☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10685

אשכול אן א טיטל #10685

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10685

— » דינסטאג יולי 5, 2016 4:22 am

· #340301

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

נהורא נפישא » דינסטאג יולי 5, 2016 7:49 am

· #340307
א שיינעם געדאנק.
רק להעיר אז מ'טרעפט נישט די איסור פון גיין בגילוי שער אין רה"י אפילו באופן וואס מ'קען אריינזען פון רה"ר. און כאטש אז די מדבר האט געהאט א דין פון רה"ר איז זי אבער געזעצן ביי איר טיר פונעם געצעלט. פון דעסטוועגן איז די נקודה נאך אלס אמת, אז מ'איז איר משבח פארן נוצן א טאקטיק פון חוסר הצניעות עכ"פ. זי האט עס אבער געטאן מחמת בטחונה אז דאס וועט זיי אפהאלטן פון קומען נאנט צו איר מאן.
ולהוסיף דרך אגב, עס זענען דא וואס זענען שיין מסביר דעם ענין פון שער באשה ערוה, אז כאטש עס איז פארשטענדליך אז האר איז מייפה די פעמיניטעט און דאס טוט צוציען, אז דאס אבער פארט נישט דומה צו די אנדערע ערוות וואס ווערן דערמאנט. וראיה לזה, מיר נעמן אן אז שער בתולות זענען נישט קיין ערוה (אכן להרמב"ם אין חילוק). נאר די גאנצע מהות פון ערוה איז מכח דעם דת משה ויהדות וואס פאדערט פאר א אשה נשואה צוצידעקן דעם האר אלס אן הבחנה אז זי איז אן אשת איש, און מכח דאס איז צושטאנד געקומען אז ווייל א פרוי איז נישט געוואוינט מגלה צו זיין שערה, איז דאס געווארן אן ערוה.

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 5, 2016 8:00 am

· #340308
אזעלכע רשעים געווען די אפאזישן פון משה, און אפענע האר וועט זיי אפהאלטן? אלא מאי זיי זענען באמת גרויסע לייט געווען ווי אויבן געזאגט.

געוואלדיג » דינסטאג יולי 5, 2016 11:31 am

· #340339
זייער א שיין געדאנק

שלום על ישראל » דינסטאג יולי 5, 2016 12:30 pm

· #340349
הערליך שיין שש. שוין לאנג נישט געגסן אזא גרויסע מאלצייט און שפירן אזוי גוט "דערנאך".

רוב פון דיינע נקידות זענען קריסטאל-קלאר (חוץ די אויספיר וואס איז עומד בגניזה עד שיבוא ה'וועקער). אבער די לימוד אז מחלוקת איז פיל א גרעסערע חילול ה', נעמסטו בעיקר פון די הנחה אז משה רבינו'ס אראפגיין צו די צוויי טראבל-מאכערס איז נישט נאר א פחותת כבודו נאר א פחותת כבוד השם. אונז האבן אסאך מאל די בחינה בספה"ק, אבער לכאורה איז דאס נישט וואס דא איז דער ענין. ועי' ברש"י שם.

קנאק-יענקל » דינסטאג יולי 5, 2016 11:04 pm

· #340499
טאמבל סאס
אזעלכע רשעים געווען די אפאזישן פון משה, און אפענע האר וועט זיי אפהאלטן? אלא מאי זיי זענען באמת גרויסע לייט געווען ווי אויבן געזאגט.

קענסט נישט די מעשה, רבי בינימין אייזענבערגער נעמט זיינע חסידים תלמידים מתפללים איין מאל אין עטלליכע יאר אויף א נסיעה אויף ל"ג בעומר קיין מירון, און מ'גייט ארום אויף נאך אנדערע מקומות קדושים צו מתפלל זיין און אטראקטיציארן.
עטליכע יאר צוריק איז מען געווען באשטימט אויף פרייטאג צופרי צו דאווענען ביים כותל המערבי.
ווען מ'איז אנגעקומען נאך שמו"ע האבן עטליכע יוצאי סאטמאר געשריגן: "נו, יתגדל, דער רבי האט נישט געזאגט קיין תחנון פרייטאג".......

כותל יא. תחנון נישט.

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 6, 2016 1:08 am

· #340516
ס'בכלל נישט קיין פארגלייך ווארום די רבי האט נישט געזאגט תחנון מצד הלכה אדער מנהג משא"כ כותל

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 6, 2016 10:46 am

· #340565
אגב, שוין דא אזא קעפל

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10067">viewtopic.php?f=3&t=10067</a><!-- l -->

א איד » מיטוואך יולי 6, 2016 12:03 pm

· #340573
נו וועגן דעם האט ער צוגעלייגט א ?!

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:36 pm

· #340903
האסט אויסגעלאזט א שורה.
אינעם „וועקער שטייט: הגם דאס איז קלאר נישט אונזער מיינונג.

ווען איך האב דאס געזען האב איך שוין מורא געהאט, ווער ווייס וואס ס'קומט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער איז העכסט פרום. דא אין שטיבל וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס א רעכטע.