☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » רעסעפיס

רעסעפיס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1064

זר זהב » דינסטאג יולי 10, 2012 8:12 pm

· #23123
רעסעפיס
איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 1:53 pm

· #23377
זר זהב
איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 11, 2012 2:05 pm

· #23380
שלמה המלך
זר זהב
איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

ס'איז גענוי די זעלבע רעסעפי ווי די קרעטשניפע פצעי.

קרעקער » מיטוואך יולי 11, 2012 2:10 pm

· #23383
אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 2:11 pm

· #23384
שמואל הלוי
שלמה המלך
זר זהב
איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

ס'איז גענוי די זעלבע רעסעפי ווי די קרעטשניפע פצעי.

ניין! קודם כל די טעם פון ביידע איז גאר אנדערש..... די קרעטשניפע פעצעי איז געמאכט מיט אסאך מער איינצעלהייטן דהיינו מ'קאכט עקסטער די פעטענס פון די ביינער ספעציעל פאר די פעצעי משא"כ די טאהש'ע נעמט מען רעדי פון די טשאלענט, דערנאך די קנאבל אריינמישען איז אין די קרעטשניפע א גאנצע עבודה... עכ"פ די מויל וואסערט מיר נאר צי דערמאנען דערוועגען.....

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 11, 2012 3:22 pm

· #23407
יא יא ביסט גערעכט, אין די קרעטשניפע פצעי קומט אריינגעמישט א שיין ביסל קנאבל.

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 3:28 pm

· #23408
קרעקער
אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

דו רעדסט פון גאלא

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 7:40 pm

· #23505
שמואל הלוי
יא יא ביסט גערעכט, אין די קרעטשניפע פצעי קומט אריינגעמישט א שיין ביסל קנאבל.

האסט געשמעקט מיין מויל יעצט אדער דיינע חבירים האבען דיר גאזאגט נאכדעם וואס האסט געגעסן שיריים? 😕 😕 😕

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 11, 2012 8:42 pm

· #23527
שמעקן א קעניג'ס מויל? פאסט נישט...

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 8:52 pm

· #23535
וואו קאכט זיך די טשיקן פיסלעך פונעם טאשער פצעי?

קרעקער » מיטוואך יולי 11, 2012 9:12 pm

· #23547
אויב קענ איינער אראפברענגען די פינקליכע רעצעפי פינעם היילגען ר' בעריש ספינקערס יאפטשיק זאל זוכה זיין צי זיצען לעבען עם אין גן עדן
אזוי פיל וייס אוך אז ער פלעגט קודם אויפקאכן די רינדער פלייש פאר לאנגע שאען אין דערנאך עס אריינגעלייגט אינעם פאטעטא קיגעל
דאסיז דאך עפעס אזוי רינעדיג אין הימליש גיט אז מקען באסטען פאר קדושת שבת קודש וען מעסט עס

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 9:15 pm

· #23549
אההה איר רעדט פונעם צדיק רבי בעריש זצ"ל! דערמאנסטע מיר פון די שמחת תורה האלאפצעס וואס די רביצין זיינע ע"ה האט געמאכט. געוואלד און געשריגן וואו נעמט מען אזאנע האלאפצעס. איינס אין די וועלט געווען.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:47 am

· #23662
קרעקער
אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

בעט ביים פיש סוחר ער זאל דיר געבן פייק סקין, קאך דאס מיט די פיש, דערנאך לייג די זאפט אין א קאנטעינער גראד אין פרידזש אריין.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 4:33 pm

· #113942
אן רעצעפט פון יוטע יאכנעוויטץ'ס קאך פראגראם, ווי אזוי צו מאכן וועגיטארישע געפילטע פיש!

דאס אידיש הארץ גלוסט זיך צו וועגעטאריש געפילטע פיש.

מ'קען נוצן צו דעם צוגענבערדל, אדער קאליפיור מיט פאסטערנאק (נישט פעטרישקע, פאסטערנאק)
דריי פערטל טעפל וועלשענער נוס אפגעבאקן אביסל ברוינליך
דריי פערטל טעפל מצה מעהל, געמישט ראזעווע מיט סתם
דריי אייער
זאלץ
פעפער
און דא ליגט די הונט באגראבן = צוקער און שווארצע פעפער צוזאמען

אפגעמאלענע ציבעלע אין שפייז מאשין
לייגט צו די נוסלאך
ארומשאטן אביסל
איצטערט די קאליפיאר אונד פאסטערנאק אדער ציגענבערדל
אט גיי איך שלאגן דריי אייער
אביסל פאפריגע לויט אייער געשמאק
מישט מיט א סלאפאטקעלע אדער נוצט די הענט, אונזערע באבעס האבן תמיד גענוצט די הענט.

לייגט די קיילעכלעך אריין אין זידענדיגע יועך
ואידך פירושא זיך גמור.

די חברה זענען זוס ווי צוקער מיט שווארץ פעפער!

ר' שמחה » מאנטאג מאי 13, 2013 2:38 am

· #114556
קרעקער
אויב קענ איינער אראפברענגען די פינקליכע רעצעפי פינעם היילגען ר' בעריש ספינקערס יאפטשיק זאל זוכה זיין צי זיצען לעבען עם אין גן עדן
אזוי פיל וייס אוך אז ער פלעגט קודם אויפקאכן די רינדער פלייש פאר לאנגע שאען אין דערנאך עס אריינגעלייגט אינעם פאטעטא קיגעל
דאסיז דאך עפעס אזוי רינעדיג אין הימליש גיט אז מקען באסטען פאר קדושת שבת קודש וען מעסט עס

פונקט פארקערט, די קיגעל האט מען ארויף געלייגט אויף די פלייש און פיין איינגעפאקט.
פאר די פונקטליכע רעצעפט, פרעג מאיר בער.



נ"ב, קיינמאל נישט געהאט א אייניגע מאס.