☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אמין אומדערהערטער צייטונג, ללא בושה

אמין אומדערהערטער צייטונג, ללא בושה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10642

גאלד » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:22 pm

· #338862
אמין אומדערהערטער צייטונג, ללא בושה
כידוע איז א צייטונג דא צו ברענגען נייעס,
וואס מיינט נייעס,
עס פאסירט עפעס א אונטערסאטע געשעהניש,
און דער צייטונג ברענגט די נייעס דברים כהוויתן,
ווי פרישער די סחורה הרי זה משובח,
יעדער נייעס ברענגער זוכט צו אויסלויפן דעם קאנקורענצן צו כאפן די נייעס פריערט פונעם אנדערן,
היינט איז שוין אזוי אז א נייעס פון אונדערפרי איז שוין צו אלט פאר נאכמיטאג,
ס'גייט שוין אזוי ווייט אז די נייעס דארף זיין לייוו לעבעדיג בשעת די געשיכטע שפילט זיך אפ,
נו וואסי דען שייך מער פרישערע נייעס ווי לייוו,

לפלא גדול מערק איך א צייטונג - דער בלאט - וואס זעהט אויס אינעם דעספערט געיעג צו אויסלויפן דעם קאנקורענץ,
באריכטן זיי די וואך א נייעס וואס ס'גייט זיין, עתידות,
יא יא, ללא בושה וכלימה באריכטן זיי אויפן פאדערשטן בלאט, וואס ס'גייט זיין נעקסטע וואך דינסטאג,
עס ליינט זיך ווי פאלגענד מיט גרויסע שרייעדיגע קידוש לבנה אותיות,
"וויליאמסבורג וועט קומענדיגן דינסטאג...."

קודם כל, וואס ווייסטו וואס ס'גייט זיין נעקסטע וואך ביסט עפעס א נביא?
שנית, ווער פרעגט דיך? דיין דשאב איז נישט צו פארזאגן עתידות,
אי"ה נעקסטע וואך, פארצייל געזונטערהייט וואס עס האט פאסירט יענעם דינסטאג,


הכר נא זאת מצאנו,
📎 20160623_164337.jpg

בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:25 pm

· #338865
באלאנגט נישט אין שמייכל?

פליקער » פרייטאג יוני 24, 2016 9:25 am

· #338939
Re: אמין אומדערהערטער צייטונג, ללא בושה
און איך וויל דא ברעכן נייעס אז עס גייט נישט פאסירן, ווייל איך נעם זיך אינטער נישט צי גייו קומענדיגע דינסטאג שטימען. ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן..


Sent from my VS987 using Tapatalk

קאמענטירער » פרייטאג יוני 24, 2016 9:38 am

· #338942
ווען איך האב געזען געזען די קעפיל פונעם אשכול אינעם גזעלשאפט פארום האב איך געוויסט אז מגייט רעדן פון דער בלאט נאר סאעיז מיר געווען אינטערסאנט צו וויסען אויף וואסערע חלק דו גייסט דיך באציען...

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 24, 2016 10:24 am

· #338950
דאס איז א "פלא גדול", "אומדערהערט"?
שוין יארן לאנג וואס צייטונגן, סיי דער איד און סיי דער בלאט, ועוד, האבן אנגענומען דעם נוסח און מ'זעהט עס אויך טעגליך אויף די פלאקאטן