☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקזיט

ברעקזיט

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10644

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 24, 2016 1:00 am

· #338916
ברעקזיט
נישט געטראפן קיין אשכול וואס רעדט ארום וועגן די נושא, אויב ענגלאנד\UK זאל ארויס גיין פון די EU.

די ווארט brexit איז צוזאם געשטעלט פון צווי ווערטער Britain-Exit

די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע, וואס יעצט ווען עס איז צוזאמען מיט די EU קענען איינוואוינער פון אנדערע EU לענדער זיך דרייען אין ענגלאנד פראנק און פריי. (ענדליך צו טענות וואס די אמעריקאנע האבן וועגן מעקסיקא)

די טענות פון די וואס האלטן אז מען דארף בלייבן, איז אז עס איז זייער גוט פאר די עקענאמיע, דעס אז מען קען האנדלען פראנק און פריי צווישן די לענדער (import/export)

זאל יעדער לאזן דא הערן זיין מיינונג לכאן ולכאן.

דעת תורה » פרייטאג יוני 24, 2016 1:02 am

· #338918
Re: ברעקזיט
שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 24, 2016 1:08 am

· #338921
Re: ברעקזיט

דא האלט עס יעצט, מיט %97 אפגעציילט, אלע גרויסע נייעס אנגענטורן האבן שוין דערקלערט זיג פאר די ברעקזיט.

די פונט איז געפאלן צו א נידריגקייט וואס עס שוין נישט געוועהן זייט 1985 צו $1.35 פאר א פונט

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 24, 2016 2:32 am

· #338925
Re: ברעקזיט


ברעקזיט האט געווינען מיט 1.3 מיליון מער שטימען.

ליפא » פרייטאג יוני 24, 2016 3:59 am

· #338926
ברעיקינג: דעוויד קעמאראן, דער פריימיניסטער פון ענגלאנד, גייט רעזיינען!

עפעס אזוי » פרייטאג יוני 24, 2016 5:28 am

· #338927
לפי ווי עס קוקט אויס איז נישט דא דא קיין ענגלישע וואס זאל געבן אביסל מער דיטעילס און Updates

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 24, 2016 5:50 am

· #338928
Re: ברעקזיט
דעת תורה
שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל


די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

בן אדם » פרייטאג יוני 24, 2016 9:02 am

· #338937
ב"ה

קאמענטירער » פרייטאג יוני 24, 2016 9:33 am

· #338940
טאמבל סאס
דעת תורה
שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל


די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אויב נישט אלץ אימעגראציע דאן וואס איז יא די גרויסע פראבךעם צו זייין און די יוניאן? איז עס נאר אלץ פטריאטיזעם? זיי זיך מער מסביר וואס דו מיינסט מיט צוברעכן\אויפבויען מער דיטעלס ביטע שכח

פידלער » פרייטאג יוני 24, 2016 9:36 am

· #338941
טאמבל סאס
דעת תורה
שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל


די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


@טאמבל סאס איך קען מיך נישט אויס אבער איך זע אז מיינע פעיסבוך פריינט (אלע גאר ליבעראלע) זענען דעוועסטעיטעד. פון זייער ווערטער קוקט טאקע אויס אז זיי פילן אז יעצט קומט א טראמפ-סארט ראסיסטישע רעזשים. What gives?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 24, 2016 10:24 am

· #338949
Re: ברעקזיט
עס איז פיהל מער קאמפליצירט. נאר איך בין חושד אז אפילו די וואס רייטן אויף אן אנטי אימיגראנט טאן איז נאר כדי צו האבן די וואוט פון די המון ביי וועמען אן אפיעל צו טרייבעל אינסטינקטס, נאציאנאליזם און אינסטענט גראטיפיקאציע וועט פרודוסן די פארלאנגטע שטימונג מיט ווייניגער אנשטרענגונג ווי זיי צו פרובירן מסביר זיין די ווארקינגס אף עקענאמיקס. זיי וועלן נאך אסאך ליידן ביז זייערע פינאנציעלע לאגע וועט זיך פארבעסערן.

אויב איך פארשטיי עס גוט איז די EU פארוואנדלט געווארען אין א ריזיגע ביוראקראטישע וועלט וואס האט אפגעשלאסן די לענדער וואס אין איר פון די וועלט ארום און אויפגעבויעט אן ארטיפישעל עקענאמישע סיסטעם פרובירענדיג צו רעגולירן און קאנטראלירן ווי אזוי, מיט וואס, מיט וועמען און אויף וואספארא פרייזן מענטשן זאלן טרעידן. עס ווערט געפירט דורך אומערוועלטע אפישעלס וואס מאכן דעסיזשענס אונטער פארמאכטע טירן אנדעם וואס די בירגער פון די מדינות זאלן האבן א סעי. עס מאכט איין מדינה רייך אויפן חשבון פון די אנדערע און באלוינט דעם פוילן אויפן חשבון פון דעם פלייסיגן. עס באשטייט פון צען טויזנט ביוראקראטן, מיטלאלטער ענגלישע לארדס און פרינצן, וואס טוען גארנישט אחוץ דרעפטן נאך און נאך פארשאלטענע פעיפערווארק, רולס און פאליסיס צו האלטן די גרויסע פעט אוו לעיזי און די שוואכערע אומבאהאלפן זיך אויפצובויען. עקספלויטעישן, שוחד, שקר און חנופה. עס איז אנאנדערע דוגמא פון שפילן גאט. עס ווערט נישט געפירט דעמאקראטיש ווייל דאס דער צוועק פארוואס עס איז אינדזשענירט. אונזערע רעכטן צו טוישן האבן מיר שוין לאנג אויפגעגעבן.

ענגלאנד איז געווען בענעוואלענט צו אימיגראנטן נאך פאר זי האט געהערט צו די EU. די אנטי אימיגררציע פארטייען האבן אויפגעשפראצט טאקע ווייל דער בענאוועלעמס איז אביוזד געווארן מיט די אי יו פאליסיס. קוק אוסטריה למשל.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גראף » פרייטאג יוני 24, 2016 11:09 am

· #338956
Re: ברעקזיט
קוק א חילוק צווישען די ענגלישע מיט די אמעריקאנע. ווי נאר די ריזאלטס זענען אריין געקומען האט שוין די פריים מיניסטער געמאלדען זיין רעזיגנאציע. אין אמעריקע? קיינמאל נישט!! די פאליטישענס געבן נישט אויף אפילו ווען מען פירט זיי מיט הענדקאפס!

גראף » פרייטאג יוני 24, 2016 11:16 am

· #338957
Re: ברעקזיט
און ווי אויך דארף די פריים מיניסטער כסדר גיין זיך אויסטעהנען מיט די אפאזיציע און אלע מאכען אלע מינ'ע מאדנע האווייעס און קולות , ייעעע נננעעעע. שטעלט זיך פאר אבאמע ברויך זיך שטעלן פארנט פון די ריפובליקענס אין קאנגרעס און מסביר זיין וועגן למשל אבאמע קעיר, ליביע וכו. ער קען נישט אפזאגן א דרשה און לויפען נאר מען נעמט איהם אויפ'ן צימבעל.

אויסער דעם קען איך נישט דערליידען די ענגלישע מענטעליטי פון ענטייטלמענט. די גאנצע וועלט באלאנגט פאר זיי אפילו זיי האבן שוין פארלוירען די קאלאניעס מישן זיי נאך אלץ א קאשע. אנטיסעמיטען.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יוני 24, 2016 11:34 am

· #338958
א חסידישע איד אין ענגלאנד איז מסביר בטוב טעם פארוואס מזאל וואלן remain, אין בלייבן א חלק פון די EU
הערט אין האט הנאה.

זיין ענגלישע אקצענט איז עפעס צוקער זיס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 24, 2016 11:34 am

· #338959
Re: ברעקזיט

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 24, 2016 11:48 am

· #338961
שטילע אינגערמאן
א חסידישע איד אין ענגלאנד איז מסביר בטוב טעם פארוואס מזאל וואלן remain, אין בלייבן א חלק פון די EU
הערט אין האט הנאה.

זיין ענגלישע אקצענט איז עפעס צוקער זיס.

לויערס זענען זיך מחיה מיט די EU.
They love paperwork and the laws, rules and regulations that the Eu provides is their gravy train.

בן אדם » פרייטאג יוני 24, 2016 11:49 am

· #338962
😂

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 24, 2016 11:50 am

· #338963
Re: ברעקזיט
צווישען אידען הייסט'ס א גוטע זאך. אן אנטיסעמיט אין ווייטער דייטשלאנד קען זיין א שטימע אין דער רעגירונג וואס איז נוגע דער לעבען פון א איד אין מאנטשעסטער. אין ענגלאנד זעלבסט קען מען זיך אן עצה געבען מיט די לאקאלע אנטיסעמיט. וכ"ה לגבי שחיטה/מילה/מדינת ישראל ועוד.
לדעתי פאר דער וועלט איז אויך בעסער אזוי. איין אלמעכטיגע כח איז א סכנה. למעשה איז ענגלאנד א שטארקע כח אין די וועלט, אפגעזען צו ס'קומט זיך זיי, און טאמער ס'ווערט איינגעשלינגען אין דער eu קען עס זיין א סכנה. אזוי, פאר יעדער ריר פון די מעכטיגע eu צו אמעריקא צו רוסלאנד, האט מען נאך א קעגען—וויכט פון נאך א כח. דאס קען קומען צו נוץ פאר אידען און גוים צוזאמען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאמענטירער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:30 pm

· #338983
אינטערסאנטע צופאל
photo_2016-06-24_14-26-58.jpg

קאמענטירער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:32 pm

· #338984
אויף וואטסעפפ
photo_2016-06-24_14-26-47.jpg

קאמענטירער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:33 pm

· #338985
אויף פעיסבוך
photo_2016-06-24_14-27-49.jpg

פידלער » זונטאג יוני 26, 2016 12:35 am

· #339011
גראף
קוק א חילוק צווישען די ענגלישע מיט די אמעריקאנע. ווי נאר די ריזאלטס זענען אריין געקומען האט שוין די פריים מיניסטער געמאלדען זיין רעזיגנאציע. אין אמעריקע? קיינמאל נישט!! די פאליטישענס געבן נישט אויף אפילו ווען מען פירט זיי מיט הענדקאפס!



You should write for the Onion!

<a class="postlink" href="http://www.theonion.com/article/americans-confused-system-government-which-leader--53156">http://www.theonion.com/article/america ... der--53156</a>

גראף » זונטאג יוני 26, 2016 12:48 am

· #339012
Re: ברעקזיט
Thanks for the compliment.
ברוך שכוונתי!

ליפא » זונטאג יוני 26, 2016 2:12 am

· #339017
.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 26, 2016 8:24 am

· #339036
Re: ברעקזיט
An interesting Ashcroft poll showed that the majority of Jews and Christians voted to leave the EU but Muslims and other religions voted to stay.


Top % is voters remain and bottom is leave. So 54% of Jews voted leave.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קאמענטירער » זונטאג יוני 26, 2016 1:24 pm

· #339088
photo_2016-06-26_13-22-33.jpg

על המחיה » זונטאג יוני 26, 2016 5:05 pm

· #339138
Reports coming in... Canada is about to leave Hisachdus HaRabunim after UK left the EU. #Lol

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 28, 2016 9:37 pm

· #339424
<a class="postlink" href="https://youtu.be/jGC5S3ag1q0">https://youtu.be/jGC5S3ag1q0</a>

על המחיה » מיטוואך יוני 29, 2016 3:37 pm

· #339523
דאס איז איינמאל זיכער אז די קערעקטוריסטען ענדזשויען זיך מיט די סיטואציע









טאמבל סאס » מאנטאג יולי 4, 2016 11:08 am

· #340127
UKIP leader Nigel Farage resigned today.

You must love the way this guy talks
<a class="postlink" href="https://youtu.be/fR20_vRbuEM">https://youtu.be/fR20_vRbuEM</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/DfjtneGa70g">https://youtu.be/DfjtneGa70g</a>

קאמענטירער » מאנטאג יולי 4, 2016 11:20 am

· #340131
איך שטיי אין א זייט און איך וואונדער מיך פארוואס למען השם מוז עס ווערן א פאליטיק אישו וואס אויב איינער איז רעכט אדער לינק ווייס איך שוין וואסערע מיינונג ער האט לגבי די נושא?

סדערמאנט מיך ווי אלץ קינדער פלעגט מען ביי ריסעס כאפען די זעלבע פלעצער וואס מהאט געהאט נעכטען און פאריגע חודש און פון פאריאר..

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 6, 2016 8:55 am

· #340535
Re: ברעקזיט
📎 uploadfromtaptalk1467809712725.jpg
אין די יתד יענער וואך, רעדענדיג וועגען ברעקזיט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאמענטירער » מיטוואך יולי 6, 2016 9:18 pm

· #340700
וויאזוי קען מען איבערדרייען א בילד אויף אן דעסקטאפ אן עס דאונלאודען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 7, 2016 6:17 am

· #340764
ס'איז געווען דער זאץ
And when the decision to pull out of the European Union sent markets into a tailspin, Ken Walker, a retired construction worker, was unfazed.

“I don’t have any money in the stock market,” Mr. Walker, 59, said as he drank a pint of beer in a pub. “So what’s it to me?”

אין דער באשרייבונג

דער וואס קען ענגלאנד, ובפרט צפון ענגלאנד, פארשטייט שוין

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:58 pm

· #340911
Re: ברעקזיט


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:31 pm

· #353581
Re: ברעקזיט


mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:59 pm

· #353587
Re: ברעקזיט
Wow דער מארגאט איז א אפיציעלע נעא נאצי און א שטארקע טראמפ שטיצער