☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » קויפן אפענע גרעפיק פיילס! - איז דאס ווערד?

קויפן אפענע גרעפיק פיילס! - איז דאס ווערד?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10724

חברים כל ישראל » מיטוואך יולי 13, 2016 4:25 pm

· #341886
קויפן אפענע גרעפיק פיילס! - איז דאס ווערד?
א נייער געדאנק וואס גייט לעצטנס מער און מער אריין צווישן די גראפיק-דעזיינער, אפצוקויפן א קוואנטום אפענע גראפיק פיילס וואס אנדערע גראפיקער האבן שוין אמאל געמאכט, כדאי דאס צו קענען נוצן און אפדעיטן לויט זייער געברויך. עס הייסט אז דאס דארף צו פארשנעלערן די ארבעט און פארשענערן די קוואלעטי וואס זיי גיבן ארויס, און אינאיינוועגס איינשפארן פיל געלט און צייט וואס דאס דארף ארייננעמען אין זיך.

איך האב דאס צום ערשטן מאל געזען אדווערטייזט א האלבע יאר צוריק בערך, פון אנהויב האב איך נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט דערויף, אבער לעצטנס הער איך פון מער און מער גראפיק דעזיינער, פרינטערס און מוסדות התורה, וואס האנדלען זיך דאס איין און פארשנעלערן דערמיט די ארבעט. א שוואגער מיינער, א מנהל פון א מוסד האט זיך דאס איינגעהאנדלט, און לויט זיינע ווערטער איז דאס אים א ישועה פון הימל, בשעת אמאל פלעגט ער צאלן תהומות מיט געלט פאר ארבעטער וואס זאלן אים צוזאמענשטעלן זאכן, ווי אויך פלעגט דאס אוועקנעמען אסאך צייט פון די מוסדות, אבער היינט גייט אלעס זייער שנעל און עס העלפט אים פיל ארויס אין די ארבעט.

נעכטן האב איך געטראפן א חבר מיינער, א גראפיקער, וואס האט זיך דאס אויך איינגעהאנדלט. ער זאגט אז דאס קומט אים שטארק צונוץ, לפי דבריו איז דאס אזוי ווי אן אקאונט אויף שאטערסטאק און נאך פיל מער דערפון, ווייל עס איז גרייטע זאכן, צומאל דארף ער ארבעטן אויף א סיין א האלבע שעה, בשעת ווען ער דארף מאכן א נייע, נעמט עס אים עטליכע שעה. ווי אויך זאגט ער אז ער קען אנהויבן טראכטן פון א פיל העכערע לעוול, וויבאלד ער דארף נישט אויספלאנען דעם געדאנק פונדאסניי, נאר גראד גיין צו א העכערע לעוול מחשבה און געדאנק.

מיין שאלה איז, זעענדיג אז מער און מער גראפיקער און דעזיינערס קויפן אזעלכע זאכן: צי איז דאס נישט קיין זאך וואס וועט עווענטואל האקן די מארקעט פון די דעזיינער, אז מענטשן וועלן אנהויבן קויפן פארטיגע זאכן, און ווייניגער קריעיטן נייע געדאנקען? – פון די אנדערע זייט איז מעגליך, אז דאס קען נאך גורם זיין צו הייבן די מארקעט פון דעזיינער, וויבאלד מען וועט אנהויבן בעטן מער געלט פון איינעם וואס זוכט עפעס קאסטום מעיד, ספעציעל פאר אים.

עס איז כדאי צו דעבאטירן דער נושא.

בכלל, וואס האלט דער עולם, העלפט דאס טאקע ארויס? – איז דאס טאקע אזא ישועה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 13, 2016 4:55 pm

· #341898
לינק ביטע. איך דארף אזא זאך פאר זיך

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:15 am

· #342062
אויב אסאך גרעפיקערס גייען אנפאנגען צו מאכען זייער ארבעט געבעיסט אויף אלטע ארבעט, פרעגסטו צו סלוינט זיך פאר די גראפיקערס? קלאר אז יא,
פאר די קאסטומער? זיי גייען נישט אזוי דערלייגען, נאר אז מען וועט נישט אויפקומען מיט גענצליך פרישע איינפאלען אזוי שנעל,

איך מיין אז סאיז א גוטע איידיע, ווייל סאיז מוראדיג שווער אויפצוקומען מיט געדאנקען וואס זאלען זיין 100% אייגענס, זאל עס זיין אין נגינה דארף מען אמאל צופיצען און אפי און שרייבעריי, אויב איינער בעסערט אויס אן ארטיקעל איז עס סאך בעסער ווי נאר איינער האט עס געשריבען, טובים שנים מן האחד, איז דא אז די גאראפיקער וועט זיך נישט דארפען זיך מוטשענען אויף די ערשטע 10% ואוס דאס איז דאפעלט שווער ווי די איבריגע פראצענטען, וועט ער זיך קענען מער פאוקעסען אויף די קליינטשיגע דעטאלען ביים סוף

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:30 am

· #342066
פון די אנדערע זייט וועט דאס גורם זיין אז יעדער שמויגער וועט ווערן א גראפיקער גרינגערהייט און אזוי ארום אראפברענגן די מארקעט

שמואל פרימו » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:09 pm

· #355557
וואו קען מען דאס קויפן?

לך לך » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 9:21 pm

· #355558
א גרעפיקער זאגט מיר, אז איינער וואס קען אליין וועט קיינמאל נישט נעמען יענעמס זאך, סאיז עפעס נישט...

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 12:06 am

· #355562
ביי די שפילערס איז עס די זעלבע זאך, איינער מאכט די פראגרעמס און יעדער נוצט עס