☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #10663

אשכול אן א טיטל #10663

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10663

— » מיטוואך יוני 29, 2016 8:12 pm

· #339555

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 29, 2016 8:31 pm

· #339557
אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....

אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.

קאמענטירער » מיטוואך יוני 29, 2016 8:38 pm

· #339558
מעסיוו!! כמיין האסט צוגעשטעלט גענוג אונטערשריפעטן פאר גאנץ קאווע שטיבעל...

געוואלדיג » מיטוואך יוני 29, 2016 8:41 pm

· #339559
wow עס איז מורא'דיג, דברי פי חכם חן, אויף יעדע שורה קען מען מאכן א פירוש ווי דער שאצער פירוש אויף סיפורי מעשיות, נאר א חידוש אויף שש וואס האט געלייגט אלע רעיונות נשגבות אין איין תגובה און מען פטר'ט אפ מיט איין לייק.

מאטי » מיטוואך יוני 29, 2016 9:13 pm

· #339563
טו. לאגיק איז לעזונג, ליבע איז מיסטעריע; אבער ליבע קען מיסטעריעזערהייט זיין די לעזונג צו אנטשיידן מיסטעריעס

הגה: און לאגיק קען אמאל זיין די מקור צום פראבלעם זי גיט לייזונג צו.

קל וחומר » מיטוואך יוני 29, 2016 9:14 pm

· #339565
הערליך שיין!

נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)

אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.

שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.

ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.

ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.

טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.

נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)

כוכב » מיטוואך יוני 29, 2016 9:53 pm

· #339573
יח און כד, געניאל!
יעדער זאל שרייבן זיין פעיווארט.
יח איז איזהו מכובד המכבד את הבריות, אזוי אויך א זעלבסט רימעריי מיט'ן רימען יענעם.
כד איז תכלית הידוע שלא נדע, אדער דער פשוטער פאקט, אז ווי מער מ'ווייסט ווייסט מען אז מ'ווייסט נישט און מאיז מלא ספיקות בסוד יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וידועים דברי הרב איינשטיין משל למה הדבר דומה ווי איינער איז ארויפגעקראכן אויפ'ן דאך צו קריגן א בעסערער בליק אויף דער לבנה.

כוכב » מיטוואך יוני 29, 2016 9:55 pm

· #339574
קל וחומר
הערליך שיין!

נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)

אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.

שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.

ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.

ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.

טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.

נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)

כמים לב כאפ איך נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 29, 2016 9:57 pm

· #339575
אנאנים: דער נייער ספר משלי, פון וועלכן ס'איז דערווייל נאר דא פרק א' קען זיך כמעט...צו גלייכן צו דעם אריגינאלן ספר משלי שלמה המלך. א שאד דו ביסט געבוירן 3,000 יאר שפעטער. אבער איין זאך קענמען ארויסנעמען פון דיין ספר משלי אז דו ביסט א פעסימיסט. אדער לכה"פ א סקעפטיקער, אזוי ווי שלמה המלך איז געווען.
אויף דעם פסוק כ"ו האביך א באמערקונג. אז טיילמאל. אפשר רוב מאל גייען איגנאראנץ און אראגאנץ צוזאמען. האנד ביי האנד. ס'איז הא בהא תליא. אן איגנאראמוס איז עפ"י רוב אראגאנט. און א חכם האט א רוח שפלה...!
אונז (אדער לכה"פ איך) ווארטן מיט איינגעהאלטענעם אטעם פאר די ווייטערדיגע קאפיטלען פון דיין נייעם טעסטאמענט (עפ"ל, שר"י וכו'.קרעדיט הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (כ'ווייס כ'וועלל נישט באקומען א לייק פאר דעם. אבער כ'האב מפקיר געווען מיין גאנצע עולם הזה פאר מיין אגענדא... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 29, 2016 10:02 pm

· #339577
כוכב
יח און כד, געניאל!
יעדער זאל שרייבן זיין פעיווארט.
יח איז איזהו מכובד המכבד את הבריות, אזוי אויך א זעלבסט רימעריי מיט'ן רימען יענעם.
כד איז תכלית הידוע שלא נדע, אדער דער פשוטער פאקט, אז ווי מער מ'ווייסט ווייסט מען אז מ'ווייסט נישט און מאיז מלא ספיקות בסוד יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וידועים דברי הרב איינשטיין משל למה הדבר דומה ווי איינער איז ארויפגעקראכן אויפ'ן דאך צו קריגן א בעסערער בליק אויף דער לבנה.

כוכב: דער משל פון הרב איינשטיין איז א געוואלדיגער ליטווישער כאפ וואס ס'וואלט זיך געפאסט פאר ר' שמעון שקאפ...!
נ.ב.: א קליינע פארבעסערונג אין ספעללינג. דער לשון הרמב"ם איז..."תכלית כצ"ל הידיעה שלא נדע...!

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 29, 2016 10:13 pm

· #339580
[ציטאט אראפגענומען]



קל וחומר
טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.


שטארק!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:01 am

· #339602
כוכב
קל וחומר
הערליך שיין!

נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)

אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.

נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.

שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.

ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.

ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.

טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.

נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)

כמים לב כאפ איך נישט.

כאפ אויך נישט... קל וחומר ס'שטייט יא כן לב האדם לאדם

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:04 am

· #339603
שמעקעדיג
אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....

אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.

און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:19 am

· #339604
קאצקע ציקער
שמעקעדיג
אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....

אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.

און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע


נישט ממש , אבער די יסוד פון א מענטש׳ס איגאו ego.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:28 am

· #339605
קאצקע ציקער: כ'מיין דער אריגינאלער בעל המימרא איז (דער גרויסער) כוכב. נישט קל וחומר. ופשוט הוא. אז דער פסוק פיהרט אויס...כן לב האדם אל האדם...נאר ווען ער וואלט דאס איינגעזעהן, האט ער דאך נישט קיין פשט'ל... 😂

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:37 am

· #339607
שבת אחים
קאצקע ציקער
שמעקעדיג
אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....

אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.

און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע


נישט ממש , אבער די יסוד פון א מענטש׳ס איגאו ego.

מיין פאוינט איז אז ווען די טערעפיסטען וואלטן איינגעזעהן אז די מענטש פירט זיך אויף אזוי ווייל דאס "קינד" אין עים טוט עפעס וויי וואלט מען געקענט מער אויפטון

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:57 am

· #339610
קאצקע צוקער: כמו שאמרת. אז די עכטע טעראפיסטן האלטן טאקע אז ווען א דערוואקסענער מענטש צו ווילדעוועט זיך און אקט אומ-ראציאנאל, איז עס די טראומא וואס ער איז אריבער אלס קינד. און דאס אומבאהאלפנקייט פון די יוגנט וועקט זיך אויף אין איהם...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:23 am

· #339613
בעיוטעפול. ס' מיר א חידוש אז א יוד פונעם עלטערן דור ווייסט דאס. ר בערל יו אר די מען!!!!

מישו מאוד מעניין » דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:49 am

· #339622
שש איך האלט קומנדיגע קונטרס זאלסטו מאכן א שיינעם ארטיקל ווי די זאלסט צו נעמן יעדער זאך
עס קען זיין א הערליכע זאך

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:47 am

· #339626
לעצטענס טרעפט שש אלטע כתבי ידות... יתכן אז ער האט אפגעקויפט דעם גאלציאנער אוצר. עפעס דענק איך אז יאיר האט געלייגט א האנט אויף איין פארלוירענע פרק אין משלי.

זבולון » דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:36 am

· #339656
wow!!! וואונדערבאר, יעדן פאראגראף קען מען עקסטער באארבעטן, יכלה הזמן והם לא יכלו.

כל המשלים סודות ומשלי שש סודי סודות.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:02 pm

· #339673
כ'זעה אז דער עולם האט נישט געכאפט דעם כמים פנים ווארט על אף וואס כ'האב געשריבן ודו"ק.
וועל איך מפרש זיין.

ווען ס'שטייט ווען 'כמים לב אל לב כן פני האדם' וואלט דאס געמיינט אז טאמער האב איך יענעם ליעב (באמת) דארף זיך עס אנערקענען אויף זיין פנים. די מציאות איז אבער נישט אלעמאל אזוי. פארדעם שטייט כמים פנים אל פנים כן לב האדם, אז דו זאלסט וויסן אז אפילו פון דערויסן קוקט נישט אויס, אבער די לב איז יא שלם אתך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:35 pm

· #339689
קל וחומר: ס'איז א שיינער דרש. אבער ביי מיר איז עס אייביג געווען פשוט. אז דער פסוק אין משלי רעדט נישט פון די אויסערליכע איינדרוק. נאר פון די אינערליכע געפיהלן. אז געפיהלן פון א מענטש זענען אן אפשפיגלונג פון די הערצער. ער ברענגט נאר א רעאליסטישן משל פון אן אפשפיגלונג אין וואסער. אזוי ווי מ'זעהט אויף א סאך שיינע פעינטינגס. די ווארט ..."פנים"... דא מיינט נישט א פיזישן פנים נאר א ריפלעקשן.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:28 pm

· #339741
מער ווי דער מענטש היט אויפן סדר היט די סדר אויף אים.

טאמער ברויכסטו אים מאכן אן איינדרוק, דאן ביסטו נישט קיין אמת'ע פריינט.

טאמער איין שעפעלע לעבט דורך צווישן זיבעציג וועלף האט זי זיכער א גוטן פאסטוך.

ווייטאג קען מען נישט פארמיידן, ליידן, איז שוין תלוי אין דיר.

טאמער באהאלטסטו עס פון דיין פיינט, אנטפלעק עס נישט פאר דיין פריינט.

טאמער איז דיין הארץ נישט גענוג שטארק עס צו האלטן ביי דיר, פארוואס מיינסטע אז זיינס איז יא?

פארשעם נישט וועסטו זיך נישט שעמען.

בעפארן שידוך עפען צוויי אויגן, נאכן חתונה פארמאך איינס.

מ'איז קיינמאל צו אלט צו לערנען, צומאל איז מען צו יונג.

לערן זיך פון יענעמס טעותים, די צייט ערלויבט נישט אליינס צו מאכן.

טאמער וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס אפקויפן וועלן נישט זיין קיין פארקויפער.

א שמאל הארץ, איז א ברייטע צונג.

בעסער איין עצה פון הונדערט מענטשן ווי הונדערט עצות פון איין מענטש.

בעסער שלאף אין א קרומע בעט מיט א גראדע קאפ ווי איידער אין א גראדע בעט מיט א קרומע קאפ.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:19 pm

· #339766
מער ווייניגער מסתמא אייגענס (די זיכרון איז א גנב ממילא גיב איך נישט קיין גאראנטי, די שפיגל ווארט דיינעם איז א באקאנטע מעשה מיטן רבי'ן און די גביר. די לעצטע איז נישט קיין אייגנס, מחשש גילוי וויל איך נישט זאגן וועמענס ס'איז)

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:29 pm

· #339775
קל וחומר
די לעצטע איז נישט קיין אייגנס, מחשש גילוי וויל איך נישט זאגן וועמענס ס'איז)


מיך איז אויך געלעגן אין קאפ אז כהאב איר שוין ערגעצוואו געהערט, כקען מיך אבער נישט דערמאנען

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:38 pm

· #339777
טאמער ברויכסטו אים מאכן אן איינדרוק, דאן ביסטו נישט קיין אמת'ע פריינט.

[THUMBS UP SIGN]

בעפארן שידוך עפען צוויי אויגן, נאכן חתונה פארמאך איינס.

איך האב געהערט פארקערט. בעפאר די שידוך, פארגנב'עט מען א בליק. נאכ'ן שידוך, איז יענעמס גראז גרינער.


לערן זיך פון יענעמ'ס טעותים, די צייט ערלויבט נישט אליינס צו מאכן.

איך האב עס געהערט, "כ'האב אזויפיהל געלערנט פון מיינע מיסטעיקס, כ'וויל מאכן נאכאיינס"

טאמער וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס אפקויפן וועלן נישט זיין קיין פארקויפער.

לאו עכברא גנב

בעסער שלאף אין א קרומע בעט מיט א גראדע קאפ ווי איידער אין א גראדע בעט מיט א קרומע קאפ

קרום מיינסטו, בין מזרח למערב?

ביליג » פרייטאג יולי 1, 2016 7:38 am

· #339797
יעדע מעשה האט צוויי זייטן
יעדע צוויי זייטן איז איין מעשה !