☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין ביזנעס געדאנק, בילדער מאגאזין פון ארבייט׳ס מענטשן

מיין ביזנעס געדאנק, בילדער מאגאזין פון ארבייט׳ס מענטשן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10634

שטילע אינגערמאן » זונטאג יוני 19, 2016 11:38 pm

· #338355
מיין ביזנעס געדאנק, בילדער מאגאזין פון ארבייט׳ס מענטשן
מיינע קינדער קויפן וועכענטליך די בליק מיטן וואך וגו׳.
מאכט זיך כסדר ווי איך בלעטער אדורך די מאגאזינען אין צומאל דערקענט זיך קלאר ווי א געוויסע רב האט חתונה געמאכט אין ממש לאסט זיך פארטראגראיפען פאר א בילד, אין ס׳דערעקנט זיך קלאר אז ער האט געבעהטן אונגער בעל ה׳וואך, זאל אויס שטעלן די בילדער אזוי, ווי דער נגיד געבט מזל טוב זאל זיין גאנץ רעכטס אין ווי יענער רב טאנצט מיטן חתן זאל זיין אינגאנצן לינקס אין די העדער זאל שטיין ערשט זיין נאמען אין נאכדעים די מחותן נאמען וגו׳.

כ׳האב געהערט פון א באקאנטע אין די בילדער וועלט, אז די עורך ראשי שיקט צום רב פונקטליך ווי אזוי מ׳גייט עס ארויס שטעלן, אין די רב שיקט צירוק וועלעכע בילד זאל זיין גרעסער אין וועלכע זאל זיין קלענער, אמאל קען ער אפי׳ בעהטן מזאל שניידע יא פנים פון איינער וואס שטייט ביים זייט אדער מ׳זאל ארויס שניידען אינגאנצן א בילד, אין יעדער change וואס די רב מאכט קאסט געלט.
טאמער פארלאנגט ער נאך קאווערידז דארף ער תיכף שיקן עלעקטראניש געלט צום עורך ראשי.
עכ״פ אלץ פיין אין וואיל, ב״ה אידן מאכן געלט, וועם שטערט עס.

מיר אבער איז אנגעפאלן א געדאנק אז מ׳זאל ארויס קומען מיט א מאגאזין וועכענטליך פון סתם עמך מענטשן וואס האבן א אינטערעסיע צו באקומען קאווערידז, למשל איך בין א טעקסי דרייווער, פארוואס זאל נישט זיין א מעגעזין ווי איך קען אריין לייגן בילדער פון מיין נייע מיני ווען, א בילד ווי איך העלף א איד אריין לייגן די באקסיס אין די טראנק, נאך א בילד וועט ווייזן ווי איך האב אין די אונטערשטע זיץ ספעציעל א DVD פלעיער צו האלטן די קינדער רואיג דארך אויס די נסיעה, נאך א בילד ווי איך גיי מאכן א אויל טשענדז, אין א וואש פארן קאר. אזוי וועל איך קענען אנציען מיר קאסטעמערס אין כ׳וועל לייזן נאך אפאר גראשען.
למשל מיינס א ידיד איז א גראסערי מענטש, זאל ער קענען לייגן בילדער ווי ער טוט דילעווערן די באקסיס, נאך א בילד ווי איינמאל זיינע פרודוקטען ווערן עקספייערד ווארפט ער ארויס די גאנצע געשעפט.

א עקאונטענט זאל קענען לייגן בילדער פון זיין אפיס, ער איז אלץ גרייט אויפ צונעמען פרישע קאסטעמערס אין מסביר זיין קלאר די בעסטע וועג פון פארמונערען טעקס, ער זאל לייגן א בילד פון א טעקס ריטערן פון א כולל אינגערמאן ווי ער האט עיהם געמאכט 12 אלפים.
כ׳וויל פארשטיין פארוואס די רבנים קענען עדווערטייזן זייער קידוש לבנה מיט כיסוי דם בעפר אבער איך קען נישט עדווערטייזן מיינע סחורה.
העכטצענס וועט מען אין אונזער מאגאזין לייגן די לעצטע צוויי בלעטער בילדער פון רבנים, אזוי ווי די רבנישע מאגאזין טוט מיט אונז כדי ס׳זאל נישט ארויס קומען א איסור אויפן מאגעזין.

איך האלט אז אנשטאט אונז זאלן עדווערטייזן נאר מיט טעקסט א שטייגער ווי אין די weekly link, אין די רבנים מיט בילדער קען מען מאכן א טשולענט, אונז זאלן אויך עדווערטייזן מיט בילדער אין זיי זאלן אויך עדווערטייזן מיט טעקסט.
וואס איז אזוי פאני טאמער מוועט זעהן אין די torah times, אז די דזירקע מאכט חתונה היינט נאכט אין די עולם איז געבעהטן צו קומען מיט בגדי שבת.

מדארף טראכטן אינדרויסען פון די באקס, איך האלט אז סאיז א גוטע פיטש.
ערענצטע וואס זענען אינטרעסירט צו אינוועסטען ביטע זיך מעלדן אין אישי.

א איד » מאנטאג יוני 20, 2016 12:23 am

· #338367
Re: מיין ביזנעס געדאנק, בילדער מאגאזין פון ארבייט׳ס מענטשן
איך בין גרייט צו כאפן בילדער פון שטילע

יאסל ראקאווער » מאנטאג יוני 20, 2016 8:30 am

· #338396
פעלט אידישע ביזנעסער מיט אינסטעגרעם אקאונטס? פרינטן א מאגאזין נאר פאר מענטשן וואס האבן נישט אינטערנעט?

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 20, 2016 10:23 am

· #338404
שטילע, האט ארויסגעברענג א גוטע נקודה, אבער ס'נאך מער פון דעם, ווייל די מענטשן (ליין: רבנים) טוען דאס וואס אונז אלע טוהן. נאר אויב דארף איך טראכטן אז ער האט דערביי כוונת האריז"ל והרמ"ק והרמ"ע מפאנו און דערצו א רש"ש סידור אויפן זייט - דאס זעהט מען דאך נישט אויפן בילד, איז וואס איז אנדערש איך פון איהם. יתכן ווייל ער טראגט אקטיארן קליידער. ווייל קיינטשן די שטערן און פארגלייזן די אויגן טוה איך דאך אויך.

עכ"פ זיי טוהן דאס וואס יעדער טוט, אונז טוען דאס לשם ה' ווען זיי זענען מקיים די מצות לשם המצלמה. איז טאקע שטילע גערעכט ווען ארבעטס אידם בנוסף לזהם זענען זיך מיגע מיגיעת כפם להביא טרף לביתם.

קאמענטירער » מאנטאג יוני 20, 2016 11:06 am

· #338406
יאסל ראקאווער
פעלט אידישע ביזנעסער מיט אינסטעגרעם אקאונטס? פרינטן א מאגאזין נאר פאר מענטשן וואס האבן נישט אינטערנעט?

נו איך מיין אז דאס איז נאך בעסער איינער זאל גיין און מלקט זיין אלע לינקס פון אלע היימישע אינסטערגראם 👍 👍 👍 אקונטס!!!!!

געוואלדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 12:32 pm

· #338414
שטילע, איך שיק דיר אין אישי, א בילד היינט געכאפט, ווי איך טראג ארויס די גארביטש.

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 20, 2016 1:02 pm

· #338420
געוואלדיג
שטילע, איך שיק דיר אין אישי, א בילד היינט געכאפט, ווי איך טראג ארויס די גארביטש.


וועלעכע בעג?
תמונה%2042.jpg

zurich » מאנטאג יוני 20, 2016 5:27 pm

· #338452
דו וועסט קענען אריינלייגן א בילד אינעם מעגאזין ווי דו בלאקסט דעם רייסער'ס דרייוו וועי..