☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקינג: בית השחיטה מהדרין פארמאכט

ברעקינג: בית השחיטה מהדרין פארמאכט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1067

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 11, 2012 4:17 pm

· #23442
ברעקינג: בית השחיטה מהדרין פארמאכט
היינטיגע טאג איז געווען די לעצטע טאג וואס מען האט געארבעט אין דעם בית השחיטה, מען האט געהייסן אלע שוחטים אהיים נעמען אלע זאכן ווייל דאס פלאץ מאכט זיך צו. איך האב דערווייל נאך נישט געהערט מער פרטים, אויב איך וועל הערן וועל איך דאס לאזן וויסן.

שמיטה » מיטוואך יולי 11, 2012 4:40 pm

· #23454
נישט קרית יואל, זיי רופן זיך "המהודר"

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 11, 2012 5:04 pm

· #23462
ניין, נישט קרית יואל, דאס איז א בית השחיטה אין פענסילוועניא. זיי זענען היינט די איינציגסטע חסידישע בית השחיטה אויסער קרית יואל, נאך וואס וויינלאנד האט זיך פארמאכט און זיי האבן עס אפגעקויפט.

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יולי 11, 2012 5:16 pm

· #23465
יעצט איז דא נאר קרית יואל? איך מיין אז ס'דא נאך. אפשר אין אמעריקא איז נישטא מער, אין קאנאדא איז יא דא.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2012 5:20 pm

· #23466
וואס האט פאסירט? די שוחטים האט מען געכאפט מיט געפילטערטע סעלפאונ'ס ???

נס קאווע » מיטוואך יולי 11, 2012 5:39 pm

· #23473
גיהערט אז מען איז זיך נישט דורכגעקומען מיט די אינספעקטאר,
איך ווייס אז עס מאכט זיך דא און דארט אבער אבער איך נישט געוויסט אז מען דארף צומאל פארמאכען פאר דעם

פריינדליך » מיטוואך יולי 11, 2012 5:50 pm

· #23477
ווייניגער קאמפיטישען מיינט העכערע פרייזען,

זאל רז״ל עפענענן א בית השחיטה פינקט ווי זיין ברידער, עס איז א סערוויס פלאס א שיינע אינקאם

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 11, 2012 5:54 pm

· #23478
לויט ווי איך האב געהערט האט מען שוין צוויי וואכן צוריק געזאגט פאר די שוחטים אז עס זענען דא פראבלעמען, און עס קען זיין אז מען גייט פארמאכן, אבער היינט האבן זיי געהייסן יעדעם אהיים נעמען זייערע זאכן. איך ווארט נאך צו באקומען מער אינפארמאציע

קראנט » מיטוואך יולי 11, 2012 6:19 pm

· #23486
די בית השחיטה האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין אינספעקטאר, עס האט זיך פשוט נישט געדעקט זיין אווערהעד, ווען ער קען ווען העכערן די פרייז וואלט ער עס געטוהן נאר אזווי ער האט נישט געקענט האט ער פושט רגל געווען, דאס איז די לעצעטע שחיטה מיט די הכשר פין התאחדות אין אמעריקא, אין די זאליס וועלן יעצט נעמען נאר פין מארוויד אין מאנטריאל

קראנט » מיטוואך יולי 11, 2012 6:22 pm

· #23489
עס זענען דא נאך שחיטות אין אמעריקא, למשל עמפייער האט יעצט גענומען די הכשר פין נירבאטור פאר די גאנצע קאמפעני, וואס קען מאכען אז די זאליס וועלכע טראסטן דעם באטורער רב פאר די גסות וועלן אים טראסטן אויך ביי די עופות, ווי איך איז דא די באקאנטע אגרי פראסעסינג / געוועזנע רובאשקין מיט די הכשר פין טארטיקוב, אין נאך עטליכע קליינע אבער נישט קיין היימישע, סקווירא האט יעצט א מעיזשער פראבלעם נאכדעם וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן אלע זייערע קפידות אין זיי פלעגן שעכטן ביז יעצט ביי מהדרין אין יעצט בלייבן זיי אויפן וואסער

קלאר » דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:53 am

· #23743
קראנט
די בית השחיטה האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין אינספעקטאר, עס האט זיך פשוט נישט געדעקט זיין אווערהעד, ווען ער קען ווען העכערן די פרייז וואלט ער עס געטוהן נאר אזווי ער האט נישט געקענט האט ער פושט רגל געווען, דאס איז די לעצעטע שחיטה מיט די הכשר פין התאחדות אין אמעריקא, אין די זאליס וועלן יעצט נעמען נאר פין מארוויד אין מאנטריאל


געהערט 'קראנט'
אז די לעצטע פראבלעם מיט די צומות הגידין, וואס האט זיי איבערגעלאזט מיט גרויסע לעכער דארפענדיג אהיימשיקן די ארבייטער אינמיטן טאג עטליכע מאל ווי שוין באריכטעד דא
איז געווען פין די לעצטע מכה בפטיש (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געווען די הויפט פראבלעם)

אויך געהערט, אבער נישט 'קראנט'
אז עמפייער האט אפגעקויפט אלע קאסטומערס, סוי עס איז גאנץ מעגליך אז די זאליס וועלן אנהייבן נעמען פין עמפייער מיט די השגחה פין נירבאטור

a1b2 » דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:42 pm

· #23766
קראנט התאחדות לאט נישט בודוק זיין צומות הגידין האט מען נישט ג'קענט שחטן

שרייבער » דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:10 pm

· #23797
קראנט
עס זענען דא נאך שחיטות אין אמעריקא, למשל עמפייער האט יעצט גענומען די הכשר פין נירבאטור פאר די גאנצע קאמפעני, וואס קען מאכען אז די זאליס וועלכע טראסטן דעם באטורער רב פאר די גסות וועלן אים טראסטן אויך ביי די עופות, ווי איך איז דא די באקאנטע אגרי פראסעסינג / געוועזנע רובאשקין מיט די הכשר פין טארטיקוב, אין נאך עטליכע קליינע אבער נישט קיין היימישע, סקווירא האט יעצט א מעיזשער פראבלעם נאכדעם וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן אלע זייערע קפידות אין זיי פלעגן שעכטן ביז יעצט ביי מהדרין אין יעצט בלייבן זיי אויפן וואסער

סתם פאר נייגעריגקייט, וואסערע קפידות האט סקווירא וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן

קלאר » דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:58 pm

· #23814
הדד בן בדד
ניין, נישט קרית יואל, דאס איז א בית השחיטה אין פענסילוועניא. זיי זענען היינט די איינציגסטע חסידישע בית השחיטה אויסער קרית יואל, נאך וואס וויינלאנד האט זיך פארמאכט און זיי האבן עס אפגעקויפט.


יעצט געווארען קלארער
זיי זענען געווען אפען אסאך בעפאר וויילאנד האט זיך פארמאכט
אין זיי האבען זיך גערופן זשי ענד זשי געפנט האט עס א גרינבוים פין וויליאמסבורג
אין געהאט התאחדות השגחה פין די ערשטע טאג
ווען וויילאנד האט זיך פארמאכט האבען זיי אפגעקויפט די קאסטומער בעיס פין וויילאנד אין געדארפט איבערנעמן די חסידישע מארקעט אין לייגען קרית יואל אין שאטען
זיי האבען זיך דעמאלטס נאמען געגבן מהדרין (נישט מהודרת ווי קרית יואל)
למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אין זיי האבען זיך געמוזט פארשפארען
אין עמפייער האט יעצט די קאסטומערס פין וויילאנד אין פין זשי ענדי זשי

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:08 pm

· #23820
קלאר,
נאך אביסל קלארער.

די נאמען האט זיך געטוישט צו מהדרין אסאך פאר זיי האבן אפגעקויפט וויינלאנד. ווען גרינבוים האט עס פארקויפט פאר דעם נייעם בעה"ב (כ'מיין ער הייסט ווידער) האט ער עס געטוישט צו מהדרין. נאכדעם ווען וויינלאנד איז געגאנגען זיך פארמאכן איז געווען א ספק ווער עס וועט זיי אויסקויפן (דעם קאסטומער בעיס - די ארדערס - די ברענד) די בעלנים דעמאלס זענען געווען קאשער וועלי און מהדרין, למעשה האט קאשער וואלי אליינס זיך פארמאכט און פארקויפט דעם ליין פאר עמפייער, און אביסל שפעטער האט וויינלאנד זיך פארמאכט און פארקויפט דעם ליין פאר מהדרין.

יעצט האט מהדרין אליינס נישט געקענט אויסהאלטן מער און זיי האבן פאקויפט דעם דעם גאנצן ליין (מהדרין און וויינלאנד) פאר עמפייער, און זיי נעמען אויך מיט טייל שוחטים, און התאחדות האט נישט מסכים געווען מיט צו גיין אהין, איז התאחדות געבליבן מיטן השגחה אויף מרוויד אין מאנטריאל, און עמפייער האט איבערגענומען דעם גאנצן טשיקן מארקעט חוץ קרית יואל (יא עס איז נאך אויך דא אביסל אין פאוסטוויל, די געוועזענען רובאשקין פלאץ, וועלכע דעכעט נאך אביסל, און אויך דעיוויד עליאט, אבער גרויסע זענען נאר די צוויי).

אין אנדערע ווערטער, פון היינט און ווייטער (סארי, פון קומענדיגן מאנטאג און ווייטער) גייט די איינציגסטע חילוק צווישן עמפייער טשיקן און וויינלאנד טשיקן זיין די לעיבל.

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:09 pm

· #195300
איך הער אז לעצטענס זענען זיי שוין אפען און די בעלי בתים הייסען יא בודק זיין די טריפות פון צומת הגידין.

signout » דינסטאג אפריל 8, 2014 7:52 pm

· #195360
ווער איז נישט בודק צומת הגידין היינט חוץ מארוויד?

elter-zeide » דינסטאג אפריל 8, 2014 9:51 pm

· #195378
מארוויד איז אויך בודק, אפשר נישט אזוי ווייט ווי ק"י, אבער עס ווערט געטשעקט,

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:33 am

· #195419
עס איז שוין צוריק אפען דשאסט איבער א יאר, עס הייסט היינט בוירדסבארא.

signout » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:20 pm

· #195466
elter-zeide
מארוויד איז אויך בודק, אפשר נישט אזוי ווייט ווי ק"י, אבער עס ווערט געטשעקט,

אין די ביכל וואס זיי האבען געשיקט אויף די פאסט האבען זיי געשריבן אז זיי זענען נאר בודק אנפאנג פין יעדע לאט,