מיליטערישע אויפשטאנד אין טערקיי
די טערקישע מיליטער האט היינט ביינאכט דורכגעפירט א פוטש קעגן דעם פריים מיניסטער בינאלי ילדירים. שיסערייען ווערן געהערט אין די גאסן, מיליטערישע פליגער פליען נידריג, און שאסייען און בריקן זענען פארשלאסן.
די מיליטער, אריינגערעכנט די אינפאנטרי און עיר פארס, האט גענומען קאנטראל פון די אוינטערנאציאנאלע לופטפעלד, אפשטעלנדיג אלע פלייטס.
דער הויפט גענעראל איז אין געפענגעניש אין די מיליטערישע הויפטקוואטיר.
כאטש וואס טוויטער, פעיסבוק און יוטוב איז מתחילה געוואן געשפארט, איז עס - אויפן מאמענט - צוריק געעפנט.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס קומט שוין נאכן עס אפשטופן במשך די פראנצויזישע אטאקע נעכטן.
עדראגאן זיכט שוץ אין דייטשלאנד
https://www.facebook.com/livemap/
zoom to Turkey
#amazing
So in this past year or two, thousands of refugees died at Turkey's border, and now the president of Turkey is a refugee himself. Hmm, God has a sense of irony
פידלערSo in this past year or two, thousands of refugees died at Turkey's border, and now the president of Turkey is a refugee himself. Hmm, God has a sense of irony
Ironic indeed, the same Erdogan who limited public protests is now asking people to take to the streets in protest
Re: מיליטערישע אויפשטאנד אין טערקיי
TURKEY: Parliament in Ankara hit by bomb. Gunfire in Istanbul, as MIT spokesman says everything ‘back to normal’ following coup attempt.
קוקט אויס די מצב איז היבש צימישט דארט
דורכגעפאלן, גאנץ מעגליך ״לכתחילה״ געדארפט דורכפאלן
ימים ידברו
איינער ווייסט וואס עס זענען געווען די מאטיווען פון דער פוטש פירער?
און בכלל ווי קען איך הערן אן אנאליז פארוואס איז עס דורכגעפאלען?
פארוואס איז די וועלט נישט מיטגעישטאנען מיט זיי? אא''וו
עס איז נאך צו פרי צו קלאר אנאליזירן וואס עס איז פארגעקומען וכדו', אבער עס איז גוט צו וויסן די היסטאריע פון טערקי צו פארשטיין די אנטוויקלונגען, טערקיי איז געווען א מלוכה ביז אפאר יאר נאך די ערשטע וועלט קריג ווען טערקיי'ס מפלה האט גורם געווען אז עס איז געגרינדעט געווארן א נייע פארטיי מיט די נאמען "יונגע טערקן", אין יאר 1923 איז געגרינדעט געווארן די דעמאקראטישע מאדערענע טערקישע רעפאבליק מיט די אנפירערשאפט פון די אויבן דערמאנטע פארטיי, און איז געווען די ערשטע מוסעלעמענער לאנד צו ווערן דעמאקראטיש, זינט דאן איז די מיליטער געווען באויפטראגט צו באשיצן די דעמאקראטיע און צוליב דעם האט שוין די מיליטער 4 מאל אין די פארגאנגענהייט דורעכגעפירט א פוטש אויב האט זיי אויסגעזעהן אז די ערוויילטע באאמטע באדראען די דעמאקראטיע.
ווען ערדואן איז געווארן פרעזידענט האט ער געציטערט אז היסטאריע וועט זיך איבער'חזר'ן ווייל ער איז היבש א רעכטער און די צייטונגס לייט וכדו' שטייען אויס פון איהם פילע מוטשענישן און באגרעניצונגען ווען ער ארעסטירט וער עס איז נישט גענוג גינסטיג צו זיין רעגירונג וכדו'.
זייט ער איז אנגעקומען צו דער מאכט האט ער כסדר געציטערט פון א פוטש און האט געטוישט און ארונטער געזעצט פילע גענעראלן און מיליטער הויפטן און זיכער געמאכט צו איבער לאזן און דערהייבן אין ראנג נאר די וואס זענען גענוג לאיאל צו איהם.
אבער פארט זעהט אויס אז ער האט נישט גענוג געטוהן און א חלק פון די מילטער האט פראבירט נאכצוטאהן היסטאריע און מאכן א פוטש וואס איז געווען א קאלאסאלער דורכפאל צוליב אפאר סיבות 1. די אויפשטענדלער האבן נישט געהאט די שטיצע פון די העכסטע ראנגען אין די מיליטער, 2. די פאלק האט נאך נישט גענוג געליטן און די ביי זיי איז ערדואן היבש פאפולער. 3. די כח פון סאציאלע מידיע וואס שטערט סיי וועלכע פרואוו צו פארשפרייטן נאר איין סארט מעסעדזש. 4. זייער דורכפאל צו הרג'ענען אדער נעמען ארדואן אין גפעענגעניש. 5. קאנספיראציע טעאריקער ווילן זאגן אז עס איז געווען בכלל א אויספלאנירטע אקציע פון ארדואן זעלבסט, ימים יגידו.
שלום על ישראל[ציטאט אראפגענומען]
דאס קומט שוין נאכן עס אפשטופן במשך די פראנצויזישע אטאקע נעכטן.
זיין טאכטער האט עם נישט געקענט זאגן אז עס איז ו' חקת? און ער זאל ווארטן נאך אביסל?
Re: מיליטערישע אויפשטאנד אין טערקיי
געוואלדיג, נומער פינף לייגטס זיך די מערסטע אויפן שכל.