א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10763
א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
עפעס א ווידיאו איז דא בשאט נפש ארעסטירט מען א איד אין לייקוואד עיר ה?__ תחת השמש דורכן ווייב פארענט פון קינדער ואין פוצה פה ומצפצף??
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
דיטעילס? ווידיא ?
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
איך האב נישט געזען זיין קינדער אין די ווידיאו. ס'איז אבער א שרעק אזוי אויך
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
וואס איז די מעשה?
כווייס נישט די מעשה אבער אויב סאיז אמת די באריכטען אז די ווייב האט עם ארעסטעד ווייזט עס וואסערע שלענג פרויען קענען זיין, צו ווייזען וואס זיי טוהן מיט רשעות קעגען א מאן, כהאב נאנכישט געהערט א פרומע מאן ארעסטירען זיין ווייב, אבער היימישע פוירען ארעסטירן זייערע מענער האט מען שוין געהערט אפאר מאל די לעצטע יאהרען.
איין זאך זאל זי ווייסען אז אירע קינדער גייען גיין צו עם און וועלען איר נישט אנקוקען ווען זיי ווערען גרויס, דעס גייט זיין זיין גרעסטע נצחון קעגען איר
(כרעד אין דזשענערעל פון אזעלכע קעיסעס)
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
אינטערסאנט, מענטשן זעהן א פראקציע פון א מעשה, און זיי זענען שוין גאנצע שופטים געווארן.
אפשר האט ער איר גערעיפט די לעצטע דריי חדשים נאכאנאנד?
אפשר האט ער געסטראשעט מיט שעדליכע מיטלען?
אפשר האט ער איר פיזיש צעשלאגן כסדר?
וכו' וכו'.
קענסט דען די מעשה?
ס'קען אולי זיין אז זי איז טאקע נישט גערעכט, אבער פון וואנעט ווייסטו דאס??
דאס אז מענער ארעסטירן נישט די ווייבער איז א נערישע טענה, וויבאלד א מאן ווערט נישט גערעיפט (אין רוב פעלער), און אפילו אויב ס'מאכט זיך שוין אז זי באגייט זיך מיט אים אויף א פיזישן אופן דארף נישט זיין א פראבלעם אפצוציען, ער נעמט דאך נישט קעיר פון די קינדער.
די זעלבע טענה איך אויך אויף די קליפס פון די געשאסענע שחורים, והנלע"ד כתבתי.
ס'הייסט, מענטשן זענען דן מיט זייערע הרגשים, נישט מיט שכל.
קל וחומר קוק איבער דעם קעפל:
''פארענט פון די קינדער''.
גארנישט געט א רעכט צו טון דאס
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
נאכאמאל, איך קען נישט די מעשה און דו קענסט עס אויך נישט.
ווילסט איך זאל זיין קריעיטיוו און מאכן פעלער וואס ס'איז יא בארעכטיגט?
נאדיר.
1-עס איז געווען אן עמערדשענסי ער האט איר געוואלט שעדיגן דארט פארנט פון די קינדער.
2-ער האט געוואלט עפעס פיזיש טוהן צו זיין קינד באונס. (דעי 'עפעס' קען מיינען אסאך וד"ל)
3-זי האט געהאט אריינגעגעבן א קלעים אויף אים מיט צוויי חדשים צוריק און זיי זענען יעצט געקומען. (געווען לעצטענס א קליפ ווי א פרוי (אולי זי?) רעדט זיך אפ צום קאנסיל/דיסטריקט וכו' (געדענק נישט די פונקטליכע תואר) אז איר מאן ניצט זיין כח אינערהאלב דעם FD איר צו באפאלן על לא דבר, יכול להיות אז זיי האבן עס אויסגעפארשט און ווען 'זיי' האבן מחליט געווען צו ארעסטירן האבן זיי עס געטוען).
בקיצור, פון א הונדערטצטל פון א מעשה וואס זענען מעורר הרגשים קען מען נישט דן זיין.
קל וחומר,
א. דו האסט מחליט געווען אז מענער זענען ערגער ווי פרויען. ס'קען נישט זיין אז א פרוי זאל עפעס טוהן צו איהר מאן וואס זאל פאדערען איינזעצען, משא"כ פארקערט. מהיכן דנתוני?
ב. דאס אז ס'איז דא עסקנים אין לעיקוואוד וואס שטופען צו אזעלכע זאכען, ווייסען מיר אלע. די שאלה איז ואוס האט דא פאסירט. מיט א וודיאו קלינגט עס שטארקער, אבער די פראבלעם פון אויסגעלאבענע אומפארהייראטע עסקנים איז א כלליות'דיגע פראבלעם.
ג. ווען איך זעי איינער שיסט א צווייטען, דארף איך נישט גלייך דן זיין אז מסתמא ס'איז איהם געקומען. ווען די פרוי וויל זיך פארטיידיגען, זאל זי אזוי טוהן. ביזדערווייל זעי איך איין שלעכטע.
ד. דאס וואס דו טענה'סט אז ס'איז מעגליך געווען דרינגענד, איז גאנץ נישט מסתבר. אלס איז רואיג דארט און זי האט זיך נישט געדארפט באווייזען. זי האט געקענט גלייך אוועק גייען. נאר מ'זעט ווי זי האט הנאה דערפון און זוכט אריינצומישען. דאס איז א נקמה אקט, נישט קיין זעלבסט שיצונג.
איין קאממענט האביך געזעהן ערגעץ אז זי וויל נישט קומען צו בי''ד און זיי האבען ארויסגעגעבן א כתב סירוב אקעגן איר. ער איז געקומען זעהן זיינע קינדער און זי האט געזאגט אז 'עפעס' אין זיין טאש זעהט איר אויס פארדעכטיגט.
יעצט דארף מען הערן איר צד.
וואס איז די ברייטע שמייכל אויפן מאנ'ס געזיכט בשעת די ארעסט? ער קוקט אויס עפעס צו רואיג.
ער פרייט זיך אז די קינדער גייען צום סוף קומען צו עם......
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
שמעקעדיגוואס איז די ברייטע שמייכל אויפן מאנ'ס געזיכט בשעת די ארעסט? ער קוקט אויס עפעס צו רואיג.
צו לינדערן די בושות.
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
<a class="postlink" href="http://hefkervelt.blogspot.com/2016/07/the-rishus-continues-daily-routine-in.html?m=1#comment-form">http://hefkervelt.blogspot.com/2016/07/ ... mment-form</a>
אזוי גייט עס אין דער עיר הנדחת לייקוואוד
עיר הנדחת?! דוכט זיך ס'שטייט אין פסוק אויף עיר הנדחת ודרשו השופטים היטב. דא זעט מען איין מעשה, ווארשיינלעך א געפערליכע מעשה, אבער נישט קיין פארדאמונג פון א גאנצע שטאט. געוויסע עסקנים טויגען נישט, פונקט ווי אומעטום. זהו.
ליטוואק פון בודאפעסטעיר הנדחת?! דוכט זיך ס'שטייט אין פסוק אויף עיר הנדחת ודרשו השופטים היטב. דא זעט מען איין מעשה, ווארשיינלעך א געפערליכע מעשה, אבער נישט קיין פארדאמונג פון א גאנצע שטאט. געוויסע עסקנים טויגען נישט, פונקט ווי אומעטום. זהו.
ביזט האלב גערעכט, ביי עיר הנדחת שטייט ודרשת וחקרת ושאלת היטיב... אבער ביי לייקוואוד קאן מען עס נישט זאגען, ווייל דארט זענען די גרעסטע פארברעכער די רעבנים
דער שכןעפעס א ווידיאו איז דא בשאט נפש ארעסטירט מען א איד אין לייקוואד עיר ה?__ תחת השמש דורכן ווייב פארענט פון קינדער ואין פוצה פה ומצפצף??
שרעקליך, איך בין דעס אויך אדורך, סאיז זייער פיינפול פאר די קינדער. פארוואס פעלט דעס אויס ווייס איך נאכנישט.
ליידער, מענטשן פארלירן זייער צלם אלקים ווען עס קומט צו א דיווארס פראצעדור.
נארמאלע פיינע גוטע מענטשן קענען זיך אויפפירן ווי צוויי-פיסיגע חיות ביי א גט, על אחת כמה וכמה שלעכטע מענטשן פארלירן זייערע רעלסן.
מ'קוקט נישט אויף די אלע זייטיגע זאכן, חוץ פון נקמה, נקמה און נאכאמאל נקמה. מ'נוצט אלע מעטאדן אריינגערעכנט די לעבנס פון די אייגענע אומשולדיגע קינדער.
איך האב קיין אהנונג נישט וואס איז די קעיס דא, און איך וועל נישט נעמען קיין שום צד. מעגליך אז עס איז געווען ריכטיגע סיבות פארוואס זי האט עס געטוהן. אבער אין אלגעמיין - ליידער דאס איז דער מציאות ביי גיטין.
איך האלט יעצט מיט א גט-פרשה, און איך הער פון נארמאלע גוטע מענטשן, וואס אין פרידנס צייטן וואלטן זיי נישט געטשעפעט קיין פליג, אבער ווען זיי זענען אין די פרשה רעדן זיי מיט אזא מין האס, נקמה און ווידעראמאל נקמה. מ'שטעכט אויס פאר זיך צוויי אויגן כדי יענער זאל ווערן אויסגעשטאכן איינס, גם לי גם לך לא יהיה. א כפרה די אומשולדיגע קינדער, א כפרה דער עתיד פון די אייגענע געשוויסטער, א כפרה מיט אלע ארומיגע. דער פאקוס ליגט נאר אין איין זאך - נצחון און נקמה.
פאר דו רעדסט פון צלם אלוקים דארף מען רעדן פון מענטשליך'קייט. זיי פארלירן דאס מענשהייט און אויב זיי פירן זיך אויך ווי אזוי ווי דו האסט געזאגט
זבולוןצוויי-פיסיגע חיות
איז איס צו א שיינער טיטל. און רעדענדיג וועגען שלעכטע מענטשען קאן מען זאגען אז ליידער ביי א גט קומט ארוס דער אמת'ר מענטש און דארט קאן מען זעהן מיט וועם מען האט טאקע חתונה געהאט.
עס איז דא אן אלטען שפריך ווארט ביי א גט.
ביי א גט איז דא 3 צדדים, זיין זייט, איהר זייט און דער אמתRe: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
און איך האב געמיינט אז היינטיגע צייטן איז מען שוין מער פארגעשריטן אין דעם הינזיכט, און מ'ווייסט זיך אויפצופירן ווי ציוויליזירטע מענטשן.
מפוזריאון איך האב געמיינט אז היינטיגע צייטן איז מען שוין מער פארגעשריטן אין דעם הינזיכט, און מ'ווייסט זיך אויפצופירן ווי ציוויליזירטע מענטשן.
מי יתן והיה. קען זיין פראצענטועל איז עס ווייניגער היינט, אבער עס איז נאך אלס דא.
אמאל איז געווען דער רושם, אז אונז ווייסן ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען עס קומט צו אזעלכע סעטואציעס, מיר זענען נישט ווי די גוים וואס קענען זיך באגיין מיט אכזריות אין אזא פאל, מיר זענען עטוואס העכער, מאראלישער און איידעלער.
קוקט אויס אז די דורות פאלן טאקע... דאס צעוויליזאציע הרג'עט די מענטשהייט.
זבולוןליידער, מענטשן פארלירן זייער צלם אלקים ווען עס קומט צו א דיווארס פראצעדור.
נארמאלע פיינע גוטע מענטשן קענען זיך אויפפירן ווי צוויי-פיסיגע חיות ביי א גט, על אחת כמה וכמה שלעכטע מענטשן פארלירן זייערע רעלסן.
מ'קוקט נישט אויף די אלע זייטיגע זאכן, חוץ פון נקמה, נקמה און נאכאמאל נקמה. מ'נוצט אלע מעטאדן אריינגערעכנט די לעבנס פון די אייגענע אומשולדיגע קינדער.
איך האב קיין אהנונג נישט וואס איז די קעיס דא, און איך וועל נישט נעמען קיין שום צד. מעגליך אז עס איז געווען ריכטיגע סיבות פארוואס זי האט עס געטוהן. אבער אין אלגעמיין - ליידער דאס איז דער מציאות ביי גיטין.
איך האלט יעצט מיט א גט-פרשה, און איך הער פון נארמאלע גוטע מענטשן, וואס אין פרידנס צייטן וואלטן זיי נישט געטשעפעט קיין פליג, אבער ווען זיי זענען אין די פרשה רעדן זיי מיט אזא מין האס, נקמה און ווידעראמאל נקמה. מ'שטעכט אויס פאר זיך צוויי אויגן כדי יענער זאל ווערן אויסגעשטאכן איינס, גם לי גם לך לא יהיה. א כפרה די אומשולדיגע קינדער, א כפרה דער עתיד פון די אייגענע געשוויסטער, א כפרה מיט אלע ארומיגע. דער פאקוס ליגט נאר אין איין זאך - נצחון און נקמה.
👍 👍 👍
נישט מעהר ווי גערעכט, כהאב גארנישט צוצולייגן נאר אז האפענטליך וועלן זיך די מענטשען איין שיינעם טאג כאפן אז אויב מקריגט זיך פארלירן אלע צדדים און אז מ׳לעבט זיך אין גיטן גייט יעדער ארויס א געווינער!, און אפילו אויב לאמיר שוין זאגן איין צד איז נישט גערעכט און טוט מעשים שלא יעשו לוינט זיך נאכאלץ צו צומאכן די אויגן און נאכגעבן פאר די גרעיטער גוד און פאר די future פון די קינדער אז זיי זאלן אויפעוואקסן אין א העלטי peaceful ענוויירמענט פריי פון דראמא.
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
טאמער מע מעג צילייגן א מיינונג
אז ביי א גט איז דא 3 צדדים ווייל אויסער דיא 2 צדדים איז אויך דא א רצון צי ווייזען פאר די חברים אז איך בין נישט שולדיג , יענע איז!
פאר דעהם נארישקייט קריגט מען זיך מעהר אין ביטער...
Sent from my iPhone using Tapatalk
@56th,
ביסט זייער גערעכט. דער עצם זאך אז יעדע צד מיינט אז זיי מוזן האבן דעם דעת הקהל אויף זייער זייט, איז איבעריגע אויל צום פייער.
ווען א מענטש האט א געזונטע סעלף-איסטים, קען ער שלאפן רואיג ביינאכט כאטש אנדערע האלטן נישט מיט אים. אויב איז ער גענוג קאנפעדענט אז ער טוהט נישט קיין עוולות, דארף אים נישט באדערן אז די צווייטע צד בארעדט אים, ער דארף נישט זיין פארנומען זיך צו פארענטפערן, ער קען אנגיין רואיג אין לעבן.
Re: א אינגערמאן ארעסטירט אין לייקוואד פארענט פון קינדער
שילדיג איז געווענטלעך נישט דער צד אליין'ס, נאר די טוענים און אז''ג עסקנים וואס מאכן לאנגס אין ברייץ אלעס כדי צי געווינען עפעס מער, מער פארשטייט זיך געווינט מען נישט ווען מען פארלירט די מענטשהייט, אבער וואס גייט עס אים אן אז קינדער גייען ציגרינד, זיי רייצן אויף די געמיטער פון די באטרעפענדע, און זענען מסביר אז אזוי גייט עס, אז דו וועסט נישט פייטו וועסטו פארלירן די הויזן, וואס אגב יש בו צד אמת, אבער בעסער פארלירן די הויזן און קויפן נאך א הויזעלע ווי איידער מאכן פערמענאנטע שאדן.
Sent from my VS987 using Tapatalk
געהערט זאגן אז ער האט געוואוסט אז אויב קומט ער דארט וועט זי אים ארעסטירן. דעריבער איז ער שוין געקומן מיט א חבר זאל אללעס רעקארדירן מיט א ווידיאו. זאל די וועלט זען און וויסןת און אויך אז די קינדער זעען דאס. ער איז נישט מער ווי גערעכט.
אויב ער האט געוויסט אז דאס וועט פאסירן און אז די קינדער ווען דאס צוזעהן, דאן איז ער א גרויסע אקס!
אמת זי האט געטון די פעולה פון ארעסטירן בכלל, נאכדערצו אין פראנט פון די קינדער, אבער ער קען נישט קומען וויינען הלמאי וויאזוי קען א מענטש טון אזא זאך און נישט שוינען די קינדער ווען ער שוינט זיי אויך נישט.
נאכאמאל, זי איז שלעכט (לכאורה, ווייל מיר ווייסן אזוי ווייניג פרטים), אבער ער איז כמעט נישט בעסער.
רעדאגיט ספעללינג טעות
נאר אזוי. די קינדער האבען שוין ממילא געזעהן. זאל עס כאטש זיין לעיני השמש.