☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גייטס מיר לחיים טובים ולשלום

גייטס מיר לחיים טובים ולשלום

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10643

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:35 pm

· #338892
גייטס מיר לחיים טובים ולשלום
א פרייליכער מעלדונג פאר אונז אומגליקליכע מענער:

נאכ'ן שמאכטן דא אין שטאט די לעצטע פאר חדשים און אהיים קומען צו אומגעבאדענע קינדער און פארכמארעוועטע ווייבער וואס צווינגן צו עסן זייער לעפט-אוווערס און באפעלן אויסצופאקן די גראסרי ארדער, קומט בעז"ה עטליכע רואיגע וואכן, אויסגעבעטענע טעג וואס מיר לעכצן דאך אזוי נאך.

ס'איז שווער משיג צו זיין וויאזוי מעקסי העלט וואלט געקענט פראדאצירן אזויפיל נערווען-פילן פאר די מענער ווען ס'וואלט חלילה נישט געווען אזא זאך ווי קאנטרי. די אכט וואכן אליין, די אכט וואכן מיט אומגעמאכטע בעטן, די אכט וואכן ווען מ'קען ביים אהיים קומען א ווארף טון די שיך ווי א שטיקל גארבעדש און שיסן דעם רעקל אויפ'ן קאוטש ווי א דאכענע, איז ווערד סאך מער ווי צען אלפים. ווען זיי פרעגן מיר וואלטעך זיי געשיקט פאר אכט חדשים.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:41 pm

· #338895
הוי, מי יתן ויהיה גם לי...

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 24, 2016 6:27 pm

· #338997
אפטע, וואס עט זיין מיט די גלעט אויפ'ן בעקל ווען די רבנית איז אין קאנטרי?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 24, 2016 6:34 pm

· #338998
א פרייליכער מעלדונג פאר אונז אומגליקליכע ניקס:

נאכ'ן שמאכטן דא אין שטיבל די לעצטע פאר חדשים און אהיים קומען צו אומגעבאדענע תגובות און פארכמארעוועטע אשכולות וואס צווינגן צו ליינען זייער לעפט-אוווערס און באפעלן אויסצופאקן די סיסטעם ווייטאג, קומט בעז"ה א אשכול פון @אפטעמיסט. א אויסגעבעטענע אשכול וואס מיר לעכצן דאך אזוי נאך.

ס'איז שווער משיג צו זיין וויאזוי מעקסי העלט וואלט געקענט פראדאצירן אזויפיל נערווען-פילן פאר די עולם דא, ווען אפטעמיסט וואלט חלילה נישט צוריקגעקומען זאגן העלא. די אשכול אליין, די אשכול אליינס מיט אירע פאר קארגע שורות, איז ווערד סאך מער ווי צען אלפים. ווען ער פרעגט מיר ווען וואלטעך געזאגט ער זאל דא בלייבן פאר לפחות נאך אכט חדשים.

בן אדם » פרייטאג יוני 24, 2016 6:43 pm

· #339000
איי... זכרונות! ווער געדענקט נאך ווען אפטע מיט רויטע זענען געווען גבאי...