אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10705
א אידדאס איז זיכער איין מאל די ארגענאזאציע העלפט נישט וועסטו ביי די היימישע ווערן געהאלפן, קען זיין אז פארדעם וועט מען דיר שיקן צו די ארגענאזאציע.
בד"וו איך האלט שוין ביי א שיינע פאר ארגענאזאציעס יד רחל, רגלי רחל, בטן רחל, וואס קומט נעקסט?
הצד השווה שבהן. זיי אלע טויגן אויף כפרות...!
ווי באוואוסט איז אין די עולם התורה דא א שטארקע דגוש די מצוה פון חסד, און טאקע פארדעם איז מען זייער מקפיד פארוועם אין וויאזוי מ'טוט די חסד כדי די מצוה זאל זיין בתכלית השלימות.
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
ניין, דאס איז נישט די סבה. ס'איז נישט פון דער 'בני תורה' מיינונג, נאר פון די אמעריקאנישקייט זייערע. ס'איז א שלעפעריי. מ'האט מיר נישט אפגעזאגט ווייל איך בין נישט גענוג א בן תורה, נאר ווייל דאס איז טאקע זייער געזעץ
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
כ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות
לכבוד ליטווישע
הער שוין אויף מיט די שטותים סוף כל סוף קיינער אפילו די ווילסט נישט אז שומרים זאל זיך צומאכן גרעכט צו נישט???
איך בין נישט פון נ.י.. ווען מ'האט עס אנגעהויבען אין לעיקוואוד, א קנאפער פאר יאר צוריק, בין איך נישט צופרידען געווען, און איך האב קיין שום פראבלעם נישט אז ס'זאל זיך פארמאכען. מ'קען נוצען די עסקנות טעטיגקייטען צו שטופען די פאליציי צו טוהן איהר ארבעט, טאמער ס'פעלט אויס. איך בין נאך נישט זיכער אז ס'פעלט אזויפיל אויס. איך ווייס ס'איז שווער פאר דיר צו גלויבען, דער קולטור קומט היינטיגע צייטען מיט א שאמרעם און הצולע, און מסתמא אזוי איז געווען ביים בעש"ט, אבער מצדי פעלט עס גארנישט אויס.
אגב אורחא, איך האב שוין געשריבען ערגעץ אין שטיבעל. ווען אימער מ'הערט א מעשה פון אפארלוירענע מענטש און כלל ישראל לויפט אין די מאסען איהם צו טרעפען, ענדיגט עס ביים מומחים, נישט ביי די מאסען. אזוי איז געווען ביי שורי פעלדמאן און להבחל"ח ביי לייבי קלעצקי, אהרן סופר, אייבענסאן און נאך וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. דאס ביזנעס פון ארויסשטעלען שוויצער'ס מיט ביפער'ס העלפט אפשר מינערען די א.ט.ד. ציפערען, אבער דער מענטשהייט האט גאר א קליינעם ריוח דערפון.
ליטוואק פון בודאפעסטוואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/245521/2016/07/28/brooklyn-ny-borough-park-bakery-owner-criticizes-nypd-for-lame-response-to-emergency-call/">http://www.vosizneias.com/245521/2016/0 ... ency-call/</a>
בן אדםכ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות
בן אדם: ניוואדען...? ס'ווערט דערציילט אויף א ליטווישן איד א גביר, וועלכער האט נישט געגעבן קיין צדקה א גאנץ יאר. און ס'איז געקומען פורים האט ער אויך אפגעזאגט צו טיילן געלט אין ביהמ"ד ווייל ער האט געזוכט אן ארעמאן מיט אלע הידורים...אזוי ווי ער האט געזוכט אן אתרוג מיט אלע הידורים און א לולב מיט אלע חומרות...!
דערציילט מען אויף דעם צו אן אנדערן וואוילן ליטווישן איד וועלכער האט אייביג געזוכט נייע חומרות. אז אמאל ערב יוהכ"פ, ווען ער האט מפשפש במעשיו געווען. און ר'האט נישט געטראפן ביי זיך קיין שום פגם. נישט בין אדם למקום און נישט בין אדם לחבירו. האט ער געזוכט כאטש איין, קליין עבירה'לע וואס ער קען עובר זיין ער זאל לכה"פ האבן אויף וואס תשובה צו טון. איז ער ארויס אין גאס און ר'האט באגעגנט איינעם פון די גרעסטע מחוצפים און טשעפניאקעס אין שטאט. איז ער צוגעגאנגען צו איהם און ר'האט איהם גוט אנגעריסן די ביינער. ער גייט אהיים פרייליך. יעצט וועט ער שוין קענען תשובה טון כהילכתו.ר'האט שוין געטון אן עבירה. גייענדיג אהיים באגעגנט ער זיין חבר. און פארציילט איהם וואס ער האט אקארשט געטון. זאגט איהם דער חבר. דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געטון אזא מצוה ווי היינט... 😂 🙄
נ.ב.: איך האב בדרך כלל נישט ליעב קיין הכללות (פרעדזשודיס, בלע"ז). נאר ס'איז מיר אמאל אום ערב שמיני עצרת בין מנחה למעריב אויסגעקומען צו דאווענען אין א ליטווישן ביהמ"ד. האבן די חשוב'ע קהל המתפללים דארט געהאט א מנהג אז צווישן מנחה און מעריב האבן זיי געלאזט עטליכע יונגעלעך זאגן א דרשה. זיץ איך מיר אזוי און איך הער ווי דאס יונגעלע וועלכער איז אקארשט ארויף אויף די בימה זאגן א דרשה הייבט אן פארציילן א מעשה...מיט א חסיד...דער חסיד דעיס...דער חסיד דאס...און דער גאנצער עולם לאכט...ווען דער צווייטער יונגל איז ארויף, עודך. ער הייבט אן פארציילן א מעשה מיט א חסיד...דער חסיד דעיס . דער חסיד יענץ...! האביך מיך אנגערופן צו מיין שכן (אויף ענגליש) .."זעהט אויס אז דער חסיד איז עפעס א מין חיה"... 😂 🙄
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
פון זיי ברענג נישט קיין ראי' זיי וואלטן געוואלט זעהן א סאנסעט אויף אונזער גאנצע קאמיוניטי און א טייל פון אונז טויט ה"י
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנט ווי זיי האבן ממש מכוון געווען לדבריי הקדושים.
ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
רימוןארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
רימוןארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער
שמעון וואלףרימוןארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער
שמעון וואלף וועט צו שטעלן אן אנאליז איבער די סומאטוכע?...
א ברוקלינער איינוואוינער
רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.
.
I get a knock at my door and standing there are two fake police who try to tell me they got a 'noise complaint' and a complaint that we are using 'illicit substances' that i have to end my party.
...
...
I keep being told that what they are doing is not illegal and that they have permission to impersonate (my word) the police and attempt to enforce (their version) of the law.
און דאס אן אנגענימענע מיטעל פאר שומרים זיך צי פארשטעלן פאר פאליס, און סטראשענען צי געבען טיקעטס ?
דער איז איבערצייגט אז זיין זיין gay איז וואס ס'שטערט איינעם, ער קען דאס נאר נישט איבערצייגן
ער רופט אן שומרים די פאלשע פאליציי.
הוגהא ברוקלינער איינוואוינער
רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.
.
ס'איז אינטערסאנט, ווייל די שומרים געווענליך ווייסט זייערע boundaries און זוכן זיך נישט קיין צרות.
זייער ווייטאגליך דאס צו וואטשען... שומרים וואלט זיך פאר דעם אליינס געדארפט פארשפארן...
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס סאיז דא לעצטענס אזוי אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/64ffoxuh6ne03bh/Video%20Jun%2029%2C%203%2020%2026%20PM.mp4">https://www.dropbox.com/s/64ffoxuh6ne03 ... 6%20PM.mp4</a>
הייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...
איסר האטלקיהייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...
טראמפ מיט זיינע מענטשען זענען זיכער שולדיג אין פארשפרייטן HATE צווישן מענטשען. אבער אנטיסעמיטיזים קומט נישט פון איין מקור און וועגן איינצעלע אינצידענטן ס׳איז א געמיש פון אפאר זאכן.
די ערשטע זאך וואלט געדארפט זיין אז אונז זאלן זיך אויפפירן נארמאל און לעבן מיט רעספעקט פאר אנדערע פונקט ווי אונז פארלאנגען פון א יעדען זאל טאלערעיטן אלע אונזערע משוגעתן דארפן אונז דער ״עם הנבחר״ זיך אויפפירן מיט די העכסטע מאס רעספעקט און מענטשליכקייט פאר אנדערע אריינגערעכענט שווארצע פאטריקאנער און אלע אנדערע.
קיינער אין אמעריקע און אין קיין שום פרייע לאנד האט נישט קיין שום רעכט שבעולם צו שלאגן סיי וועמען! אפילו דעם גרעסטן רוצח! אונז מעגן האבן א קאמיונטי-וואטש און אנהאלטן דעם פארברעכער ביז די פאליציי קומט און פארשפארט יענעם. אפילו די פאליציי אליינס האט אויך נישט קיין שום רעכט צו שלאגן, נאר יענעם צו פארשפארן ביז מ׳ברענגט אים צו א געריכט.
שלאגן יענעם און אים בלינד מאכן אויף א אויג און דער יעניגער גייט נאך ארויס פריי מיט די הילף פון די קאמיונטי און באצאלט ניטאמאל די שאדן פאר יענעם? (ווי ווייט איך ווייס) און דאס רופט זיך נאך א אידישע ארגאנעזאציע? האסטו געהערט א מעשה?
אפאר געשוואלענע פארגרעבטע ״טונע בייגל׳ס״ אן קיין טראפ שכל אין זייער מוח פירן א ארגאנעזאציע פון אנהאקן גוים פאר צענדליגער יאהרן לאנג... אלעס אין די ביטערע גלות! טוה מיר א טובה!? זאלן זיי זיך זוכן א צווייטע אקטיוויטי. נישט אויף מיין פיקל דאס איז ריינע התגרות באומות. אונז קענען נישט שרייען ״אנטיסעמיטיזם״ יעדע מאנטיג און דאנערשטיג ווען אונזער אייגענע אידישע קאמיונטי ארגאנעזאציע פירט זיך אויף אזוי אוממענטשליך. אנהאקן א מענטש פאר זיי ווייסן בכלל צי ער איז דער פארברעכער. אפילו זיי ווייסן קלאר טארן זיי אים נישט צורירן און ספעציעל אים נישט שעדיגן!
סאיז אפשר צייט ציריק אויפלעבען שומרים, אין ליכט פון דו לעצטיגע אטאקעס אויף פרימע אידן דורך יונגטליכע שווארצע.
א גוטע וואך.
טענות אויף סאשעל מידיע קעגן שומרים מיינט נישט צופיל, אויף די פאליציי איז דא פיל מער..
די שאלה איז וואס די טענות זענען און צו עס איז דא proof דערויף,
ובכלליות איז זיכער אז די סיסטעם וויאזוי די פאליציי דעפארטמענטס ארבעטן איז א פארפוילטע, זענען בעיקר ביזי מיט פייניגן די מענטשהייט מיט טיקעטס וכו און ווען מען דארף אמאל זייער הילף דויערט עס א יאר מיט א מיטוואך,
ס'וואלט זיכער נישט געשאדט ווען זיי באקומען מער קאמפאטישן.
אן אריינגיין צו די אלטע טענות אויף שומרים איז געווען גערעכט אדער נישט איז עס שוין היינט זיכער נישט די זעלבע.
די ארגאנזאציע איז אריבער אסאך טויש אין די לעצטע פאר יאר מיט נייע מעמבערס און קארדינעטערס און אסאך געטוישט די וועג וויאזוי זיי ארבעטן. (די טויש איז לכאורה צו פארדאנקען זייער קאפעטישען שמירה, קאמפיטישן איז אייביג גיט פאר די קאסטומערס).
שומרים וויליאמסבורג מאכט איצט א טשערעדי קאמפיין, קרוב צו צוויי יאר נאך זייער פריעדיגע סוקסעספולע קאמפיין.
איך וויל פארשטייט צוויי זאכן: איינס, וויאזוי איז שומרים אנגעגאנגען די לעצטע 20 יאר אן קיין שום קאמפיינס. דאכט זיך מיר אז זייער פריעדיגע קאמפיין איז געווען די ערשטע מאל וואס זיי פאנדרעיזן.
צווייטענס, פארוואס דארפן זיי אזויפיל געלט? זיי דארפן כמעט נישט קיין עקוויפמענט, און דאס ביסל וואס זיי דארפן יא, קענען זיי נישט טרעפן קיין ספאנסערס?
שומרים האט אויך א געהעריגע ביזנעס אינקאם פון סעקיוריטי, זיי בעטן געהעריג געלט פאר מסיבות, חתונות, הכנס"ת, וכו.
היכי דמי: לפי ידיעתי. פאר די פאליס דעפט. דארף מען אויך באצאלן געלט אויב זיי קומען צו א הכנסת ס"ת אדער חתונה אדער לויה...!
ב.ד.וו.: די פאליס צווישן זיך (זיי האבן א באזונדערע שפראך מיט (היימשיע) רמזים און סודות.) ווען זיי רעדן אויף די ראדיא. זיי רופן אן א הכנסת ספר תורה..."א קריסמעס פאראדע"...עפרא לפומייהו...לאל...!
שומרים האט זיך געמישט אין אסאך אינערליכע פאמיליע פאליטיקס, פאר באצאלט, וואס דאס איז א עוון בל יכופר צו שטיין ביי א חתונה און נישט אריינלאזן איינע פון די עלטערן, וכדומה.
אגב איך האב געזעהן א עד אויף סטאטוס פאר די קאמפיין טוען זיי זיך אויף אז זיי טרעפן פארלוירענע קינדער, זעהט אויס אז זיי האבן געטוישט זייער גאנצע ביזנעס מאדעל.
פיין, די געלט איז דא. וואס טוט מען איצט? עפעס פלענער?
היכי דמיפיין, די געלט איז דא. וואס טוט מען איצט? עפעס פלענער?
Who cares?... זיי האבן איינעם געצווינגען צו גיבן?
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
איך פארשטיי נישט מיט די יעצטיגע דיפאנד די פאליס אין ראבעריס יעדע צווייטע טאג שטעל דיך פאר ווי אינז וואלטן אויסגעקוקט אן די חברה שומרים
Sent from my SM-G973F using Tapatalk