☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » התקבצו

התקבצו

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10652

ווייל אזוי » מאנטאג יוני 27, 2016 9:45 pm

· #339272
התקבצו
"סטאפ צו משוגע מאכן יעצט פאר די כאפס'ט א זעץ און דו ווערסט צוקוועטשט"

אט אזוי האב איך געהערט עטליכע קינדער זינגען דעם אמאליגע'ן אויפגעכאפטן ניגון "התקבצו מלאכים זה לזה" .

האב איך אריינגעטראכט אביסל טיפער אינעם ניגון איך האב שוין לאנג געהאלטן אזוי און איך האב געזעהן אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס ס'איז בערך אזוי ווי איינער זאל מאכן א ניגון אויף "ובני דן חושים" [אפשר נישט ממש אבער גאנץ נאנט].

געווענדליך א ניגון ברענגט ארויס עפעס א מעסעדש, אבער די ניגון איז ממש אן קיין מעסעדש, און מסתמא וועגן דעם איז עס נישט אזוי פאפילער.

אויב איינער ווייסט וואס ליגט אונטער די ניגון ביטע לאזן וויסן, אזוי אויך אויב איינער האט נייע ווערטער אויף די ניגון ביטע מיטטיילן ווייל די טאן אליין איז יא אקעי.

די פארפאסער פון די באקאנטע "ונהפך" וואס ווערט געזונגען איבעראל האט אמאל געזאגט אויף קול מבשר אז ארגינעל האט ער געמאכט די ניגון אויף די ווערטער "מזמור שיר ליום השבת" און עס שפעטער אריבערגעלייגט אויף "ונהפך".

סמבטיון » מאנטאג יוני 27, 2016 9:55 pm

· #339273
איך כאפ נישט פינקלעך וואס דו זאגסט אבער התקבצו איז געוועהן זעהר אן אויפגעכאפטע ניגון פאר א שיינע תקופה. דאכטצעך ביי יעדע חתונה אין די לעצטע יאהר צייט האט דער עולם פיין געהאפקעט אויף דעם ניגון

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 27, 2016 11:28 pm

· #339280
ווייל אזוי

האב איך אריינגעטראכט אביסל טיפער אינעם ניגון איך האב שוין לאנג געהאלטן אזוי און איך האב געזעהן אז די ניגון האט נישט קיין הענט און קיין פיס ס'איז בערך אזוי ווי איינער זאל מאכן א ניגון אויף "ובני דן חושים"

טראכט נאך אביסל טיפער וועסטו זעהן אז ס'האט יא א משמעות

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 28, 2016 6:29 am

· #339303
דער פיוט ברענגט ארויס כבוד צו משה רבינו. דער מעלאדי האט אבער א חוצפה'דיגע כאראקטער און איך קען פארשטיין פארוואס מאנכע זאלן עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען פרעכע קינדער ניצן דעם ניגון ארויס צו ברענגען זייער פרעכהייט.

מישו מאוד מעניין » דינסטאג יוני 28, 2016 9:47 am

· #339316
די אמת איז אז ווען עס איז ארויס געקומען די ניגון האב איך גטראכט פונקט ווי דיך נאר איך האב גטראכט אז טאמער "יוסי גרין" האט עס גמאכט ווער בין איך בכלל צו עפנען מיין מויל אויף דער ניגון