☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג

אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10723

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 13, 2016 8:30 am

· #341826
אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
א גוטן שש,
קודם איז מיר א חידוש אז ביסט א רעבישע אייניקעל, כקען צופעליג דיין פנים, דאכציך די דאווענסט כסדר אין ספינקס 18,

שש: יא, נאר שחרית, די דאווענסט אויך דארט? כ'קען נישט דיין פנים בכלל.

שטילע: כ׳דאווען אויך דארט, אבער די טלית דעקט מיר איבער די פנים, כדאווען מיט א ברען.

שטילע: עני וועי, ווי איז די אינטערוויו פארגעקומען?
שש: אין די נייע קאפיע הויז אויף 13 עוו מיט 54 גאס, נישט ווייט פון סקולען.
שטילע: שמעקעדיג האט גלייך געקענט באשטיין זיך צו טרעפן מיט דיר?
שש: יא, פארוואס נישט? אונז זענען צופעליג קרובים, זיין ווייב איז מיין ווייב'ס צווייטע קאזין,
שטילע: האסט זיך נישט געשעמט צו גיין אין קאפי הויז מיט שווארצע זאקן? יעדער קען דאך אריין זעהן די גאנצע סטאר פראנט איז פון גלאז,
שש: ס׳איז פאר געקומען גאנץ פרי אונעם טאג, מענטשן דרייען זיך נישט אזוי אויפן גאס
שטילע: פרי אונעם טאג זענען הערשט דא מענטשן דארט, ס׳איז א קאפי הויז, ניין?
שש: דארט איז נישט געווען עפעס צו ביזי

שטילע: כ׳פארשטיי אז שמעקי איז א שטיקעל מגולח, האבן נישט מענטשן אנגעקוקט ענקער שמועס מאדנע? איי מיין ווי קומט א מגולח מיט א רעבישע אייניקעל צוזאם אין א קאפי סטאר?
כ׳גלייב נישט איינער האט געמיינט ס׳איז א ביזנעס מיטינג ווייל א רעביש קינד טאר נישט ארבייטען.

שש: כ׳האב באמערקט א אינגערמאן וואס באטראכט אונז אין ווינדערט זיך וואס די קשר דא איז, והשנית איך ארבייט יא, אפי כ׳בין א רעביש קינד.

שטילע: וואס האט שמעקי באשטעלט צו עסען?
צוויי קאפיס, מיט דריי טשיס קעיק, ער האט גערוקט ווי א אראבער נאך ראמאדאן.

שטילע: אין וואס האסטו געגעסן?

שש: גארנישט,
שטילע: פארוואס נישט?
שש: נישט קיין גוטע הכשר
שטילע: ווער האט געצאלט פארן בילל?
שש: ק״ש קאסע
שטילע: זיי האבן א גרויסע קאסע?
שש: כ׳ווייס נישט
שטילע: ווער האט די געגעבן די קרעדיט קארטל?
שש: כוכב.
שטילע: ער איז קעלנער?
שש: ניין, אבער ער קען זיך אבער גוט מיט קעלנער
שטילע: די קענסט אויך קעלנער?
שש: סארא חילוק?

שטילע: צירוק צום ענין, האסט גענומען notes פון שמעקי בשעת האסט עיהם אויס געפרעגט?
שש: ניין, כהאב א אייזענע קאפ אין כגעדענק אלץ.

שטילע: פון ווי קומט דיין גאות באופן כללי? א משפחה זאך?
שש: נעקסט
שטילע: האסט געמאכט די אינטרוויא נאר פאר די לייקס?
שש: ניין, אבער כ׳האב דאס אויך אינזינען געהאט.
שטילע: זאג מיר עפעס אנדריש, וויפיהל קינדער האסטו?
שש: פליז stay to the topic
שטילע: אקעי, שמעקי וואינט דא אין ב״פ?
שש: וואס איז א נפק״מ? ווילסט עיהם מגלה זיין? די טוסט אין גילוי? ווייסט סארא שלעכטע מידה דאס איז? כ׳בין סארפרייזד מיט דיר.
שטילע: כזעה עפעס אינזער אינטערוויו ארבייט זיך נישט אזוי אויס.
שש: נ׳וודאי נישט, דער שואל זייגט אויפ כוחות

שטילע: אקעי, כ׳גיי טרייען צו בלייבן אויפ טאפיק.
די האסט געקענט שמעקי פאר האסט עיהם אינטערוויד?

שש: סארא חילוק?
שטילע: די ביסט פערענויד, הער אויפ די ביטש איינער.

שש: האלוי, די נערווירסט מיר, די גרובסט אין יענעמס אידענטעטי, מהאט געשמיסט די אונטערווי גייט זיין אויפן אינטערווי,

המשך יבוא, אדער נישט.

קל וחומר » מיטוואך יולי 13, 2016 9:51 am

· #341832
Re: אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
די גאנצע אפיס מיינע איז באשפריצט געווארן מיט קאווע ווייל איך האב פונקט געהאט א אנגעפילטע פיסק מיט קאווע בשעת'ן ליינען.

שטילע, דו גייסט באצאלן מיט א אינטערוויו איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקי!

האסט שלעכט אריינגעביסן, דאס גייט דיר קאסטן מער ווי קאנטרי.

פליקער » מיטוואך יולי 13, 2016 12:15 pm

· #341850
שטילע ביזט עוועילעבל פאר א אינטערוויו מיט שש פאר דיין טויזענסטער תגובה?

געוואלדיג » מיטוואך יולי 13, 2016 12:20 pm

· #341852
פארגעסן צו זאגן אז שטילע גייט אויך קאמפעטישן מיט יואב

גאנצל » מיטוואך יולי 13, 2016 1:33 pm

· #341866
@שטילע

סתם להודיע מיין לייק האב איך געגעבן נאך בעפאר'ן ליינען דיינע שורות בלויז פאר די איידיע אליין לייק איך דיר שוין

פאר די שורה העליונה האב איך דיר שוין געגעבן א שורה התחתונה ודו"ק (אן די געוואלדיגע שיטה בנוגע ודוק)

א איד » מיטוואך יולי 13, 2016 3:55 pm

· #341882
Re: אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
שטילע ביזט פיינע פריקן נייעס, כהאב מארגן אן אפוינטמענט ביי מיין מילצן דאקטאר, עס טוט מיר לעצטענס זייער וויי, און מיין לויער האט שוין א גאנצע קלאגע קעגן דיר.

אויס מענטש » מיטוואך יולי 13, 2016 4:21 pm

· #341885
הער שטילע , ביטע זאגט מיר , קען איך ווערן אייער שאפער ? כ'נעם מיך אונטער נישט צו רעדן קיין ווארט, ממש אזוי ווי שטילע.

כעל מיך אנזעטיגן מיט כוכב'ס פאנארמע און זיינע משרתות, און אונטער הערן שטילע'ס אונטערוויאוען, מיט האלטן די שלימזלדיגע איליגעל פארק ביי דרייוו וועי גניבות, א שטורמישען סדר היום.

און א זייטיגע נאטיץ וויל איך ארויס ברענגען, ווי שטילע טוט אין גילוי אין גרויסן, ער גראבט שטילערהייט צו דערגיין די שפיץ ניקים, דא ווייסט ער ווער שש איז, און בסייעתא דשמיא באופן השגחה פרטי ממש, ווערט ער געוואר כוכב'ס איידענטעטי, ממש א גאון אין גילוי.

#שטילע וואסער גראבט טיף

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:30 am

· #342002
[ציטאט אראפגענומען]

נו אנטשטאט'ס האט ער געניצט 'ביטש'....