☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2

א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10707

געוואלדיג » פרייטאג יולי 8, 2016 10:57 am

· #341060
א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2
"א פארצייטישער איד" -- הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א


פארווארט

אלס הקדמה אז מען זאל פארשטיין פון וועם מען רעדט, וועל איך מקדים זיין מיט א מעשה שהיה מיטן פיאסעצנער רבי זי"ע - דער בעל חובת התלמידים ושא"ס, וואס זיין מנהג איז געווען אז יעדע 'שלש עשרה מדות' פלעגט ער צאמנעמען די בחורי הישיבה און זיי געבן א מוסר שמועס וואס איז געווען 'א שמועס פאר די יאר', פיל מיט דברי מוסר און שארפע דיבורים כדרך פוילן.

איין יאר האבן זיך אנדערע מענטשן אויך אריינגעשטופט צו הערן די ספעציעלע שמועס פונעם רבי'ן, אבער אים האט דאס פארדראסן און ער האט נישט געגעבן די שמועס. א שבת נאך דעם, שבת שובה, האט ער ביים 'שבת שובה' דרשה געזאגט, אז מענטשן האבן ליב הרגשים, און פארדעם וועלן פיל מענטשן גיין צו א בית אבל אדער אין טעאטער מעורר צו זיין זייערע הרגשים, און אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס האבן ליב אויפצורייצן זייער חוש הטעם און דערפאר וועלן זיי עסן שארפע מאכלים, האט ער אויסגעפירט בקול זעקה: "אז עטץ ווילטס טרינקען יי"ש, ברויך איך זיין אייער כוס?!".

מיט די מעשה וואלט איך מגדיר געווען רבי אהרן מרדכי: איינער וואס ווען מען וויל א 'שארף' גלעזל משקה, וועט ער גערן דינען אלס אייער כוס.

אבער אויב וועל איך בלויז דערמאנען זיין שארפקייט אלס זיין אייגנארטיגקייט, וועל איך נישט ערגענצן דאס בילד. ווייל ער האט אין זיך היבש אביסל הומאר און קען אויך זאגן א גלייך ווערטל מפעם לפעם. ווי איך האב אמאל געהערט פון איינעם, אז רבי אהרן מרדכי האט אים געפרעגט וואס ער טוט פאר פרנסה, אויף וואס יענער האט געענטפערט אז ער איז א מגי"ש. רא"מ קוקט אים אן אזוי און זאגט אים: "אזוי? עס פאסט דיר גארנישט השי"ת טיטל? ער שעמט זיך נישט צו הייסן 'מלמד', אבער דיר פאסט דאס נישט"...

אבער לאמיר נישט כאפן די לאקשן בעפאר די זופ, קודם וועלן מיר דערציילן אביסל ברייטע שטריכן איבער דעם מענטש.

זיינע יונגע יארן.

רא"מ איז געבוירן געווארן אין שנת תרפ"ז אין א קליינע שטעטעלע אין קארפאטן-רוס מיטן נאמען 'ברעזיף', וואו זיין פאטער הרה"צ רבי נחמן רוטנער זצ"ל איז געווען שו"ב, און ווי דער סדר אין יענע יארן האט ער געדינט אויפן שטעלע פון 'כמו רב', אויספירנדיג אלע פונקציעס וואס פאדערט זיך פון א רב. אזוי אויך איז ער געווען שו"ב אין אלע ארומיגע שטעטלעך.

זיין יוגנט איז אריבער אויף אים פארהענטלמעסיג רואיג אבער אין גרויס ארעמקייט. ער האט אמאל דערציילט, אז די ארימקייט איז געווען אזוי גרויס, אז עס איז נישט געווען קיין געלט צו אנווארעמען די שטוב, און אלס רעזולטאט האט מען געדארפט יעדן אינדערפרי אינעם ווינטער ברעכן די אייז פון די נעגל וואסער, זיך צו קענען וואשן די הענט ביים אויפשטיין. אזוי אויך האט מען געלערנט אין בעט איבערגעדעקט מיטן דאכענעס פון גרויס קעלט, אזש עס איז געווען א נסיון צו ארויסשטעקן די האנט פון די דאכענע צו אריבערמישן א בלאט, כלשונו.

אבער דאס האט איהם נישט אפגעהאלטן פון זיצן און הארעווען על התורה פון גאר גאר א יונגן עלטער, אזוי אז ביי די 6 יאר האט ער שוין געקענט תרי"ג מצות בע"פ און גאנצעטע מסכתות גמ'.

אלס יונגע בר מצוה בחור'ל, האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלטס קריג וימוטו מוסדות תבל, און כאטש וואס ער איז פארשוינט געווארן פון ווערן געשיקט צו ארבעטן אין די אונגארישע מיליטער ביי די מונקא-טאבאר בריגאדעס - ווי זיינע עלטערע ברידער - צוליב זיין יונגער עלטער, האט ער אבער נישט אויסגעמיטן די גורל פון אלע אונגארישע אידן, און איז געשיקט געווארן מיט זיינע עלטערן קיין אוישוויץ וואו זיינע עלטערן זענען פארגאזט געווארן הי"ד, און ער האט איבערגעלעבט.

נאכן קריג איז ער ארויף קיין א"י, און איז אריין אין די ישיבה פון דעם מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד העדה החרדית, וואו ער האט געלערנט יבדלחט"א מיט הרה"צ רבי הערשלע קרעטשניפער זצ"ל און הרה"צ רבי מנחם מונדרר זצ"ל, ועוד מפורסמים שליט"א וזצ"ל.

זיין קירבה צו 'בעלזא'.

טראץ וואס זיין משפחה איז פון מקור אויס א וויזניצע משפחה, האט ער זיך נאכן קריג מדבק געווען אינעם בעלזער רב זצוק"ל, און געווארן א בעלזער חסיד מיט אלע פירושים ודקדוקים, עד כדי כך אז דער בעלזער רב האט געזאגט אויף אים: "אין בעלזא וואלט ער געווען איינע פון מיינע יושבים", וואס דאס איז א גרויס חשיבות אין בעלזא.

אזוי איז אויך אויסגעקומען, אז דער בעלזער רב האט אים אויסגעקליבן צו זיין א משמש בקודש, און פון יענע יארן האט ער באקומען פון בעלזער רב א גארטל וואס ער האט נאך ביז היינט. די מעשה דערמיט איז געווען, אז ער האט אמאל אויסגעוואשן בעלזער רב'ס גארטל, און מיט זיין בטלנות איז די קאליר אביסל אראפגעקומען, האט ער דאס באקומען...

אזוי אויך פארציילט ער, אז ער האט זוכה געווען צו מאכן דעם רב שמייכלען כמה פעמים, ווי למשל ווען ער האט אמאל איבערגענומען א זאך פונעם קביעות'דיגן משמש - וואס יענעמס ארבעט איז געווען צו מאכן די פיש פארן רב, און ווען רא"מ האט עס געטון אנשטאטס אים, האט ער פשוט גענומען די פיש און אריינגעלייגט אין וואסער אן קיין שום געווירצן, און ווען בעלזער רב האט טועם געווען דערפון האט ער זיך צושמייכלט. אן אנדערע מאל איז געווען, ווען ער האט בטעות אריינגעברענגט די פיש זאפט אנשטאט די קאמפאט...

רא"מ איז א ת"ח מופלג און ער גיבט זיך אפ א גאנצן טאג מיט תורה לערנען, אבער ער דינט נישט קיין שום אפיציעלע אמט, אפילו אין בעלזא גופא וואו מען באטיטלט איהם אלס דומ"ץ - איז ער אבער אין זייער בי"ד קיינמאל נישט געזעצן, ווייל דער בעלזער רב זצ"ל האט אים באפוילן אז ער זאל פסק'ענען נאר 'קאך שאלות' און נישט אנדערע שאלות, צוליב זיין שארפקייט... ער איז טאקע געווען דער פוסק אין בעלזער רב'ס קאך, און אזוי אויך דאהי ווען בעלזא האט געעפנט זייערע קעמפס, האבן זיי אים געברענגט זיכער צו מאכן אז אלעס איז על צד היותר טוב.

אינטרעסאנט איז אנצוצייכענען, אז כאטש וואס ער איז דבוק אינעם בעלזער רב זצ"ל בכל נימי נפשו, פארט האט ער אבער געוויסע ענינים וואס בעלזער רב האט נישט געהאט, אבער כדי נישט צו זיין א חולק על רבו טוהט ער דאס מיט א קנייטש. ווי למשל, ער נוצט נישט קיין עלעקטריק שבת אין א"י, און ביז פאר בערך 10 יאר צוריק איז זיין הויז געווען באלאכטן שבת מיט נאפט לעמפ אין יעדע צימער. אבער היות בעלזער רב האט יא גענוצט עלעקטריק, האט ער איין קליין לעמפל וואס האט געברענט א גאנץ שבת מיט עלעקטריק כדי נישט צו טון אנדערש פונעם רב. נאר היינט צוטאגס, נאך וואס בחורים האבן אים געבעטן רשות און זיי באצאלן דאס, האט מען געצויגן עלעקטעריק פון א גענעראטאר וואס באלייכט עטוואס מער.

שקידה בתורה, דקדוקי הלכה, ותהלוכות בקודש.

אין יענע יארן האט ער געקענט הארעווען על התורה ועל העבודה אן קיין שום שטער, ווי עס זאגן עדות זיינע טויזענטער אויסגענוצטע ספרים וואס ער פארמאגט, און עד היום גייען אריבער רוב פון זיינע שעות מיטן זיצן און לערנען הן בנגלה הן בנסתר, און אויך מיטן 'ללמד' - ווען ער דינט אין די נאכט שעות אלס א ר"מ אין טשעבינער ישיבה אין ירושלים, און אזוי אויך מיט זיין וועכנטליכע שיעור יעדע ליל שישי אינעם ספר אלשיך הק'.

פון זיין לערנען האט ער אנגענומען פילע דקדוקי הלכות, ווי נישט צו עפענען מילך זעקלעך אין שבת, אדער נישט צו נוצן עלעקטעריק אין שבת. און אזוי אויך כאטש וואס ער גייט צו 'בחירות' ווייל דער רב האט דאך געהייסן, אבער ווען ער וועט דארפן שרייבן א שטר וואס די דאטום דערפון איז ה' אייר וועט ער פרובירן צו שרייבן א טאג פריער אדער שפעטער, און אזוי אויך זענען דא אסאך מזרחי'סטן וואס קומען צו אים, און ער רעדט מיט זיי אסאך צו אפפרעגן זייערע שיטות און מהלכים.

אזוי אויך איז ער באוואוסט מיט זיין געפערליכע קעגנשאפט צו בילדער, עד כדי כך אז ער איז שוין אנטלאפן פון משפחה שמחות צוליב בילדער (היינט אנטלויפט ער שוין נישט, ער זיצט די גאנצע זייט מיט א צוגעדעקטן געזיכט...).

בקשר צו דעם ווערט פארציילט, אז א געוויסן פרייטאג ווען ער האט כמנהגו אנגהויבן אליין צו מאכן די פיש, וכותלי ביתו יוכיחו... איז ער געשטאנען ביים פענסטער פון זיין הויז אנגעטון מיטן פיש-פארבלוטיגטן-פארטוך, און ער איז געווען אריינגעטון אין די מויל פונעם פיש דאס בודק צו זיין פון ווערים, ווען אינדערצייט זענען אריבער אין פארנט פון זיין הויז א גרופע טוריסטן, וואס זענען פארוואונדערט געווארן פון די אויסטערלישע מראה ווי אן עלטערער איד שטייט אזוי, און ברוב תומתם האבן זיי ארויס גענומען זייערע קעמערע'ס צו פאראייביגן דעם מאמענט. מער האט נישט אויסגעפעלט, און רא"מ איז ווי אין אן אויגן בליק ארויסגעלאפן פונדערהיים מיט די פיש-קאפ אין איין האנט, די מעסער אין די צווייטע האנט, און דער פיש בלוטיגער פארטוך חגור על מתניו, און זיי האבן געהויבן פוס און שנעל אנטלאפן פון דארט כל עוד נשמתם בם... ווארשיינליך האבן זיי שבת געמאכט א הגומל.

זיין שארפקייט קומט אבער באגלייט מיט זיין חוש צו א גלייך ווערטל. עס איז אינטרעסאנט איבערצוגעבן אן אנעקדאט וואס איך האב געהערט פון א יונגערמאן, וואס רא"מ האט אים געטראפן - גלייך נאכן א חתן ווערן - אנגעטון מיטן נייעם זייגער וואס ער האט באקומען פון די כלה. רא"מ האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס יענער גייט ארום מיט דעם, און ער האט אים געזאגט: "מילא די כלה גייט ארום מיטן קידושין רינגל, אז זי זאל געדענקן כסדר אז זי באלאנגט פארן מאן, אבער דו?! דו באלאנגסט דען צו איר?", און ער האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער: "דו ווייסט דאך אז אן אשה איז א כלי מלא צואה...", ווי צו מסביר זיין פארן שאקירטן בחור אין וואס ער טרעט אריין.

אבער אין אמת'ן אריין, איז ער א ברייטער מענטש, כאטש וואס אפשר איז די ערשטע בליק וואס ער גיבט אן, ווי א שארפער מאנסטער, אבער ווען מען באקענט זיך מיט אים זעט מען זיין ווייכע זייט. עס איז טאקע אינטרעסאנט אנצומערקן זיין געוואלדיגע מידת הכרת הטוב, וואס ער ווייזט ארויס יעדעס מאל וואס ער קומט קיין חו"ל, ווען ער וועט גיין באזוכן דעם סקווערער רבי אלס הכרת הטוב וואס איינע פון זיינע זון האבן געלערנט אין סקווירא. אזוי אויך ווען מהר"א מסאטמאר איז געווען אין א"י, איז ער געגאנגען צו עפעס א גרויסע מעמד זיינע אלס הכרת הטוב צו עפעס א ענין (מ'רעדט דא פון יארן בעפאר ער האט שלום געמאכט מיט זיין בעלזער שוואגער, פון וועם רא"מ האלט זיך ווייטער בתורת 'חסיד').

א 'שבת ביי רבי אהרן מרדכי' רוטנער.

אבער אממערסטנס איז ער באוואוסט מיט די געהויבענע שבתים, וואס פילע בחורים קומען מיטצוהאלטן שוין יארן לאנג. דאס הייבט זיך אן מיט א נסיעה צום כותל המערבי ערב שבת, דאווענענדיג מנחה מיטן מנין וואס יבדלחט"א ידידו - נאך פון זיינע יארן ביי הגרי"צ דושינסקיא אין ישיבה - הרה"צ רבי מנחם מונדרר זצ"ל האט מייסד געווען.

נאך מנחה נעמט ער א בענקל, און זוכט אויף א טלית וואס ער וועט שפעטער נוצן פאר זיין מנין קבלת שבת ותפילת ערבית, ער זעצט זיך אוועק לערנען - ווי לאנג מען שטערט אים נישט - ביזן זמן ר"ת, וואס דאן שטעלט זיך זיין מנין וואס פלעגט זיין צוזאמגעשטעלט פון אלטע בעלזער חסידים (היינט נאך וואס אסאך פון זיי זענען שוין נפטר געווארן, באשטייט דער מנין פון שפעטע מענטשן).

נאך מעריב שפאצירט ער די לאנגע וועג אהיים, אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט ער גיין דורך שער שכם וואס איז א קורצערע וועג, וכבר היה לעולמים וואס אן אראבער האט פראבירט זיך צו טשעפענען מיט איינע פון זיינע באגלייטער, אבער האט שנעל חרטה געהאט, ווען ער האט באקומען א מנה אחת אפים פון רא"מ'ס הענט - וואס ער איז כידוע א גיבור עצום. אבער ווען עס איז אנגעצויגן אין א"י, וועט ער נישט גיין דורך די וועג וואס איז באוואוסט אלס א מקום סכנה ווען זייערע געמיטער ווערן אנגעהייצט, און ער וועט ליבערשט גיין דעם ווייטערן וועג דורך דעם באטראק (מארק) וואס פירט צו שער יפו.

אנקומענדיג אהיים באגלייט מיט איבער א מנין בחורים, וועט מען זיך נישט גלייך שטעלן קידוש מאכן, ווארום וויאזוי קען מען מעיד זיין אויף בריאת שמים וארץ, פאר מען האט אדורך געלערנט א שטיקל 'נועם אלימלך' אדער 'סידורו של שבת', אונטערן שיין פון די אויבנדערמאנטע נאפט לעמפ.

די ערשטע זאך נעמט ער אראפ פונעם הויכן שאנק א הויפן ספרים פון 'סידורו של שבת' (אין מיינע צייטן, א קאפי-דרוק פונעם ערשטן דרוק), און ער וועט אנהייבן פארצולערנען, אבער ווי א טשערנאבלער רבי רעדט ער אריין אין ארבל, און צוליב דעם כאטש וואס עס איז דא 'וואס' צו הערן איז אבער נישטא 'וויאזוי' צו הערן, און נאר די וואס זיצן נעבן אים ממש - א פלאץ וואס איז רעזערווירט פאר זיינע אייניקלעך אדער אזעלכע בחורים וואס קומען צו אים כסדר - קענען הערן זיינע דברים נפלאים. די וואס זיצן אביסל ווייטער, קענען ממש נישט הערן וואס ער זאגט, און קענען טאקע נישט מיטהאלטן.

נאך א שטיק צייט וועט מען צומאכן און צוריקלייגן די ספרים, און ער הייבט אן זינגען זמירות ברומענדיג אויפן בעלזער נוסח. עפ"י רוב זינגט ער אליין, וויבאלד די בחורים כאפן נישט אויף די תנועות, אין די צייט וועט ער נעמען תרי מדני אסא, און אריינגיין אין א זייטיגע צימער וואו ער וועט ארומגיין די טיש דערמיט, עפ"י האריז"ל.

עס איז שוין יעצט באלד פיר שעה נאכן זמן און אין די זומער וואכן איז שוין נישט ווייט פון חצות, און יעצט שטעלט ער זיך מאכן קידוש. נאך קידוש קענען די בחורים מאכן אליין קידוש - אויב זיי ווילן, אבער נאר אויף וויין. גרעיפ דזשוס איז אלס געווען בבל ימצא, ביז לעצטנס וואס עפ"י הפצרת הבחורים האט ער דאס 'מתיר' געווען...

נאך קידוש וועט מען אויסטיילן בילקעלעך אן זאלץ ווייל ער מעג נישט עסן צופיל זאלץ, און מען וועט זיך גיין וואשן. נאך די חלה קומט 'ספייסי פיש' וואס ער מאכט אליין שוין יארן לאנג, אנגעהויבן ביים קויפן לעבעדיגע פיש און זיי אליין צורעכט מאכן, און מיט די פיש קומט עכטע געפילטע פיש, דהיינו געמאלענע פיש אריינגעפילט אין פיש הויט, און צו דער זייט ריכטיגע קאטשעניו הארט ווי גאלע, און אזוי גייט די סעודה ווייטער אן.

מען טאר זיך נישט אליין סערווירן, נאר ער צוזאמען מיט איינע פון די איינקלעך וועלן אריינברענגען און ארויסטראגן.

אויב ביסטו דארשטיג האסטו אן אויסוואל פון טרינקן הייסע בריעדיגע טיי, אדער צו טרינקן דיין אייגענע שפייעכץ, עפעס אנדערש איז נישט פארהאן. אויב ביסטו הייס, נו, די גמ' זאגט דאך אז 'הבלא מפיק הבלא', דארפסטו טאקע טרינקן א הייסע טיי...

ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה...", היינט - דאכט זיך מיר - איז יא דא נאך עפעס צו טרינקן, אפשר וואסער מיט גרעיפ דזשוס.

אינמיטן די סעודה, פארשטייט זיך שוין אליינס, אז מען שטעלט זיך אויך אפ אינמיטן אויף צו לערנען פאר א צוואנציג מינוט, א האלבע שעה, און מען זינגט זמירות כמנהג בעלזא. אזוי ארום, אז די בענטשן קען זיין אין די זומער שבתים ארום צוויי אזייגער ביינאכט.

אויב אזוי, וואס מאכט בחורים קומען עסן (אדער פאסטן...) בי איהם? דאס קען נאר ווערן געפרעגט בעפאר מען עסט דארט, אבער נאך דעם וועט קיין איינער נישט זאגן אז עס איז א שאד געווען.
צו זען זיין ערנסטקייט צו יעדע דבר שבקדושה, זיין עמידה אויף יעדע מנהג, און ועל כולם זיין דביקות און זיין צורה ווען ער זינגט די זמירות אדער מאכט קידוש, איז עפעס וועט קען נישט ארויסגיין פון זכרון. און אויב איז מען זוכה און עס קומען אריין אינמיטן די סעודה איינע פון זיינע אייניקלעך, קען מען זען זיין חינוך, ווען מצד אחד איז ער שארף אבער מצד שני וועט ער האבן א שמייכל צו יעדן.

אהוד ונערץ בפי כל.

ער איז א נאנטער ידיד מיט פילע רבנים ואדמורי"ם, וואס זעט זיך אן ווען ער מאכט ש"ב פאר זיינע אייניקלעך, וואס דאן וועט אין די קליינע ספינקער ביהמ"ד אויף רחוב סלנט אין ירושלים אנקומען ראכמיסטריווקער רבי וואס וועט זיך אלס וואשן און עסן פון די ש"ב, און אזוי אויך וועט זיין חברותא דער פינסק קארלינער רבי קומען מיטהאלטן, און אזוי אויך דער תולדות אברהם יצחק רבי וועט קומען אפגעבן מז"ט, ועוד ועוד אדמורי"ם ואנשים חשובים, אנצייכענדיג די טיפע קשר צווישן זיי.

ער האט אויך א קבוצה פון גערער חסידים, וואס זענען היינט זיינע געשוואוירענע חסידים, און יעדע שמחה זיינע וועלן זיי מיטהאלטן.

גלייכצייטיג האבן זיך אסאך גוטע אידן געוואלט משדך זיין מיט אים, אנגעהויבן ביי רא"מ זעלבסט וואס איז געווען או איידעם ביי הרה"צ רבי יוסף מאיר כהנא זצ"ל - ספינקא רבי פון ירושלים, און אזוי אויך האט ער זיך משדך געווען מיט גרויסע רבי'שע הויפן, ווי טשארנאביל, ספינקא (הורוויץ), קאסאן, און מעליץ, וואס האבן געשפירט א חשיבות זיך מקשר צו זיין מיט דעם געהויבענעם איד.

רא"מ מאכט נישט קיין עסק פון זיך, אבער ער איז נאך דא מיט אונז, און מיר קענען נהנה זיין פון דעם חסיד מופלא וואס איז שוין א קרוב לבן תשעים בליעה"ר.

רבותי, כאפטס אריין א פארצייטישער איד.

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יולי 8, 2016 3:17 pm

· #341104
יישר כח זייער שיין אין זייער גוט

נאר צוויי הוספות והערות

1 ער האט אויך געלערנט אין פאפא ביי די ויחי יוסף זצ''ל בעפאר די מלחמה [ער האט מיר אליינס געזאגט].
2 מבית אבותיו זענען זיי טאקע וויזניצער חסידים אבער ער האט מיר געזאגט קלאר אז ער האט געהאט א עלטערע ברידער וואס כ'געדענק יעצט נישט דער נאמען וואס איז געוועהן א יושב אין בעלזא אינדערהיים, [אין דאכט זיך מיר אז די אנדערע ברידער דער חליסה רב זצ''ל איז אויך געוועהן אין בעלז אינדערהיים.. כ'בין נישט זיכער]. אין ער האט אויך זוכה געוועהן צו זעהן די בעלזער רב ז''ל נאך אין פעסט.

איך האב ב''ה אסאך מאל גערעדט מיט איהם אין געהערט פין איהם וכו'

נאכאמאל א יישר כח עס איז זייער שיין

געוואלדיג » זונטאג יולי 10, 2016 11:26 am

· #341211
ייש"כ פאר אראפלייגן זיין חנוכה עבודה, עס איז פון די זיסע זאכן צו זעהן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 4:37 pm

· #344592
Re: א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועק


Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:34 pm

· #344628
Re: א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועק
יא, ער איז אויך געלופטערט אויף קול מבשר ביי די פריימערי עד. @געוואלדיג, וואס וואלט ער געטון ווען ער הערט דאס?? איך וואלט מורא געהאט צי שטיין אין זיינע ד"א

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 7:03 am

· #344655
איך בין געווען ממש שאקירט ווען איך האב געליינט די עדדס און געהערט די אדוועטייזמענט, וואלךט ער געוואוסט פון דעם וואלט יענער געכאפט א סילוק אבער אזאנס,

אבער אינטרעסאנט אנצומערקן אז ער האט ווירקליך עפעס א אינטרעסאנטע שייכות צום ציון האר"י וואו ער גייט יעדע יאר ה' אב מתפלל זיין אן קיין אפהאלט, אפילו 10 יאר צוריק ביי די צווייטע לבנון מלחמה ווען עס זענען געפלויגן ראקעטן קיין צפון א"י און כמעט קיינעם איז נישט געפארן צון ציון האט ער בדרך לא דרך מצליח געווען צו שאפן א וועג און פארן צום ציון ביו"ד.

קאמענטירער » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 11:29 am

· #344667
אפשר קומט זיך קרעדיט פארן וועקער, פארן אים מאכען אזוי פאפולער אז מען קען אים שוין נוצען פאר פאנדרעיזינג?

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 6:16 pm

· #344702
ביי וועם קען איך בעטן קאמישן?

ונבנתה העיר » מוצ"ש אוגוסט 6, 2016 11:39 pm

· #344713
ערשט יעצט געליינט, גאר געוואלדיג.

געוואלדיג
נאך מעריב שפאצירט ער די לאנגע וועג אהיים, אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט ער גיין דורך שער שכם וואס איז א קורצערע וועג, וכבר היה לעולמים וואס אן אראבער האט פראבירט זיך צו טשעפענען מיט איינע פון זיינע באגלייטער, אבער האט שנעל חרטה געהאט, ווען ער האט באקומען א מנה אחת אפים פון רא"מ'ס הענט - וואס ער איז כידוע א גיבור עצום. אבער ווען עס איז אנגעצויגן אין א"י, וועט ער נישט גיין דורך די וועג וואס איז באוואוסט אלס א מקום סכנה ווען זייערע געמיטער ווערן אנגעהייצט, און ער וועט ליבערשט גיין דעם ווייטערן וועג דורך דעם באטראק (מארק) וואס פירט צו שער יפו.


[/b]

אן אראבער האט אראפגעווארפן א בחור'ס הוט, דערלאנגט איהם רא"מ א פראסק און שרייעט אויף אידיש: זאג, ס'איז דיין הוט?...
געוואלדיג
ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה...",
[/b]

ביי אונז האט מען דערציילט: היום אומר לו קאלטע וואסער, ולמחר אומר לו פטל...

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 7, 2016 10:19 am

· #344746
געוואלדיג
ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה"...

איך האב געהערט אזא נוסח: אז א בחור האט זיך פארזארגט מיט קאקע קולה, אז ביי די סעודה זאל ער חלילה נישט אויסגיין פון דורשט, אימיטען די סעודה בשעת רא''מ איז געווען אין א דביקות האט ער שטילערהייט אינטערן טיש פרובירט צו אויפמאכען די סאדע באטעל, און פארשטייט זיך די גזים האבען ארויסגעלאזט א שטיקעל גערודער, און רא''מ האט עס באמערקט האט ער געפרעגט פון וואס ס'קומט, בלית ברירה האט מען זיך מודה געווען אינעם ''פארברעך''... האט רא''מ אפגעאטעמט אז אבי ס'איז נישט פון די תאוה'דיגע וואסער..

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 9, 2019 8:28 am

· #428124
עס הייסט מערקבארע נייעס, אז דער נושא האשכול איז היינט געגאנגען צו די בחירות, און דערנאך איז ער געגאנדען מנחם אבל זיין ביי איינער, ווי ער האט געהייסען די אבלים גייען אין בחירות אין מיט'ן שבעה.

קוקט'ס דא

חיים יואל » דינסטאג אפריל 9, 2019 9:23 am

· #428125
ליטוואק פון בודאפעסט
עס הייסט מערקבארע נייעס, אז דער נושא האשכול איז היינט געגאנגען צו די בחירות, און דערנאך איז ער געגאנדען מנחם אבל זיין ביי איינער, ווי ער האט געהייסען די אבלים גייען אין בחירות אין מיט'ן שבעה.

קוקט'ס דא

דער מערקבארע נייעס איז, אז עס איז דא בילדער ווי ער וועלט.
ער איז שארף קעגן מאכן בילדער.

חיים יואל » דינסטאג אפריל 9, 2019 9:25 am

· #428126
הגאון הצדיק הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנר המשב"ק המיתולוגי של האדמו"ר מהר"א מבעלזא זיע"א תועד הבוקר כשהוא הצביע בבחירות לכנסת ה-21.

רבי אהרן מרדכי בשנות ה - 90 לחייו נחשב לדמות מיוחדת בירושלים כאדם שיודע את כל התורה כולה והוא מקובל גם על חוגי העדה החרדית ונחשב למעתיק השמועה של רבותיו הרבי מבעלזא זיע"א והמהרי"ץ דושינסקיא זיע"א.

דבר התיעוד שמצביע נחשב להיסטורי שכן בבחירות האחרונות יצאו שמועות בקרב הקנאים שהרב רוטנר השתתף בכינוס נגד הבחירות על יד ביתו בזופניק בירושלים.

הבוקר הגיע רבי אהרן מרדכי לקלפי בירושלים ולהצביע בבחירות, הרב רוטנר המתנגד לתמונות בכל תוקף תועד בקלפי כשהוא מצביע.

לאחר מכן הלך לנחם אבלים אצל אחד מחסידי בעלזא הרב פיליפ ששאלו האם על אבל לצאת להצביע רבי אהרן מרדכי הורה לו מיד לצאת ואף יצא עמו בעצמו לקלפי.

זאפטיג » דינסטאג אפריל 9, 2019 11:08 am

· #428135
אמאל געהערט א מעשה איבער אים וועגן א קינד וואס האט זיך דערשטיקט אויף א ביינדל שבת. איינער געהערט עפעס אמאל וועגן עדם?

נעגעל וואסער » פרייטאג מאי 1, 2020 6:14 am

· #447355
געהערט זאגן אז האט געכאפט די קאראנא, און דארף א רפואה שלימה

וואולקאן עראפציע » פרייטאג מאי 1, 2020 9:34 am

· #447366
אויב וואוינט ער אין א"י "איז עס נישט קאראונע". ס'כמעט אפיקורסות צו זאגן אז יא...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 17, 2023 2:51 pm

· #531628
אהרן מרדכי בן חנה לרפואה שלימה

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג יולי 17, 2023 4:59 pm

· #531634
בד"ה.

מהיכי תיתי » מאנטאג יולי 17, 2023 5:02 pm

· #531635
שר וגדול נפל בישראל.

איי, די לעכטיגע פרייטאג צונאכטס ביים כותל מיט רבי אהרן מרדכי! אוואו טרעפט מען אזאנס!

תרמב » מאנטאג יולי 17, 2023 5:57 pm

· #531637
מעמד יציאת נשמה פונעם דיין "שליט"א"...

איך האב אזוי אפגעלייענט די ארטיקל פון די וועקער, און איך זע ווי דער שרייבער פרובירט אראפצומאלן הרב רוטנער אלס איינער וואס קען זיין הומאריסטיש, די משלים וואס ער ברענגט אראפ איז בכלל נישט קאמיש..

איך פרוביר צו כאפן וואס ס'איז פאני.

מיין קאמענט איז מסתם נישט אין פלאץ יעצט, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...

שמן למאור » מאנטאג יולי 17, 2023 7:38 pm

· #531646
איי ווער געדענקט די לעכטיגע (טינקעלע) סעודות שבת ביי ר' אהרן מרדכי זצ"ל?

סמבטיון » מאנטאג יולי 17, 2023 9:50 pm

· #531662
איך, געוועהן ביי אים כמה פעמים אלטס בחור, די בעלזע בחורים פלעגן כסדר קומען צו אים

שמן למאור » מאנטאג יולי 17, 2023 10:32 pm

· #531670
און האסט נאר געטרינקן די הייסע טיי אדער האסט אריינגעשווערצט קאלטע געטראנקען אזוי ווי איך...?

ברוך שפינוזה » מאנטאג יולי 17, 2023 10:58 pm

· #531680
איך בין געוועהן ביי איהם צוויי מאל אלס מירער בחור ווען א בעלזער קאזין האט מיך אהינגעשלעפט, איין מאל שבת ביינאכט ביים כותל און א צווייטע מאל שבת נאכמיטאג ביים סעודה, קען זיין אז די פראבלעם איז אין מיר אבער איך האב גארנישט געזעהן דארט וואס זאל ווערד זיין זיך אפצולערנען דערפון, אויב עפעס פארקערט. איך בין דארט געוועהן מיט מיין קאזין און אן אייניקל פון רא"מ און אפשר נאך איין גאסט, איך האב גארנישט געגעסן דארט ווייל איך האב שוין געהאלטן נאכ'ן סעודה. אינמיטן סעודה האבן זיך אנגערוקט א גרופע תוא"י אינגעלייט און זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן בעט/קאוטש און נישט אויפגעהערט צו שמייכלען צווישן זיך. אינמיטן האט ער געגעבן זיין טיי גלאז פאר'ן אייניקל צו מאכן א refill און איינער פון די תוא"י אינגעלייט האט זיך אנגערופן אז ווען מ'גיסט אריין הייסע וואסער אין א גלאז וואס איז נאך אביסל נאס פון די פריערדיגע רונדע טיי איז עס לכאורה בישול... אוי האט רא"מ זיך אויפגערעגט... עפעס האט ער געזאגט אז מ'דארף נישט (צו מ'טאר נישט) זיין קלוגער פון די זיידעס... דער אינגערמאן האט איהם געלאזט זיך אויסבייזערן און דערנאך האט ער זיך אנגערופן אז ווען ער וואלט געדענקט וויאזוי זיין זיידע האט זיך געפירט וואלט ער נישט געפרעגט נאר ליידער געדענקט ער נישט דערפאר פרעגט ער 😂 😂 😂 שוין, האט רא"מ ארויסגעמורמלט עפעס א היתר באזירט אויף עפעס א גמרא לענין זב, איך געדענק נישט פונקטליך וואס ס'געוועהן, אזויפיל געדענק איך אז ס'געוועהן א שיינעם צושטעל. ענדיוועיס, אין יענע יארן פלעג איך ליידער פארן אויף אן ענליכן קו אין עבודה ווי רא"מ... מיין באגעגעניש מיט איהם איז געוועהן איינע פון די זאכן וואס האבן מיך געמאכט זיך גוט איבערטראכטן. זאל זיין נשמה האבן א תיקון.

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 18, 2023 8:21 am

· #531694
ער איז היינט געשטארבן!

סמבטיון » דינסטאג יולי 18, 2023 1:08 pm

· #531711
כהאב מיר געווינדערט א מעניט וואס ברענגט אזא אינטעליגענטע שרייבער ווי קאך לעפל אזוי צו רעדן אויף יוד וואס יעדער האט געזעהן זיין עבודה טאג איין טאג אויס א יוד וואס הבלי עולם הזה האט נישט פארנימען א אינטש אין זיין לעבן. שפעטער האב איך מיר געכאפט, געוואלד ! סדאך דא א בילד פון אים ווי ער גייט צו די בחירות ווייל זיין רבי האט אים אזוי געלערנט. יעצט איז שוין אלעס פארענפערט געווארן, זיין גאנצע לערנען דאווענען דביקות שמירת עניים וכו' גייט צו די סטרא אחרא , ווייל ער האט נישט אנגענימען סאטמערע רבי ז"ל שיטה. יא, יעצט פארדינט ער ערליך דעם ליין פון קאך לעפעל.

שאלתיאל » דינסטאג יולי 18, 2023 2:01 pm

· #531716
בד"ה. איך האב געהערט אמאל פון איינעם אז ר' אהרן מרדכי האט פארציילט אז אלץ יונגערמאן האט מען אים ממליץ געווען צו לערנען מסילת ישרים מיט זיין ווייב כדי זיי זאלן ווערן נאנט איינער צום צווייטן, נאך א שטיק צייט האט ער אויפגעהערט ווייל זיי זענען שוין געווארן צו נאנט..

צקון לחש » דינסטאג יולי 18, 2023 2:33 pm

· #531718
שאלתיאל
בד"ה. איך האב געהערט אמאל פון איינעם אז ר' אהרן מרדכי האט פארציילט אז אלץ יונגערמאן האט מען אים ממליץ געווען צו לערנען מסילת ישרים מיט זיין ווייב כדי זיי זאלן ווערן נאנט איינער צום צווייטן, נאך א שטיק צייט האט ער אויפגעהערט ווייל זיי זענען שוין געווארן צו נאנט..
😂 😂 😂

ברוך שפינוזה » דינסטאג יולי 18, 2023 3:15 pm

· #531719
א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועקער 2
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געכאפט דעם דשאוק? דאס דארף אפשר צו זיין דארק הומער? איך פרעג פשוט אלץ שיחת חולין של תלמידי חכמים.

שאלתיאל » דינסטאג יולי 18, 2023 3:35 pm

· #531720
ברוך שפינוזה
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געכאפט דעם דשאוק? דאס דארף אפשר צו זיין דארק הומער? איך פרעג פשוט אלץ שיחת חולין של תלמידי חכמים.
עיין בפי' מילתא דבדיחותא סימן רנ"ז סעיף א' שם והבן

גבר בין הגברים » דינסטאג יולי 18, 2023 9:23 pm

· #531737
בד״ה ער האט עס געמיינט ערנסט

איציקל » מיטוואך יולי 19, 2023 12:08 am

· #531764
ברוך דיין האמת. איך האב נישט זוכה געווען אים מיטצוהאלטן פון נאנט, אבער געהערט שוין כמה וכמה ענינים פון דעם אדם גדול. איין זאך וואס שטערט מיר איז ווען מ'באטיטלט אים אלס 'משב"ק אצל אדמו"ר מבעלזא זצ"ל'. אודאי איז עס א חשוב'ע און טייערע זאך, אבער כ'מיין אז קיינער זאגט נישט אויפ'ן ר"ר הירש מרימונוב, 'משב"ק אצל אדמו"ר ר"ר מענדעלע מרימונוב', נאר ליבערשט איז עס א פרט פונעם גאנצען מענטש, וה"ה כאן.

אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...

כפתור » מיטוואך יולי 19, 2023 12:46 am

· #531768
קיינער דערמאנט נישט עפעס וועגן זיין פרוי.
עני אינפאו?

צקון לחש » מיטוואך יולי 19, 2023 8:48 am

· #531777
איציקל
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא

תפארת » מיטוואך יולי 19, 2023 1:22 pm

· #531785
וואס איז געוועהן זיין הערכה צום היינטיגן בעלזער רב?

דער בעלזער מאכן איהם פאר א הייסע חסיד, אבער כידוע איז דא אזוי לשונות וואס ער האט געזאגט אויף בעלזא כהיום, [איין זאך איז זיכער אז די מאכנובקע האבן שטארק פראבירט זיך צוצוטשעפענן צי איהם ולא עלתה בידם...]

שמן למאור » מיטוואך יולי 19, 2023 1:59 pm

· #531789
צקון לחש
איציקל
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...

געווען איז ער אינמיטן שנה ראשונה, און ער האט געפלאנט צו פארן קיין א"י פאר א דבש לבנה מיטן ווייב. די נאכט פארן ארויספארן באקומט ער א ריף פונעם גבאי, "די רבי לאזט דיר שוין ריפן"! שנעל איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן. די רבי זאגט אים, "לויט די שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט מיט אזא חודש צוריק, קומט אויס אז די ווסת גייט אנקומען אינמיטן די נסיעה, און מיר פירן זיך אז פרויען גייען נישט אויף קיין קברים אפילו קברי צדיקים, איז זע אז זי זאל נישט גיין קיין מירון"...

די אינגערמאן איז געשטאנען אזוי פארלוירן... און געזאגט, אקעי, כ'גיי איר זאגן נישט צו גיין...

נאך די נסיעה... די אינגערמאן קומט אהיים, און די רבי לאזט אים ווידער ריפן... ער קומט אריין צום רבי'ן, און די רבי פרעגט אים... "נו... וויאזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט"? דער אינגערמאן האט פארזיכערט פארן רבי'ן אז די ווסת איז ערשט אנגעקומען א טאג נאכן גיין קיין מירון... והכל על מקומו יבא בשלום...

צקון לחש » מיטוואך יולי 19, 2023 2:04 pm

· #531790
שמן למאור
אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...

געווען איז ער אינמיטן שנה ראשונה, און ער האט געפלאנט צו פארן קיין א"י פאר א דבש לבנה מיטן ווייב. די נאכט פארן ארויספארן באקומט ער א ריף פונעם גבאי, "די רבי לאזט דיר שוין ריפן"! שנעל איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן. די רבי זאגט אים, "לויט די שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט מיט אזא חודש צוריק, קומט אויס אז די ווסת גייט אנקומען אינמיטן די נסיעה, און מיר פירן זיך אז פרויען גייען נישט אויף קיין קברים אפילו קברי צדיקים, איז זע אז זי זאל נישט גיין קיין מירון"...

די אינגערמאן איז געשטאנען אזוי פארלוירן... און געזאגט, אקעי, כ'גיי איר זאגן נישט צו גיין...

נאך די נסיעה... די אינגערמאן קומט אהיים, און די רבי לאזט אים ווידער ריפן... ער קומט אריין צום רבי'ן, און די רבי פרעגט אים... "נו... וויאזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט"? דער אינגערמאן האט פארזיכערט פארן רבי'ן אז די ווסת איז ערשט אנגעקומען א טאג נאכן גיין קיין מירון... והכל על מקומו יבא בשלום...
מיר זענען דאך אזאנע צו'מזיק'טע נפשות, ה"י

איציקל » דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:30 pm

· #531864
צקון לחש
איציקל
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:26 pm

· #531865
איי איי
אזל גברא רבא ס'איז פארלוירן געווארן א שטיק אנטיק פון דער אמאל'יגע סארטן יודן, פון דער העכערע סארטן יודן....

ס'איז א אבידה שאין לו תמורה...

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:28 pm

· #531866
איציקל
ברוך דיין האמת. איך האב נישט זוכה געווען אים מיטצוהאלטן פון נאנט, אבער געהערט שוין כמה וכמה ענינים פון דעם אדם גדול. איין זאך וואס שטערט מיר איז ווען מ'באטיטלט אים אלס 'משב"ק אצל אדמו"ר מבעלזא זצ"ל'. אודאי איז עס א חשוב'ע און טייערע זאך, אבער כ'מיין אז קיינער זאגט נישט אויפ'ן ר"ר הירש מרימונוב, 'משב"ק אצל אדמו"ר ר"ר מענדעלע מרימונוב', נאר ליבערשט איז עס א פרט פונעם גאנצען מענטש, וה"ה כאן.

..
וואס הייסט
רבי ישעי' קרעסטירער פלעגט זיך אסאך אונטערשרייבן משב"ק רבי צבי הירש מליסקא... אוודאי איז דאס א גרויסע זאך

איציקל » דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:49 pm

· #531867
התם ומתמם עם תמימים
וואס הייסט
רבי ישעי' קרעסטירער פלעגט זיך אסאך אונטערשרייבן משב"ק רבי צבי הירש מליסקא... אוודאי איז דאס א גרויסע זאך
ר' ישעיה'לע האט זיך אזוי אונטערגעשריבן מתוך עניוות ושפלות רוח, נישט וועלענדיג אנערקענען סיי וואספארא אנדערע מעלות ער האט באזיצן.

צקון לחש » דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:56 pm

· #531871
התם ומתמם עם תמימים
איי איי
אזל גברא רבא ס'איז פארלוירן געווארן א שטיק אנטיק פון דער אמאל'יגע סארטן יודן, פון דער העכערע סארטן יודן....

ס'איז א אבידה שאין לו תמורה...
היה טוב וטוב שהיה

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:32 pm

· #531878
איציקל
צקון לחש
איציקל
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.
ביזט זיך א שטיקל סותר, אויב איז עס א הנהגה וואס מ'זאל זיך דערפון נישט אפלערנען איז דאך פון דעם געדרינגען אז ס'איז נישט קיין גוטע הנהגה און דערפאר אן עוולה מצדו, איא? באמת איז עס א שטיקל רשעות צו צונעמען א מענטש ווען די קערפער איז נאך פריש (דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבן קלאר וואס איך האב געזעהן שלעכט ביי איהם), אבער אז מ'האט איהם שוין יא צושמירט איז כדי אראפצונעמען די קטרוג פון איהם אז מ'לערנט זיך אפ ערלויב איך מיך צו זאגן. די אויבנדערמאנטע מעשה ברענגט זייער גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודה, אבער חס ושלום דאס אנצורופן "עבודת השם" וואס דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, דאס איז חירוף וגידוף כלפי מעלה. אוודאי דארף מען מלמד זכות זיין אויף איהם אז ער איז דורכגעגאנגען א האלאקאוסט וואו ער האט געארבעט ביי די קרעמעטאריומס און געדארפט פארברענען זיינע אייגענע עלטערן און געשוויסטער רח"ל, און די פיזישע און גייסטישע וואונדן פון די מכות אכזריות וואס ער האט דארט באקומען האבן איהם באגלייט ביז'ן קבר אריין, איך רעד מיך נישט איין פאר איין רגע אז ווען איך וואלט דורכגעגאנגען וואס ער האט וואלט איך מיט איין האר בעסער געוועהזן, אבער דאס נעמען פאר א ראול מאדעל און זיך קאכן אין זיין "גרויסקייט" און "העכערקייט"?! זענט עטץ פון קאפ געפאלן? נישטא דא קיין גרויסקייט, נישטא דא קיין העכערקייט, דאס איז פראסט און פשוט האלאקאוסט קאשמארן. מ'דארף אנקוקן אזא איד פונקט ווי מ'קוקט אן א איד וואס איז דורך די האלאקאוסט גהינם און אפגעפארן אלס רעזולטאט, די איינציגסטע חילוק איז אז דער אפגעפארענער האט דירעקטירט זיין כעס פונעם מענטשהייט אויף גאט און אזעלכע מענטשן ווי רא"מ האבן דירעקטירט זייער כעס פון גאט אויף דאס מענטשהייט. דאס קעפל פון דעם אשכול וואלט געדארפט צו זיין "אן אוישוויץ איבערלעבער", דאס קעפל "א פארצייטישער איד" איז אן עוולה קעגן די בני דורו וואס נישט געהאט די גייסטישע וואונדן וואס ער האט געהאט און האבן זיך יא אויפגעפירט ווי די תורה הקדושה פאדערט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:34 pm

· #531887
ברוך שפינוזה: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. עפעס באדערט מיך איבער זיין ביאגראפיע.

איך האב איהם נישט געקענט פערזענליך. דערפאר רעד איך נישט ברייט. הן לטוב והן למוטב.

נאר פון די אינפארמאציע וואס איך האב אנגעזאמלט איז משמע אז דער מענטש האט געהאט אין זיך געוויסע שטריכן פון גדלות. נאר אויך א סאך ווילדקייט און עקשנות. ער האט געהאט געוויסע קאפריזן צו וואס ער האט ערווארט אז א יעדער זאל זיך צושטעללן. אנישט איז אחת דתו. לאמיר נאר אננעמען דעם איינעם פרט אז ער האט נישט צוגעשטעלט געהעריג וואסער און אנדערע משקאות פאר זיינע געסט און זיינע בני משפחה. ער האט אויך נישט ערלויבט אז מ'זאלל זיך אליין ברענגען עפעס נארמאלע משקאות.ער האט געהאט אן אפעטיט פאר הייסע טיי. פיין. נאר לאז אן אנדער'ן אויך לעבן. און רעכן זיך מיט די געפיהלן פון א צווייטן. אזוי אויך זיינע אנדערע ווילדע און אויסטערלישע שטיק.

בכל אופן. ער איז נישט א מוסטער פון שיינע און ריינע התנהגות.

איך האב געקענט עטליכע, אזעלכע פארצרה'טע אידן. איינער, א גערער חסיד. וועם איך האב אלס בחור באדינט אין משך פון א זומער. יענער האט אויסגעגעבן זיין גאנצע ווילדקייט און (אפשר) פארביטערטקייט אויף מיר. ביז איך האב אמאל מיך ממש צוויינט.

בכל אופן. יהא זיכרו ברוך. איך בין זיכער אז ער וועט גלייך אריינגיין אין גן עדן. פאר די סאך תורה ומצוות וואס ער האט געלערנט און מקיים געווען. עד יומו האחרון...!