דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10651
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10651
😂 😂 😂
אנאנים: ייש"כ. דער שיר, אויף אונזער היימישער, רעאליסטישער איבערזעצונג איז געוואלדיג. 2 חסידות'ן קומען מיר מאמענטאל אויפ'ן געדאנק. סקווירא און וויז'ניץ (מנדל'יסטן.) נאר דאס איז לכאורה אן אפשפיגלונג פון כמעט אלע חסידות'ן. וואס איז, למשל מיט דעם חסידות אוואו מ'האט אריין געברענגט אן אנגעפולטן בעיבי פאאל אין ביהמ"ד, און די רעבבי שליט"ע איז געזיצן מיט זיין קאלפיק און אן אפענעם סידור און געזינגען די שירה, און טויזנטער (או.קעי, הונדערטער) חסידים האבן מיטגעטאנצט און געזינגען. און זיך געהויבן די בעקישעס ווייל זיי האבן געשפירט ממש מעמד קריעת ים-סוף...!
זייער גוט.
איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב געזעהן אין איינער פון שי''ר'ס ספרים, ווי ער גייט דורך תפלות און פיוטים, אז דער אריגינעלער מקור פאר'ן תפלה ברוך שאמר האט טאקע דא א שייכות. מ'עט לאזען פארוואס פאר היים ארבעט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב געזעהן אין איינער פון שי''ר'ס ספרים, ווי ער גייט דורך תפלות און פיוטים, אז דער אריגינעלער מקור פאר'ן תפלה ברוך שאמר האט טאקע דא א שייכות. מ'עט לאזען פארוואס פאר היים ארבעט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
לרבי "לעולמים"? קען נאר זיין חב"ד...
טעות. כפול
כתב בעל ספר היוחסין כי בשבת הראשון של מנוי ראש גלויות בבבל היה החזן משורר "ברוך שאמר והיה העולם", והבחורים היו עונים "ברוך הוא", והחזן אומר "ברוך עושה בראשית" והבחורים ענו "ברוך הוא", וכן על כל המאמרים המתחילים ברוך היו עונים ברוך הוא.
בספר שבט יהודה מסופר גם כן על מינוי ראש גלות, ומובא שם אמירת ברוך שאמר באופן אחר: החזן התחיל ברוך שאמר, וראשי ישיבות ענו ברוך אומר ועושה, וחוזר החזן ואומר ברוך גוזר ומקיים, והם עונים ברוך עושה בראשית וכו'. וכל זה היה רק לרוממות ריש גלותא ולהדרת שמחתו. אבל בתפילה לא שרו אותו כפזמון אלא כברכה שלמה. ותיבות "ברוך הוא" הם מגוף הברכה (עבודת ישראל עמ' 58, ועי' כלבו סי' ד).
איך בין צו פויל געווען נאכצוקוקען אינ'ם ספר פון שי"ר, וואס איז נאר אויפ'ן קאמפיוטער, נישט בכתב, דעריבער האב איך עס גענומען פון דא נאך א ביסל גוגל'ן.
------------------------------
אקעי, יעצט נאכגעקוקט, מ'קען טרעפען פון שי"ר דא
טאק א ייש"כ פאר אנאנים ואוס האט מעורר געווען און צוגעצייכענט צו די באלערנטע ספרים פון שי"ר, וואס אפילו ווען איינער איז א פולקאמער גלויביגער אין אלס וואס ער האט געלערנט אין חדר, קען ער נאך אלס פיהל לערנען פון דער ספר יריעות שלמה.
אין הוצאות עוז והדר מהדורת פרידמאן, ברענגט ער א גירסא "לרבי גולמים".
איך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך
היסטאריקעראיך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך
זלזול? וואו זעהט איר אז אמשינאוו'ער רבי איז מזלזל אין שו"ע?
מפני כבודו וויל איך נישט ענטפערן, איך האב עס נאר געשריבן אלס רעאקציע צום שיר ווי מען איז מבזה אנדערע רבי'ס נישט רעכענענדיג זיך מיט די געפילן פון זייערע חסידים, אבער איך בין נישט ח"ו מערער אויף זיין הנהגה המפורסם צו דאווענען און טון כמה מצוות למעלה מן הזמן
בד"ו איך האב געשריבן מיין פריערדיגע מעסעדזש 2 חדשים צוריק, פארוואס שטייט א פאריגע וואכעדיגע (חוה"מ ווען איך בין אפילו נישט דא געווען) דעיט?
בד"ו איך האב געשריבן מיין פריערדיגע מעסעדזש 2 חדשים צוריק, פארוואס שטייט א פאריגע וואכעדיגע (חוה"מ ווען איך בין אפילו נישט דא געווען) דעיט?
היסטאריקער
בד"ו איך האב געשריבן מיין פריערדיגע מעסעדזש 2 חדשים צוריק, פארוואס שטייט א פאריגע וואכעדיגע (חוה"מ ווען איך בין אפילו נישט דא געווען) דעיט?
Sent from my LG-K120 using Tapatalk
א פותח האשכול האט א מעגליכקייט צו מקפיץ זיין א אשכול וואס דאן ווערט די לעצטע הודעה פריש דאטירט מיט דעם נייעם טאג און אזוי קומט דער אשכול ארויף ביי די אקטיווע אשכולות
שש ס'זעהט זיך שטארק אהן אז איהר האט מישט קיין רבי און איר זענט מקנא {איים סארי האסט רחמנות} אויף די אלע וואס האבען יא ממילא ווי אימער איר קענט נאר קלאפט איר רבי'ס
{היינטיגע רבי'ס, ליודעי ח"ן באמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}
{היינטיגע רבי'ס, ליודעי ח"ן באמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}
היסטאריקעראיך האב עס נאר געשריבן אלס רעאקציע צום שיר ווי מען איז מבזה אנדערע רבי׳ס נישט רעכענדיג זיך מיט די געפילן פון זייערע חסידים
איר הערט וואס דא טוטזעך?
מען טאר נישט מבזה זיין א מענטש אויב טשעפעט מען די געפיהלן פון זיינע פאולאוערס, פינטל. ער איז א גאט ציוואס?
ס'איז נישט קיין חקירה ס'איז אן עומד מן הצד און זעהט ווי נאכאמאל און נאכאמאל טוט איר די זעלבע זאך
{איך האף איך האב נישט בארירט אייער כבוד נישט דאס האב איך געמיינט}
{איך האף איך האב נישט בארירט אייער כבוד נישט דאס האב איך געמיינט}
אוודאי מעג מען מבזה זיין (לשיטתך) יעדעם אויסער גאט, אבער מען מעג אויך צוריק טשעפען יענעם
נו יור וועלקאם טו טריי... שש איז נאך קיינעם נישט שולדיג געבליבן
שוין צוויי חדשים, און ער האט גארנישט גענטפערט, דאס מיינט אז ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט
אחד העםהיסטאריקעראיך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך
זלזול? וואו זעהט איר אז אמשינאוו'ער רבי איז מזלזל אין שו"ע?
ער איז נישט ח"ו מזלזל, ער קומט נאר נישט אן. די זמני התפילות דארפן צו זיין פלעקסיבל. אזוי ווי הרה"צ ר' מרדכי'לע מ'נדבורנה זצ"ל האט געזאגט ווען ער האט זיך געשטעלט שפעט דאווענען...רבוש"ע. אמת אז דו האסט געשריבן אין שו"ע א זמן תפילה. אבער דו ווייסט דאך אז מרדכי האט געוואלט דאווענען בזמנו. נאר ער איז נישט געווען גרייט. זיין הכנת הלב לתפילה האט זיך פארצויגן...! ממילא קענמען נישט פרעגן קיין קשיות אויף א צדיק אמת. ווען איינער זיצט און ליינט דעם צייטונג אדער פארברענגט אויף קאווע שטיבל בזמן התפילה איז א קשיא. אבער א צדיק טוט דאך עפעס אנדערש אין די צייט...!
אז דו ווילסט זאגען זיין עבודת ה', ממילא. אבער שו"ע אנערקענט נישט אז הכנת הלב איז וויכטיגער ווי תפלה בזמנה, וואס איז א חיוב אויף צדיקי אמת און צדיקי שקר גלייך.
ליטוואק פון בודאפעסט: איז דערפאר האט די אייבישטער באשאפן (דאס גלייבסטו יא...?) חסידים און ליטוואקעס...מ'טיילט זיך איין. למשל די ליטוואקעס זענען שטארק מקפיד אויף..."שקיעה". ס'איז ביי זיי יהרוג ואל יעבור (ניין. ס'איז נישט קיין מיסספעללינג. אדער אן עם הארצות פון א חסיד.) און חלב עכו"ם/חלב סתם איז ביי זיי גארנישט. אדער, ווען א חסיד זאגט נישט קיין תחנון אין א יארצייט פון איינעם פון די תלמידי ה'בעש"ט, אדער ווייל ער איילט זיך, איז דער גבאי פון א געוויסע גרויסע און פראמינענטע שול איהם גרייט צו געבן 2 פעטש און אוועקווארפן פון עמוד. אבער ביים זמן מוצאי שבת איז מען שטארק מיקל מיט ג' כוכבים. אז דער שרייבער פון די שורות האט אליינס מיטגעהאלטן אין א געוויסע זומער קאלאני, ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט זענען שוין א פאר חשוב'ע אידן געפארן מיט זייערע קארס...!
מ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.
.
. איז א וועג פון דערמאנען פעטיציע'ס.
פארוואס טשעפעסטו? איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע פראגע, נאר נאכדעם באשלאסן אז עס וועט עפענען א קען פון ווערעם האב איך באשלאסן עס צו פארמעקן.
ליטוואק פון בודאפעסטמ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.
בערעל דערמאנט אז ליטוואקס האבען געטוהן מלאכות ווען דער זון איז נאך געוועהן, נאר וואס דען? דער גר"א לפי פירושם ולהוציא מדעת חסידים האבען זיי געפילט פאר וויכטיג מחלל שבת זיין.
גאס איז קעגען שולחן ערוך לכל הדעות, וואס פארלאנגט ג' כוכבים און הכסיף.
איש תשבי: שוין. כ'וועלל נאכגעבן. אט די אידן (וועלכע זענען געפאהרן אום שבת ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט), זענען נישט פאררעכנט געווען צווישן די ל"ו צדיקים... 🙄
קען זיין, אבער ליטוואקס האבען זיך זייערע שלש שבועות וואס זיי זענען גרייט אויף דעם עובר זיין די שלש חמורות, נישט אנדרעש פין חסידים.
עפען אן אשכול וועגען דעם. לאמיר זע'ען צו מ'רעדט פון עכטע הלכות צו די וואס מ'האט געבאקען צו פארטיידיגען דאס טרעטען אויף תורה פון די חברי הכת.
אישתשבי: שקיעה איז מסתמא איינס פון זיי. בעצם איז דאס א גוטע זאך. און ראוי לשבח. און א טענה צו אונז חסידים. פארוואס אונז זענען נישט מקפיד אויף דעם. אבער צו טשעפען די ליטוואקעס איז עס פונקט גוט...!
חוקר וסקרןבאמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}