☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "מיין" טויזענטסטע תגובה!

"מיין" טויזענטסטע תגובה!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10702

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 7, 2016 12:58 pm

· #340816
"מיין" טויזענטסטע תגובה!
א טויזענטסטע תגובה!?!

איך מאך זיך נישט צוטוהן!

בין איך משיעבוד צו איינעם?
דארף איך נאכטאנצן און נאכטוהן וואס 'יעדער' טוט?

א פייג!

איך לאז די זאך לויפן.

ביי מיר איז די צוויי טויזענט אכט הונדערט דריי אין פופציגסטע תגובה חשוב!

אבער ס'מיינט נאך נישט אז דארט בינעך יא משיעבוד צו מיין חשיבות.

ווען איך וועל מחליט זיין אז איך וויל שרייבן מיין 'חשובע' תגובה וועל איך עס לאו דווקא שרייבן.

טאמער וועט עס שוין זיין געשריבן איז א סימן אז איך האב עס געשריבן.


א חרוז געמאכט
זיך גוטמוטיג צעלאכט
כ'געב נישט קיין ש*ט
וואס יענער טוט
כ'האב אן אייגן זעהל
כ'בין אן אריגינעל
ס'איז מיין אייגן החלטה
צו פובליצירן אדער השמטה
טייל מיר נישט איין
קריך נישט אין געדערים אריין
רוף עס עצלות
ס'וועט מיר נישט ברענגן עצבות
נאכטוהן יענעם
איז א טערם וואס יעדער קענעם
זיי נישט ברוגז
אבער די מציאות אזוי איז
דיין הלוך ילך איז פונעם ציבור
נישט דיין אייגן חיבור
די שיינקייט פון ארט
איז ווען מ'האט עס נישט ערווארט
ראבאטן ווערן יעדן טאג געבוירן
די געציילטע ארטיסטן ווערן כמעט פארלוירן
אנטפלעק דיין אייגן ארטיסט
וועסטו זעהן ווער באמת דו ביסט!

דא האט איר טויזענט פינטעלעך לכבוד המאורע.

........................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 7, 2016 7:20 pm

· #340877
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
ס'דא גאנצע טויזנט פּינטלעך? דאכט זיך ס'פעלט איינס.

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:49 pm

· #340908
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
צוויי פון די פינטעלעך האבן זיך ארומגעקריגט ווער ס'זאל גיין ערשט (דעי וואך אידעך די אושפיזין פאר מחלוקת), איז געשען א נס און זיי זענען באהאפטן געווארן.

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:48 pm

· #340979
אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.
📎 Kal.png

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:55 pm

· #340983
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
דרך אגב דעי טויזענט פינטעלעך האט מיר גענומען אונטער א האלבע מינוט.

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:56 pm

· #340984
פאשרשטענדליך מאכט צען און קאפי פעיסט צען מאל
נאכדעם קאםי די הונדערט און מאך קאםי פעיסט נאך צען מאל

ביליג » פרייטאג יולי 8, 2016 12:33 am

· #340999
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
א איד
אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.

וויאזי מאכט מען די ווערטער קאונט ?

א איד » פרייטאג יולי 8, 2016 1:30 am

· #341016
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
אין ווארד אונטען דארט ווי דו זעהסט וויפיל ווערטער די דאקומענט האט, גיב דארט א קליק.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 8:43 am

· #341033
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
א איד
אבער באמת האב איך געקאפיט אלע טויזנט פינטלעך און עס איז טויזנט.

יעצט באמערק איך אז דו האסט פארלעצט דיין אייגן אונטערשריפט!

א איד » פרייטאג יולי 8, 2016 9:47 am

· #341044
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
דהיינו?

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 10:27 am

· #341050
האסט קאליע געמאכט מפוזרי'ס מעשה מיט אן אמת'ע פאקט...

א איד » פרייטאג יולי 8, 2016 10:51 am

· #341056
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
נו וועט מען דארפן טוישן אדער צולייגן צו די חתימה, אבער פונעם אמת וועל איך זיך נישט בייגן.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 10:59 am

· #341061
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
[emoji3]

רימון » פרייטאג יולי 8, 2016 12:08 pm

· #341074
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
'מ'וואלט שוין לאנג געדארפט ווידמען פאסיגע דיבורים לכבוד קל וחומר, זיכער א גלגול פון א הויכער נשמה וואס איז אראפגעשיקט געווארן. נישט אז איך בין דער פאסיגער מאן אפצוגעבן באגריסונגען נאר במקום שאין איש איז רימון אויך א פיש, טראץ וואס שטילע גלייכט נישט קיין מילגרוימען.
דורכאויס די לעצטע צייטן גיט קל גאר אסאך צו צום שטיבל, ער האט זיך דערווארבן אלס איינס פון די אינטעליגענטסטע און מערסט רעספעקטירטע ניקים מיט זיין בא'חנ'טע שפראך און פילע טאלאנט אין הומאר און קונסט,און איז היינט אין גרויס טייל ''דער פנים'' וואס פארעמט דעם אויסקוק פון דאס שטיבל.

קל וחומר » פרייטאג יולי 8, 2016 12:24 pm

· #341078
Re: "מיין" טויזענטסטע תגובה!
דעס פיהלט גוט בלי שום ספק!

שכוח!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יולי 8, 2016 12:49 pm

· #341085
/

קל וחומר » זונטאג יולי 10, 2016 1:02 pm

· #341225
רימון
'מ'וואלט שוין לאנג געדארפט ווידמען פאסיגע דיבורים לכבוד קל וחומר, זיכער א גלגול פון א הויכער נשמה וואס איז אראפגעשיקט געווארן. נישט אז איך בין דער פאסיגער מאן אפצוגעבן באגריסונגען נאר במקום שאין איש איז רימון אויך א פיש, טראץ וואס שטילע גלייכט נישט קיין מילגרוימען.
דורכאויס די לעצטע צייטן גיט קל גאר אסאך צו צום שטיבל, ער האט זיך דערווארבן אלס איינס פון די אינטעליגענטסטע און מערסט רעספעקטירטע ניקים מיט זיין בא'חנ'טע שפראך און פילע טאלאנט אין הומאר און קונסט,און איז היינט אין גרויס טייל ''דער פנים'' וואס פארעמט דעם אויסקוק פון דאס שטיבל.


לידיעה בעלמא:
קל וחומר איז מיין ערשטע ניק דא אין שטיבל כ'בין א נשמה חדשה.
איך בין אהער געקומען בעיקר צו פארבעסערן מיין כתיבה אין אידיש, איך פלעג נישט ליינען קיין אידיש חוץ פון שטערן/שפאקטיוו וכמובן אויף צו אדאפטירן ר ש כהן'ס שריפט דארף מען כמה פעמים נתגלגל ווערן. (כמובן אז איך גלייך שטארק די שרייבווערק פונעם עולם אבער פארדעם ברויך מען נישט קיין ניק) ב"ה אז איך זעה צוביסלעך פארשריט.
פארוואס שרייב איך דאס?
איך האב א ידיד א גאון עצום בנגלה ובנסתר, בחכמה ומדע, קריעוויט און געריבן וכו' ער וואלט געקענט זיין די שטארקסטער ניק וואס איז נאר דא אמאל געווען ווען נישט וואס זיין שוואכע פעדער און ווייניג געדולד צום שרייבן האלטן אים אפ. (הגם וואס ער באזיכט דא כסדר)
לדידיה ולדכותיה האף איך אז דאס וועט געבן א שטיקל שטופ צו אנהייבן שרייבן און אזוי ארום אנטוויקלן א רעלאטיוו גוטע פעדער ויהא בבחינת זה נהנה וזה נהנה.

וואלווי » מאנטאג יולי 11, 2016 10:05 pm

· #341520
כשם שיפול מצדך אלף כך רבבה מימינך בקרוב ובנקל!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 11, 2016 10:09 pm

· #341525
@קל וחומר, ס'איז צייט פאר דיין מצוה טענצל!

א געשמאקע אינטעליגענטע ניק פון אלע זייטן. איך האב ליב דיינע תגובות, דעות, הומאר און שפראך. #לאוו אטאקע