☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...

אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10727

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:28 am

· #342046
אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...
קל: א גוטן הרב שטילע

שטילע: רוף מיך נישט הרב

קל: פארוואס נישט?

שטילע: ווייל כ'בין א אינגערמאן

קל: אה, נישט געכאפט

קל: פארוואס האסטע מחליט געווען צו אינטערוויואירן שש'ן?

שטילע: ווייל כ'האב געוואלט נאך לייקס

קל: הייסט אז דו גלייכסט אויך לייקס

שטילע: דאס האב איך שוין נישט געזאגט

קל: פארוואס האט שש מסכים געווען צום אינטערוויו?

שטילע: כ'האב אים געסטראשעט אז טאמער איז ער נישט מסכים גיי איך אים ארויסלייגן אלס די ניק וואס איך קען נישט דערליידן

קל: מאכט נישט קיין סענס אז שש זאל זיך שרעקן פון אזא סטראשע

שטילע: ער האט זיך טאקע נישט געשראקן, כ'האב אים נאכדעם געסטראשעט אז כ'גיי אים מער נישט לייקן

קל: לעצטנס ביסטע אריין אין די ליצנות ליין. פון וואו נעמסטע דיינע סחורה?

שטילע: אה, ס'איז אן אריכות

קל: איך האב צייט

שטילע: איך בין אמאל געווען ביי א שומרים קאל, מ'האט נאכגעלאפן דעם ערל פאר א קנאפע פופצן מינוט, ווען דער שטיקל שיט האט איינגעזעהן אז מ'גייט אים אט אט כאפן האט ער אראפגעלאזט א בעג אנגעפילט מיט כתבים און איך האב עס באלד געכאפט ווי ס'האט זיך שפעטער אויפגעוויזן איז עס געווען אלטע כתבים פון יואלי לעבאוויטש פון דארט נאש איך כסדר.

קל: דאס הייסט אן אריכות?! עניוועי, דו ביסט א מעמבער אין שומרים?

שטילע: ניין, כ'האב אבער א סקענער

קל: הייסט אז דו ביסט א באפפער?

שטילע רעגט זיך: הער אויף אריינצולייגן שיט אין מיין מויל!

קל: איך בין געווען זיכער אז כ'גיי טרעפן א אינגערמאן וואס קעקעצט לויט דיין שרייבאכץ.

שטילע: חחח ס'האט געדארפט צו זיין א דשאוק

קל: וואס איז די מעשה מיט דיין ספעלינג?

שטילע: אה, איך לייג אריין אסאך צייט אין דעם, ס'איז מיין וואסערמארק. יעדע ספעלינג מיסטעיק איז אין פאקט אן אויסגערעכענטע זאך מיט אסאך השקעה אריינגעלייגט.

קל: אזוי גאר? אפשר ספעלסטע מיר 'נח'?

שטילע: מאכסט א דשאוק, פונקט אזא גרינגע ווארט פרעגסטע? נון, ואו, יוד, אלף, ענדע כיף.

קל: קענסטעך טאקע גוט ספעלן. ווען נעמסטע ארויס א טרעידמארק אויפן ווארט 'שיט'?

שטילע: ווען בעל עגלה נעמט ארויס אויף אלע סמייליס.

קל: וואס איז געווען דיין גרעסטע חידוש ווען דו האסט באגעגנט שש צום ערשטן מאל?

שטילע: אז ער רייכערט

קל: נו, וואס איז דען די חידוש דערמיט?

שטילע: נעעעע, מ'רעדט דא פון מארוכואנא.

קל: וואס איז זיין הסבר דערויף?

שטילע: פרעג אים.

קל: דו ווייסט וואס 'שטילע' איז נוטריקון?

שטילע: וואס?

קל: שיט ל"ע!

דא איז דער אינגערמאן אנטלאפן.
ער האט גע'טענה'ט אז ער האט א וויכטיגע מיטינג צו כאפן.

המשך לא יבוא.

ליפא » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:34 am

· #342047
I saw this coming...

א איד » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:42 am

· #342049
Re: אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...
נעקסט קומט אונטערוויו מיט קל איבערן אונטערוויו מיט שטילע איבערן אונטערוויו מיט שש איבערן אונטערוויו מיט שמעקעדיג, דורך????? וחוזר חלילה

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:18 pm

· #342074
איך פארשטיי נאר נישט פארואס עס איז אין שמייכל

א איד » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:38 pm

· #342080
Re: אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...
שולעם איך מיין אז דו ביזט פאסיג צו מאכן א אונטערוויו מיט קל איבערן.....

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:42 pm

· #342097
יעפ, די גרעסטע דשאוק אז ער קען עס נאר לייקן.... אדער וועט ער זיך א שאקל געבן מיטן טגיבת העלעף.

א איד » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:03 pm

· #342101
Re: אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...
איך מיין אויך אז ער האלט זיך זיין, ווייל ער האלט אינמיטן אנגרייטן די טויזענסטע תגובה.
ווער ווייסט אפשר א פרישע אוצר

וואלווי » פרייטאג יולי 15, 2016 1:15 am

· #342256
שוין שטיל איבער פערציג שעה ס'מוז זיין ס' א קומט א גוטס
📎 677.jpg

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 1:24 am

· #342258
לאמיר האפן, איך האב נאך טראומא ווען @כוכב איז געבליבן שטיין ביי די פחד'דיגע נאמבער 999 און אריין אין היברענאציע פאר א לאנגע תקופה וואס נאר די ק"ש ומאכן סומאטוכע האט איהם געקענט ערוועקן

#אל_תפתח_פה_לשטן

וואלווי » פרייטאג יולי 15, 2016 1:47 am

· #342263
זעט אויס צו זיין אזא מין midlife crisis ...