☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10778

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:27 pm

· #344513
כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל
איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:44 am

· #344528
באבאבער רב זצ"ל האט אמאל געזאגט צו זיינע חסידים, אז מען זאל זיך נישט אננעממן פאר זיין כבוד, דער וואס וועט זיך אננעממען פאר זיין כבוד איז ער נישט מוחל בזה ובבא.

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:51 am

· #344530
ווען ער פלעגט קומען צו א שמחה וכדומה איז יעדער גיווען צופרידן געגעבן יעדן ריספעקט אפילו א קליין קינד. סאיז א גרויסע זאך סדא אזאך פערזענליכקייטן וואס מאכן זיכער בטעות אלעמאל איינעם צו באליידיגן.

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:57 am

· #344531
ער האט זיך אוועגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אנדערע.זעהר אסך מענטשן בפרט זיינע חסידים האבן נהנה גיווען עצה ותושיה.
און ער האט געפענט מוסדות התורה בכל קצבי תבל נאך פאר סאיז גיווען א ביזנעס.
זיין חדר אין קרוין הייטס איז גיווען זעהר גרויס און חובות האט ער גיהאט איבערען קאפ.

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 1:01 am

· #344532
און ער איז נישט גיווען פרום. ער איז גיווען ערליך. כידוע האט ראפשיצער רב געזאגט אז פרום ר"ת פיהל רשעות ווייניג מצוות

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 1:05 am

· #344533
סהאט עם ווייניג איטרעסירט וואס אנדערע פרומער וועלן טראכטן אויף געוויסע זאכן וואס ער האט זיך געפירט.
ער האט געטוהן וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג!

אביסעל שכל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 1:13 am

· #344534
הוא היה אומר אז כידוע די יצר הרע וועט מען שחטן ווען משיח וועט קומען. פארוואס? ער האט דאך געטוהן זיין שליחות. די סיבה איז ווייל ער זאגט אן עבירה איז א מצוה. נו אז די יצר הרע לייגט פאר זיין מצוה און די יצר טוב לייגט פאר זיין מצוה וועם זאל די מענטש פאלגען? ער זאל זעהן וועלכע מצוה ציהט עם מער און יענץ זאל ער נישט טוהן!

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 8:55 am

· #344544
קען זיין אז ער האט עס געזאגט אבער דאס שטייט שוין פון פריערדיגע (די בני יששכר ברענגט עס כמה פעמים).

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 11:47 am

· #344567
יישר כח @אביסעל שכל פאר שרייבן אפאר קורצע שטריכן פונעם צדיק.

ברוך שאמר » זונטאג אוגוסט 7, 2016 3:47 am

· #344731
כ"ק אדמו"ר מבאבעוו
עס מיז ג'יין מיט ליצנות???

newkave » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 7:59 pm

· #389188
[ציטאט אראפגענומען]


שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.

סקרן » מאנטאג יוני 18, 2018 1:03 pm

· #406327
פארוואס פיהלען די סאטמארע געThreatened ווען מ'רעדט גרויס אויף באבובער רב כאילו ס'מאכט קלענער סאטמאר רב
און די באבובער פיהלען די זעלבע פארקערט

אישתישבי » מאנטאג יוני 18, 2018 8:19 pm

· #406407
ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 19, 2018 10:14 am

· #406471
אישתישבי
ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.

הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:32 am

· #406813
newkave
[ציטאט אראפגענומען]


שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.

איינס איז יא געבליבן

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 8:12 am

· #406831
נקודת-אמת
אישתישבי
ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.

הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...


אייביג איין זייטיג.....

ווייל דער באבאווער האלט אז ר' שלמה איז געוועהן א גאון הגאונים.....

בן ישי » פרייטאג יולי 13, 2018 2:45 pm

· #408683
סמבטיון
איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.

היינט די יארצייט.
עפעס א שיינע מעשה?

בן ישי » פרייטאג יולי 13, 2018 4:11 pm

· #408691
שיין
📎 Dh92uhrXkAAhqhE.jpeg 📎 Dh92uhsXUAAWsjT.jpeg