען ירושלים הפקר".

מאטי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:26 pm

· #345318
גאלד
דער ווילעדש איז א באשעפעניש און א ענטיטי תחת ממשלת וחוקי מדינת ניו יורק, נאר וואס דען, יעדער ווילעדש פירט זיך זייער אייגן ווירטשאפט פשוט אלס פראקטישקייט, קענסטאך נישט ערווארטן אז אלבעני זאל זיך פארען מיט יעדער קליינער שטעטעלע איבער גאנץ ניו יורק, אבער אלעס איז א ניו יארק סטעיט ענטיטי אונטערגעווארפן אונטער איר הערשאפט


וואו איז די מקור אז "שלטון עצמאית" איז פונקט א שמוץ אריבער וואס מיר רופן וויליזדש, האבן די אידן וואס זענען געקומען צו די מיטינג וואו די ג' שבועות' איז פארגעקומען געוואוסט די נפק"מ צווישן א וויליעזדש און א סטעיט?

בר-כוכבא » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:58 pm

· #345324
Re: נשתכח דרך ויואל משה
ועוד, די פרייע וועלט קען דען טעכניש נישט באיקאטירן און אונטערברענגען די רעגירונג אין ארץ ישראל?

מאטי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:29 pm

· #345328
און בכלל זענען היינט אלע ציוויליזירטע מדינות פארפליכטעט צו אינטערנאציאנאלע געזעצן.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:40 am

· #347191
קלינג
נשתכח דרך ויואל משה


ער האט געהאט א דרך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:23 pm

· #347261
מאטי
גאלד
דער ווילעדש איז א באשעפעניש און א ענטיטי תחת ממשלת וחוקי מדינת ניו יורק, נאר וואס דען, יעדער ווילעדש פירט זיך זייער אייגן ווירטשאפט פשוט אלס פראקטישקייט, קענסטאך נישט ערווארטן אז אלבעני זאל זיך פארען מיט יעדער קליינער שטעטעלע איבער גאנץ ניו יורק, אבער אלעס איז א ניו יארק סטעיט ענטיטי אונטערגעווארפן אונטער איר הערשאפט


וואו איז די מקור אז "שלטון עצמאית" איז פונקט א שמוץ אריבער וואס מיר רופן וויליזדש, האבן די אידן וואס זענען געקומען צו די מיטינג וואו די ג' שבועות' איז פארגעקומען געוואוסט די נפק"מ צווישן א וויליעזדש און א סטעיט?

אבער די רש"י אין מס' סנהדרין וואו די גמ' זאגט..."אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט רש"י..."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...חוץ אויב איך לערן (ציוניסטיש) פשט אז ישראל, מיינט מען מדינת ישראל. אז מדינת ישראל טאר נישט האבן קיין שום שולטנות קלה ודלה. אבער מרן רביה"ק, הגה"ק מעג יא...!

קנאק-יענקל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:15 pm

· #347270
berlbalaguleh

אבער די רש"י אין מס' סנהדרין וואו די גמ' זאגט..."אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט רש"י..."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...חוץ אויב איך לערן (ציוניסטיש) פשט אז ישראל, מיינט מען מדינת ישראל. אז מדינת ישראל טאר נישט האבן קיין שום שולטנות קלה ודלה. אבער מרן רביה"ק, הגה"ק מעג יא...!


לייג שוין צו:
רבי יעקב יוסף מסקווירא @שיכון סקווירא
וחתנו רבי מרדכי הגר מויזניץ @כתר ווילעדזש

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:48 pm

· #347339
קנאק-יענקל
berlbalaguleh

אבער די רש"י אין מס' סנהדרין וואו די גמ' זאגט..."אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט רש"י..."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...חוץ אויב איך לערן (ציוניסטיש) פשט אז ישראל, מיינט מען מדינת ישראל. אז מדינת ישראל טאר נישט האבן קיין שום שולטנות קלה ודלה. אבער מרן רביה"ק, הגה"ק מעג יא...!


לייג שוין צו:
רבי יעקב יוסף מסקווירא @שיכון סקווירא
וחתנו רבי מרדכי הגר מויזניץ @כתר ווילעדזש

קנאק יענקל: אבער דיא אלע שלאגן זיך נישט מיט זייערע גוי'אישע שכנים איבער אנעקסירן טעריטאריע. זיי זענען משוגעים פאר זיך.
נ.ב.: איך האב דא נישט געמיינט די פריער'דיגע צדיקים די מייסדי הקריות. כ'מיין די היינטיגע צאדיק'ס. די עבודה זרה'ס...!
נאך אן אינטרעסאנטן עפיזאד האב איך באמערק'ט אויף איינס פון די קליפס. ווען ס'זענען געווען די היערינגס אין קר"י איבער די אנעקסעישן איז געווען דארט א גוי'טע (פריצות'דיג אנגעטון. און זי האט געהאלטן א סיין מיט קידוש לבנה אותיות. ווי ס'געשטאנען די פאלגענדע ווערטער..."Hisgaros B'umos is against the Torah...!