☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קארני חסידים

קארני חסידים

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10759

shem-tov » מאנטאג יולי 25, 2016 7:19 pm

· #343496
קארני חסידים
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען א חסיד וויל ווערן וויכטיג אין די אויגן פון א גוי מיינט ער אז ער מוז זיין פאני אדער קארני. אז די ווילסט שוין יא ארומגיין מיט דיין הערליכען פרצוף בין האומות, גיי כאטש לערן דיך אביסל אויס דעם הלוך ילך, ווער אן עקספערט אין א געוויסע נושא און האלט דיך צו דיינע פרינציפן וועסטו אפשר ווייט אנקומען.. פארוואס קענסטו נישט זיין א פשוטער דשורנאליסט אדער רעפארטער וואס האבן פרינציפן, וואס טוט זיך זיין דשאב באט העפענס טו בי אן ארטעדאקסישער יוד... למשל נעם יאסי געשטעטנער, אדער פאלאטשעק, אדער דער טורקס, אדער רוב אנדערע חסידים וואס פרובירן גרויס צו ווערן, אלעס פיין און וואויל... אבער פארוואס גייסטו ארום שיסען קארני דשאוקס אדער פארוואס באשייגעצטע א צווייטען ערפארענעם רעפארטער מיט דיינע טוויטס ווי גלייך ער קען דיך פון ערגעץ.. וואס שרייסטו אויף אים אז ער מוז דיר ענטפערן אדער שפאר מיך אויס.. סאיז דאך שרעקלעך סטופיד און נעריש און ווען מען געט א קוק אויפן פראפייל פון די דופידעדו פיאות ממש א גרויל.. גראדע געב איך קרעדיט פאר קארנבלי דער האלט זעך טאקע צו דער זאך און איז שוין למעשה אנגעקומען היבש ווייטער ווי די אנדערע פראפעשאנעל חסידים/רעפארטערס/ פאליטישאנס /קאמידיענס /אנאליטיקער. איך רעד נישט פון גיין מיטן היט און רעקל ווי אלבערט פר"מ אדער פוטשע פלעגט גיין אין רעד פון קלעס

סאשי פיש » מאנטאג יולי 25, 2016 7:39 pm

· #343497
Re: קארני חסידים
דער טורקס האט זיך געשלאגען מיט דוד גרינפעלד ווי א קליין קינד אויף טוויטער, עס איז צום באוואונדרען אזא קליינקעפיקייט...!

בן אדם » מאנטאג יולי 25, 2016 7:47 pm

· #343499
און דוד גרינפעלד איז נישט א קליין קינד??

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 25, 2016 8:15 pm

· #343505
Re: קארני חסידים
איך קען טורקס נאר פון עמי מאגאזין, און איך האב שטארק הנאה פון איהם

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ליפא » מאנטאג יולי 25, 2016 8:45 pm

· #343508
וואס איז זיין עכטע נאמען?

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:58 pm

· #343512
שם טוב פון וואס פונקטליך רעדסטו ברענג פרוף

דער דאס » מאנטאג יולי 25, 2016 9:55 pm

· #343520
אברהם יעקב טערקלטויב

mevakesh » מאנטאג יולי 25, 2016 10:15 pm

· #343522
Re: קארני חסידים
אונזער שבתל האט אנגעקניפט ווארעמע באציאונגען מיט איהם אין איאוע פאר די קאקוס

כלבאשבוע » מאנטאג יולי 25, 2016 11:37 pm

· #343530
טורקס איז גראדע גאנץ גוט, ער פאסט נישט אזוי אין די קארני קאטאגאריע.

@סאשי פיש גערעכט, ער וואלט זיך נישט געדארפט אזוי צוטון מאכן פון גרינפעלד, אבער דער האט אים געטרעטן אויפן הינעראויג און גענוצט זיין קאנקורענט קארנבלי אים ארויסצונעמען פון די כלים.

געשטעטנער איז א סכנה פאר כלל ישראל, רחמנא יצילנו מענשו שלזה.

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 8:08 am

· #343539
שם טוב וויל ער זאל נישט גיין מיט קיין היט און רעקל ווי אלבערט פרידמאן, און נישט זיין אזוי קארני ווי געשטעטנער און קארנבלי נאר זאל זיין פונקט אינמיטן ווי ער וויל (מחלט געוועהן) אז ער זאל זיין, הער איך...

shem-tov » דינסטאג יולי 26, 2016 9:20 am

· #343544
העלאו שבת. וואס מאכסטו

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 10:01 am

· #343549
בארעך האשעם, איך מאך וואס איך עס און איך עס וואס מיין ווייב (כלה)מאכט.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 26, 2016 10:56 am

· #343555
כלה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 26, 2016 11:00 am

· #343556
דיין כלה האט נישט געקאכט דיין עסען ווען דו ביסט א חתן געווען? האסט געגעסען רויע קארטאפעל?

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 11:58 am

· #343561
מיר שטערט זייער שטארק די שפראך דא צוליב עטליכע סיבות

איינס
אז מנעמט דא עטליכע מענטשען און מגעבט זיי א שעכט אפ אין איין תגובה אז דו האסט טענות געב כאטש פאר יעדעם איינעם אן עקסטערן אשכול איך מיין אז א יומען ביאינג קומט זיך אזויפיל

צוויייטענס
איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס די מעשה איז געווען

דריטענס
מיין פערסנעיל מיינונג איז אז די כמעט אלע א.ד. זענען פריוואטע פיגורן, אפילו זיי שיקען טוויטס מייניך אז אין די גאס איז א נארמאלע זאך אז מענטשען זאלען זיך אויסדרוקען זייערע מיינונגען אויף סאושעל מידיא, און מען באקומט נאכנישט דערפאר א פאבליק סטאטוס,

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 12:08 pm

· #343563
שמעקעדיג
כלה?


כלה שברצונה, נעבעך א פרומע מיידל א בעלת תשובה פון מאנהעטן וואס דאוווענט יעדן טאג אז איך זאל תשובה טוהן. לאך נישט.

shem-tov » דינסטאג יולי 26, 2016 12:35 pm

· #343569
מיך שטערט זייער שטארק דאס וואס כהאב אויבן געשריבן. די בעיבישע יונגעלייט פאר אביסעלע אטענשאן שרייבן אזעלעכע צודרייטע זאכן אנבעליוועבעל. מען האט שוין געהערט אז די גלייכסט טראמפ אדער קרוז יעצט בארואיג דיך טריי נישט נאכצומאכן ראש לימבא, שאן אדער לעווין ווייל די לייגסט דיך שרעקליך צו'נער און מיר אלע האבן דערפון בושות. באמת איז דא נאך א טיפערע פראבלעם...

מארק לעווין, ביל קריסטאל, מיט נאך געציילטע יודישע ציוניסטישע היץ קעפ הערן נישט אויף מיט זייערע העצע קעגן די ריפאבליקאנער פארטיי. ווייל זיי האבן געוואלט קרוז.. איי דאס פאלק האט געוואלט דווקא טראמפ דאס אינטערסירט זיי נישט אלעס ווייל ער אדער זיין בעה"ב קוקט אן טראמפ א שטער פאר די מדינה... ווער האט ענק געפרעגט שווייג שוין שטיל די טיפיש לוזער לעווין דיין קאנדידאט איז אן אומבאלומפערטער פארשוין וואס האט מאוס פארלוירן סטאפ צו העצן, אזעלעכע זאכן פלאקערט אויף אנטיסעמיטיזם שרעקלעך שרעקלעך..

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 12:43 pm

· #343571
כאטש האסט נישט בארירט פונקטליך מיינע קשיות, וויל איך פרעגן פאר אינטערסאנטקייט
ראש לומבאו -היינט פארשטיי איך אז ער רעדט אזוי ווייל מיליאנען הערן אים אויס- אבער וויאזוי האט ער אנגעפאנגען? מנהסם האט אים קיינער נישט געקענט זאגען סטאפ דו קענסט נישט נאכמאכען ראש לימבאו.. אבער סתם רעדן, שימפן, און שרייען דאס קען דאך נחום אויך?

shem-tov » דינסטאג יולי 26, 2016 12:56 pm

· #343572
סאו די גלייכסט צו אונזערע ראצערלעך צו ראש לימבאו, נישט קיין פראבלעם. כל טוב

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 1:19 pm

· #343579
איך האב נישט אנגעהויבען צו פארגלייכען עפעס, בעסער געזאגט איך האב געפרעגט און נישט געזאגט עפעס, מנהסתם איז די תירוץ אז ער האט זיך צוביסלעך ארויפגעדארפעט, און מיט די צייט איז ער געווארען די מעגא רעדנער, אבער איז דא עפעס וואס מקען אנווייזען אז דאס האט אים געברענגט צו די פלאץ ווי ער איז היינט צוטאגס?

יעקב מענטש » דינסטאג יולי 26, 2016 1:53 pm

· #343586
turx איז דער בעסטער היימישער קאמידי שרייבער וואס איך האב נאר געליינט.

איך מיין ער וואוינט אין לעיקוואד, ריכטיג ?

איז ער א סקווירער ?

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 2:00 pm

· #343587
יעקב מענטש
turx איז דער בעסטער היימישער קאמידי שרייבער וואס איך האב נאר געליינט.

איך מיין ער וואוינט אין לעיקוואד, ריכטיג ?

איז ער א סקווירער ?


ער איז נישט קיין חסיד פון קיינעם, וואוינט אין לעיקוואד, קומט פון א וויזניץ-מאנסי משפחה, זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מאנסי יאהרן צוריק, בערך 20-15 יאר צוריק איז זיין טאטע געגאנגען וואוינען קיין לאס אנדזשעלס ווייל מ׳האט אים אנגעטראגן א גיטע מלמדות-פאסטן וואס ר׳ מאטעלע האט געשטיצט אז ער זאל דארט גיין וואוינען, טורקס איז אויפעוואקסן אין LA, זיינע ברודערס האבן געלערנט אין גיבערס.

mevakesh » דינסטאג יולי 26, 2016 2:49 pm

· #343594
Re: קארני חסידים
שבת אחים
שמעקעדיג
כלה?


כלה שברצונה, נעבעך א פרומע מיידל א בעלת תשובה פון מאנהעטן וואס דאוווענט יעדן טאג אז איך זאל תשובה טוהן. לאך נישט.

מזל טוב!
ווען איז די חתונה؟
עס גייט זיין פיקטשערס؟
ר' מאטעלע גייט טאנצן מצוה טאנץ؟

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 26, 2016 3:57 pm

· #343606
קאמענטירער
מיר שטערט זייער שטארק די שפראך דא צוליב עטליכע סיבות

איינס
אז מנעמט דא עטליכע מענטשען און מגעבט זיי א שעכט אפ אין איין תגובה אז דו האסט טענות געב כאטש פאר יעדעם איינעם אן עקסטערן אשכול איך מיין אז א יומען ביאינג קומט זיך אזויפיל

דו וואלסט ענדערש געוואלט אז מ'זאל יעדעם אויספראקען אין א באזונדערע אשכול? אלע זייערע נערישקייטן זענען פון די זעלבע סארט, האט מען זיי צוזאמגעשטעלט.

קאמענטירער
צוויייטענס
איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס די מעשה איז געווען

עס איז נישט קיין מעשה שהיה, נאר א דבר יום ביומו, ווי זיי מאכן זיך צו די אויגן און פאנטאזירן אז די וועלט לעכעצט פאר זייער'ס א גוט ווערטל.

קאמענטירער
דריטענס
מיין פערסנעיל מיינונג איז אז די כמעט אלע א.ד. זענען פריוואטע פיגורן, אפילו זיי שיקען טוויטס מייניך אז אין די גאס איז א נארמאלע זאך אז מענטשען זאלען זיך אויסדרוקען זייערע מיינונגען אויף סאושעל מידיא, און מען באקומט נאכנישט דערפאר א פאבליק סטאטוס,

מיט וואס זענען זיי פריוואטע פיגורן? אפשר אליבא דאמת זענען זיי פריוואט, אבער [עכ"פ געוויסע פון] זיי שרייען אויס אז זיי פארטרעטן כלל ישראל.

בכלל, ווען דו הייסט דזשאן מק'ניעל ביזטו אן אינדיווידואלער מענטש און קיינער טראכט נישט צו ער איז קריסטליך אדער פראטעסטאנטיש אדער אן עטיאסט. ווען דו פאררופסט זיך אלס יוסי אדער פאלאטשעק, פאררופסטו זיך אלס א יוד, און דו מאכסט אונז אלע בזיונות, כנ"ל.

ב.ד.וו. איך מיין מ'זאל טוישן די שם האשכול פון "קארני חסידים" צו עפעס מער רעלעוואנט, ווייל אויב מיר קומען צו די החלטה אז חסידים זענען טאקע קארני, מעגן דאן די פארטרעטער זיך אזוי אויפפירן...

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 6:32 pm

· #343627
mevakesh
שבת אחים
שמעקעדיג
כלה?


כלה שברצונה, נעבעך א פרומע מיידל א בעלת תשובה פון מאנהעטן וואס דאוווענט יעדן טאג אז איך זאל תשובה טוהן. לאך נישט.

מזל טוב!
ווען איז די חתונה؟
עס גייט זיין פיקטשערס؟
ר' מאטעלע גייט טאנצן מצוה טאנץ؟


זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס איך האב געמיינט מיט כלה שברצונה, זי וויל זיין מיין כלה און חתונה האבן מיט מיר און גיין וואוינען אויף צפת און האבן אסאך קינדער מיט לאנגע ברסלב׳ע פיאות. סאיז דא א באקאנטע גמרא וואס זאגט אכל שום וריחו נודף, יחזיר ויאכל שום וריחו נודף?, איך האב שוין איינמאל געטוהן די טעות פון חתונה האבן צו א פרומע מיידל און איך האב געהאט פינף קינדערלעך און מיט דעם האב איך שוין יוצא געוועהן ידי חובתי, און וואס מעהר איך זאג איר דעס וויל זי מיך מעהר, הער אויס איך וואלט קיינמאל אין מיין לעבן נישט חתונה געהאט נאכאמל נישט קיין חילוק ווי שטארק איך האב יענע ליב, זי איז נאר 22 יאהר אלט קיינמאל נאכנישט חתונה געהאט ביפאר און האט נישט קיין קינדער, איך האב איר קלאר געזאגט בערך 2000 מאל אז זי קען פארגעסן פון חתונה האבן און האבן קינדער מיט מיר, אבער זי וויל דאך בלייבן וואוינען ביי מיר, זי קאכט געשמאקע עסען וואשט די וועש און רייניגט די הויז, וואס גייט עס מיך אן? איך האב איר בפירוש געזאגט אז איך בין נאר דא פאר פלעשיור און ווילאנג סאיז מיר באקוועם און נישט פאר עפעס אנדערש, זי הערט אבער נישט וואס מ׳רעדט צו איר.

mevakesh » דינסטאג יולי 26, 2016 6:50 pm

· #343632
Re: קארני חסידים
זי האט נישט קיין פראבלעם מיט ייחוד؟

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 7:24 pm

· #343636
mevakesh
זי האט נישט קיין פראבלעם מיט ייחוד؟


זעהט אויס אז נישט, זי צאלט מקוה געלט, זי האט זיך שוין אירע חשבונות, אפשר זאגט זי תיקון הכללי, איך ווייס נישט פונקטליך. זי האט שוין אירע היתרים פאר יעדע זאך וואס זי וויל נישט איינהאלטן.

shem-tov » דינסטאג יולי 26, 2016 7:38 pm

· #343641
Keep dreaming my friend!!

שבת אחים » דינסטאג יולי 26, 2016 8:14 pm

· #343644
shem-tov
Keep dreaming my friend!!


I will