☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיינע הרגשים לכבוד'ן התמנות ואת האלף

מיינע הרגשים לכבוד'ן התמנות ואת האלף

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10691

א איד » דינסטאג יולי 5, 2016 6:39 pm

· #340434
מיינע הרגשים לכבוד'ן התמנות ואת האלף
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו, פטור בלא כלום אי אפשר

ו ויל איך דא ארויס ברענגען די הרגשים וואס ליגט מיר און הארץ, אוולא שקילנא הרמן ורשות א
א צינד נאכן אנקומען עד הלום, איז צייט צו געבן א דאנק פאר די הנהלה פון די מנהל ביז די גבא י
ת גובות האט זיך געשריבן פאוואליע, בעת אנדערע דא באשטייערן מאמרים רייך פול מיט תוכ ן
ה יינט ווען קאווע שטיבל האלט ווי עס האלט דארף מען געבן א דאנק, פאר אזא שיינע געשאנ ק
א דאנק פאר די מנהלים, גבאים ואחראים, ווער עס איז נאך דא אדער ווער עס איז שוין נישט ד א
ל כבוד בית קאווע, זייענדיג פון די ערשטע 200 ניקים, און מיט געהאלטן די עליות וירידות וכולה ו
פ רישע מעמבערס און אלטע, קבלת פנימ'ס און צאתכם לשלום'ס, קאווע שטיבל דאס אלעס האסט ו
ת ורה מיט חכמה, מחשבה והשקפה, חינוך והיסטאריע, ידיעות און פאעזיע, קונסט און טעכנעלאגי ע
ג עוואלדיג">@ג עוואלדיג און @שמעקעדיג, @קאפיטאן און @אנאנים, @כוכב און @פיקאסא, ואחרון חביב ידידינו ר' ש">@ש ש
ו ויפיל חומר דא ליגט, פון נייעס און חינוך, מוזיק און ביזנעס, הילף מלפני ומאחורי, צימעס און געזעלשאפ ט
ב לי עין הרע, די PR, פון פה-סח, דער וועקער, פרי עט הדר, ספר האישים, המעשה הוא העיקר, יאיר נר י
ו נבנתה, מיט פנינים שזורים, אראומע, גן השושנים, טינט און שעות וואס ליגט אינעם שטיבל מבוקר עד ער ב
ת הא ברכתי ברכת הדיוט לפניכם, זיך נישט דערשרעקן פון די פרט, און ווייטער צו קענען מהנה זיין דעם כל ל

ידיד ותיק של כל בית קאווע וכעת מחברי ואת האלף (קרעדיט: @גר ותושב)
א איד
חו"פ קאווע שטיבל

נ.ב. יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן, ואי"ה עוד חזון