☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #10640

אשכול אן א טיטל #10640

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10640

— » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:46 pm

· #338829

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בת קול » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:37 pm

· #338846
'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...

קוק וואס איז געווארן מיט די מתיונים...
וואס האט זיי אראפגענומען פון די מאפע?

אויב איך בין גערעכט, איז די געדאנקנס גאנג פון די משכילים געווען- מיר וועלן זיך צושטעלן, וועלן זיי אונז ליב האבן.
האט עס זיי למעשה געראטעוועט?

fact: assimilation is practically extermination

בת קול » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:58 pm

· #338852
תורה מיט השכלה-
אין דייטשלאנד איז מען שוין געווען אזוי פארדארבן, אז מען האט אזוי געדארפט איינפירן. למעשה זענען שוין פיל געווען פארלוירן ווען די מלחמה יארן זענען אנגעקומען.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:06 pm

· #338856
'

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 6:38 pm

· #338877
א גרויסע ייש"כ, זייער באלערנד. איך וואלט געוואלט מער ארומרעדען דער טיילונג גופיה, צו ס'איז טאקע א טיילונג צו גאר א באהעפטונג, און וואס פאר א אנדערע שטיק האט מען געמאכט אונטער א שלייער פון 'טיילונג'. איך האב מורא אז מ'האט שטארק געהאלטען חשבון מיט מענטשען דארט. וואס האט גענומען אזוי לאנג אין סיגוט? פארוואס האט דער ייטב לב געמעגט בלייבען אינדערויסען און נישט ווערען פארדאמט? איך האב נאך הערות און קשיות, וישמע החכם ויוסיף לקח.

הקטן » דאנערשטאג יוני 23, 2016 7:10 pm

· #338878
דער טיילאנג איז געווען א פאליטישער געמביט, וואו אזוי זיך אן עצה ציגעבען מיט די רעגיראנג.
היינט האבן דאס טייל פארוואנדעלד אלס א מהלך אין אידישקייט

קול דודי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:07 pm

· #338884
בת קול
'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...

קוק וואס איז געווארן מיט די מתיונים...

ווייסט וואס איז געווארן מיט די מתייוונים? זיי האבן איבערגענומען די וועלט -- אויך די יודישע וועלט. גריכיש פילוזופיע איז פארהייליגט ביי יעדעם. אפלטון, סוקרטס, אריסטו -- די ווערן פארעכנט כמעט ווי נבואים ביי רוב מנין ובנין פונ׳ם עולם נאך ביז היינט (אפשר *בפרט* היינט, נאכ׳ן רמב״ם). גריכיש מעטאמאטיק און סייענס האט באגראבן כמעט אלע אנדערע פארשונגען ביז עטליכע דורות. דער גריכישע פארגעטערונג פונ׳ם גוף, עקסערסייז און ספארטס איז אריין געקראכן אין איעדע קולטור איבער די מערב וועלט -- אויך אין אונזער קולטור. ס׳רוב פון אונז טראכטן אסאך מער ווי די מתייוונים (מיר גלייבן און פילוזופיע, מעטאמאטיק, סייענס און עקסערסייז) ווי די חשמונאים. (ווען מיר וועלן זען איינעם מקריב זיין א חזיר אויף א במה וועלן מיר איהם טראגן צו א דאקטאר וועמענס חכמה האט אסאך מער מיט היפוקרטס ווי מיט שמעון הצדיק. און איינער וואס טענה׳ט אז מ׳דארף אזא איינעם הרגענען כדי צו איינשטילן הקב״ה צארן... וועט מען מן הסתם אויך טראגן צום גריכישען היפוקרטס.)

און וואס איז געווארן מיט די חשמונאים אליינס? ביז עטליכע דורות זענען זיי שוין געווען גענוג גריכיש/רומיש זיך צו אונטערשרייבן John הורקנוס און ביז נאך אפאר דורות כמעט אינגאנצן אסימילירט.

ווייסט וואס איז געווארן מיט די משכילים? זיי האבן איינגענומען די וועלט -- אויך רוב פון די יודישע וועלט. מאדערנע פילאסאפיע און סייענס איז פארהייליגט ביי כמעט איעדעם. (״אפילו די סייענטיסטן זענען מודה...״). מאדערנע ענטערטעינמענט און שפילן איז פארשפרייט און איעדע מערב קולטור -- אויך און אונזערס. די וועלט ליינט מיט דארשט און שטודירט אייזיק שפינאזא ווי אייזיק ניוטון -- און א קליין הייפעלע זינגט די ניגונים פון ר׳ אייזיקל קאלעווער. איינשטיין איז א שם-דבר און שאקעלט ביליאנען איבער די וועלט, און אייכנשטיין האט א שיינע מציבה. דוד וואלף הערץ האט אן אור-אייניקל וועמענס נאמען איז אויף ביליאנען ליפן איעדן טאג (הערץ, מעגא-הערץ, גיגא-הערץ, אא״וו) און ר׳ מענדעלע רימאנאווער האט אן אור-אייניקל וואס עטליכע מענטשן ווייסן ווער דאס איז געווען.

און וואס איז געווארן מיט די אריגינעלע קנאים/ארטאדאקסן אליינס? דאס שפילט זיך נאך אויס. אבער אזויפיל קען מען זאגן אז ס׳רוב זייערע אייניקלעך איבער די וועלט זענען אדער משכילים אדער טראכטן ווי משכילים. און פון די קליין הייפעלע וואס נישט... זענען דא אזעלכע וואס קלאפן זיך אין רוקן פארן געווינען די קולטור מלחמה! אך און וויי פאר אזא נצחון.

זבולון » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:24 pm

· #338887
קול דודי
די וועלט ליינט מיט דארשט און שטודירט אייזיק שפינאזא ווי אייזיק ניוטון -

?

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:28 pm

· #338889
שטאטוס קווא איז געווען ביז תרכ"ט אין אונגארן, אלע קהילות זענען אזוי געווען, און וואלט אזוי געבליבן ביזן קריג ווען נישט די מאכינאציעס פון די רעפארמער. איינמאל די רעפארמער האבן זיך ארגאניזירט, און האבן אפילו ביי א געוויסן שלב גענצליך באדראעט חופש הדת, און עס האט געהערשט א ממשיות'דיגע סכנה אז אונגארן וועט ווערן ווי דייטשלאנד, אפילו לסוף איז עס בטל געווארן, איז שוין אבער פארשטענדליך פארוואס האבן די יראים געטאן דאס זעלביגע. זיך ארגאניזירט. בעצם - די ערשטע אגודת ישראל.

אבער מער ווי דאס, די ארטאדאקסישע קאנצעליי איז וויכטיג געווען, טאקע בעיקר פאר די שטעט ווי אידישקייט איז געווען אין דער ערד, און די אפיציעלע קהילה האט זיך עמטליך אנגעשלאסן מיט די רעפארמער. אין פלעצער ווי סיגוט, איז דאס בכלל נישט וויכטיג געווען, און דערפאר האט טאקע גענומען לאנג זיי זאלן זיך צושטעלן. די אונטערלענדישע חסידים, גלייך ווי זייערע גאליציאנער שכנים צענדליגער יאר שפעטער, זענען בכלל נישט געווען אנטציקט פון דעם רעיון זיך אנצושליסן אין א ארגאניזאציע מיט רעלאטיוו מאדערנע קהילות, ווי דאס מערהייט פון די אויבערלענדישע זענען געווען. אבער עכ"פ ווען נישט די תנועת הארטאדאקסיע וואלטן די אלע שוואכערע אויבערלענדישע פלעצער נישט געהאט קיין תקומה, און גענצליך פארבליבן אין א אפיציעלע נעאאלאגישע קהילה.

יעצט, די מערכה מיט די שטאטוס קווא איז טאקע א טיפישע אונגארישע מערכה.. עס איז געווען שטארקע סיבות דערצו, זיי האבן געהאלטן אז די איינציגסטע וועג די ארטאדאקסיע זאל האבן א קיום איז דאס. און עס איז שטארק מסתבר אזוי אויך. ווען נישט די מערכה קעגן שטאטוס קווא וואלטן מסתמא אסאך ארטאדאקסישע קהילות אזוי פארבליבן, און די גאנצע ארטאדאקסיע וואלט זיך געהאלטן אויף הינערנע לוזערישע פיס פון די קליינע אפגעטיילטע קהילות אין די מער רעפארמיסטישע שטעט, און עס וואלט עווענטועל צוזאמען געפאלן. אפגערעדט אז די רעפארמער וואלטן כסדר פרובירט צו אריין ברענגען די שטאטוס קווא אונטער זייערע פליגלען, און אין געוויסע שטעט וואלט זיי עס מסתמא געלונגען מיט די יארן. איך רוף עס נאר אונגאריש ווייל צוליב דעם האט מען גע'אסר'ט שוחטים, מטריף געווען כלים, געטיילט קהילות און אהער געשטעלט די שטאטוס קווא קהילות ווי פוקרים און שקצים, פארן בלויזן חטא פון פארשטיין אנדערש.

כידוע די איינציגסטע זאך וואס די אונגארישע האבן עכט געהאט א פראבלעם מיט די אגודה איז געווען אז זיי האבן זיך ענטזאגט אויסצושליסן די שומרי תורה ומצוות קהילות הנקראים שטאטוס קווא פון זייערע רייען. אויסער דעם, יעדע אדער כמעט יעדע אנגעגעבענע טענה קעגן די אגודה, איז דא ביים ארטאדאקסישע קאנצעליי, און נאך מיט א שמיץ אריבער.

דאס איז דאך געווען די איראניע אין סיגוט; דער קדושת יו"ט האט איבערגעדרייט וועלטן צו זשוינען די ארטאדאקסיע, און זייענדיג אינעווייניג האט ער ערשט דערזען מיט וועמען ער זיצט אינאיינעם (איך רעד פון זיין צאנזער חסיד אונטערלענדישע פוינט אוו וויו) און זיך געגעסן דאס געזונט מיט די קאנצעליי.

שוין איך בין שוין פארפארן, אבער כ'מיין דער פוינט איז קלאר. טיילונג וואלט קיינמאל געשען ווען נישט די פרעכע פרואוו פון די רעפארמער זיך משתלט צו זיין אויף אלע אונגארישע קהילות. פון דארט און ווייטער על כל פרט ופרט צי עס איז געווען גענוג אויסגעהאלטן, איז שוין א שמועס פאר זיך.

לגבי די עצם שאלה, וואס וואלט געווען ווען נישט דעם טיילונג? אויב וואלט מען גארנישט געטון, קען מען דאך קוקן אויף די לענדער ארום, ס'איז שווער ממש מדמה צו זיין יעדע פלאץ האט זיך אנדערע אומשטענדן, אבער אויבערלאנד וואלט מסתמא אויסגעקוקט ווי דייטשלאנד און מעהרן, אונטערלאנד ווי גאליציע. אונגארן האט אבער געהאט איין געוואלדיגע זאך, די ישיבות, און דער 'מצב' וואס דער המון עם האט געמאכט ארום דעם, וואס וואלטן מסתמא געהאלטן אונגארן אויף א העכערע דרגא ווי די שכנים. ווי אויך די רבנים זענען געווען אלע תלמידי חת"'ס, אקטיווע פייערדיגע קעמפער קעגן רעפארם, ווס. די רבנים אין דייטשלאנד יארן בעפאר.

יתכן אז א אנדערע אפראוטש וואלט געווען בעסער, אבער השכלה און שטודירן על פי תורה איז לאו דוקא געווען א אישו אין אונגארן. נאר ביי די ארכי קנאים. אבער בעצם, די סכנה איז געווען גראבע רעפארם, התדמות צום גוי, דאס איז געווען די תאווה דעמאלט אין די אנהייב עמאנציפאציע עפאכע. די גרויסע רבנים ווי דער מהר"ם שיק און מהר"י אסאד האבן אליין געשיקט זייערע קינדער צו הרב הילדעסהיימער'ס ישיבה צו קונה זיין סעקולערע לימודים זייט ביי זייט מיט די לימודי קודש. און ארטאדאקסיע אין אויבערלענדישע אונגארן איז געווען גענוג נאכגעביג אין די ענינים.

אונטערלאנד כמובן איז א פרשה פאר זיך. אלע קטנות'ער וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסן אין חדר וועגן די 'בעדערענע' איז סטרעיט ארויס פון אונטערלאנד'ס פלעי בוק - כמובן א קארבאן קאפיע פון די חסיד'ישע גאליציע. רוף עס בעלז. נאר מיט א אונגארישן קטנות'דיגן טוויסט.

לגבי הרב הירש און דייטשלאנד, ווי גרויס איז שוין געווען זיין סוקסעס? וויפיל משפחות האט די גאנצע ארטאדאקסיע אין דייטשלאנד געהאט בעפארן ערשטן קריג? (שפעטער זענען אהין געקומען פרומע אימיגראנטן פון גאליציע, פליטים פונעם קריג).

זבולון » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:30 pm

· #338891
עקסטרעמיסטן געווינען דעם שלאכט און אפשר אויך דעם קריג. און די סיבה דערפאר איז, ווייל עקסטרעמיסטן זענען אייביג אקטיוו, און געווענליך די סיילענט מעדזשאריטי ווערט נאכגעשלעפט פון די אקטיוויסטן.

הרב ראבינאוויטש האט די כוחות, נערוון, און געלט צו ארומגיין פון מנין צו מנין, ער קען רעדן ווי א משוגע'נער, אבער ער איז אקטיוו. די צד שכנגד איז לכאורה היבש גרעסער און צאל, אבער זיי פארמאגן נישט קיין אקטיוויסטן, נישטא קיינער וואס זאל האבן די כחות צו גיין פארקערט פון איהם.

פרייוויליג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:54 pm

· #338898
רבונו של עולם! העלף עס זאל געשען א טיילונג! אוי הלואי! דאס לעבן וועט דאך ווערן אזויפיל זיסער, דאס גאנצע אידישע שמאלץ וועט דאן ארויסרינען. דאס מתיקות, די ליבשאפט, די שעפערישקייט, די גלאנץ. אוי הלואי!

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:35 pm

· #338901
רשר״ה און רעז״ה קען מען נישט אריינלייגן בחדא מחתא. ס'איז געווען ביניהם מלחמת האורטודוקסיה בשטטוסקווא נוסח גרמניה.
איינע פון די הויפט פראבלעמען פון אגודת ישראל בתחילתה, איז געווען ווי זיך אויסצוקומען מיט די ביידע קבוצות ביינעזאם. יש על זה כמה מכתבים מאלפים מרח״ע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:07 pm

· #338904
אנאנים: ייש"כ. אזוי ווי אייביג געסטו א היקף'דיגן הסבר און ביאור אויף די גאר גרויסע און וויכטיגע היסטארישע געשעענישן. איך בין מסכים כמעט מיט אלע דיינע מהלכים פון אויסטייטשן די אנטוויקלונגען אין די מלחמה מיט די נישט-ארטאדאקסן/עקסטרעמיסטן. און וואס די אלע זאכן מיינען פאר אונזער הווה און עתיד.
איך וויל נאר מדגיש זיין איין גרויסן, וויכטיגן און פונדאמענטאלן חילוק פון די גרינדונג פון די ארטאדאקסישע קהילות און די טיילונג פון די שטאטוס-קווא און נעאלאגן פון בערך 150 יאר צוריק. אין יענע צייטן (און נאך פריער) אין אייראפע איז געווען איינגעפיהרט אז די רעגירונג האט געגעבן סובסידיעס סיי פאר די אידישע און סיי פאר די גוי'אישע געמיינדעס אז זיי זאללן פיהרן און קאנטראלירן אלע סטאטיסטיקס פון לעבן. די חתונות, געבורטן און שטארבן חשבונות זענען אנגעפיהרט געווארן דורך די רעליגיעזע פיהרערשאפט סיי ביי אידן און סיי ביי גוים. ממילא האט מען געהאט א שייכות מיט די שטאטוס-קווא און נעאלאגן אפילו אויב מ'האט נישט געדאוונט אין איין בית המדרש. און אויב די רבנים אין די באטרעפנדע מדינות האבן באשלאסן אז מ'מוז מאכן א טיילונג האט מען געמאכט א גענצליכע טיילונג. און א באזונדערע קהילה מיט אלע צוגעהערן פון די קהילה. משא"כ דא אין אמעריקע וואס בחסדי השי"ת איז דא א קאנסטיטוציע וועלכע שרייבט פאר א סעפאראציע פון רעליגיע און שטאאט. ד.מ. אז די לעבנסוויכטיגע געשעענישן און דאקומענטירונגען ווערן בכלל נישט געפיהרט דורך די קהילה, נאר דורך די רעגירונג זעלבסט. איז א יעדער יחיד און משפחה נישט צוגעבינדן צו די קאפריזן און משוגעת'ן אדער דיקטאטארישע באפעלן פון די פיהרערס פון די קהילות. און דאס טאג-טעגליכע לעבן ווערט נישט באאיינפלוסט פון די עקסטרעמע גרופעס למיניהם. די איינציגע פלאץ וואו זיי האבן נאך (דערווייל, ליידער) קאנטראל איז אין די מוסדות החינוך פון די קינדער. וואו זיי געבן ארויס אלע זייערע משוגע'נע, קראנקע און פאררוקטע אינסטינקטן למיניהם. און דער עולם מוז נאכטאנצן. אבער דאס וועט אויך בעז"ה קומען צו אן ענדע. ממילא איז דער מצב א ביסל אנדערש ווי 150/200 יאר צוריק. און די רעפארטן פון די פארשידענע פאררוקטע, עקסטרעמע גרופעס איז נאר גיט פאר א ביסל ענטערטעינמענט און פרנסה פאר די פיקטשער מאגאזינען און זייערע שרייבערס...!

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:21 pm

· #338906
שש, כמה אומפונקטליכקייטן. רעפארמער זענען כמעט - אדער בכלל - נישט געווען אין מזרח אייראפע. אונגארן איז געווען א רעלאטיוו מאדערנע לאנד און מושפע פון דייטשלאנד און עסטרייך. על כל פנים, עס איז נישט דומה די רעפארם צו סתם (ארטאדאקסישע 🙂 ) חילונים. (כידוע, דער חילוק צווישן די אמעריקאנער אידן און די איזראעליס. די אמעריקאנער זאגן, די שול מיינע וואו איך גיי נישט, איז א רעפארם טעמפל. און דער איזראעלי זאגט, מיין שול, וואוהין איך גיי נישט, איז א ארטאדאקסישע). רעפארם איז א שינוי אין די מהות און כאראקטער פונעם דת, בעת חילונים זענען פשוט סעקולער. סאו אלס דעם אליין איז עס שוין נישט דומה צו אנדערע פלעצער. אין לאדזש איז דער ראש הקהל לאמיר זאגן געווען א פרייער יונגאטש? אבער די קהילה און אירע - רעליגיעזע עכ"פ - אינסטוטיציעס האבן זיך ווייטער געפירט געהעריג. אין ווארשע איז געווען מטעם הקהילה סעקולערע בתי חינוך, אבער דער חדר האט זיך נישט גערירט פון פלאץ. ניטאמאל קיין קאפישניצער חדר מתוקן, נאר א געהעריגער בעלזער חדר.. דאס איז שוין א חילוק צווישן אונגארן און רוב אנדערע מקומות.

אבער אויסער דעם, די נעאאלאגן האבן זיך פעסט ארגאניזירט מיט די שטערקסטע כוחות, פארארבעט מעשים וואו זיי האבן נאר געקענט, זענען נישט געווען צופרידן מיט זייערע פעסטונגען נאר פרובירט איבעראל. נאר די ערליכע האבן געברויכט בלייבן אומארגאניזירט, און לאקאל באזירט? זיי וואלטן ניטאמאל געהאט א שאנס. די תקנות וואס מיר זעען היינט עקסטרעם, זענען אבער אין גרויסן טייל דא נאר פאר איין סיבה: פרעזערווירן דעם שטאטוס קווא, און נישט ערלויבן קיין רעפארמען אינעם גאטע'ס דינסט, ווייל געווענליך איז שוין פון די קלייניגקייטן געווען א אנדייטונג אז די קהילה רעפארמירט זיך און ווערט אויס שו"ע אידן. נאר ווייטער, אין אונגארן ווי אין אונגארן איז דאס אלעס געווארן שיטות מיט עיקרים אין אידישקייט.

עכ"פ, ווי שוין געשריבן, לתועלת פון די מקומות ווי דער רעפארם האט געווינען אדער מ'האט זיך מיט זיי געשלאגן ממש גאסן (צי בית מדרש) קאמפן, איז דער שטאטוס קווא נישט גענוג געווען.

סתם לידיעתך, דער מהר"ם שיק איז געווען מגדולי הלוחמים קעגן די שטאטוס קווא. ס'איז אים ממש געגאנגען בנפשו.

לגבי דייטשלאנד, כ'קען נישט פונקטליך די דעטאלן דארטן. (הרב הילדעסהיימער איז בכלל נישט געקאווערט געווען אין די מעלות' סעריע איבער הרב הירש אין דייטשלאנד 🙂). אבער פון וויפיל איך ווייס אויבנאויף רעדט זיך עס פון יחידים רעשטלעך ממש, אין גרויסע שטעט מיט שווערע טויזנטער אידישע איינוואוינער איז געווען 5 צי 10 ארטאדאקסישע משפחות. איך כאפ נישט פונקטליך די גרויסע הצלחה פון די שיטה, און די ראיה אז זיי האבן פארגרעסערט צי פארקלענערט. ווען תורה עם דרך ארץ זאל ווען האבן די זעלבע פראצענטן אין דייטשלאנד ווי די ארטאדאקסיע (צי אפילו שטאטוס קווא אינקלודעט) אין אונגארן וואלט געווען וואס צו פארגלייכן. אבער יתכן איך האב נישט די פאקטן ריכטיג איבער דער מצב אין דייטשלאנד.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 24, 2016 7:47 am

· #338932
אסאך וויכטיגע פונקטען.
א. רשר"ה האט גאנץ ווייניג מצליח געווען אין די נומערען. איך האב אמאל געליינט די נומער'ן פון די וואס זענען געבליבען פרום פון זיין ריל-שולע און ס'איז גאנץ קליין. נאכ'ן קריג זענען אנגעקומען אויסלענדישע פליטים (א שטייגער ווי מיין עלטער זיידע), און טראץ זייער זיין אלגעמיינער קהלה מיטגעלידער, האבען זיי געשיקט די קינדער צום ריל-שולע. א גרויסע פערצענט פון די שומתומ"צ האבען זיך נישט אפגעטיילט און זיי זענען פונקט אזוי פרום ווי די אנדערע. ס'איז זייער שווער עפעס צו צייגען פון זיין קהלה. די קעגענער זיינער האבען געטענה'ט אז פאר'ן 'אויסטריט' האבען זיי שוין געהאט אן עקסטער קהלה און ביהמ"ד און זיי האבען זיך גארנישט געדארפט חנפ'ן די רעפארמער. הרב הופמן (אייניקעל פונ'ם אונסדארפער רב) איז גארנישט קלענער ווי הרב ברויאר געווען.

ב. דער מהר"ם שיק האט פארשידענע בריווען וועגען דער קאנצעליי, מאנכע שטעט מער בעד, מאנכע ווייניגער. אין זיין תשובה איז ער גאנץ פארעוו אויף דער ענין. ער איז נישט געווען דער קנאי בעד.

ג. דאס שפאט אין אויבערלאנד, ווי זיי אנרופען 'מאדערנע', איז נישט אין פלאץ. זיי האבען מעגליך געהאט קורצע רעקליך און קמץ בערדער, אבער זיי זענען געבליבען מיט עכט פארצייטישע מושגים פון ערליכקייט, אידישקייט און תמימות. גיי היינט אין ווינער קהלה צו 69 און רעד מיט אידען, אנע בערד, העכער די פופציג. זיי זענען פיל פארצייטישער ווי דער סאטמארער מיט זיין קוטשמע און ברייט פארצווייגטע ארגאניזאציע.

ד. אפילו ווען דער קאנצעליי איז יא געווען א וויכטיגע זאך, האט מען עס גענוצט אלס א מיטל צו האלטען חשבון מיט קעגענער (עי' ערך בעלזא מונקאטש) און דאס האט היינט צוגעפיהרט צו נוצען הל' חמץ, הל' קידושין און הל' טריפות זיך צו שלאגען א פריוואטע קינדער פייט.

ה. די מימרא 'מ'דארף זיך יעדער צוואנציג יאר נאכאמאל טיילען'. 'ווען ס'איז נישט דא קיין רעפארמער פון וועמען זיך צו טיילען, דארף מען זיי אימפארטירען' זענען א גרויסע ווייז אז שוין דעמאלס האט מען געמאכט דערפון א מהלך החיים, נישט נאר אלס הכרח.

ו. פ"וו דער מהר"ם שיק איז געשטאנען גרעסער ווי דער כת"ס איז נישט קיין שאלה. ווייל דער כת"ס האט געהאט א טאטע א רשכבה"ג מיינט אז זיין זוהן קומט זיך אויך דער שטעלע? וואס עפעס?

ז. די מתיוונים און די יוונים זענען צוויי ערליי זאכען, ופשוט. וכ"ה לגבי ר' יענקעל שפינאזא און ר' יאסעל זיין ברודער און בנו מ"מ ר' מעכיל. און אייזיק ניוטאן איז גאר קיין משכיל נישט געווען, נאר א געהעריגע גוי. ווען מ'רעדט פון ליליענטהאל ודעימיה איז טאקע ווייניג געבליבען. דאס באוועגונג פון זיין א איד אין שטוב און א גוי אין גאז (נוסח מענדעלסאהן) צו א געבילדעטער איד (נוסח משכילי רוסלאנד/ליטא) איז געבליבען מיט גארנישט.

דעת תורה » פרייטאג יוני 24, 2016 9:20 am

· #338938
נקודה ב. דער מהר"ם שיק אין די תשובות 1)שרייבט זייער שארף און ווייטאגליך קעגן די קהילות אשר לא באו לעזרת ה' בגיבורים. 2) אזוי אויך איז ער דן כמה וכמה שאלות וועגן נעמען א שוחט פון די שטאטוס קווא פאר א ארטאדאקסישע, און וועגן די עצם האיסור החמור פון עסן זייער פלייש. אויב איז דא פארעווע תשובות פון אים איז עס מסתמא קאנסערנינג אזאלכע סארט שטעט ווי סיגוט וואס זענען געווען נאך פרומער און די שאלה איז געווען בעיקר א טעכנישע פעיפער ווארק' שאלה. קיינער באציט זיך נישט צו סיגוט ווי א שטאטוס קווא קהילה וכלעיל.

נקודה ג' איז שוין א קלישעי אזא. איך קען נישט פונקטליך די ווינער אידן, ווער זיי זענען און פון וואו זיי קומען אריגינעל, עס קען זיין צענדליגער חילוקים, ועוד והיא העיקר אויף וואשינגטאן הייטס 'בעדערענע' קען מען מסתם זאגן דאס זעלביגע אויף אסאך אידן דארט און אפשר אפילו אויף זשאו ליבערמאן'ס חברים אין ביהמ"ד. אין פאקט, האט מען אין אונטערלאנד ענדערש געשיקט די בחורים אין מיליטער וואו מען האט מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות (שא... זאג נישט אויס) ווי צו שיקן לערנען אין כתב סופר'ס ישיבה אין פרעשבורג, וואס א תלמיד דארט איז געווען ליגעלי עקזעמפט פון מיליטער דינסט, ווייל זיי זענען געווען צו בעדערן. נישט געהאט קיין בארד, קורצע רעקל און אלל.

לגבי מימרא ה. מיהו בעל המימרא הקדושה אויף וועמען דו בויסט פיתום ורעמסס?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 24, 2016 10:30 am

· #338953
איך מוז נאכאמאל אויפזוכען די תשובה פון מהר"ם שיק, ווי אויך אין די אגרות זיינער וואס איך געדענק סתירות דערין.

לגבי נקודה ה. סיריעסל"י? דו ווייסט נישט די בעלי המימרא? די ערשטע איז דער קדושת יו"ט, די צווייטע מהרי"ד מבעלזא. איי, וועסטו פרעגען, ווי קומט טיילונג צו בעלזא אין גאליציא? פיהר אליינס אויס.

און די אידען אין וואשינגטאן הייטס, ערליכע יעקישע אידען, האבען נישט וואס צו שעמען פון סיי וועלכע בעלהאבאס אין וומסב"ג, אין ערליכקייט און פארצייטישקייט. איך בין אויפגעוואקסען אין לאנדאן צווישען פארשידענע סארט מענטשען, בתוכם יעקע'ס און ליטווישע, מאדערן חסידישע און סתם מאדערן און סתם חסידיש. ס'איז שווער אנצוקוקען א מגולח ווי א פארצייטישע, פאר דער וואס ווייסט נישט וואס פארצייטענס מיינט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הקטן » פרייטאג יוני 24, 2016 2:20 pm

· #338980
[ציטאט אראפגענומען]

איז נישט דער "שטאטוס-קווא" געווען א דירעקטע שטער צים פאליטעשר עגענדע ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:15 pm

· #347537
א. אונגארן איז נישט פולין/ליטא.
ב. הרב וויינברג איז געווען א גאון מופלג, אבער ס'איז שווער צו גלויבען אז אין פקחות האט ער איבערגעשטיגען רח"ע גרודזינסקי. איך גלויב נישט אז ליטא האט געהאט א געלעגענהייט צו טוהן וואס דייטשלאנד האט געטוהן, און די הצלחה אין דייטשלאנד איז גארנישט אזוי באשטעטיגט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:16 pm

· #347545
ליטוואק איך בין נישט אינטערעסירט אריינצוגיין אין די עצם נידון דא אבער דיין הנחה איבער די פקחות פון רבי חיים עוזר איז היבש שמאל און שמעקט פון די טיפיקעל חסיד גלייבן אז דער רבי האט אלע מעלות

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:06 pm

· #347548
וואו! איך האב נישט געראכטען אויף אזא אטאק, און נאך מער איבער א ווארט 'גלויב'.
הרב וויינבערג איז ביי מיר נישט פרעמד. איך האב א פעטער וואס הייסט נאך איהם און מיין זיידע פלעגט רעדען פון די דרייי גדולים וואס ער האט געקענט פון דער נאנט: הרב אברמסקי, דער בריסקער רב און הרב וויינבערג. נאכאלס איז גאנץ קענטיג אין זיין כתבים אז פראקטישקייט איז נישט געווען זיין זאך. ער איז נישט געווען קיין מחנך צו א מנהיג און א בריוו זיינער צו דער וואס האט יא געשמ'ט אלס א מנהיג איז נישט דער לעצטע ווארט אויף די סוגיא. די ליטווישע מנהיגים וואס האבען ווייטער געפיהרט זייט רשר"ה'ס צייטען זענען נאך זיין בני פלוגתא און דער מיינונג איז נישט נתקבל געווארען. הרב דוד'ל קארלינער וואס האט יא געוואלט בילדונג אין ליטא, זאגט קלאר אז ס'איז צוליעב פרנסה נישט פאר רשר"ה'ס סבות. אלזא, דער ברייטער מיינונג פון מנהיגים אין ליטא רוסלאנד און פולין קען גערעכענט ווערען קעגען א דעה יחידאה וואס האט נישט זייער ערפארונג אין הנהגה.

רח"ע'ס פקחות איז געווען זיין עיקר שם אין דער וועלט. איך האב נישט קיין פערזענליכע וויסענשאפט דערין, אבער אזוי האט געהייסען. פארוואס זאל איך חושד זיין אנדעריש? וואס האט עס מיט חסידות? די וואס האבען איבערגעגעבען דער בילד אויף רח"ע האבען נישט געהאט קיין אנדערע סבה אזוי צו רעדען אויף איהם. ער האט נישט געירשנ'ט זיין פאסט'ן אלס מנהיג אז מ'זאל זאגען אז ס'איז אלס פארטיי פראפאגאנדע.

די אומגעלונגענקייט פון רשר"ה'ס גאנג אין דייטשלאנד איז געבויט אויף דעם אז די תוצאות פון זיין ריל-שולע זענען גאר שוואך. די פערצענט פון שותומ"צ וואס זענען פון דארט ארויס איז ניטאמאל פופציג פערצענט. און מיין זיידע איז איינער פון זיי. ער איז מסתמא נישט שולדיגט, ער איז אנגעקומען נאך דעם וואס ס'איז אלס פארפוילט געווארען. אבער די ישועה זיינער איז געווען א קליינער.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:11 pm

· #347549
וואס וואלסטו געזאגט ווען איך שרייב דיינע ווערטער אויף דעם אמרי אמת אדער ר ישראל טשורטקובער?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:47 pm

· #347559
mevakesh
וואס וואלסטו געזאגט ווען איך שרייב דיינע ווערטער אויף דעם אמרי אמת אדער ר ישראל טשורטקובער?

איך קען נישט די מענטשען, אבער איך האב גע'ענטפערט די טענה. איינער וואס האט געירשנ'ט זיין פאסט'ן דארף מען חושד זיין יעדער מעשה וואס מ'פארציילט אויף איהם. ווען ס'איז שקר פארציילען זיי עס דאך אויך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:49 pm

· #347561
ווייל דער אדר"ת האט זיך געדינגען אויף ר' יצחק אלחנן איז א ראיה קעגען די פקחות פון רח"ע?! און אין די זעלבע פאסט שרייבסטו גברא אגברא קרמית.....

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:05 pm

· #347562
ליטוואק פון בודאפעסט
mevakesh
וואס וואלסטו געזאגט ווען איך שרייב דיינע ווערטער אויף דעם אמרי אמת אדער ר ישראל טשורטקובער?

איך קען נישט די מענטשען, אבער איך האב גע'ענטפערט די טענה. איינער וואס האט געירשנ'ט זיין פאסט'ן דארף מען חושד זיין יעדער מעשה וואס מ'פארציילט אויף איהם. ווען ס'איז שקר פארציילען זיי עס דאך אויך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

לידיעה בעלמא רבי חיים עוזר האט אויך געירשנט זיין פאזיציע פון זיין שווער

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:00 pm

· #347566
mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט
mevakesh
וואס וואלסטו געזאגט ווען איך שרייב דיינע ווערטער אויף דעם אמרי אמת אדער ר ישראל טשורטקובער?

איך קען נישט די מענטשען, אבער איך האב גע'ענטפערט די טענה. איינער וואס האט געירשנ'ט זיין פאסט'ן דארף מען חושד זיין יעדער מעשה וואס מ'פארציילט אויף איהם. ווען ס'איז שקר פארציילען זיי עס דאך אויך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

לידיעה בעלמא רבי חיים עוזר האט אויך געירשנט זיין פאזיציע פון זיין שווער

מבקש: אבער ער , ר' חיים עוזר גראדזשענסקי האט אנטוויקלט זיין אייגענע פערזענליכקייט און אנערקענונג, דורך זיינע אייגענע כוחות...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:58 am

· #347579
זיין פאזיציע אלס א רב אין ווילנא, יא. אבער פאר דעם האט ער געקענט בלייבען ווי דער מרחשת. זיין פאזיציע אלס מנהיג איז זיין אייגענע געווען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:07 am

· #347583
אין א זין וואלט איך געקענט שרייבען די זעלבע אויפן אמרי אמת
נאר ער איז געווען א חסידישע רבי ממילא וואלסטו אפילו נישט געהערט וואס איך זאג

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:18 am

· #347585
דא איז נישט דער פלאץ פאר אזא שמועס, אבער זאג מיר דער אמת. ווען דער אמרי אמת איז א פלעינע מענטש, וואלטען די גערער חסידים און פאליטיקאנטען איהם נישט אויסגערימט אלס א חכימא דיהודאי? אוודאי אז יא! והא ראיה די היינטיגע רבי. ט'ארוואס זאל איך גלויבען אז ער איז עפעס מער ווי דעם?

און נאך א זאך. רח"ע איז נישט געווען קיין איידעם וואס האט שפעטער געירשנ'ט א פאסט'ן. מ'האט איהם גענומען פאר'ן שידוך כדי איבערצונעמען. קומט אויס אז די פאסט'ן האט געברענגט די שידוך און נישט פארקערט.

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:27 am

· #347587
אזוי ווי דו זאגסט דא איז נישט דער פלאץ צו פארדרייען די נושא מהעמיר ממשיך זיין זיך צו פראסקענען ביים קומענדיגע געלעגענהייט...