☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעשה בשפיגל אחד

מעשה בשפיגל אחד

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10713

ראש חודש » זונטאג יולי 10, 2016 8:07 pm

· #341293
מעשה בשפיגל אחד
איך האב געהאט אזא מעשה די פארגאנגענע וואך.
איך פאר ארויס פון מיין ספאט אויף 13th ave, איך בין געווען געפארקט, אין מיטן בלאק ביי די פאמפ, איך קוק אין שפיגעל צו איך קען ארויספארן, צו ס'איז נישטא קיין קארס, און איך פאר מיך ארויס אזוי געמיטלעך, איך האלט און מיטן ארויספארן, הער איך פייפן אינטער מיר מיט יארמעליכע קולות, קוק איך נאכאמאל אין שפיגעל, זעה איך א חסיד'שער אינגערמאן זיצען אין זיין טאנע קאנטרי, מיט לייטס אין זיין דעש בוירד פארט אויף 60mph און פייפט,
טראכט איך ביי מיר, נאך א חסיד וואס מיינט אז ער קאנטראלד די וועלט, אבער איך גיי ווייטער מיט מיינס
איך בין שוין אינמיטען פארן, בין איך ממשיך ארויספארן, ער האט נעבעך געמיזט אראפ ברעקען, זעה איך ווי ער ווייסט מיר זיין מיטעלסטע פינגער , אויף די חוצפה וואס איך האב אין מיר, ארויסצופארן פון מיין ספאט בשעת ער איז אויפ'ן ראוד, איך מאך מיר נישט צוטאן, איך פאר ווייטער צום קארנער איך נעם די לינקע לעין, ער זאל קעננען פארן ווייטער ווי שנעל ער וויל, די לייט ווערט גרין, ער קאט מיך אריין פון די לינקע לעין אריין צו די רעכטע, גיי איך שנעל אריבער צו די לינקע לעין, אבער ער איז נאכנישט צופרידן, ער קימט ווייטער אריין און מיין לעין, ער שטעלט זיך אפ ממש אויף די ברייט פון 13th ave ער לאזט נישט די טרעפיק גיין, מענטשן אינטער מיר קימען ארויס פון זייער קארס איינער מיט א טעלעפון, צו מאכן א ווידיאוי פון דעם ווילדען געשעניש, דער חסיד קימט ארויס פון זיין קאר ווילד אויפגערעגט, שאמט פאר כעס, מיט שנעלע טריט לויפט ער צו, צו מיין קאר, איך מאך זיכער אז מיין טיר איז צוגעמאכט, מיין ווייבעלע זיצט נעבען מיר, כ'וויל נישט אנהייבן א געשלעג יעצט, איך האב נאך זאכען וואס איך דארף ארלעדיגען, פאר ס'ווערט שפעט, דער אינגערמאן געט א זעטץ אויף מיין שפיגעל אויף גי דרייווער זייט, די שפיגעל צוברעכט זיך, ס'פאלן שטיקלעך פון אלע זייטען, ער לויפט צוריק צו זיין קאר, ער יאגט אפ, איך הייב עם אן נאכפארן צו באקימען זיין לייסענס פלעטס, צו זיין מזל ווערט רויט איך כאפ אפאר גיטע פיקטשערס פון זיין לייסענס פלעט, איך שטעל מיך זייט ביי זייט פון אים, און אינז ביידע ווארטן אויפן לייט, ער קומט ארויס נאכאמאל פון זיין קאר, ער עפענט אויף מיין ווייב'ס טיר, און ער ווארפט אריין א הונדערטער, לייגט עס אויף מיין ווייב'ס שויס, און זאגט "דא האסטו פארן שפיגעל גיי פארעכט עס"


ס'איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב, ביטע פארגינט'ס א קאמענט, א אמת'ע איידעלע קריטיק איז אויך וויכטאג ש'כח

ראש חודש » זונטאג יולי 10, 2016 8:08 pm

· #341294
Re: דער חסיד'שער מזיק
המשך יבא

Sent from my SM-N920V using Tapatalk

ווייל אזוי » זונטאג יולי 10, 2016 8:12 pm

· #341295
וואס איז די המשך?

שלום על ישראל » זונטאג יולי 10, 2016 8:38 pm

· #341296
דארפן מיר יעצט ווארטן ביז דער מעכאניקער ענדיגט אייך אפרייסן פארן שפיגל.

ביליג » זונטאג יולי 10, 2016 9:58 pm

· #341308
Re: דער חסיד'שער מזיק
@שטילע אפשר עפענסטו אן ארגענעזאציע צוזאמען מיט @ראש חודש פאר פארקינג און טרעפיק וויעלעטיאנס און @ליטוואק וועט זאגן די וויכטוגקייט דערפון

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 10:15 pm

· #341312
ראש חודש: שלום עליכם. עליכם שלום. אה. דאס זאגט מען דאך ביי קידוש לבנה. ערשטנס, צו פאררעכטן א שפיגל היינטיגע צייטן קאסט א סאך מער ווי א הונדערטער. דו דארפסט איהם כאפן (לויט זיין לייסנס פלעיט) און רואיג'ערהייט מסביר זיין אז ער זאלל מוחל זיין הייסן ר' משולם אויף $500.00 און אויב ער ווילל נישט מרצונו הטוב קענסטו רואיג גיין צו דיין אינשורענס קא. אז זיי זאללן עס איינמאנען ביי איהם. ס'הייסט נישט קיין מסירה. אין איצא שייגעץ'ס בוך פון די סדומ'ער געזעצן הייסט עס אפשר יא. אבער די וועלט שטייט נישט אויף איהם און זיין קארופט'ע ארגאניזאציע פון ליידיגגייערס און גזלנים, ואכמ"ל.
צווייטנס. אויף דעם זאגט שוין די גמ' מפני זה הרגו את האדם. זאגט רש"י מעשה שהיה במוצאי שבת אחד בברוקלין. שחור אחד נסע על הכביש ובא שוטר, שהלך הביתה מעבודתו. ועקף את הכושי ועמד לפניו. באור אדום אצל הרמזור (פי' רבינו חננאל: אור של צבעים מ'ירוק ואדום) הלך השחור אצל השוטר ונתן לו אגרוף בפרצוף. הלך השוטר והכניס בו שלושה כדורי עופרת מאקדחו. והשחור התפגר. למחרת באו כל הרוצחים השחורים ועשו הפגנה גדולה על החוצפה של השוטר שהרג את הקוף...!

ראש חודש » זונטאג יולי 10, 2016 11:01 pm

· #341316
Re: דער חסיד'שער מזיק
ער זעטץ זיך צוריק און קאר און פארט אפ, איך פאר אים נאך, ביז ער שטעלט זיך אפ דאבעל פארק, ער גיין אריין און א געשעפט, איך פארק אויך דאבעל, איך גיי אריין אין געשעפט ווי ער איז, כ'גיי צו, צו אים כ'זאג אים, "א שפיגל קאסט נישט נאר $100 אדער געסטו אהער נאך א הונדערטער, אדער גיי איך רופען די פאליס און זיין גייען די ארעסטען פארן צוברעכען מיין שפיגל", נעמט ער ארויס זיין ביזנעס קארטעל פון טאש ער זאגט גיי פארעכט עס, איך באצאל דיר, זאגט איך אים, געסטו געלט איז גוט, אז נישט, ביסטו איינגעשפארט היינט באנאכט, שרייט ער צוריק "קענסט מיך איין זעצן".
אומר ועושה, גיי איך אריין אין קאר, איך דייל 911 איך דערצייל זיי די מעשה אין קורצן, זיי זאגען אז זיי שיקן אריבער א פאטראל קאר.
אינצווישן קוק איך אויפן ביזנעס קארטעל וואס ער האט מיר געגעבן, כ'הייב אן גוגלען זיין נאמען, איך זעה זיין קאמפעני אינפארמעשען, טרכט איך לאמיר זען וואס פעיסבוק וועט מיר קליגער מאכן, כ'לייג אריין זיין נאמען, כ'זעה א טאטע פון קינדער מיט א ווייב, סקוקט אויס אלעס נארמאל, כ'זיך ווייטער זעה איך א פיקטשער ווי ער גייט מיט שווארצע ארויפגעצויגענע זאקען, אפס כ'האב געטארפן די גנב, איך וויס שוין יעצט, צו וועלעכע חסידות ער באלנגט, כ'הייב אויף א טעלעפון צו א באקאנטען און דעם חסידות, כ'פרעג אים קענסט מיר פארשאפן די טעלעפון נאמבער, פון דעם אינגערמאן המדובר? יא, איך שיק דיר עס שוין אריבער.
די פאליס קימט אן, זיי הערן אויס מיין מעשה, זיי פרעגן מיר וואס ווילסטו טוען? ווילסט אים ארעסטען? יא! ענפער איך, איך זאג זיי אז כ'האב יעצט באקומען זיין טעלעפון נאמבער פון איינעם פון זיין קאמיוניטי, אזוי קענען זיי רעדן צו אים, זיי הייסן מיר אים קאלן, ער הייבט אויף, די פאליס נעמט איבער דאס טעלעפון פון מיר, ער הייבט אן זיך טענה'נן מיט זיי, זאגען זיי אים, אז זיי ווילן נישט רעדן אויפן טעלעפון, ער זאל אריבערקומען, ס'גייט נישט אדורך א מינוט, ער קימט צו לויפן, ער הייבט אן שרייען אז ער האט זיך שוין אדורך געקימען מיט מיר, ווייל ער האט מיר שוין געגעבן געלט, און ער האט יעצט געקאלט פערפעקט קאלישען און זיי זאגען אז ס'קאסט נישט מער פון פופציג דאלער, היתכן איך בעט 200. אבער איך זאג, איך דארף נישט זיין געלט, זאל ער צוריק נעמען די געלט, א מענטש קומט און ער צוברעכט מיין פראפעטי אונדעם וואס איך האב אים עפעס געטוהן, זאל ער גיין זיצן.
אבער דאך בין איך א איד דאס פינטעלע גילט ברענט און מיר, האב איך מיך געבראכען, און געזאגט פאר, פאליס אז ער געט 200 דאלער וועלט איך אים לאזן גיין
שיינערהייט האט ער ארויסגעצויגען נאר איין הונדערטער און אהער געגעבן, האב איך אים געזאגט אז די איבריגע געלט גיי איך מנדב זיין צו די מוסדות פון זיינע קינדער, מיט חוצפה ענטפערט ער מיך, יעצט האסטו מיין נאמבער, קאל מיך צוריקצוקעבען געבן די געלט וואס בלייבט איבער, אז נישט זאלסטו עס ניצען פאר דאקטורים, כ'האב אים נישט גענפערט.

די פאליס האט מיך געמאכט סיינען, אויף זייער נויט-בוק, אז די געשיכטע האט זיך גענדיגט, און אזוי האב איך געטוהן.

האבענדיג 200 דאלער און טאש גיי איך אויף עמעזאן כ'באשטעל מיר א נייעם שפיגעל פאר $37, בין איך געבליבן מיט $163 אין טאש, און פופצען מינוט האב איך געמאכט $163
יעצט הייב איך אן טארכטן, האב איך געמעגט נעמען די געלט אז איך האב געוויסט אז ס'גייט מיר נישט קאסטען מער פון $37 צו פאררעכטען די שפיגל?
אבער פון, אנדערע זייט ווען איך גיי עס פאררעכטען ביים באדי שאפ וואלט מיך עס געקאסט $150-200

חברה לאזט מיר נישט איבער דאס אליין, כ'וויל הערען אייער מיינונג

פרייוויליג » זונטאג יולי 10, 2016 11:09 pm

· #341317
מסורה איז אסור מדינא, נאכדערצו ער האט געוואלט סעטלען. און נאך ערגער אז דו האסט געזאגט קודם יא אים איינצוזעצן, א עון בל יכופר. מען זעצט נישט איין פאר א שפיגל. קענסט אים העכסטנס שאנטאזירן אויף זיין סעלפאן. דו האסט דאך שוין געהאט זיין אינפא און מער האט נישט אויסגעפעלט. איך וואלט צוריק געגעבן די איבריגע געלט פונעם שפיגל.

יעלה ויבא » זונטאג יולי 10, 2016 11:21 pm

· #341320
Re: דער חסיד'שער מזיק
האסטאך איהם געזאגט אז די רעשט גייט פאר זיינע קינדערס מוסד?

lead, follow, or get out of the way

ראש חודש » זונטאג יולי 10, 2016 11:21 pm

· #341321
Re: דער חסיד'שער מזיק
יא

Sent from my SM-N920V using Tapatalk

הערסטע » זונטאג יולי 10, 2016 11:22 pm

· #341322
Re: דער חסיד'שער מזיק
וואס איז דאס אנטיסעמיטישקייט פון רופן דעם אשכול דער "חסיד'שער" מזיק?

א איד » זונטאג יולי 10, 2016 11:25 pm

· #341324
@ראש חודש קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.

ראש חודש » זונטאג יולי 10, 2016 11:26 pm

· #341325
Re: מעשה בשפיגל אחד
ישר כוח @א איד

ליפא » זונטאג יולי 10, 2016 11:37 pm

· #341328
דער וואס פארט ארויס פון א פארקינג און קען נישט ווארטן די פאר סעקונדס אז די וואס פארן שנעל זאלן קודם אריבערגיין, דער איז סתם אן אוממענטש.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2016 11:44 pm

· #341329
א איד
@ראש חודש קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.

א איד: איך האב אמאל אראפגערוקט מיט מיין באס א גוי'ס שפיגל פון זיין נייע בי.עם.דאבליו. און ס'האט מיך געקאסט ביליגערהייט 5 מאות...!

א איד » מאנטאג יולי 11, 2016 12:02 am

· #341332
Re: דער חסיד'שער מזיק
אבער ער זאגט דאך אז עס האט עם נאר גערעדט $37

בן אדם » מאנטאג יולי 11, 2016 12:09 am

· #341333
א איד
@ראש חודש קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.


@א איד האסט באמערקט די פאלגענדע סטעיטמענטס?

ראש חודש
זעה איך ווי ער ווייסט מיר זיין מיטעלסטע פינגער ...

ער קאט מיך אריין פון די לינקע לעין אריין צו די רעכטע, גיי איך שנעל אריבער צו די לינקע לעין, אבער ער איז נאכנישט צופרידן, ער קימט ווייטער אריין און מיין לעין, ער שטעלט זיך אפ ממש אויף די ברייט פון 13th ave ער לאזט נישט די טרעפיק גיין, מענטשן אינטער מיר קימען ארויס פון זייער קארס איינער מיט א טעלעפון, צו מאכן א ווידיאוי פון דעם ווילדען געשעניש...

דער אינגערמאן געט א זעטץ אויף מיין שפיגעל אויף גי דרייווער זייט, די שפיגעל צוברעכט זיך, ס'פאלן שטיקלעך פון אלע זייטען...


ראש חודש
"קענסט מיך איין זעצן".

די פאליס קימט אן, זיי הערן אויס מיין מעשה, זיי פרעגן מיר וואס ווילסטו טוען? ווילסט אים ארעסטען? יא! ענפער איך...

אבער דאך בין איך א איד דאס פינטעלע גילט ברענט און מיר...

חברה לאזט מיר נישט איבער דאס אליין, כ'וויל הערען אייער מיינונג

א איד » מאנטאג יולי 11, 2016 12:10 am

· #341334
Re: דער חסיד'שער מזיק
יא
און ער האט געוואלט הערן מיין מיינונג, האב איך עם געזאגט

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 11, 2016 12:31 am

· #341341
א איד
אבער ער זאגט דאך אז עס האט עם נאר גערעדט $37

קענסט רואיג זיין אז ס'איז נאר לתפארת הדרוש. היינטיגע צייטן קאסט א מאטארייזד שפיגל לכה"פ 250 דאללער...און אויב ר"ח האט אן אלטע קאר וואלט יענער מזיק עס נישט געקענט צוברעכן מיט איין זעץ...! מענטשן זאגן זאכן. אבער די מציאות איז אנדעריש (אזוי ווי דער חסיד פון ווארשא האט ליעב צו זאגן... 😂 🙄 )

ראש חודש » מאנטאג יולי 11, 2016 12:40 am

· #341342
Re: דער חסיד'שער מזיק
@berlbalaguleh
איך האב געשריבען די מעשה אזוי ווי ס'איז געשען, מיט אמת'ע פאקטען, מיין שפיגל קאסט מיר נאר $37

פלאוויוס » מאנטאג יולי 11, 2016 1:12 am

· #341344
זיי מיר מוחל ראש חודש טייערער, אבער ביידע צדדים האבן זיך אויפגעפירט ווילד. יענער איז טאקע געווען אימפולסיוו, אבער ווען א מענטש פאלט צו די פיס און בעט מחילה דארף מען מוחל זיין. צו רופן פאליציי און ארויסקוועטשן פון יענעם געלט בשעת הדחק צוליב נקמה, איז נישט שיין. די סברא איז אז דו ביסט מחוייב אים אפצוגעבן דאס איבריגע געלט על פי הלכה ויושר - ווייניגסטנס דעם צווייטן הונדערטער (אויב דו זוכסט די הלכה פרעג א דיין), און אפילו ווען די הלכה איז נישט מחייב איז עס מענטשליך צו טון אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 11, 2016 8:00 am

· #341361
Re: דער חסיד'שער מזיק
א. דער וואס לערנט בבא קמא, עפ"י פשטות, וועט זאגען אז דו האסט נישט קיין רעכט צו פאדערען אז ער זאל באצאלען צו פאררעכטען די קאר, נאר וויפיהל די קאר איז אראפ אין ווערד פונ'ם שאדען. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מער ווי די פרייז פון פאררעכטען. דער חזו"א איז אבער מחדש אז דאס איז נאר א זאך וואס אי עומד למכירה, והדברים עתיקים.
ב. דו האסט איהם געצווינגען דיר צו געבען מער געלט מיט'ן סטראשע פון גייען אין חד גדיא אריין. אלזא, ס'איז א תליוהו ויהיב און דו מוזט צוריק געבען דאס געלט.
ג. איינער וואס נוצט געוואלד און דער פויסט בשעת כעסו איז א סכנה. איך ווייס נישט צו דאס גייט אריין אין 'אדם המוכה מחבירו' אבער עכ"פ א ב"ד קען עס האנדלען.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 11, 2016 8:27 am

· #341366
Re: דער חסיד'שער מזיק
וואס האב איך אריינצורעדן דא.

ענק זענען ביידע 2 פעסטע משוגעים[SMILING FACE WITH OPEN MOUTH]

יהושע חיים » מאנטאג יולי 11, 2016 9:03 am

· #341370
קיינע האט דיר נישט געבעטן צו קויפן א שפיגל אויף עמיזאן עפ"י הלכה קענסטו גיין צו וועלכע שאפ די ווילסט און ער דארף עס באצאלן אבער וואס דער שאפ וואלט גענימן און נעמסט עס נישט דארף ער נישט באצאלן כן נראה לפע"ד
דער ערשטער הונדערטער האט ער געגעבן נישט נאר פארן שפיגל נאר אז די זאלסט עהם אפלאזן אבער נאכדעם וואס די האסט עהם נישט אפגעלאזט אפשר איז עס א מתנה בטעות ויש לעיין

elter-zeide » מאנטאג יולי 11, 2016 9:16 am

· #341372
שכח ראש חודש, איך האב שוין געהאט אזעלעכע מעשה'ס, אין כאב זיך איינגעהאלטן אין נישט געווארען ווילד, ישר כח פארדערציילען דיין מעשה, יעצט זע איך וואס איך האב זיך איינגעשפארט, מיט זיך איינהאלטן

אברך משי » מאנטאג יולי 11, 2016 2:22 pm

· #341413
איי איי איי אזא שיינע מעשה'לע מיט אזעלכע ווארימע תגובות. בפרט די לומדישע תשובות פון מסכת בבא קמא מיט'ן חזון איש! אזש ס'ווארעמט דאס הארץ צו נעמען אנטייל אין אזא טייערע שמועס! אשרינו מה טוב חלקינו.
און טאקע צו דיר ראש חודש טייערער שלו' עליכם צו דיר מיט דיין שפיגל. און מיר בעטן השי"ת אז דער ראש חודש זאל אונז קומען צו געזונט און צו מזל און צו ברכה והצלחה און צו חסד וכו' וכו'.

לענין המעשה גופא, וויל איך זאגן אז איך רעד נאר פון געפיל - אך ורק! איך קען נישט קיין הלכה (עכ"פ יעצט אין די תגובה), איך בין נישט באקאנט מצד דיני נזיקין, דיני מסירה, בין אדם לחבירו, ועוד ועוד
אבער גשמית'דיג גערעדט האלט איך אז דו האסט געטון א שטארקע זאך און הלוואי איך וואלט געהאט די קוראזש צו טון דאס זעלביגע אין אזא פאל! האסט מקיים געווען דער עם עקש תתפתל בשלימות, גענומען א חי' רעה א מטורף וואס ברעכט און בריקעוועט בידים און איז א מזיק ווי א הונט מתוך כעס וטירוף הדעת, און ענדליך איז געקומען א בחור מיט ביינער און גערעדט זיין שפראך. האסט עס גוט מסביר געווען אויף א אופן דלא משתמע לתרין אנפין. נעקסט טיים וועט דער חי' טראכטן צוויי מאל איידער ער גייט הייבן זיינע לאבעס אויף יענעמס א זאך. בלית ברירה מוז מען אמאל נוצן די ריכטיגע שפראך, די שפראך וואס יענער פארשטייט דאס בעסטע.
יעצט לענין דאס געלט, אוודאי זאלסטו פרעגן א דיין און א תלמיד חכם מובהק וואס וועט דיר זאגן וואס צו טון (יתכן אז סאיז אויך דא א שאלה פון א נדר פאר צדקה וכדו' - סאיז וויכטיג ארויסצוברענגן פארן רב אלע דעטאלן) און אפשר אז דו ווילסט ליתר שאת קענסטו אויך מאכן התרת קללות ערב ראש השנה וכדומה. און אויב דו זאלסט זיך אזוי פירן למעשה נעקסט טיים, דאס באלאנגט אויך צו א רב צו ענטפערן. אבער לענין מאי דהוי הוי האב איך שטארק הנאה געהאט פון דעם וואס דו האסט גערעדט די ריכטיגע שפראך.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 11, 2016 3:45 pm

· #341420
ראש חודש
@berlbalaguleh
איך האב געשריבען די מעשה אזוי ווי ס'איז געשען, מיט אמת'ע פאקטען, מיין שפיגל קאסט מיר נאר $37

דו האסט שוין געקויפט דעם שפיגל...? אינסטאלירט אויף דיין קאר. און ס'ארבעט...? אז דו פארציילסט מיר (און ס'איז אמת אויך... 😂 ) אז דו קענסט ריפלעיסן א שפיגל פון א היינטיגן ליעסד קאר פאר אונטער $100.00 ברענג איך דיר ביזנעס אז דו וועסט זיין ביזי 25 שעה אין מעת לעת... 😂 🙄

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 11, 2016 5:06 pm

· #341441
בערל, זיין כוונה לכאורה איז צו די שפיגל אליינס ד"ה די גלאז נישט די גאנצע האלטער מיט'ן מאטאר.

טמיר » מאנטאג יולי 11, 2016 5:10 pm

· #341442
Re: מעשה בשפיגל אחד
רויטע וואנצעס
בערל, זיין כוונה לכאורה איז צו די שפיגל אליינס ד"ה די גלאז נישט די גאנצע האלטער מיט'ן מאטאר.

פאר די גלאז בעט קיינער נישט אזוי טייער

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 11, 2016 6:29 pm

· #341456
א דאנק פארן טוישט דעם קעפל פונעם אשכול.

קל וחומר » מאנטאג יולי 11, 2016 6:46 pm

· #341458
יהושע חיים
קיינע האט דיר נישט געבעטן צו קויפן א שפיגל אויף עמיזאן עפ"י הלכה קענסטו גיין צו וועלכע שאפ די ווילסט און ער דארף עס באצאלן אבער וואס דער שאפ וואלט גענימן און נעמסט עס נישט דארף ער נישט באצאלן כן נראה לפע"ד
דער ערשטער הונדערטער האט ער געגעבן נישט נאר פארן שפיגל נאר אז די זאלסט עהם אפלאזן אבער נאכדעם וואס די האסט עהם נישט אפגעלאזט אפשר איז עס א מתנה בטעות ויש לעיין

די ערשטע הונדערטער האט ער געגעבן אויך אז ער זאל נישט אריינמישן די פאליס, איינמאל ער האט געמישט קען זיין אז ער צאלט בלויז פארן שפיגל. מאידך קען זיין אז די איבעריגע איז געווען א פיוס אויף די צער רפוי שבת ובושת.

די פסיכולוגיע פון די מעשה זאגט מיר אז ער (ראש חודש) האט דאס נאר געטוען ווייל ער האט געוואלט פראוון פאר זיין ווייב אז ער איז א גברא. (קען זיין כ'בין זיך טועה)

שפענד נישט די געלט, פרעג אן א דיין והתורה יורה כמקובל במסורה.

פליקער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:54 pm

· #341490
Re: מעשה בשפיגל אחד
איך האלט אז מיט די איבריגע געלט עפען א ארגענעזאציע פאר די אלע וואז זייערע שפיגלעך זענען אראפ געפליקט געווארן, און דער מזיק האט געמאכט ויפן כה וכה וירא אז מען קען אפ פיצן, אגב דאס איז מיין מעשה בשני שפיגלעך כמה פעמים, יא אז דו ביזט דארט בשעת מעשה און זען אז מיסטער ראש חודש, (אגב איך האב פיינט די ניק נעים) איז בייז און ס'בליט קומט אים פון איבעראל (קרעדיט טראמפ) יא וויל ער צאלן, שטייסטא מעשה.

Sent from my VS987 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 12, 2016 12:56 am

· #341570
רויטע וואנצעס
בערל, זיין כוונה לכאורה איז צו די שפיגל אליינס ד"ה די גלאז נישט די גאנצע האלטער מיט'ן מאטאר.

רויטע וואנצעס: לעט'ס בי ריעל. ווען איינער זעצט אויף א היינטיגע שפיגל צוברעכט ער די פרעים און ער מאכט אן באדי-ווארק שאדן אויכעט. מ'רעדט פון ריפלעיסן די גאנצע שאדן. דעם שפיגל אליינס קען איך באקומען א סאך ביליגער. איך האב ריפלעיסט א שפיגל אליינס אויף מיין (אלטע) קאר פאר $30 דאללער. אין א גלאז ריפעיר שאפ. אריינגערעכנט אינסטעללעישן...!

shem-tov » דינסטאג יולי 12, 2016 7:57 am

· #341588
ראש חודש שרייבט:
איך גיי אריין אין געשעפט ווי ער איז, כ'גיי צו, צו אים כ'זאג אים, "א שפיגל קאסט נישט נאר $100 אדער געסטו אהער נאך א הונדערטער, אדער גיי איך רופען די פאליס און זיין גייען די ארעסטען פארן צוברעכען מיין שפיגל", נעמט ער ארויס זיין ביזנעס קארטעל פון טאש ער זאגט גיי פארעכט עס, איך באצאל דיר, זאגט איך אים, געסטו געלט איז גוט, אז נישט, ביסטו איינגעשפארט היינט באנאכט, שרייט ער צוריק "קענסט מיך איין זעצן".
אומר ועושה, גיי איך אריין אין קאר, איך דייל 911 איך דערצייל זיי די מעשה אין קורצן, זיי זאגען אז זיי שיקן אריבער א פאטראל קאר.
אינצווישן קוק איך אויפן ביזנעס קארטעל וואס ער האט מיר געגעבן, כ'הייב אן גוגלען זיין נאמען, איך זעה זיין קאמפעני אינפארמעשען, טרכט איך לאמיר זען וואס פעיסבוק וועט מיר קליגער מאכן, כ'לייג אריין זיין נאמען, כ'זעה א טאטע פון קינדער מיט א ווייב, סקוקט אויס אלעס נארמאל, כ'זיך ווייטער זעה איך א פיקטשער ווי ער גייט מיט שווארצע ארויפגעצויגענע זאקען, אפס כ'האב געטארפן די גנב, איך וויס שוין יעצט, צו וועלעכע חסידות ער באלנגט, כ'הייב אויף א טעלעפון צו א באקאנטען און דעם חסידות, כ'פרעג אים קענסט מיר פארשאפן די טעלעפון נאמבער, פון דעם אינגערמאן המדובר? יא, איך שיק דיר עס שוין אריבער.
די פאליס קימט אן, זיי הערן אויס מיין מעשה, זיי פרעגן מיר וואס ווילסטו טוען? ווילסט אים ארעסטען? יא! ענפער איך, איך זאג זיי אז כ'האב יעצט באקומען זיין טעלעפון נאמבער פון איינעם פון זיין קאמיוניטי, אזוי קענען זיי רעדן צו אים, זיי הייסן מיר אים קאלן, ער הייבט אויף, די פאליס נעמט איבער דאס טעלעפון פון מיר, ער הייבט אן זיך טענה'נן מיט זיי, זאגען זיי אים, אז זיי ווילן נישט רעדן אויפן טעלעפון, ער זאל אריבערקומען, ס'גייט נישט אדורך א מינוט, ער קימט צו לויפן, ער הייבט אן שרייען אז ער האט זיך שוין אדורך געקימען מיט מיר, ווייל ער האט מיר שוין געגעבן געלט, און ער האט יעצט געקאלט פערפעקט קאלישען און זיי זאגען אז ס'קאסט נישט מער פון פופציג דאלער, היתכן איך בעט 200. אבער איך זאג, איך דארף נישט זיין געלט, זאל ער צוריק נעמען די געלט, א מענטש קומט און ער צוברעכט מיין פראפעטי אונדעם וואס איך האב אים עפעס געטוהן, זאל ער גיין זיצן. ע"כ



מיינע צוויי סענט:
אויב האט ער דיר גלייך אהינגעגעבן דעם ערשטן הונדערטער מיט אלע זיינע אינפארמאציע האט ער דיר קלאר געוויזן אז ער האט געמאכט א טעות מיטן קלאפן אויף דיין האקעלען שפיגל וואס האט זיך צובראכן און א הונדערטער איז מער ווי גענוג צו פארעכטן בלויז די גלאז דערפון, פארשטיי איך נישט פארוואס די האסט גערופן די פאליציי. אין מיינע אויגן האסטו געטאן א גרויסע פארברעך מה דעלך תני לחברך לא תעביד. יעדער איז ביזי יעדער האט א ווייב מיט קינדער מיט דאגות ער האט זיך נעבך געיאגט און געמאכט א מיסטעיק, לויט ווי די לייגסט אים אראפ זעהט ער אויס זייער באזעצן מיט א פעיסבוק פעידש מיט א פעמילי ער האט שנעל געקאלט די קאלישאן קאמפעני זיך פארענטפערט.. נו דארף ער נאך נישט גיין זיצן. פארוואס רופן די פאליציי. לדעתי אומגלויבליך שלעכטיגקייט. קאל אים און בעטס ענק איבער