☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » הארטע בושות

הארטע בושות

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10638

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:36 pm

· #338800
הארטע בושות
איך האב היינט מיטגעמאכט עפעס אזעכע בושות אז איך פיל זיך כקטן שנולד, און איך מיין אז רוב פון מיינע חטאות נעורים זענען באצאלט געווארן,

ובזה החלי,
יעצט און די הייסע זומער טעג האב איך אזא הנהגה טובה אז איך גיי און שואער פארן גיין שלאפן, נאך א טאג פון ארום שוויצן אויפן גאס מיז איך זיך אויפרישן אביסעל, איך קען זיך נישט גיין לייגן ווי א חזר און בעט, געווענטליך ליגט דעם שמוץ וועש קארב הארט נעבן די וואנע, אזוי אז ווען איך טוה זיך אויס די בגדים גייט עס גלייך אריין אינעם לאנדרי בעסקעט. היינט אינדעפרי בין איך שטייצעך געגאנגן און מקווה, זעט אויס אז איך בין געווען זייער פאטראכט, און נישט כאפענדיג הייב איך אן אזוי אראפצושיילן מיינע וועש פון מיין קלעבעדיגן גוף און איך ווארף עס געמיטלעך גראד אינעם האנטעך בעסקעט וואס איז געשטאנען נעבן מיר, די העמד די הויזן און ווייטער אראפ, שוין, איך גיי מיר פרייליכערהייט און שאוער איך זינג זיך אונטער דער מינסקער ניגון, און איך הייב אן צו מאכן מיינע טעגליכע פלענער אונטערן שטראם פונעם שאוער, אההה.. פיין קאלט געווען, ויהי אחרי המבול, איך קום ארויס פון שאוער איך שפאן דערפרישטערהייט צוריק צו מיין פלאץ און איך וויל זיך אנטוהן, איך קוק איינמאל און נאכאמאל, און קיין זכר פון מיינע וועש איז נישט דא, חוץ מיין היט און רעקל און שיך איז גארנישט דא, וואס טוט מען? ווי זענען מיינע בגדים אהין געקומען? ווער האט זיך פארגליסט און א ר"ת גאטיע? ס'נעמט נישט לאנג און איך זעה מיין חבר שטיין ווי אדם פארן חטא ביים וואש מאשין און דערווערגט זיך פאר געלעכטער, הערט א מעשה, ווינאר מיינע וועש זענען אריין אינעם בעסקעט האבן נאך אפאר יודן אריינגעווארפן זייערע האנטיכער אונעם בעסקעט און דער גוי וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער כאפט אן דעם קארב און שיט עס אריין אונעם וואש מאשין, ווייזט מיר דער יונגערמאן ווי מיין גאטשע דרייט זיך דארט געמיטלעך, קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט, איך האב אים געהייסן ברענגן דעם לוח הציבור מיטן קול ברמה איך האב זיך אריינגעזעצט און בור, עטס קענטס מיר פארהערן אלע נייעסל'ך אויף איין פוס מיט אלע דירות וואס איז דא און בארא פארק צו פארדינגען..

א גוטן טאג,!

אברך משי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:31 pm

· #338807
ווען סוואלט געווען אמת וואלט איך געלאכט
און אויב איך מעג פרעגן פארוואס האט איר חטאת נעורים
ווידעראום אויב זענט איר אמאל נתפס געווארן אין א מחשבהלע ציונות אין די יונגע יארן, קומט זיך אייך טאקע דער עונש

אברך משי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:34 pm

· #338808
אגב איך זיך א דירה אין ב"פ. עפעס א אינטרעסנטע דיל?

פליקער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:06 pm

· #338815
בכלל נישט קיין גרויסע בושה ווען דו האסט געוויסט ווי די וועש ווירבלען

און מיינע צייטן פלעיג דעס זיין טאג טעגלעך ווען איינער האט פוגם געווען במחשבה קעגען רבין

נישט און קיין וועש מאשינען נאר מען האט דערמיט אפגעטראגן פארקיפס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:00 pm

· #338822
אברך משי
אויב איך מעג פרעגן פארוואס האט איר חטאת נעורים

"הארטע" בושות.. רינגט נישט א בעל?

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:08 pm

· #338824
איינמאל בין איך געווען ביי מיין באבע און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און כהאב בטעות א קוק געטאהן אויפן בילד פונעם כותל, ווער האט געגלייבט אז איך וועל נאך באצאלן פאר דעם זינד אויף דעי וועלט..

ירח בן יומו » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:12 pm

· #338825
פון יענקל מילער'ס עצה פון ארום בינדען די פנים מיט א האנטועך אין אהייים גיין געמיטלעך האסטו נישט געווואסט? 😂 😃 🙂 😎 😃 😉 😂

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:28 pm

· #338866
מען זאגט אז אין סקווער איז עס קיין עצה ניט ווייל דער גבאי וואס שטייט דארט ביים בור ארויסצוטרייבן , קען יעדעמס....יא

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:33 am

· #347198
סמבטיון
איינמאל בין איך געווען ביי מיין באבע און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און כהאב בטעות א קוק געטאהן אויפן בילד פונעם כותל, ווער האט געגלייבט אז איך וועל נאך באצאלן פאר דעם זינד אויף דעי וועלט..


איך האב אמאהל געהערט ווי צוויי אלטע איד'ן שמועס'ן און איינער פרעגט דעם אנדער'ן...

ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער געוועהן ראבייני האקאדעש?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:05 pm

· #347251
אברך משי
ווען סוואלט געווען אמת וואלט איך געלאכט
און אויב איך מעג פרעגן פארוואס האט איר חטאת נעורים
ווידעראום אויב זענט איר אמאל נתפס געווארן אין א מחשבהלע ציונות אין די יונגע יארן, קומט זיך אייך טאקע דער עונש

אברך משי: נחום ראזנבערג וואלט שוין געזאגט אז ער זאלל גיין צו הרב ישראל מ. סופר פאר א תיקון אויף די הירהורי ציונות וואס ער האט געהאט אלס בחור. נאר די פרטים קענמען נישט ארויסשרייבן אפילו אין מאחורי... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:08 pm

· #347254
פליקער
בכלל נישט קיין גרויסע בושה ווען דו האסט געוויסט ווי די וועש ווירבלען

און מיינע צייטן פלעיג דעס זיין טאג טעגלעך ווען איינער האט פוגם געווען במחשבה קעגען רבין

נישט און קיין וועש מאשינען נאר מען האט דערמיט אפגעטראגן פארקיפס.

פליקער: ביי יענעם איז עס געווען א מחשבה. אן אפשר אויך א דיבור. אבער ביי די וועלכע זענען געשטאנען על המשמר איז עס געווען למעשה/במעשה...!

בענבען » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:09 pm

· #493098
גלייך נאך מיין חתונה האט מיין שוויגער שיינערהייט צוגעגרייט נאכטמאהל פאר די יאנג קאפל און אויך געלייגט א טעלער מיט איזרעלי פיקל,
אין די זייט זיצט מיין שוועגערין, א יאהר אינגער פון מיין ווייב, און בשעת איך האב אריינגעביסן אינעם פיקל האט עס געגעבן א שפריץ (כידוע אסאך איזרעלי פיקלס האבן מער דזשוס ווי אנדערע) אויף מיין שוועגערין אין פנים,
זי האט געגעבן א שריי, איוו הו דיד דיז? זי האט געמיינט אז איהר ברודער וואס איז געזעצן דערביי האט איהר געוואלט טשעפענען, אבער ווען זי האט געכאפט אז ס'איז מיר געווען זענען מיר אלע געווארן רויט און איך האב זיך געוואלט באגראבן פאר בושה,

ביז היינט יאהרן שפעטער, זי האט שוין חתונה געהאט און האט קינדער ב"ה, אבער ווען מיר זיצן ביי א טיש און מען לייגט איזרעלי פיקלס קומט א געשמאקער שוואגער און דערמאנט פון די מעשה גענוג מיר צו טוישן אביסל די קאליר פון פנים,
א מעשה שהיה מיט מיר, קיין שום פרטים געטוישט.

קל וחומר » מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:15 am

· #493587
Re: הארטע בושות
ענטפער שיין איט וואז מי, איים סאו סארי, איי וואנט דו איט עגעין.

yesiknow » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:01 am

· #493590
בענבען
גלייך נאך מיין חתונה האט מיין שוויגער שיינערהייט צוגעגרייט נאכטמאהל פאר די יאנג קאפל און אויך געלייגט א טעלער מיט איזרעלי פיקל,
אין די זייט זיצט מיין שוועגערין, א יאהר אינגער פון מיין ווייב, און בשעת איך האב אריינגעביסן אינעם פיקל האט עס געגעבן א שפריץ (כידוע אסאך איזרעלי פיקלס האבן מער דזשוס ווי אנדערע) אויף מיין שוועגערין אין פנים,
זי האט געגעבן א שריי, איוו הו דיד דיז? זי האט געמיינט אז איהר ברודער וואס איז געזעצן דערביי האט איהר געוואלט טשעפענען, אבער ווען זי האט געכאפט אז ס'איז מיר געווען זענען מיר אלע געווארן רויט און איך האב זיך געוואלט באגראבן פאר בושה,

ביז היינט יאהרן שפעטער, זי האט שוין חתונה געהאט און האט קינדער ב"ה, אבער ווען מיר זיצן ביי א טיש און מען לייגט איזרעלי פיקלס קומט א געשמאקער שוואגער און דערמאנט פון די מעשה גענוג מיר צו טוישן אביסל די קאליר פון פנים,
א מעשה שהיה מיט מיר, קיין שום פרטים געטוישט.


פארדעם פירט מען זיך ביי אונז אין שטיב אז די נשים עסען אין קיך

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:55 am

· #493602
און וואו עסן די מענער?

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:37 pm

· #493689
סמבטיון
היינט אינדעפרי בין איך שטייצעך געגאנגן און מקווה, זעט אויס אז איך בין געווען זייער פאטראכט, און נישט כאפענדיג הייב איך אן אזוי אראפצושיילן מיינע וועש פון מיין קלעבעדיגן גוף און איך ווארף עס געמיטלעך גראד אינעם האנטעך בעסקעט וואס איז געשטאנען נעבן מיר, די העמד די הויזן און ווייטער אראפ, שוין, איך גיי מיר פרייליכערהייט און שאוער איך זינג זיך אונטער דער מינסקער ניגון, און איך הייב אן צו מאכן מיינע טעגליכע פלענער אונטערן שטראם פונעם שאוער, אההה.. פיין קאלט געווען, ויהי אחרי המבול, איך קום ארויס פון שאוער איך שפאן דערפרישטערהייט צוריק צו מיין פלאץ און איך וויל זיך אנטוהן, איך קוק איינמאל און נאכאמאל, און קיין זכר פון מיינע וועש איז נישט דא, חוץ מיין היט און רעקל און שיך איז גארנישט דא, וואס טוט מען? ווי זענען מיינע בגדים אהין געקומען? ווער האט זיך פארגליסט און א ר"ת גאטיע? ס'נעמט נישט לאנג און איך זעה מיין חבר שטיין ווי אדם פארן חטא ביים וואש מאשין און דערווערגט זיך פאר געלעכטער, הערט א מעשה, ווינאר מיינע וועש זענען אריין אינעם בעסקעט האבן נאך אפאר יודן אריינגעווארפן זייערע האנטיכער אונעם בעסקעט און דער גוי וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער כאפט אן דעם קארב און שיט עס אריין אונעם וואש מאשין

עס איז נישט קיין שלעכטע פלאן. לאמיר זעהן וועלכע מקוה גייט זיך צוכאפען צו דעם דער ערשטער.
נעמען א שויער... זיך ווייקען אין וואסער... און בשעת מעשה וואשט מען אויס די וועש

שעפטאל » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:08 pm

· #525358
וויפיל בושות קאסט דעם שמעק טאביק
דעם פרייטאג צו נאכט'ס האט די גאנצע ביהמ"ד ואני בתוכם געוואר געווארן אז שעפטאל האט גאר א הויכע קוויטשעדיגע קול.
ביי לכה דודי האט זיך מיך פארשמעקט דעם מינט שמעק
ביים אויבן אהן איז דא א חשובע'ר איד מיט א שטענדער פיהל מיט כל ערליי מינע טבק פלעיווער'ס
כ'גיי צו שטילערהייט, ער זעהט ווי איך קוק אויף די טבק, ער רוקט זיך גערן אוועק פאר מיך
כ'פיהל אהן דעם שפיץ פון מיין פינגער מיט אזא בערגל
כ'שטאפ צו די רעכטע נאז לאך, מ'לייגט דעם פינגער צום לינקען לאך, און מ'ליידיגט אפ דעם פינגער

אויף די לינקע זייט אינמיטן פון מיין קאפ שפירט זיך אזא כמו ברעין פריז. ס'רייסט אויף די צינורות ווי א דיינעמייט
די לינקע אויג הייבט אהן ווערט רויט און פארטרערט
די רעכטע זייט שטייט ראוג כאילו לא היה
די גאנצע לינקע זייט טוהט וויי, ס'וועגט, ס'שווימט
די בעל תפילה ענדיגט צו זינגען פני שבת נקבלה
און דעם באקאנטען טבק-נאך-ברכה קומט צו גיין. אבער נישט ווי געראכטן!! האפּטשארררר [האפּטשאררר'רינט] הילכגט אפ!!! ס'דינער'ט מיט אזא שכוחו וגבורתו אז כ'האב געמיינט די אויגן מיינע האבן ארויסגעפלויגן פון מיינע נאז לעכער


פארוואס קוקט יעדער?!!!!!!!!!!!!
וואס איז אזוי שיין פון מיין ברוינע טבק-נאז-בארד-בעקיטשע?!!!!!
אפי' די בעל תפילה האט זיך ארומגעדרייט און געבליבען פארקלאצט אויף מיך, די ביהמ"ד איז שא שטיל. יעדער ק-ו-ק-ט.
הייבט'ס שוין אהן זינגען התנערי פאר א גוט יאהר!!!

שערי יושר » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:23 pm

· #525361
Re: הארטע בושות
שעפטאל, האסט נישט געוויסט אז נאר זיידעס מעגן אריינשטיפן די געווירץ אין נאז ?

שעפטאל » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:26 pm

· #525363
אונז מעגן נאר די ווייסע שטויב. ששש. ווען קיינער זעהט נישט

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:40 pm

· #525365
שפעטאל: ווען איך נעם טאביק אלס גמילת חסד פאר דעם טאביק טיילער, לייג איך אריין דעם פינגער אין די פושקעלע און איך לייג עס צו צום נאז. איך לאז ארויס אזעלכע קולות ווי אההה... זיער א גוטער טאביק. פון וואו האסטו עס פארשאפט? ער הייבט אן פארציילן א גאנצע מגילה. און די גאנצע השתלשלות וויאזוי ער האט געפינען דעם "גוטן" טאביק...!

איך האב אפילו נישט געגעבן קיין (עכטן) שמעק...!

שערי יושר » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:03 pm

· #525371
שעפטאל איז א אור!

שעפטאל » זונטאג מאי 21, 2023 9:08 pm

· #525584
berlbalaguleh
שפעטאל: ווען איך נעם טאביק אלס גמילת חסד פאר דעם טאביק טיילער, לייג איך אריין דעם פינגער אין די פושקעלע און איך לייג עס צו צום נאז. איך לאז ארויס אזעלכע קולות ווי אההה... זיער א גוטער טאביק. פון וואו האסטו עס פארשאפט? ער הייבט אן פארציילן א גאנצע מגילה. און די גאנצע השתלשלות וויאזוי ער האט געפינען דעם "גוטן" טאביק...!

איך האב אפילו נישט געגעבן קיין (עכטן) שמעק...!
זיידי לאזט זיך נישט נערן...

אמאל געוועהן אין אונזער ביהמ"ד א ארץ ישראל'דיגע גאסט [זיין נאמען איז מיכאל רפאל אוריאל גבריאל. יא נישט קיין וויץ]. ער האט געשטעלט לחיים נאכן דאווענען. ער האט געהאט א תאוה צו מכבד זיין מענטשען מיט גאר שארפע האלעפינא'ס.
ער האט מיך מכבד געוועהן. בשעת די גהנום איז אין מיין מויל האט ער מיך געהייסן אריינצואטעמען טיעף. כ'ווייס נישט פונקטלך ווי אזוי ס'געשעהט אבער גלייך דערנאך הייבט מען אהן צו שלוקעצען. ער האלט זיין פאין גרייט און נעמט א ווידיא ווי יענער היקאפצט בשעת ער לאכט אריין ווי ארי סאמעט...
כהאב שנעל געכאפט א קאפ סעלצער. הייבט ער אהן צו שרייען נאַ ס'מאכט ערגער...

ווייסט איינער פון אזא פארשוין? ער לעבט נאך? ער טוהט עס נאך?

הייליגע קאקאש קעיק » זונטאג מאי 21, 2023 11:08 pm

· #525607
שעפטל: איך מיז געוואר ווערן ווי דו דאוונסט 😂
אבער גראדע איז עס א גוטע עצה, ארויפצוברענגען אלטע אשכולות, יישר כוח

שעפטאל » זונטאג מאי 21, 2023 11:59 pm

· #525614
געמעקט