☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אברהם פריד דיסאפוינטס

אברהם פריד דיסאפוינטס

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10716

ודי למבין » מאנטאג יולי 11, 2016 7:52 pm

· #341465
אברהם פריד דיסאפוינטס
ווען ס'קומען ארויס חדשים לבקרים נייע זינגערס וועלכע טוען זיך פראמוטען מיט נייע אלבוימס מיט האלבע און פערטל ניגונים, האב איך געהאפט אז דער זינגער מיט'ן ה"א הידוע אברהם פריד וואלט ארויס געקומען מיט אן אלבוים מיט פיינע ווארע אבער איך בין זייער שנעל זייער דעסאפוינטעט געווארן.
פריד איז אלע מאל געווען מיין פעיווירט. זיין שטימע וואס איז געווארן שטערקער, בעסער, געשמאקער און זיסער מיט יעדע פארבייגיענדע אלבוים האט מיך כסדר פארכאפט און שטענדיג אריין געברענגט אין א גוטע גיסטע. זיין ניגונים אויסוואל איז כסדר געקומען מיט א חידוש, ער האט נישט מורא געהאט צו ברענגון אזאלכע ניגונים ווי תניא און יחיד ורבים צום טיש און די טעג וואס אזא סארט ניגון האט באלאנגט פאר א חזן. די אמתדיגקייט און זיין אינערליכע עבודה איז קענטליך פון אלע זיינע אלטע ניגונים. און מיט יעדע אלבוים זענעם מיט געקומען פרישע אוצרות.

אבער...

מיט זיין נייעם אלבוים האט פריד זייער שטארק דיסאפוינטעט. זיין קול איז נאך אלץ על הגובה און שטארק, אבער די ניגונים, די ארענדזשמענטס, די פראדאקשען איז זייער, זייער שוואך אמ"א.

ווי איז די תניא? די שטר התנאים? ווי איז די נאסטעלעגישע תקע, די ברכה והצלחה? ווי איז די חזנות פון טהר ר' ישמעאל און ווי איז די גאר געשמאקע "הן הם"?

ברינג דע האוז דאון איז א זיסע איידיע און איך וואלט עס איבער געלאזט פאר בערי סופר אויף איינע פון זיינע קינדער אלבוימס. אוצר של יראת שמים דארף זין די ריפלעיסמענט פאר כי המצוה אדער רצה? אדער גאר דארף ריקאלקעילעיט זיין אנשטאט נאו דזשאו? ואנפהא נהירון? אמת'דיג? איז דאס במקום ברכה והצלחה אדער במקום ברוך הבא מלך המשיח?

גרענטעט, הנני בידך איז א געששמאקע ניגון, אבער די ניגון איז שוין ארויס א צייט צוריק. און עס טוט סייווי נישט דזשאסטעפייען אז פון 14 ניגונים איז דאס מיט נאך איין אינאהאלב ניגונים ראוי לעלות על שלחן מלכים.

ס'טוט וויי דאס הארץ אז אינדערצייט וואס זיין קול איז געווארן זיסער, שטערקער און געשמאקער איז די ניווא פון די אלבוים אוועראל געפאלן עשר דרגות אחורניות. חבל. אברהם פריד האט דיסעפוינטעט.

חייקל » מאנטאג יולי 11, 2016 10:29 pm

· #341536
Re: אברהם פריד דיסאפוינטס
איך האלט אז למשל Bring The House Down איז א descent ניגון און אזוי אויך זיינע אנדערע ניגונים, ס'איז נישט conventional ס'איז א out of the box סטייל. נאר דיע מענטשען וואס האבן זיך justified צו הערן א נישט חסידישע זינגער (אדער א ליבאוויטשער) ווייל ער האט אזעלכע massive ניגונים, וואס מ'קען זיך/יענעם איינרעדן ס'איז היימיש פיהלן יעצט אביסל out of place אז ער איז געגאנגען צו ווייט. סאו די אישו איז נישט אזוי ווייט די ניגונים אליינס וואו די סטייל.

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 11, 2016 10:53 pm

· #341545

הקטן » מאנטאג יולי 11, 2016 11:30 pm

· #341554
פאסט-ליפא איז נישט דא אזא זאך וואו out-of-the -box
ס'איז נאר דא אן אויסברייטעראנג פון די box

ודי למבין » דינסטאג יולי 12, 2016 8:32 am

· #341599
חייקל, איך ווייס נישט פאר וועם דו האסט געפילט אז דו דארפסט justifying דיין הערן פון פריד - איך האב נישט געהאט די פילינג און איך בין מוכן צו הערן יעדעם וואס האט עפעס גוטס צו פארקויפן. די שאלה איז אויך נישט געווען אויב Bring the House Down איז decent אדער נישט וואס אויף דעם גילט די כלל פון על טעם וריח. די נידן איז געווען אויב פריד האט דיסאפוינטעט מיט זיין סאנג סעלעקשען און אוועראלל פראדאקשען וואס איך האלט אז די תירוץ איז א הילכיגען יא.

חייקל » דינסטאג יולי 12, 2016 10:22 am

· #341612
Re: אברהם פריד דיסאפוינטס
ונבנתה, א יישר כח פאר די לינק. ס'איז זייער אריגינעל.

קאמענטירער » דינסטאג יולי 12, 2016 10:29 am

· #341614
אויב מען מעג זיך דא אויסדרוקען א מיינונג אויף די טעיפ בכלליות :

איך האב זייער הנאה געהאט טאקע (קען זיין דייקא) ווייל כהאב כמעט נישט צוגעלייגט קיין קאפ דערצו, כהאב פשוט געזיכט עפעס פרישע ווארע און די סידי האט געטון זיין ארבעט האנדערט פראצענט, פרישע ניגונים! מיט א פרישע טיוסט!

חייקל » דינסטאג יולי 12, 2016 10:32 am

· #341615
Re: אברהם פריד דיסאפוינטס
אוי וויי נישט דאס האב איך געוואלט don't take it personal. איך זאג נישט דו אדער איך אדער ווער אימער need to justify. אלס וואס איך האב געזאגט איז "דיע מענטשען" . און אזויווי Bring The House Down איז בגדר "טעם וריח" אזוי אויך איז די גאנצע אלבום בכלליותדיג אין די זעלבע גדר.
א ניגון קען מען נישט דן זיין אייביג וואו גוט מען קען עס נאכזינגען, נאר די דעליווערי, די מוזיק arrangements , די כאר און וכו' און לגבי דעם האט אברהם פרודיצירט א פיינע אלבום.

גאנצל » דינסטאג יולי 12, 2016 2:47 pm

· #341706
גם אני מצטרף כאטש די סי די דרייט זיך שוין אין מיין קאר די לעצטע פאר וואכן אן אויפהער און ווען ס'קומט צו די ערשטע נגון מאך איך ריפיט אבער ס'פארט נישט וואס אברעמעל פלעגט ארויסצוגעבן ביז היינט אפילו זיין לעצטיגע אלבוים קיפ קליימינג איז געווען פיל מער מיט פאוער ווי דאס

שמערל » דינסטאג יולי 12, 2016 2:58 pm

· #341710
אינטרעסאנט, איך הגם איך האלט נישט אז די ניגונים זענען עפעס מורא'דיג, ווער איך משוגה פאר די ארענזשמענטס, בפרט די ערשטע ניגון און די איבעריגע פאר וואס זענען פון די זעלבע ארענזשער, עפעס אבנארמאל רייך און מלא חידושים.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 25, 2016 2:57 pm

· #343447
דאס ווייזט נאר אויף אז א זינגער נישט קיין נ"מ ווי גוט ער איז מיינט נישט אז ער איז א קאמפאסער. היינט איז געווארען א נייער סטייל, א יעדע זינגער ווערט אויך א קאמפאסער. און טאקע וועגען דעם איז שוין נישט דא קיין עכט גוטע ניגונים

ודי למבין » מאנטאג יולי 25, 2016 8:02 pm

· #343501
[ציטאט אראפגענומען]



די שאלה איז נישט איבער דעם אלבוים זעלבסט נאר ווען עס איז קאמפערט צו זיינע פריעדיגע ווערק.

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:52 pm

· #343510
ציבעלע קוגל האט א שטארקע פאוינט . מרדכי מאכט אויך דעם טעות ווען האלב פונעם טעיפ זענען זיינע נארישע אייגענע קאמפאזירטע ניגונים וואס מען קען קוים נאכזינגען.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:58 am

· #347575
Re: אברהם פריד דיסאפוינטס
מחנה גן ישראל.

📎 uploadfromtaptalk1472450291632.jpg

פליקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:40 am

· #347588
Re: אברהם פריד דיסאפוינטס
איך קלער אז די סיבה פארוואס עס קומען נאר ארויס סידי'ס וואס זענען פון שוואכען קאליבאר, איז ציליב וואס קיין געלט איז מער דערין נישט פארהאן, דעריבער מיז מען שפארען פון אלע זייטען, און די ריזאלטאטן איז שוואכע סחורה, פארוואס זאל ער אריין ווארפן א פיפציגער צי 75 טויזענט, און נאך איידער עס גייט לייוו האבן עס שוין אלע גנבים אויף טעלעגראם, אויך שמילי אונגאר'ס נייע טעיפ איז די זעלבע תירוץ, איך האב דערווייל געהערט סך הכל 4 ניגונים, און עס גליסט מיר נישט צי הערן ווייטער, א פשוטע לייוו חתונה מיט שמילי איז פיל שענער, אגב מזל טוב שמילי איך ער איז א חתן געווארן מיט שלמה לעווין פון ווילי.

Sent from my VS987 using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:53 am

· #347589
מיינסט זיכער מיט בת שלמה לעווין.

יוסל פון בני ברק » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:23 pm

· #350751
100 פראצענט גערעכט, זיין נייע אלבום איז ממש נישט צום הערן קיפ קליימונג וואס איז שוין אויך נישט באמת געווען די ארעגאנעלע אברהם איז שוין געווען עפעס בעסערס, ער דארף צירוק גיין צו די אלטע צייטן זיינע ווען ער האט בעיסעקלי געארבעט מיט גרין און לאופער זיי ביידע האבן אים דעליווערט פיינע סחורה ממש ביי יעדען אלבום, זיי חורבן איז אז ער פרובירט זיך צוצושטעלן צו אונזער היינטיגע דור ער כאפט נישט אז פייגער מיר פאר די מוזיק פון זיין דור. ״וי על דעבדין״