☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » כ'וויל מודיע זיין דעם עולם....

כ'וויל מודיע זיין דעם עולם....

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10658

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 29, 2016 1:04 am

· #339447
כ'וויל מודיע זיין דעם עולם....
מער ווי איינמאל געהאט אז כ'האב געוואלט סתם שיסן א געדאנק אדער א ידיעה און געהאט א הארד טיים טראכטן אין וועלעכע אשכול מקען עס אריין בלענדן.
כ'עפען אויף די אשכול טאמער וויל א חשוב'ע ניק סתם מודיע זיין די עולם איבער אלץ וואס.

ובזה החלי.
כ'האב באקומען א אפפער אין אישי, איינער וואס אפקויפן מיין גאליציאנע אוצר פאר 2 אלפים, אזוי ווי ס'זעהט אויס קען זיין די מכירה גייט ווערן געשלאסן.

שבת אחים » מיטוואך יוני 29, 2016 1:19 am

· #339450
געב די מעשר פאר קאווע שטיבל. 🙂

בן אדם » מיטוואך יוני 29, 2016 1:35 am

· #339451
וואס גייט יענער טון מיט עס? ער וועט עס קובר זיין כדין ביי עם אינדערהיים? (ביז זיין איר אייניקל וועט זיך אנטרעפן אין גאז סטאנציע מיט א חסידישער אינגערמאן און עס עם אוועקשענקען לשם קבורה וחוזר חלילה).

בעל מדות » מיטוואך יוני 29, 2016 1:44 am

· #339453
שטילע אינגערמאן

ובזה החלי. כהאב באקומען א אפפער אין אישי, איינער וואס אפקויפן מיין גאליציאנע אוצר פאר 2 אלפים, אזוי ווי ס׳זעהט אויס קען זיין די מכירה גייט ווערן געשלאסן.


אינגערמאן, היט אפ דיין געלט!

א איד » מיטוואך יוני 29, 2016 10:34 am

· #339480
שטילע שיק מיר שנעל אריין אפאר ארטיקלען, נאך פאר די מכירה גייט אריין אין אפעקט.

קל וחומר » מיטוואך יוני 29, 2016 10:42 am

· #339481
איך וואלט עס נישט פארקויפט פאר צען אלפים.

שוין, כ'וויל נישט מבטל זיין די מכירה.
(אזויפיל קענסטע יא וויסן אז טאמער האסטו באקומען אן אפפער פאר צוויי אלפים, איז עס מסתמא ווערד צוואנציג).

סמבטיון » מיטוואך יוני 29, 2016 11:44 am

· #339491
און אויב יענער זאגט דיר דו קענסט עס נישט פארקויפן פאר מער ווי צוויי, זיי זיכער אז יענער גייט עס פארקויפן פאר 5.

בן אדם » מיטוואך יוני 29, 2016 12:07 pm

· #339494
אקעי, איך מיין אז דער עולם זאל דא צולייגן א האנט און מ'גייט עס אויסלייזן (נו וואס דען וויל שטילע), יעדער זאל זיך משתתף זיין כפי יכלתו און בעזר ה' וועט מען אנקומען צו אן אסטראנאמישע סכום וואס וועט זיכער אבערראשן שטילע, און די הייליגע כת"י וועט ווערן נכסי ק"ש.

אנדערע געדאנקען זענען וועלקאם...

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 29, 2016 12:32 pm

· #339498
טאמער איז די עולם אינטרעסירט בין איך גרייט עיהם צו פארקויפן א חלק אין די רעדט וועט בלייבן ביי מיר ארויפ צו לייגן אויפן שטיבעל.
כדארף נאר וויסן טאמער די גאנצע אוצר רעדט בכלל צום עולם, אנדריש איז א שאד די געלט אין צייט

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:29 am

· #339614
שטילע אינגערמאן
טאמער איז די עולם אינטרעסירט בין איך גרייט עיהם צו פארקויפן א חלק אין די רעדט וועט בלייבן ביי מיר ארויפ צו לייגן אויפן שטיבעל.
כדארף נאר וויסן טאמער די גאנצע אוצר רעדט בכלל צום עולם, אנדריש איז א שאד די געלט אין צייט

שטילע יונגערמאן: פאר עפעס א סיבה ביניך זייער סקעפטיש אז דער גאליציאנער אוצר עקזיסטירט בכלל אין די פארמאט וואס דער עולם פאנטאזירט דא. אפשר באשטייט עס פון א פאר אלטע הערינג דזשארס און אנדערע כלי חרס אין וואס מ'האט אינדערהיים געמאכט זויערע מילעך...! ווייל ס'איז שוין לכה"פ 2 יאר זייט דו האסט אנטדעקט דעם אוצר, און דו האסט נאכנישט ארויפגעלייגט קיין איין ערנסטן ארטיקל באזירט אויף אט דעם אוצר. פון וואס דער עולם וואלט זיך באלעקט די פינגערס...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:34 am

· #339615
berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן
טאמער איז די עולם אינטרעסירט בין איך גרייט עיהם צו פארקויפן א חלק אין די רעדט וועט בלייבן ביי מיר ארויפ צו לייגן אויפן שטיבעל.
כדארף נאר וויסן טאמער די גאנצע אוצר רעדט בכלל צום עולם, אנדריש איז א שאד די געלט אין צייט

שטילע יונגערמאן: פאר עפעס א סיבה ביניך זייער סקעפטיש אז דער גאליציאנער אוצר עקזיסטירט בכלל אין די פארמאט וואס דער עולם פאנטאזירט דא. אפשר באשטייט עס פון א פאר אלטע הערינג דזשארס און אנדערע כלי חרס אין וואס מ'האט אינדערהיים געמאכט זויערע מילעך...! ווייל ס'איז שוין לכה"פ 2 יאר זייט דו האסט אנטדעקט דעם אוצר, און דו האסט נאכנישט ארויפגעלייגט קיין איין ערנסטן ארטיקל באזירט אויף אט דעם אוצר. פון וואס דער עולם וואלט זיך באלעקט די פינגערס...!

אין כאן לא אוצר ולא כסף ולא אלפים....

איך אויך » דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:53 am

· #339619
איך זאג דאך די זעלבע אלל עלאנג.

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:20 am

· #339620
ס'איז שוין געווען מער ווי איין ערנסטער אַרטיקל, און דער עולם האט זיך פיין באלעקט די פינגער.
ס'איז שוין איינמאל אן אוצר, ותקוותי אז מ'וועט עפּעס איבערלאזן דא אין שטיבל.

א איד » דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:50 am

· #339633
איך האב געזעהן דעם גאליציענעם אוצר, אויף דעם מהלך פון זיין סקעפטיקל אויף יעדע זאך, קומט נאר אן אין די אדמה, וואס וועט מען אויפטוהן? אז שטילע וועט נישט לייגן מער קיין סחורה.
נניח אז ער האט נאר איינגערעדט דעם עולם אז עס איז א גאליציאנער אוצר, און עכט איז עס זיינע אייגענע זאכן, למעשה איז עס זיינע זאכן, און יעדער האט הנאה פון יעדע ארטיקל עקסטער.

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:52 am

· #339644
איך פארשטיי נישט, שוין געווען דא כמה ארטיקלען פונעם אוצר, סיי אלס אשכולות און אזוי אויך דריי ארטיקלען פון דעם אינעם פה-סח 2, חוץ אויב ענק האלטן שטילע פאר אזא שרייבער צו קענען שרייבן מיטן ארגינעלן אלטן אידיש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:22 pm

· #339724
א איד
איך האב געזעהן דעם גאליציענעם אוצר, אויף דעם מהלך פון זיין סקעפטיקל אויף יעדע זאך, קומט נאר אן אין די אדמה, וואס וועט מען אויפטוהן? אז שטילע וועט נישט לייגן מער קיין סחורה.
נניח אז ער האט נאר איינגערעדט דעם עולם אז עס איז א גאליציאנער אוצר, און עכט איז עס זיינע אייגענע זאכן, למעשה איז עס זיינע זאכן, און יעדער האט הנאה פון יעדע ארטיקל עקסטער.

א איד: ראה אמרתך למטה...פיינע נייעס...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:50 pm

· #339736
מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:41 pm

· #339743
קאצקע ציקער
מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

ס׳גייט מיר גאנץ וויניג אן, ביסט א קריכער אין טראלל עני וועי, זירא ריספעקט פאר דיר.

נ.ב. באמת נאר א ווערטעל בעלמא

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:19 pm

· #339753
שטילע אינגערמאן
קאצקע ציקער
מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

ס׳גייט מיר גאנץ וויניג אן....