☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ראמני'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט

ראמני'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1076

משה געציל » דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:35 pm

· #23901
ראמני'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט
א דראדזש רעפארט ווייסט צו פארציילן אז מיט ראמני האט גענצליך אומערווארטעט באשלאסן צו נעמען פרוי קאנדעליזע רייז אלטס ווייס פרעזידענט קאנדידאט.

לויט ווי דראדזש באריכטעט וועט ראמני מעלדן זיין באשלוס אין די קומענדיגע וואכן, דאס קען זיין א גאר געלונגענע אויסוואל, צוליב דעם וואס קאנדעליזע איז זייער באהאווענט אין אויסערליכע פאליטיק דינענדיג אלס סעקרעטרי אף סטעיט אונטער דעם געוועזענם פרעזידענט בוש, ווי אויך דער פאקט אז זי איז א אפריקאנער אמעריקען, אזוי ארום האט זי א כח צו אריבערברענגען שווארצע וויילער וואס וואלטן נאטורליך געשטימט פאר די אבאמא ביידען טיקעט אריבער צו די ראמני טיקעט, ווי אויך קען דאס ארויסשלעפן מער פרויען שטימעס פאר ראמני.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 6:21 am

· #117873
למעשה האט ראמני איר גענומען אדער נישט

איחוד פעלד » זונטאג מאי 26, 2013 12:06 pm

· #117937
ער האט נישט......

און ער האט בדרך אגב פארלוירען......

יואב » זונטאג מאי 26, 2013 12:17 pm

· #117942
איחוד פעלד
ער האט נישט......

און ער האט בדרך אגב פארלוירען......


Source please
?

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 12:25 pm

· #117946
אויב ראמני האט פארלוירן זאל ער כאטש זעהן דאס טיפשות פון נישט פאלגן משה געצילס אנאליז. אבער קודם ווארט מען פאר א לינק פון איחוד אז ער האט טאקע פארלוירן.

איחוד פעלד » זונטאג מאי 26, 2013 3:12 pm

· #118047
איך זוך און איך קען נישט טרעפען.

קען זיין ס'איז נאר קאנספריסי, גיי ווייס, פרעגט דער קעניג.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 3:21 pm

· #118052
אקעי, ס'שוין איינמאל א קאנספיריסי! ראמני האט געוואונען, סוי האט ער יא קלוג געטון נישט צו נעמען רייס.

<a class="postlink" href="http://www.dailykos.com/story/2012/12/19/1172206/-We-Must-Accept-That-Mitt-Romney-Won-the-Election-with-a-Mandate">http://www.dailykos.com/story/2012/12/1 ... -a-Mandate</a>

מאטי » זונטאג מאי 26, 2013 3:44 pm

· #118059
איך קום דא בשליחות פון מח שליט אויפצוקלערן דעם עולם, אז דאס וואס איז אנגענומען בין הבריות אז דער קאנדידאט וואס באקומט ווייניגער שטימען און בשכר זה קומט ער נישט אן צום ווייסן הויז הייסט א פארלירער, איז סך הכל אן אויפגעבויטער קאגנעטיווער קאנטשעס אין מח בעיסד אויף פרייער עקספיריענסעס און קאמאן נאלעדש.
מ׳קען בעצם טרעינען דעם מח אז דאס זאל יא ווערן אנגענומען אלס א געווינס און אויב דער מח זאגט אזוי איז דאך דאס דער קאנטשעס און אויב קאנטשעס זאגט אזוי ווערט דאס ריאליטעט.