☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מחשבות פונעם דאווענען

מחשבות פונעם דאווענען

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10760

mevakesh » דינסטאג יולי 26, 2016 8:26 am

· #343541
מחשבות פונעם דאווענען
פון צייט צו צייט פאלט מיר אריין רעיונות און הערות ביים דאווענען וואס עס איז מיר שווער אויסצושמועסן אין בית המדרש אדער סתם צווישן חברים צו ווייל מען וועט מיר נישט פארשטיין אדער צו ווייל דער געדאנק איז צו ראדיקאל קומט אויס אז עס בלייבט מיר שטעקן ווי א ביין אין גארגעל
היינט איז מיר אריין אין קאפ אז טאקע צוליעב דאס איז קאווע שטיבעל דא וועל איך טאקע אויסניצן די פלאטפארמע דא און איך עפען דעם אשכול ארויסצושרייבען געדאנקען וואס פאלט מיר איין ביים דאווענען

דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגען מרחיב זיין אדער זיך דינגען בנימוק

אגב וויל איך קלאר מאכן אז אפילו אז עס קומט אמאל ארויס א ראדיקאלע געדאנק איז מיין כוונה נישט חס ושלום לקנטר נאר וואס איך האלט באמת אדער על כל פנים א בקשת האמת עד כמה שידי מגעת און באמת זענען די זאכן על פי רוב דברים פשוטים וואס ווערט שוין געשריבען ואין כל חדש תחת השמש

ובזה החלי

mevakesh » דינסטאג יולי 26, 2016 8:46 am

· #343542
Re: מחשבות פונעם דאווענען
1-עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט די תוארים אויפן באשעפער וואס מען זאגט ביים דאווענען למשל לאמיר נעמען די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה "הגדול הגבור והנורא" וואס איז מיר זייער שווער צו פארשטיין גדול געווענליך איז רעלאטיוו קעגן א קליינעם אבער דער באשעפער וואס מלוא כל הארץ כבודו איז באמת דער איינציגסטער מציאות וואס עקזיסטירט און עס איז נישט שייך צו זאגען ער איז גרויס ווייל ווי דערמאנט איז דאס נאר שייך רעלאטיוו
נאר באמת מיין איך איז עס טאקע נישט קיין ריכטיגע תואר וואס איז שייך צום באשעפער נאר ווען א מענטש הייבט אהן דאווענען און בכלל אין די נארמאלע געוואוינהייט פונעם מענטש זעהט ער נישט מיט א קלארקייט אז אלעס איז אלוקית ממילא זאגט מען די אלע תוארים אז קודם זאל מען איינזעהן כאטש אז ער איז גרויס אבער ווען ער קומט שוין אהן צו די הכרה אז אלוקית איז די איינציגסטע מציאות איז טאקע נישט שייך צו זאגן די תוארים

נאסע ליילעך » דינסטאג יולי 26, 2016 9:57 am

· #343548
ביחס צום אדם הקטן וואס איז מכיר אינעם אלוקית - איז ניטאמאל שייך קיין אנדערע תואר סיידן גדול.
אגב כ'מיין ס'געווען דער ריזשינער וואס האט אלס קינד געפרעגט דעם בעל התניא ווי אזוי ס'שייך צו זאגן "ואהבת" נאכן ה' 'אחד', "אז ג-ט איז איינציג, דאן איז דאך נישט פארהאן קיין איך?"
אזא געדאנק ביסטו דא מעורר, אבער אויף דעם איז דאך דא די ביאור פון 'צמצום', וארוך הוא.

ביליג » דינסטאג יולי 26, 2016 10:17 am

· #343551
די גמרא האט שוין געהאט די פראבלעם,
און למעשה האבן אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען די תוארים לויט ווי עס שטייט אין פסוק.
למשל "הגדול" לערט מען ארויס פון פסוק "האל הגדול אשר לא יקח שוחד"
יעצט קענסטו פרעגן ווי אזוי דוד המלך האט עס געמעגט זאגן...

mevakesh » דינסטאג יולי 26, 2016 11:21 am

· #343557
Re: מחשבות פונעם דאווענען
2-איך האב אסאך מאל א פראבלעם מיטן זאגן ברוך אתה בלשון נוכח כידבר איש אל רעהו ווייל אין מיין בליק איז דער באשעפער אזא אבסטראקט מציאות וואס עס איז מיר זייער שווער צו רעדן דירעקט צו
אבער לעצטנס איז מיר אביסל קלארער געווארען די געדאנק
באמת ווען א מענטש רעדט צו א חבר און ער זאגט איהם "דו" דארף מען אויך פארשטיין ווער איז דער דו אוודאי נישט די בלוט און פלייש און אפילו די שכל איז אויך בעצם א טויטע זאך א ראיה אז צו א קאמפיוטער זאגט מען נישט דו נאר ווען מען זאגט דו פאר א מענטש איז קלאר אז מען רעדט צו דער רוח החיים אין דער מענטש די לעבהאפט נאר אונז האמיר גשמיותדיגע זאכן מיט וואס אנצוכאפן דער רוח אבער עס איז קלאר אז דער דו איז נישט די טאפעדיגע זאכן נאר דער טיפער אבסטראקט מהות
ממילא ביים באשעפער אמת טאקע אז עס איז שווער עס אנצוכאפן אבער ווען מען זאגט "אתה" איז עס דער זעלבען סארט לעבהאפט וואס דער באשעפער איז דער מקור החיים

וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2016 12:59 pm

· #343574
ביליג
די גמרא האט שוין געהאט די פראבלעם,
און למעשה האבן אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען די תוארים לויט ווי עס שטייט אין פסוק.
למשל "הגדול" לערט מען ארויס פון פסוק "האל הגדול אשר לא יקח שוחד"
יעצט קענסטו פרעגן ווי אזוי דוד המלך האט עס געמעגט זאגן...


די גמרא'ס קשיא(ת) פון ירמי' וכו' אויף הק-ל הגדול הגבור וכו' איז וועגען די צרות פון איה גדולתיו און איה גבורתיו וכו', און אנשי כנסת הגדולה האבן "מחזיר געווען עטרה ליושנה" ווען זיי זענען אויף געקומען מיט א ריכטיגע פשט אז הן הן גבורותיו וכו'. אבער דאס איז א אנדערע געדאנק, דא איז די נושא וועגען בכלל זאגען מענטשליכע מעלות אויף אין סוף ב"ה.

וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2016 1:02 pm

· #343575
mevakesh
1-עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט די תוארים אויפן באשעפער וואס מען זאגט ביים דאווענען למשל לאמיר נעמען די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה "הגדול הגבור והנורא" וואס איז מיר זייער שווער צו פארשטיין גדול געווענליך איז רעלאטיוו קעגן א קליינעם אבער דער באשעפער וואס מלוא כל הארץ כבודו איז באמת דער איינציגסטער מציאות וואס עקזיסטירט און עס איז נישט שייך צו זאגען ער איז גרויס ווייל ווי דערמאנט איז דאס נאר שייך רעלאטיוו
נאר באמת מיין איך איז עס טאקע נישט קיין ריכטיגע תואר וואס איז שייך צום באשעפער נאר ווען א מענטש הייבט אהן דאווענען און בכלל אין די נארמאלע געוואוינהייט פונעם מענטש זעהט ער נישט מיט א קלארקייט אז אלעס איז אלוקית ממילא זאגט מען די אלע תוארים אז קודם זאל מען איינזעהן כאטש אז ער איז גרויס אבער ווען ער קומט שוין אהן צו די הכרה אז אלוקית איז די איינציגסטע מציאות איז טאקע נישט שייך צו זאגן די תוארים


קען זיין וועגען דעם זאגט מען ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתיך. דהיינו לאמיר עכ"פ אויף עפענען מיט תהילות לויט אונזער פארשטאנד.

מודיעין » דינסטאג יולי 26, 2016 1:51 pm

· #343585
וואלווי
ביליג
די גמרא האט שוין געהאט די פראבלעם,
און למעשה האבן אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען די תוארים לויט ווי עס שטייט אין פסוק.
למשל "הגדול" לערט מען ארויס פון פסוק "האל הגדול אשר לא יקח שוחד"
יעצט קענסטו פרעגן ווי אזוי דוד המלך האט עס געמעגט זאגן...


די גמרא'ס קשיא(ת) פון ירמי' וכו' אויף הק-ל הגדול הגבור וכו' איז וועגען די צרות פון איה גדולתיו און איה גבורתיו וכו', און אנשי כנסת הגדולה האבן "מחזיר געווען עטרה ליושנה" ווען זיי זענען אויף געקומען מיט א ריכטיגע פשט אז הן הן גבורותיו וכו'. אבער דאס איז א אנדערע געדאנק, דא איז די נושא וועגען בכלל זאגען מענטשליכע מעלות אויף אין סוף ב"ה.

תיקון טעות. אויף הגדול איז קיינמאל נישט געווען קיין קושיא און דאס האט מען אייביג געזאגט די קושיות איז נאר איה גבורתיו ואיה נוראותיו, וכמפורש בגמ' יומא ס"ט (וכמו שמבאר המרש"א שם). אבער אויף הגדול טרעפט מען יא אין גמ' ברכות לג אז בכלל אויף שבחים איז דא א קושיא אלץ סיימתינהו לכולהו שבחא דמרא, און וואס משה רבינו האט געזאגט דאס קען מען יא זאגן, און די גמ' האט אויך נישט מיט מבקש'ס קושיא,

און וועגן די קושיא אויף דוד המלך מבואר בכמה פוסקים וכן הדין, אז נאר בשעת תפלת י"ח איז א פראבלעם צו זאגן נאך תוארים, אבער שלא בשעת תפלת י"ח מעג מען יא.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 27, 2016 1:04 am

· #343672
ביי די תפילה ...על הראשונים...פון שחרית, זאגט מען צום סוף...ואין (לנו) עוד אלוהים זולתיך, סלה...איז מיר אייביג שווער געווען. ס'הייסט. אונז האבן נישט אבער אנדערע יא, ח"ו...?!
האביך געזעהן אז דער אבודרהם...נישט אווי דראאהאם, ווי די היימישע זאגן. כדי להוציא מליבן... אז ס'זאלל ח"ו נישט קלינגען ווי עברית ווייל דאס איז פארגרייזט. זיין נאמען איז געווען אבו-דרהם. מפני מעשה שהיה. ואכמ"ל.) ברענגט טאקע דעם נוסח אן דעם ווארט..."לנו"...!
די נוסח זידיטשויב-ספינקא איז ...ואין עוד אלוהים זולתיך, סלה...! די מונקאטשער נוסח איז...ואין עוד אלוהים, זולתיך...! דאס איז נאך די שטערקסטע...ואין עוד אלוהים זולתך...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 27, 2016 9:07 pm

· #343787
ווען איך בין געווען א יונגל האביך געמיינט אז די פירוש המילות פון דעם פסוק אין תהילים וואס מ'זאגט שבת אינדערפריה ביי פסוקי דזימרה..."מנסתרות נקני"...אז דאס איז טייטש אז דוד המע"ה באקלאגט זיך אז מיניסטארן האבן איהם געשלאגן... 😂 😳

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:56 am

· #343812
.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יולי 28, 2016 2:39 pm

· #343869
מחשבות פונעם דאווענען...

שלום עליכם א איד פון לייפציג, איך מיין 47 סטריט אדער בי ענד עיטש

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 28, 2016 6:17 pm

· #343884
נוסח אשכנז זאגט טאקע 'אין א-להים זולתך'. אפשר ווערסטו א ליטוואק? (איך מאך נאר א ווערטעל. מיר פארגינען דיר פאר די חסידים)

איך האב שוין א שטיק צייט געקלערט וועגען אזא אשכול, נאר זיך געפוילט. ייש"כ פאר'ן מבקש פאר'ן גרינדען.

איך בין כסדר נתעורר ביי מודים 'ועל נשמותינו הפקודות לך'. ווען א מענטש וועט גייען מעסטען וויפיל נערישקייטען ס'גייט איהם אריין אין קאפ במשך א יאר, וויפיהל זיין קאפ ליגט אין קטנות וטפשות (להיפך צו התורה וואס ס'שטייט 'ודברת בם', און דער ספרי דרשנ'ט עשם עיקר ואל תעשם טפל) און ווי ווייט ער איז פון רצון הבורא, ט'ווי איז שייך אז מ'זאל נאכאלס צומאל האבען א התעוררות צו דאווענען, א התעוררות תשובה צו טוהן? ווי איז אזא זאך מעגליך? נאר נשמותינו הפקודות לך, דער אויבישטער היט אונז ווייטער און לויטערט אויס אונזער נשמות און לאזט אונז נאכאלס האבען א קשר מיט אונזער באשעפער. איך טראכט פון דעם אלס אין די ימים נוראים, ווען מ'כאפט אביסל א התעוררות און ס'איז נאך ביי מיר א חידוש אז מ'קען נאך נתעורר ווערען.
איך דערמאן זיך דעמאלס פון א ווארט פונ'ם חידושי הרי"ם אויף פרשת שופטים. ער זאגט שופטים ושוטרים תתן לך - מ'זאל זיך משפט'ן, בכל שעריך - דער זהר זאגט אז דאס מיינט שערי הלב, אז יעדער התעוררות וואס דער מענטש האט איז, אשר ה' אלקיך נותן לך - דער התעוררות איז גאר פון די אויבישטער נישט קיין אייגענעם, און דערמיט, ושפטו את העם משפט צדק - ער וועט אנדערע דן זיין לכף זכות, וויסענדיג אז דאס וואס ער טוט נישט די עבירה איז אויך נאר א מתנה פון הימל. זיין כוונה איז דער בין אדם לחבירו שבו, אבער איך האב הנאה פון דער עצם געדאנק אז התעורריות קומען פון אויבען, נישט געבונדען דוקא צו א מענטשנ'ס מעשים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2016 6:34 pm

· #343885
berlbalaguleh
ווען איך בין געווען א יונגל האביך געמיינט אז די פירוש המילות פון דעם פסוק אין תהילים וואס מ'זאגט שבת אינדערפריה ביי פסוקי דזימרה..."מנסתרות נקני"...אז דאס איז טייטש אז דוד המע"ה באקלאגט זיך אז מיניסטארן האבן איהם געשלאגן... 😂 😳

און וואס האסטו אינזין געהאט ביי "זדים הליצוני"? אז די זיידעס האבן ליצנות געמאכט??

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:15 pm

· #343894
ליטוואק פון בודאפעסט: ווען איך זאלל ח"ו זיין א ליטוואק, וואלט איך (מסתמא) געדארפט דאוווענען מיט דיר אין איין ביהמ"ד. אדער זיין אין זעלבן בילדינג אין לעיקוואוד. און מיין ווייב וואלט אויך געגאנגען ארבעטן אין די פעימאוס,היימישע ריעל עסטעיט עידזשענסי, וואו אלע כולל-ווייבער גייען ארבעטן. און זיי מיינען נעבעך אז די מענער האלטן אין איין ..."שטייגן"... דערווייל זיצן זיי אפ אין ביהכ"ס אין בעיסמענט פון במ"ג און זיי שרייבן דברי-טעירע. און זיי קומען אויף מיט אלע מיני פארדרייטע, פאררוקטע טעאריעס מיט אזעלכע שטותים והבלים אשר לא שערום אבותינו, למשל, ווי קינדער נזירים, וועלכע טארן נישט טרינקען קיין קידוש וויין, און זיי טארן נישט נעמען קיין העירקאט.
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. איך בין אן עם הארץ און א בעל עגלה. אין פארגלייך צו אזא גרויסן גאון ווי דיר. וועלכער בויעט אויף פשט'לעך גג על גג פון הוילע לופט. איך ווילל נאר פרעגן א פשוט'ע (רעטארישע ) שאלה.. וויאזוי אין די וועלט קען א קטן מקבל נזירות זיין, ווען זיין ווארט און זיינע קניינים האבן נישט קיין תוקף עפ"י הלכה. אפילו אויב ער זאגט אז ער ווייסט פאר וועם און פארוואס מ'מאכט נזירות. דאס איז גוט פאר א פורים פשט'ל, אין א פורים זשורנאל פון א ישיבה קטנה. די אלע סטופיד און וואנזיניגע פשט'לעך זענען נישט מער ווי א סילוף פון די הייליגע תורה/טעירעה. משל למה"ד. צו א מענטש וואס זיין רייכער קרוב האט איהם געקויפט א טייערן סוט פאר 2,000 דאלער. און ער, דער חסר דעה גייט און דרייט עס איבער און גייט אויפ'ן גאס מיט די ליינינג אינדרויסן... 🙄
הקב"ה האט אונז געגעבן די תורה ללמוד וללמד לשמור ולעשות. נישט צו זיין ביזי מיט אזעלכע שטותים והבלים. און מ'רעדט זיך נאך איין אז דאס הייסט תורה...איט'ס טיים טו קאט דהע קרעפ...! יא. משוגע צו מאכן א גאנצן קאווע שטיבל איז עס גאנץ א גוטע זאך אבער ס'האט נישט קיין שום תועלת ותכלית.
איין גוטע זאך איז יא ארויסגעקומען פון די אלע שטותים והבלים. דער בלאט, וועלכער איז דאך נישט מער ווי א ביהכ"ס צייטונג, האט געברענגט אין די ..."ציבור"... אפטיילונג פון יענע וואך אז..."דער עילאם ה'טעירעה אין די עיר ה'טעירעה לעיקוואוד רודערט זיך איבער די 2 יונגלעך נזירים. אבער דעם מקור, פון וואו ער האט גענימען די שטותים פארציילט ער נישט, כדרכו. אז ער האט עס געגנב'ט פון קאווע שטיבל. און דעם גרויסן גאון ליט-אק פון בודאפעסט. און אוואו האט עס דער ליט. פון בודא. פראדוצירט. זיצנדיג אין ביהכ"ס אין קאבינע #3 אין בעיסמענט פון במ"ג. נאר ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער בלאט (וואס די עצם ווארט (בלאט) מיינט נישט קיין שיינער אויסדרוק אויפף די געמיינע רוסישע שפראך, 'גנב'עט סחורה פון קאווע שטיבל. און זיינע נארישע ליינערס מיינען נעבעך אז ס'איז תורת לאקשן...שוין. איך קען שרייבן נאך 3 בלעטער פון אלץ וואס ס'ליגט מיר אין בויך. אבער ס'איז געניג פאר היינט ושלום על ישראל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:48 pm

· #343902
Re: מחשבות פונעם דאווענען
א. דער מעשה איז געווען אויף אסאך סייטס, נישט נאר ק"ש.

ב. איהר זאלט מוחל זיין און לערנען נזיר דף כט, ווי דער גמרא דערציילט א סוד פון 'מופלא הסמוך לאיש'. א צוועלף יעריגע אינגעל און אן עלעף יעריג מיידעל וואס מאכען א נדר צו נזירות צו הקדש, איז די הלכה בודקין אותו, נישט ווי קניינים וואס דארף א גדול. אפשר איז דער גמרא אויך א ליטוואק מיט פשטליך של תהו, ווער ווייסט?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:56 pm

· #343904
ליטוואק פון בודאפעסט
א. דער מעשה איז געווען אויף אסאך סייטס, נישט נאר ק"ש.

ב. איהר זאלט מוחל זיין און לערנען נזיר דף כט, ווי דער גמרא דערציילט א סוד פון 'מופלא הסמוך לאיש'. א צוועלף יעריגע אינגעל און אן עלעף יעריג מיידעל וואס מאכען א נדר צו נזירות צו הקדש, איז די הלכה בודקין אותו, נישט ווי קניינים וואס דארף א גדול. אפשר איז דער גמרא אויך א ליטוואק מיט פשטליך של תהו, ווער ווייסט?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אויפ'ן מאמענט האביך נישט די צייט (איך מוז דאך שרייבן אויף קאווע שטיבל). אדורכצולערנען די גאנצע סוגייא. אבער פון אויבנאויף קען איך זאגן אז ס'איז נישט קיין הלכה פסוקה. ווייל אויב יא וואלטן שוין געווען מערערע אזעלכע פאללן פון נזירים. ס'זענען פארהאן חששות פון ענליכע , מער רעאליסטישע איסורים וואו קינדער האבן געשפילט חתן-כלה מיט חופה וקידושין. און ס'איז געווען א חשש פון איסור אשת איש. אפילו זיי זענען נאך געווען קטנים. און די רבנים האבן געפסק'נט אז די מיידל דארף א גט לחומרא. און זי איז אסור חתונה צו האבן מיט א כהן. אט דאס וואלט געווען אן אינטרעסאנטע סוגיא אדורכצוטוהן. בכל אופן. דער בלאט וואלט געהאט פרישע סחורה... 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:00 pm

· #343906
Re: מחשבות פונעם דאווענען
מופלא הסמוך לאיש איז נישט דא ביי קניינים און נישט ביי קידושין, נאר נדרים והדומה לו. ס'איז קלאר געפסקנ'ט אזוי אין רמב"ם און שו"ע יו"ד סי' רל"ג. ס'איז נישט דא אויף וואס זיך צו דינגען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:08 pm

· #343908
ליטוואק פון בודאפעסט
מופלא הסמוך לאיש איז נישט דא ביי קניינים און נישט ביי קידושין, נאר נדרים והדומה לו. ס'איז קלאר געפסקנ'ט אזוי אין רמב"ם און שו"ע יו"ד סי' רל"ג. ס'איז נישט דא אויף וואס זיך צו דינגען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

גוט: ייש"כ. וועלן מיר זיך זעצן לערנען...!

וואלווי » פרייטאג יולי 29, 2016 3:00 pm

· #343960
ליטוואק פון בודאפעסט
מופלא הסמוך לאיש איז נישט דא ביי קניינים און נישט ביי קידושין, נאר נדרים והדומה לו. ס'איז קלאר געפסקנ'ט אזוי אין רמב"ם און שו"ע יו"ד סי' רל"ג. ס'איז נישט דא אויף וואס זיך צו דינגען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


ווערט דערמאנט אין לעצטע פרק ב"ב ביי קנינים פון דעת קטן דאכצעך

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 12:53 am

· #344645
ביי ברכת את צמח וכו' כי לישועתך קיונו כל היום

היום איז אויף דער טאג בפרט יום איז כללית'דיג. ווען מ'ווארט אויף משיח איז לכאורה מער א כללית'דיגע תפילה ווייל די גלות ציעט זיך שוין לאורך ימים ושנים מילא וואלט אפשר געדארפט שטיין כל יום.

נאר ס'איז דא א געפול ווען מ'דאווענט אז די דאגות ווערען צו גרויס א יעדער האט א גאנצע זאק פראבלעמען מ'ווייסט נישט ווי אנציהייבן בעטען, צאלן די בילס וואס זענען היינט דא, אבער וואס וועט זיין סוף חודש מיט די גרעסערע בילס? די קינד דארפן היינט מצליח זיין אין חדר ווייל ער האט זיך צוהארגעט מיט'ן מלמד, אבער וואס וועט זיין מיט די פארהער אין אפאר חדשים ארום פאר א ישיבה קטנה? מ'דארף היינט פארשאפן געלט פאר דאון פעימענט, אבער ווי אזוי וועט מען צאלען די מארטגעדש איינמאל מ'קלויזט? וואס וועט זיין מיט חתונה מאכן? וואס וועט זיין מיט ריטייערען? (וואס וועט זיין מיט א קרקע?... איך גלייב נישט אז צופיל ק"ש מעמבערס שלאפן נישט נעכט וועגען דעם) כהנה וכהנה א יעדער האט זיך זיין זעקל געזונטע און נישט געזונטע דאגות. א מענטש דארף אבער וויסען זיך מקשר זיין מיט'ן באשעפער און האבן א גוטן בטחון און רואיגקייט אפילו אויפ'ן מינוט. די מארגענדיגע דאגות וועלען אנקומען מארגען און טראכט נישט יעצט דערפון און לאז נישט אז די שפעטערע בטחון זאל שטערען דיין היינטיגע בטחון און זיי רואיג אז היינט גייט זיין א גוטע טאג בעזרת השי"ת.

וועגען דעם איז דער לשון כי לישעתך קיוינו כל היום אויף דער פרטית'דיגער טאג דאס מיינט דער פרטים פון דער טאג אז דער באשעפער איז מיט דיר יעצט און זארג נישט פאר מארגען.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:51 am

· #344651
וואלווי: ייש"כ. איך מיין אז מ'קען גיין אויף אן ענליכן מהלך ווי דו זאגסט. נאר מיט א ביסל אן אנדער'ן קנייטש.
לכאורה וואלט דאך געדארפט שטיין ..."כל יום"...נאר דער ווארט כל ..."היום"...לאזט מיר הערן אז אונזער צפייה לביאת המשיח איז אזוי שטארק אז א גאנצן טאג, אין אלע החלטות וואס מיר מאכן נעמען מיר אין באטראכט וואס וועט זיין אויב משיח וועט קומען אינמיטן. למשל, ווען מ'טראגט אן פאר א אידישן סוחר אז ער זאלל דינגען א גרויסן בילדינג פאר זייער א גוטן פרייז. אבער ער דארף סיינען א ליעס פאר 20 יאר. וועט ער זיך איבערטראכטן צו ס'לוינט זיך איהם ווייל משיח וועט זיכער קומען אין צווישן די צייט. און ער וועט נישט אריינגיין אין אזא געשעפט. ער וועט נאר מאכן אזאלכע דיעלס וועלכע זענען לצורך פרנסה. אויך אז די דיעלס וועללן נישט בטל ווערן בביאת המשיח. און ער וועט אויך האלטן ווי דער רמב"ם (אפילו שלא בידיעתו) וואס דער רמב"ם זאגט..."אין בין עוה"ז לימות המשיח, אלא שיעבוד מלכויות בלבד"...!
ס'איז מקובל אז דער ישמח משה האט אין אלע זיינע עסקים גענימען אין באטראכט אז משיח קומט שוין אט באלד. און ער האט זיך אנגעגרייט זיין טו"ת און זיין שטעקן און געהייסן זיין גבאי, אז אויב ער וועט הערן עפעס אן אויסערגעוויינליכן רעש אין שטאט זאלל ער איהם אויפוועקן, ווייל משיח איז זיכער געקומען...!

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:47 am

· #347061
א מחשבה'לע היינט פארטאגס ביים דאווענען.

הקל ישועתנו ועזרתנו סלה הקל הטוב.

לכאורה פארוואס חזר'ט מען נאכאמאל איבער הקל הטוב? נישט ווייל ס'גראמט גוט אדער א שיינע מליצה'דיגע לשון. נאר דער סיבה פארוואס עס איז הקל ישועתנו ועזרתנו סלה דהיינו אייביג, איז ווייל הקל הטוב, דער באשעפער איז דער גוטס אליינס אנדערש ווי א בשר ודם וואס פירט זיך אויף מיט גוטע מידות וואס דעמאלטס איז עס בלויז אן הנהגה און ממילא איז עס לימיטעד צו ווי פול און ווען ער באנוצט זיך מיט די גוטע מידות, משא"כ דער באשעפער איז גוטס בעצם און וועגען דעם איז ער הקל ישועתנו ועזרתנו סלה אייביג וויבאלד ער איז הקל הטוב.

וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 11:39 am

· #348058
ברכת השנים

ס'דא וואס זאגען און די ימי הקיץ ברכינו אנשטאטס ברך עלינו. איז אינטערסאנט צו באמערקען א נפק"מ צווישען די צוויי ברכות אז אין ברכינו ווערט דערמאנט "ותהי אחריתה חיים ושובע ושלום" משא"כ אין ברך עלינו ווערט נישט דערמאנט די געדאנק פון ותהי אחריתה כאטש דארט איז ענדליך די לשון התפילה ותן טל ומטר פונקט אזוי ווי וברך שנתינו בטללי רצון אבער מען פירט נישט אויס ותהי אחריתה וכו'. הגם ברכינו איז פארן זומער איז אפשר מער שייך מתפלל זיין ותהי אחריתה אבער אבער ברך עלינו איז שייך ביי ביידע וואלט געדארפט בכל אופן געדארפט שטיין ותהי אחריתה חיים וכו'.

אולי קען מען זאגען אז דא איז מרומז אן ענין וואס איז נוגע פאר זומער דוקא. די גמ' זאגט און יומא כ"ט ע"א אז שילהי דקייטא קשיא מקייטא דאס היייסט אז סוף זומער איז שווערער און הייסער ווי זומער אליינס אזוי ווי רש"י איז מסביר וז"ל אלול שהוא סוף הקיץ קשה מקייטא קשה חומו מחום הקיץ של תמוז לפי שכבר נתחמם כל האויר וגוף הבריות בחום הקיץ שעבר עליו תמיד מתחמם הוא עתה בחום קל ומזיק. (משא"כ ביי ווינטער און קעלט איז לכאורה נישט דא אזא מושג, אפשר קען זיין קעלטער סוף ווינטער אבער עכ"פ נישט היזק). קען זיין וועגען דעם איז מיוחד מתפלל צו זיין אין ברכנו וואס איז א נוסח מיוחד פאר תקופת הקיץ להנצל מכל הזיק ותהי אחריתה חיים ושובע ושלום, אכי"ר.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 12:07 am

· #348143
מ'זאגט ביי כגוונא/רזא דשבת פאר ברכו..."ולית שולטנא (עילאה) אחרא בר מינה"...האביך אריינגעטראכט אז דער ווארט עילאה איז אפשר נישט אויפ'ן פלאץ. ווייל וואסי פשט...? לית שולטנא עילאה אחרא. אז ס'נישט דא קיין אנדער שולטון אויסער די שכינה, אויבן. אבער ערגעץ אנדערש איז משמע אז ס'איז יא דא...?!

יעלה ויבא » פרייטאג סעפטעמבער 2, 2016 3:21 pm

· #348202
Re: מחשבות פונעם דאווענען
אין די מונקאטשער סידורים שטייט טאקע נישט עילאה

lead, follow, or get out of the way

מיר'ער בחור » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 1:05 pm

· #348566
וואס איז די מעלה פון קל נקמות ד' דאס הייסט אפילו לא'מיר זאגן אז ס'מוז אזוי זיין אז מ'זאל נקמה נעמען איז נאך אלץ שווער וואס די שבח דערפון איז ?

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 2:09 pm

· #348585
מיר'ער בחור
וואס איז די מעלה פון קל נקמות ד' דאס הייסט אפילו לא'מיר זאגן אז ס'מוז אזוי זיין אז מ'זאל נקמה נעמען איז נאך אלץ שווער וואס די שבח דערפון איז ?

מיר'ער בחור: שלום עליכם. אפשר ביי אייך איז ניט אנגעקומען די נייעס אז ס'זענען געווען דייטשע,אוקראינישע,ליטווישע,פוילישע און אונגארישע נאציס ימ"ש וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויסצומעקן דאס אידישע פאלק פון די ערד. אויך איז אין די יארן (אפשר זייט איהר געווען פארטיפט אין א ר' חיים, און איהר האט נישט געהאט קיין צייט צו ליינען היסטאריע ביכער.) ת"ח און ת"ט למספרם, געווען אן אוקראינישער קאזאקן פיהרער און נאציאנאליסט מיט'ן נאמען באגדאן כמיעלניצקי, ימ"ש. וואס זיינע טרופן האבן אויסגעהרג'עט לכה"פ א האלבן מיליאן אידן. אנשים נשים וטף...!
חוץ אויב איהר זענט אויכעט א טייל פון די מענטשן מיט'ן פארדרייטן פארקרומטן שכל וועלכע האלטן אז די ציונים זענען שולדיג פאר אלע צרות און השמדות און הריגות וועלכע זענען אדורך אויף די אידן. אפילו אין חורבן ביהמ"ק זענען זיי אויך שולדיג...! אבער א נארמאלער איד וועלכער שפירט די שטאך אין הארצן פון די אלע צרות וועלכע זענען אריבער אויף די אידן. איז מען מתפלל צו דעם ק-ל נקמות אז ער זאלל זיך שוין נוקם זיין אין די אלע רוצחים, וועלכע האבן געמארדערט די אידן משנות אלפיים. דאס וועט אפשר געבן א ביסל פרייד אין די נארמאלע אידישע הערצער. א נחמה פורתא. אויב איהר פארסטעיט נאכאלס ניט, קען איך געבן א לענגערע הסבר. נאר דאס וועט ניט שמעקן פאר געוויסע איידעלע, הימלישע אידן אטע דא...!

מיר'ער בחור » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 3:17 pm

· #348594
יא אבער איך נעם אויך נקמה במבקשי רעתי , מוז דאך זיין אז די באשעפער איז עפעס מער פון דעם ?

סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 4:20 pm

· #348604
berlbalaguleh
מיר'ער בחור
וואס איז די מעלה פון קל נקמות ד' דאס הייסט אפילו לא'מיר זאגן אז ס'מוז אזוי זיין אז מ'זאל נקמה נעמען איז נאך אלץ שווער וואס די שבח דערפון איז ?

מיר'ער בחור: שלום עליכם. אפשר ביי אייך איז ניט אנגעקומען די נייעס אז ס'זענען געווען דייטשע,אוקראינישע,ליטווישע,פוילישע און אונגארישע נאציס ימ"ש וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויסצומעקן דאס אידישע פאלק פון די ערד. אויך איז אין די יארן (אפשר זייט איהר געווען פארטיפט אין א ר' חיים, און איהר האט נישט געהאט קיין צייט צו ליינען היסטאריע ביכער.) ת"ח און ת"ט למספרם, געווען אן אוקראינישער קאזאקן פיהרער און נאציאנאליסט מיט'ן נאמען באגדאן כמיעלניצקי, ימ"ש. וואס זיינע טרופן האבן אויסגעהרג'עט לכה"פ א האלבן מיליאן אידן. אנשים נשים וטף...!
חוץ אויב איהר זענט אויכעט א טייל פון די מענטשן מיט'ן פארדרייטן פארקרומטן שכל וועלכע האלטן אז די ציונים זענען שולדיג פאר אלע צרות און השמדות און הריגות וועלכע זענען אדורך אויף די אידן. אפילו אין חורבן ביהמ"ק זענען זיי אויך שולדיג...! אבער א נארמאלער איד וועלכער שפירט די שטאך אין הארצן פון די אלע צרות וועלכע זענען אריבער אויף די אידן. איז מען מתפלל צו דעם ק-ל נקמות אז ער זאלל זיך שוין נוקם זיין אין די אלע רוצחים, וועלכע האבן געמארדערט די אידן משנות אלפיים. דאס וועט אפשר געבן א ביסל פרייד אין די נארמאלע אידישע הערצער. א נחמה פורתא. אויב איהר פארסטעיט נאכאלס ניט, קען איך געבן א לענגערע הסבר. נאר דאס וועט ניט שמעקן פאר געוויסע איידעלע, הימלישע אידן אטע דא...!

אז מען פרעגט שוין יא וועגן נקמה, קען מען אויב עפעס פרעגן פארקערט. וואס איז פשט פונעם לאו ׳לא תיקום׳, ווי גלייך נקמה איז א אוממארלישע שלעכטע זאך. לכאורה איז עס זייער א שכלדיגע זאך. כזע דאך דער באשעפער נעמט נקמה און נאך מער מען לויב אים אויס דערפאר. כפארשטיי מען קען זאגן אז א מענטש קען נישט אליין נקמה נעמען ווייל עס וועט זיין דיספראפארשניט. אבער דער געדאנק אז נקמה איז א געמיינע נארישע גויאישע זאך, מיינעך איז דער זעלבע געדאנק ווי ליבשאפט איז שמוץ...

סימפל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 4:31 pm

· #348606
berlbalaguleh
מ'זאגט ביי כגוונא/רזא דשבת פאר ברכו..."ולית שולטנא (עילאה) אחרא בר מינה"...האביך אריינגעטראכט אז דער ווארט עילאה איז אפשר נישט אויפ'ן פלאץ. ווייל וואסי פשט...? לית שולטנא עילאה אחרא. אז ס'נישט דא קיין אנדער שולטון אויסער די שכינה, אויבן. אבער ערגעץ אנדערש איז משמע אז ס'איז יא דא...?!

אפשר ווייל אינטען ווייסעך אז איז נישט דא נאך איינער. אדער קען זיין ׳עילאה׳ מיינט נישט א פלאץ, עס מיינט אויבעשטער - העכער, עס איז נישט דא איינער העכער חוץ פון אים.

וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 10:17 pm

· #348646
סימפל
berlbalaguleh
מיר'ער בחור
וואס איז די מעלה פון קל נקמות ד' דאס הייסט אפילו לא'מיר זאגן אז ס'מוז אזוי זיין אז מ'זאל נקמה נעמען איז נאך אלץ שווער וואס די שבח דערפון איז ?

מיר'ער בחור: שלום עליכם. אפשר ביי אייך איז ניט אנגעקומען די נייעס אז ס'זענען געווען דייטשע,אוקראינישע,ליטווישע,פוילישע און אונגארישע נאציס ימ"ש וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויסצומעקן דאס אידישע פאלק פון די ערד. אויך איז אין די יארן (אפשר זייט איהר געווען פארטיפט אין א ר' חיים, און איהר האט נישט געהאט קיין צייט צו ליינען היסטאריע ביכער.) ת"ח און ת"ט למספרם, געווען אן אוקראינישער קאזאקן פיהרער און נאציאנאליסט מיט'ן נאמען באגדאן כמיעלניצקי, ימ"ש. וואס זיינע טרופן האבן אויסגעהרג'עט לכה"פ א האלבן מיליאן אידן. אנשים נשים וטף...!
חוץ אויב איהר זענט אויכעט א טייל פון די מענטשן מיט'ן פארדרייטן פארקרומטן שכל וועלכע האלטן אז די ציונים זענען שולדיג פאר אלע צרות און השמדות און הריגות וועלכע זענען אדורך אויף די אידן. אפילו אין חורבן ביהמ"ק זענען זיי אויך שולדיג...! אבער א נארמאלער איד וועלכער שפירט די שטאך אין הארצן פון די אלע צרות וועלכע זענען אריבער אויף די אידן. איז מען מתפלל צו דעם ק-ל נקמות אז ער זאלל זיך שוין נוקם זיין אין די אלע רוצחים, וועלכע האבן געמארדערט די אידן משנות אלפיים. דאס וועט אפשר געבן א ביסל פרייד אין די נארמאלע אידישע הערצער. א נחמה פורתא. אויב איהר פארסטעיט נאכאלס ניט, קען איך געבן א לענגערע הסבר. נאר דאס וועט ניט שמעקן פאר געוויסע איידעלע, הימלישע אידן אטע דא...!

אז מען פרעגט שוין יא וועגן נקמה, קען מען אויב עפעס פרעגן פארקערט. וואס איז פשט פונעם לאו ׳לא תיקום׳, ווי גלייך נקמה איז א אוממארלישע שלעכטע זאך. לכאורה איז עס זייער א שכלדיגע זאך. כזע דאך דער באשעפער נעמט נקמה און נאך מער מען לויב אים אויס דערפאר. כפארשטיי מען קען זאגן אז א מענטש קען נישט אליין נקמה נעמען ווייל עס וועט זיין דיספראפארשניט. אבער דער געדאנק אז נקמה איז א געמיינע נארישע גויאישע זאך, מיינעך איז דער זעלבע געדאנק ווי ליבשאפט איז שמוץ...


צי מער סיפעלייזען סימפעלס ווערטער

די לשון ביי נקמה ביים באשעפער איז אנדערש ווי די לשון וואס מ'נוצט ביי בני אדם. ביים באשעפער איז עס אן ענין פון אמת און דין אזוי ווי מ'זאגט משוך חסדך ליודעך קל קנא ונוקם. די באשעפער קען טוהן חסד אויף אן אופן פון דין און נקמה אזוי ווי ס'שטייט חסד ואמת יקדמו פניך. ס'איז א מדה פון אמת און משפט. אנדערש ווי צווישען מענטשען וואס נקמה מיינט ציפיקסען און קנאות מיינט באווארפען מיט אייער.

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 9:31 am

· #349100
Re: מחשבות פונעם דאווענען
עס איז שוין איבער א וואך וואס מען זאגט לדוד ה אורי און איך פרוביר צו פארשטיין די שייכות צו אלול. איך האב געוויסע מחשבות איבער דעם אבער נאכנישט קיין פשוטער פשט
דער סך הכל פון דעם קאפיטאל איז ווי פאלגענד
דוד המלך זאגט אז ער לעבט פונעם מקור החיים און וועגן דעם שטערט איהם גארנישט נאר ווען עס מאכט איהם אהן טרדות און ער קען זיך נישט מצמצם זיין צו לעבן בבית ה דעמאלטס בעהט ער הילף
און צום סוף ברענגט ער ארויס אז ער פארלאזט זיך נאר אויפן באשעפער אפילו נישט אויף זיינע עלטערן ווייל זיי האבן איהם פארלאזט (מפרשים זענען מסביר אז דאס מיינט אז אלס איז דא א פונקט ווי די עלטערן קענען נישט אקאמאדירן פשוט ווייל זיי זענען מוגבל)

עס איז באמת גאר א ווארעמע קאפיטאל מיט פיהלע יסודות אבער וואס איז דער שייכות צו אלול און תשובה?
אוודאי ווייס איך פון די מדרשים אז אורי וישעי גייט ארויף אויף ימים נוראים אבער דאס איז אלעס דרש וואס איז דער פשט?

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:37 pm

· #349150
קודם כל זעט אויס אז דער שפיץ פון די קאפיטעל וואס איז נוגע אלול על פי פשט איז לכאורה דער ענין פון תשובה אזוי ווי ער פירט אויס הורנו ה' דרכך ונחנו בארח מישור. דערנאך פאלט אין פלאץ דער ענין פון זוכען קרבת השם וואס מען זאגט את פניך ה' אבקש און לחזות בנועם ה' וכדומה. און פארדעם בעט ער כח און באשיצונג פונ'ם יצר הרע בקרוב עלי מרעים צרי ואובי לי, אם תחנה עלי מחנה, אם תקום עלי מלחמה וכו' צוזאמען מיט בטחון לא יירא ליבי, בזאת אני בוטח, עזרתי היית אל תעזבנו ואל תטשנו אלקי ישעי, און קוה אל ה'.

באופן אחר קען זיין אז די פחד גייט ארויף אויף דער שטן המקטרג אין די ימי הדין און דער בטחון אז דער באשעפער וועט מזכה בימי הדין.

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:17 pm

· #350400
בטחו בה' עדי עד איז טייטש: ביז אין תהום אריין...

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:32 pm

· #350482
ונבנתה העיר
בטחו בה' עדי עד איז טייטש: ביז אין תהום אריין...


א טיף און טייער ווארט...

mevakesh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:21 pm

· #350941
Re: מחשבות פונעם דאווענען
אונז זאגן יעדן טאג קריאת שמע דריי פרשיות
די ערשטע פרשה איז ואהבת דאס איז אהבת ה און אלעס געטליך וואס דאס קען ארייננעמען די גאנצע באשאף
די צווייטע איז והיה עם שמוע וואס ברענגט ארויס צדק ומשפט אז ווען מען פיהרט זיך ריכטיג קומט גוטס(פשוט מיינט עס אלס שכר אבער טיפער קען עס מיינען אז דוירך טוהן גוטס קומט ארויס גוטס) און פארקערט ברענגט שלעכטס
די דריטע פרשה ויאמר איז חינוך אז דוירך געוויסע פיהרונגען וועט מצליח זיין זיך צו האלטן צום דרך ה
רבי שמשון רפאל הירש אין אגרות צפון פרק י צוטיילט די תורה אין 6 חלקים און בכלליות ענדיגט ער אז עס איז די דריי חלקים צדק,אהבה און חינוך
דאס קען זיין ליגט אין קריאת שמע צוטיילט אין די דריי פרשיות

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:56 pm

· #350942
Re: מחשבות פונעם דאווענען
וועגען נקמה - אין גמרא שטייט גדולה נקמה שניתנה בין שתי שמות שנאמר אל נקמות ה' גדולה דעת שניתנה בין שתי שמות שנאמר אל דעות ה'. נקמה איז צוגעגליכענט צו דעת ווייל ווען איינער דערלאנגט עפעס שלעכט פאר א צווייטען איז עפעס אוממאראליש אומאויסגעהאלטען אין דער וועלט.
דער איסור נקמה איז באמת נישט אזוי לייכט, און דער מסלת ישרים וואס האלט קנאה פאר א קינדישע נערישקייט שרייבט אז דער איסור נקמה איז קעגען די טבע. דער רמב"ם זאגט אונז אבער דער סוד. דער איסור נקמה איז צוליעב דעם אז 'אין דברי העולם כדאי'. מ'זאל נישט נעמען ענייני עוה"ז אזוי וויכטיג צו וועלען נוקם זיין דערויף. דער וועג צו באקעמפען אט די געוואלדיגע יצר פון נקמה איז דורך פארדאמען ענייני עוה"ז ביי זיך און אזוי וועסטו שוין נישט שפירען דער עלבון. דער וואס באקעמפט דער באשעפער דורך זיך שלאגען מיט זיין פאלק, איז דאך נישט ענייני עוה"ז און אויף דעם פאסט יא נקמה. נאר אך און וויי פאר דער וואס מאכט זיין פערזענליכע עניינים כאילו זיי זענען עוה"ב'דיג....

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:55 pm

· #350951
/

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:35 pm

· #351003
Re: מחשבות פונעם דאווענען
איינער פון די זאכען וואס אלע דאווענען דערפאר איז די קינדער, ובפרט ווען מ'זעט ווי אנדערע קינדער פאלען אוועק פון תורה, און ס'איז כמעט אוממעגליך צו וויסען פאראויס וואס נישט צו טוהן, דאס וואס העלפט פאר אזא קינד, שאט פאר א צווייטען, וכן להיפך, דעריבער זוכט מען ערגעץ אין דאווענען זיך אויסצובעטען פונ'ם כל יכול אז די קינדער זאלען געהיטען ווערען פון אזעלכע בייזע ווינטען וואס קען זיי אוועק שלעפען פונ'ם ריכטיגע וועג.

אתה קדוש ושמך קדוש וקדושים בכל יום יהללוך סלה - דאס ווארט וקדושים קען גייען אויף מלאכים און ס'איז בלויז א שבח, אבער ס'קען גייען אויף כלל ישראל און מיר דאווענען אז די אידען זאלען אייביג לויבען זיין הייליגען נאמען. דאס איז באזונדער אינ'ם ברכה ביי חזרת הש"ץ, ווי מ'זאגט לדור ודור נגיד גדלך, וואס מ'רעדט פון ווייטערדיגע דורות.

וכל החיים יודוך סלה - אז יעדער לעבעדיגע זאל לויבען דער באשעפער, כולל אונזער קינדער.

וינוחו בו ישראל מקדשי שמך - אז אלע אידען זאלען היטען שבת, כולל אונזער קינדער.

טייערע ברודער » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:54 pm

· #351005
דער מהרי"ד פוו בעלזא זי"ע טייטשט עס אריין אין 'לדור ודור נודה לך ונספר תהלתך' וכו', אז ס׳איז א תפלה אויף גוטע קינדער. ער זאגט אז וויבאלד ס׳איז אזוי חשוב פאר יעדער טאטע האט מען מורא אז דער מקטריגים וועלען מקטרג זיין, דעריבער שטייט עס נאר ברמז.

איך מיין אז איך האב אמאהל געהערט פון הגה"צ ר׳ אלחנן היילפרין זצ"ל בשם ר' דוד'ל דינוב'ער זי"ע א טייטש אויף אתה חונן פאר דעם ענין, אבער איך געדענק שוין מער נישט.