בן אדםוואס טוט מען מיט א אינגעל וואס ווערט דזשעלעס פון די פרומערע שכנים וקרובים? נעכטן האט ער געבעטען וואלענע ציצית און היינט וויל ער פרומערע ברילן און מארגן גייט ער וועלן א גרעסערע קאפל, און באלד גייט ער דרייען א קאפ אז ער וויל א בעקיטשע פאר שבת...!
ס'טוט מען דא?
רוף די מוסד אז דו ווילסט נישט אזעליכע קינדער אין די מוסדות מיט דיינע קינדער...
ערנסט גערעדט, דארפן קינדער זיך לערנען אז יעדע מידה האט שטאפלען, און יעדער דארף וויסן זיין מקום און לעוועל אויף די וועלט, באזירט אויף זיין בעקגראונד (עלטערן, חסידות, וכו').
עס זענען פארהאן בעסער מענטשן ווי אונז און ערגערע פון אונז. ד.ה. עס זענען פארהאן קהילות מיט בעסערע מנהגים און אפילו אפשר מנהיגים פון אונזערע קהילה, און עס זענען פארהאן אידן צוויישען אונזערע קהילה וואס זענען ערליכער און ערענסטער פון אונז. דאס זעלבע איז אויף די נעגיטיווער דירעקציע. אין די זעלבע צייט, דארף מען איבער'חזר'ן די "עליונים למטה תחתונים למעלה", אז נישט יעדע זאך וואס קוקט אויס בעסער איז העכער ווי די וואס קוקט אויס ווייניגער. (נאכמער, א קינד דארף וויסען אז די מכל מלמדי השכלתי גייט אהן אויף יעדער בר נש אויף דער וועלט, און אפשר אפילו אויף בעלי חיות.)
איצט, אז מ'רעדט פון ווערן פרומער, דארף מען געדענקן צוויי זאכן:
(א) פרום קען [אסאך] אמאל זיין א דירעקטער רעזולטאט פון שוואכקייטן אין אידישקייט. נישט אז עס מיינט נישט קיין סאך, נאר עס קען ווייזן אויף "אסאך ווייניג".
(ב) עס שאדט נישט צו נאכגיבן אויף געוויסע פרומקייטן אויב עס קומט פון איינע פון די מחנכים אינעם קינד'ס לעבן (א שטייגער ווי א מדריך, מלמד, עלטערן וכדומה), ווי לאנג עס קומט נישט מיטן על מנת לקנטר, צו self righteousness.