☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס איז ערגער (בעססער)?

וואס איז ערגער (בעססער)?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10632

65th » זונטאג יוני 19, 2016 8:29 pm

· #338325
וואס איז ערגער (בעססער)?
אללע גייען דאס אדורך
מע רעט א שידוך
מע פרעגט זיך נאך
עס ציהט ביין הארץ
דאס איז דאך גיט
ווי לאנג דארף מען ווארטען
מע האט שוין גמאלטן די גאנצע פאמיליע להיות עתידים
מע האט ספקות
ניין אפשר נישט
אין יעמאלט הייבט אהן דער דריק
לאמיר שוין צי ברעכען טעללאר
נאך דעם ווארט ווען אללעס איז רוהיג הייבט ציך אהן די ספקות
אפשר האט מען זיך צי שנעל גיאיילט?
אפשר האט מען נישט גיזעהן גיט?
אפשר אפשר
ניין!
מע טאר נישט טראכטן אזוי
לאמיר ג'יין ווייטר
וויא טיפער מע גייט ווערט ערגער
אפשר טויג עס נישט
אבער מע האט שוין ארויס גישיקט די חתונה בריף! וואס וועלען מענשען זאגען?
מע מאכט א באווארפן אללע פריין זיך אבער מע ווייסט נישט וואס צי טוהן
נאך די חתונה נייע פראבלעמן
איך האב גיווסט אז עס טויג נישט
שוין לאמיר ווארטען א יאהר מיט צוויי קינדער...
היינט קען אללעס גישעהן
מע לאזט אף א שידוך פאר די תנאים
מע מאכט חתונה אין די חתן / כלה באקימן קאלטע פיס
חתונה אהן שבע ברכות
מע זידעלט איינר דעם צוויטען
מיין חתן איז דער בעסטע בחור אין ישיבה גיוועהן
מיין כלה האט גיהאט די בעסטע שם
וואס פארא וועלט לעבען מיר היינט?


Sent from my iPhone using Tapatalk

65th » מאנטאג יוני 20, 2016 12:15 pm

· #338411
Re: וואס איז ערגער (בעססער)?
די פראגע איז ווען מודה זיין אז מע האט גימאכט א טעות אין ארויס גייען?
טאמער דע פראבלעמען זענען קליין דאן קען מען לעבען מיט זיי אבער טאמער דער אונטערשיט איז זעהר ווייט אין די פראבלעמען זעהר גרויס לוינט ווי פריהר צי ציטיילען


Sent from my iPhone using Tapatalk

65th » מאנטאג יוני 20, 2016 12:30 pm

· #338413
Re: וואס איז ערגער (בעססער)?
סיז נישט באטאמט צי צי ברעכען א שידוך
סיז ערגער קורץ פאר די חתונה
אדער קורץ נאך די חתונה?



Sent from my iPhone using Tapatalk

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 12:57 pm

· #338419
מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 3:28 pm

· #338433
בת קול
מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!


לאוו איז א טשויס, דעס מיינט די ״אייגענע טשויס״ נישט די עלטערינס טשויס! און אז די עלטערן ווילן טוהן שיינע רבישע שידוכים ווי עס פאסט פאר זיי איז עס פיין און וויואל אבער עס דארף נאכאלץ זיין צוגעפאסט פאר די קאפל, די קינדער דארפן נישט טוהן קיין שידוך צו באפרידיגן די עלטערן זיי דארפן אליינס פילן אז דאס איז באמת וואס זיי ווילן.

איך רעדט פון אייגענע עקספירענס ליידער...

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 4:35 pm

· #338438
love is a choice, אפילו ווען מען ווארפט צוזאם קעיק און קיגל.
Making it work IS THEIR CHOICE!


#פוןאנדערעעקספיריענס

חברהמאן » מאנטאג יוני 20, 2016 4:39 pm

· #338440
אין אינזער סאסייעטי מיינט לאוו אז מהארגט זיך נישט ארום טאג און נאכט

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 4:49 pm

· #338442
פארוואס, ווייל אזוי איז ביי דיר?

חברהמאן » מאנטאג יוני 20, 2016 4:55 pm

· #338443
בת קול
פארוואס, ווייל אזוי איז ביי דיר?


ב"ה ניין

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 4:58 pm

· #338444
בת קול
love is a choice, אפילו ווען מען ווארפט צוזאם קעיק און קיגל.
Making it work IS THEIR CHOICE!
פון דיין עקספעריענס קען איך זעהן אז דו האסט עס נישט געמאכט ארבייטן...
Too bad on you.

#פוןאנדערעעקספיריענס


אנטושלדיגט דו מאכסט נישט קיין טראפ סענס, נישט יעדע קאפל קען עס מאכן ארבעטן, נישט יעדע קאפל איז די זעלבע ווי ביי דיר, יעדע פאלל איז אנדערש!, ס׳געפעלט מיר ווי דו רעדסט פאר יענעם, פון ווי ווייסטו אז איך האב נישט פראבירט? האסט רוח הקודש? איך האב פראבירט מיין בעסט, און אויסגעגעגבן שווערע צענדליגער טויזענטער דאללארן פאר פארשידנע טערעפיסטן און ס׳האט נישט געארבעט! רעדט פאר דיר אליינס ביטע! און רעדט נישט פאר יענעם! איך קען אסאך מענשטען וואס האבן פראבירט אלעס און מיט דעם אלעמען האבן זיי זיך ג׳גט און היינט איז זיי אסאך בעסער אין לעבען!
חוצפה פון דיר יענעם צי Judgen אן די מינדעסטע אינפארמאציע אויף די זאך און אן בכלל וויסן פון וועמען מ׳רעדט! א גרויסע וויליאמסבורגע חוצפה!
#אלתדיןאת חברךעדשתגיעלמקומו

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 5:01 pm

· #338446
.

חברהמאן » מאנטאג יוני 20, 2016 5:03 pm

· #338447
בת קול
יא, עס זענען אלעמאל דא מענטשן וואס קומען זיך נישט אויס מיט קיינעם.

די האסט געמאכט מיין פוינט לאוו מיינט נישט זיך אויסקימען

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 5:07 pm

· #338449
בת קול
יא, עס זענען אלעמאל דא מענטשן וואס קומען זיך נישט אויס מיט קיינעם.


ממש אזוי??? פון ווי נעמסטו דעס? איך קען מענשטען ואני בתוכם וואס קומען זיך זייער גיט אויס מיט יעדעם איינעם און מיט דעם אלעמען האט זיך זייער שידוך בשום אין פנים ואופן נישט אויסגעארבעט, דו האסט מזל אז ביי דיר האט זיך אויסגארבעט, מיין נאנטע קרובה האט געהאט א מאן וואס האט איר עביויזט און געשלאגן (אפילו ווען זי איז געוועהן א קימפעטארין-א וואך נאכן האבן די בעיבי!) און זי האט פראבירט צו לעבן מיט אים פאר אפאר יאהר און זיי זענען געגאנגען צו טעראפי און צום סוף האט איר יעדער גע׳עצהט זיך צו גט׳ן.

איך גיי מיך נישט טעהנ׳ן מיט איינעם ווי דו וואס איז בכלל נישט ראצינאל און רעדט נאר פון אייגענע עקספירענס.

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 5:26 pm

· #338451
בת קול, דו בעסיקלי זאגסט אז יעדע צוויי מענטשען און יעדע מערידטש נישט קיין חילוק ווי אפגערוקט די צוויי מענטשען זענען און נישט קיין חילוק אויב איינער איז מענטעלי קראנק קען זיך עס אויסארבעטן??? און דיין גרעסטע ראי׳ איז אז ביי דיר האט זיך עס געארבעט? און ווילסט נישט הערן אז ביי טויזענטער אנדערע פעללער אפילו מ׳האט אלעס פראבירט האט עס דאך נישט געארבעט! דעס איז זייער פאנאטיש און זייער סובזשעקטיוו, איך קען גענוג און נאך מענטשען וואס האבן זיך ג׳גט און נאכאמל חתונה געהאט מיט א צווייטן און זיי זענען זייער צופרידן! אנטושלדיגט דו רעדסט ווי א קליין קינד!

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 5:52 pm

· #338455
אן עי סייד נאוט
מ׳פארציילט אז א איד איז אמאל אריין צום קלויזענבורגער רב זצ״ל און אים געזאגט אז ער איז זייער צובראכן, ער איז שוין חתונה געהאט פאר צוואנציג יאהר און ער קומט זיך נאכאלץ נישט אויס מיט זיין ווייב, האט די קלויזענבורגער רב זיך אנגערופן ״ווער קומט זיך דען אויס מיט די ווייב נאכן זיין צוואנציג יאהר חתונה געהאט״???

וואלווי » מאנטאג יוני 20, 2016 6:00 pm

· #338457
שבת אחים
אן עי סייד נאוט
מ׳פארציילט אז א איד איז אמאל אריין צום קלויזענבורגער רב זצ״ל און אים געזאגט אז ער איז זייער צובראכן, ער איז שוין חתונה געהאט פאר צוואנציג יאהר און ער קומט זיך נאכאלץ נישט אויס מיט זיין ווייב, האט די קלויזענבורגער רב זיך אנגערופן ״ווער קומט זיך דען אויס מיט די ווייב נאכן זיין צוואנציג יאהר חתונה געהאט״???


במחילת כבודו....

דאס דארף צו זיין א נארמאלער תירוץ פאר א צובראכענער יוד?

און את"ל אז יא, איז עס בכלל אמת? חוץ און זעלטענע פאלן וואס עס איז א מצוה זיך צי גט'ן איז געווענליך פונקט פארקערט און מ'קומט זיך בעסער אויס מיט די יארן.

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 6:04 pm

· #338458
שבת אחים
בת קול
מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!


לאוו איז א טשויס, דעס מיינט די ״אייגענע טשויס״ נישט די עלטערינס טשויס! און אז די עלטערן ווילן טוהן שיינע רבישע שידוכים ווי עס פאסט פאר זיי איז עס פיין און וויואל אבער עס דארף נאכאלץ זיין צוגעפאסט פאר די קאפל, די קינדער דארפן נישט טוהן קיין שידוך צו באפרידיגן די עלטערן זיי דארפן אליינס פילן אז דאס איז באמת וואס זיי ווילן.

איך רעדט פון אייגענע עקספירענס ליידער...


אוודאי דארף מען פרובירן עס זאל זיין ווי מער פאסיג. אבער איינס- אפילו עס איז נישט אזוי, נעמט עס נישט אוועק פון די פעקט אז לאוו איז בחירה.
די צווייטע זאך איז, אז זיי קענען עס דאך מאכן ארבייטן.
די דריטע זאך- ווען איך רעד פון מאכן ארבייטן קיגל מעט קעיק, האב איך נישט גערעדט פון דיספאנקשאנעל מענטשן.
פיר- עס קען זיין לאוו אין א מערידש וואס ארבייט נישט. גראדע זענען אויך דא מערידשעס וואס ארבייטן אן לאוו, וואס עס וואלט נישט געשאט זיי זאלן דאס טוישן. דאס מיינט נאך נישט, אז אויב מען קריגט זיך נישט רופט מען עס ביי אונז לאוו.
5- א מענטש וואס קומט זיך נישט אויס מיט קיינעם, פארשטייט נישט אזא זאך ווי מאכן ארבייטן, אדער ליב האבן איינעם, וואס וועט זיך נישט צושטעלן צו זיינע חלומות.
עניוועי, דו האסט מיר נישט געזאגט פארוואס לאוו איז נישט א טשויס.

קל וחומר » מאנטאג יוני 20, 2016 6:04 pm

· #338459
Re: וואס איז ערגער (בעססער)?
אמת איז עס נישט, אבער א גוטע תירוץ פאר א צובראכן יוד (וואס גייט זיך מסתמא ממילא נישט גט'ן) איז עס.
צרת רבים חצי נחמה איז א פסיכאלוגישע זאך, ס'ברויך נישט זיין אמת.

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 6:30 pm

· #338462
בת קול, פון ווי נעמסטו אז לאוו איז א בחירה? בכלל נישט!

דו זאגסט אז איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, כ׳מיין אז דאס מאל זאגסטו פארקערט פון א יעדעם איינעם, נישט איך, לערן דיך אויס יעדע פאלל איז אנדערש, האק נישט קיין טשייניק- לאוו איז אבסולאטלי נישט קיין בחירה! ס׳דארף זיין א נאטרליכע chemistry און מ׳קען נישט צווינגן איינעם ליב צו האבן א זאך וואס ער האט נישט ליב, דעס איז פשוטע א״ב! גארנישט קיין טיפע פאלעסאפי.

וואלווי » מאנטאג יוני 20, 2016 6:38 pm

· #338463
קל וחומר
אמת איז עס נישט, אבער א גוטע תירוץ פאר א צובראכן יוד (וואס גייט זיך מסתמא ממילא נישט גט'ן) איז עס.
צרת רבים חצי נחמה איז א פסיכאלוגישע זאך, ס'ברויך נישט זיין אמת.


אז ער האט עס געזאגט בדרך צחות אויף צו לעבען די מצב איז גוט.

די זעלבע איז מיט צרת רבים חצי נחמה. אויף א צייטווייליגע האלבע נחמה איז עס גוט.

אבער קיין האלבע ישועה איז עס זיכער נישט.

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 6:44 pm

· #338465
מאמע קול, דו מאכסט אסאך הנחות אן קיין פאקטן, למשל דעס וואס דו זאגסט אז איך זאג קעגן יעדעם איינעם און איך בין עפעס א איפכא מסתברא׳ניק, מיינסטו אוואדי צוזאגן אז איך האב אייגענע מיינונגען און איך פאל נישט אריין אין קיין Group thinking?

ס׳ווענדט זיך פון וועלכע פראספעקטיוו דו קוקסט אויב קוקסטו ארויס פון דיין שמאלע לאך בין איך טאקע פארקערט פון יעדעם איינעם, אבער אויב קוקט מען פון א אנדערע angle דעמאלסט קומט אויס אז דו זאגסט פארקערט פון די גאנצע וועלט. יעצט איך מאך מיט דיר א דיעל זאג מיר איין זאך וואס איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, און פאר יעדע זאך וואס איך האלט פארקערט פון יעדעם איינעם וועל איך דיר געבן צוויי זאכן וואס דו (מיט דיין גאנצע סביבה) זאגן פארקערט פון א יעדעם איינעם.

געדענק! יעדעם איינעם מיינט די מעינסטרים-גאס! און פון מעינסטרים ביסטו אסאך אסאך מעהר אפגערוקט פון א יעדעם איינעם ווי איך...

דו קומסט מיר פאר ווי א אמיש וואס מאכן חוזק פון די מענטשען וואס האבן וואש-מאשינס און פארן מיט א קאר!

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 6:56 pm

· #338466
בת קול, איך גיי דיר יעצט זאגן מוסר, חז״ל זאגן מכל מלמדי השכלתי, און איזה חכם הלומד מכל אדם איז אלזא וויל איך דיר זאגן אז פון מיין קוק ווינקל דארפסטו נאך אסאך ארבעטן אויף דיינע מידות! בעיקר וויאזוי יענעם צו Judgen! די וויליאמסבורגע חסידישע מענטאלעטי ליגט דיר נאך טיף באגראבן אין דיין געוויסן, לערן אביסל וואס חז״ל זאגן אין מס׳ אבות זאגן ׳אל תדין את חבריך עד שתגיע למקומו׳ און מאך א גדר נישט צו Judgen קיין מענטשען פאר דו קענסט נישט די מעשה אדורך און אדורך פון ביידע זייטן, און אז ביי דיר האט זיך דיין מערידזש אויסגעארבעט פיין מיינט נאכנישט אז ביי יענעם איז די זעלבע מעשה, הער אויף ארויסצוקוקן אויף די וועלט פון דיין פראספעקטיוו.

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 7:37 pm

· #338470
לויט ווי איך פארשטיי, וועלסטו זיך ווען עס קומט צו חז״ל.
איז פונקט ווי איך דיסריגארד עס דאן, וועל איך דא טון דאס זעלביגע.
(אויסער דעם וואס דו דשאדשסט מיר- ווייל וואס האב איך מיט ווילי איינגעשטויסן?)

בת קול » מאנטאג יוני 20, 2016 7:40 pm

· #338472
שבת אחים
מאמע קול, דו מאכסט אסאך הנחות אן קיין פאקטן, למשל דעס וואס דו זאגסט אז איך זאג קעגן יעדעם איינעם און איך בין עפעס א איפכא מסתברא׳ניק, מיינסטו אוואדי צוזאגן אז איך האב אייגענע מיינונגען און איך פאל נישט אריין אין קיין Group thinking?

ס׳ווענדט זיך פון וועלכע פראספעקטיוו דו קוקסט אויב קוקסטו ארויס פון דיין שמאלע לאך בין איך טאקע פארקערט פון יעדעם איינעם, אבער אויב קוקט מען פון א אנדערע angle דעמאלסט קומט אויס אז דו זאגסט פארקערט פון די גאנצע וועלט. יעצט איך מאך מיט דיר א דיעל זאג מיר איין זאך וואס איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, און פאר יעדע זאך וואס איך האלט פארקערט פון יעדעם איינעם וועל איך דיר געבן צוויי זאכן וואס דו (מיט דיין גאנצע סביבה) זאגן פארקערט פון א יעדעם איינעם.

געדענק! יעדעם איינעם מיינט די מעינסטרים-גאס! און פון מעינסטרים ביסטו אסאך אסאך מעהר אפגערוקט פון א יעדעם איינעם ווי איך...

דו קומסט מיר פאר ווי א אמיש וואס מאכן חוזק פון די מענטשען וואס האבן וואש-מאשינס און פארן מיט א קאר!


סאו דו האסט נישט געקענט ליב האבן דיין ווייב, ווייל דו האסט געקענט טרעפן 4 מענטשן וואס זאגן פארקערט ווי איר?

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 8:12 pm

· #338475
בת קול
לויט ווי איך פארשטיי, וועלסטו זיך ווען עס קומט צו חז״ל.
איז פונקט ווי איך דיסריגארד עס דאן, וועל איך דא טון דאס זעלביגע.
(אויסער דעם וואס דו דשאדשסט מיר- ווייל וואס האב איך מיט ווילי איינגעשטויסן?)


אוואדי איז דא זאכן וואס חז״ל האבן געזאגט וואס איז בריליאנט און איך אגרי מיט דעם, אבער דו אגריסט דאך מיט חז״ל מיט יעדע זאך, וואלסטו וועין געדארפט אויסהערן די זאכן וואס עטליסט יעדער איז מודה אז חז״ל איז געוועהן גערעכט.

וויליאמסבורגע מענטעלעטי קען מען האבן אז מוואוינט אין קענזעס אויך, סאיז א דזשאזשמענטאל מענטעלעטי אז א יעדער וואס האלט אנדערש ווי זיי אדער גייט אנגעטוהן אנדערש איז אויטמאטיש אפגעפרעגט.

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 8:15 pm

· #338476
בת קול
שבת אחים
מאמע קול, דו מאכסט אסאך הנחות אן קיין פאקטן, למשל דעס וואס דו זאגסט אז איך זאג קעגן יעדעם איינעם און איך בין עפעס א איפכא מסתברא׳ניק, מיינסטו אוואדי צוזאגן אז איך האב אייגענע מיינונגען און איך פאל נישט אריין אין קיין Group thinking?

ס׳ווענדט זיך פון וועלכע פראספעקטיוו דו קוקסט אויב קוקסטו ארויס פון דיין שמאלע לאך בין איך טאקע פארקערט פון יעדעם איינעם, אבער אויב קוקט מען פון א אנדערע angle דעמאלסט קומט אויס אז דו זאגסט פארקערט פון די גאנצע וועלט. יעצט איך מאך מיט דיר א דיעל זאג מיר איין זאך וואס איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, און פאר יעדע זאך וואס איך האלט פארקערט פון יעדעם איינעם וועל איך דיר געבן צוויי זאכן וואס דו (מיט דיין גאנצע סביבה) זאגן פארקערט פון א יעדעם איינעם.

געדענק! יעדעם איינעם מיינט די מעינסטרים-גאס! און פון מעינסטרים ביסטו אסאך אסאך מעהר אפגערוקט פון א יעדעם איינעם ווי איך...

דו קומסט מיר פאר ווי א אמיש וואס מאכן חוזק פון די מענטשען וואס האבן וואש-מאשינס און פארן מיט א קאר!


סאו דו האסט נישט געקענט ליב האבן דיין ווייב, ווייל דו האסט געקענט טרעפן 4 מענטשן וואס זאגן פארקערט ווי איר?

זיי זיך ביטע בעסער מסביר ווייל איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.

סאו די האסט ליב דיין מאן/ווייב ווייל פיר רבנים האבן געזאגט אז ענק זאלן לעבן צוזאמען אין הארמאניע!
האסטו געהערט א מעשה?

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 8:25 pm

· #338479
בת קול דעס אליינס אז דו ווילסט נישט הערן וואס איך זאג ווייל איך האב א אנדערע שיטה ווי דו און דיין סביבה מיינט א טיפיקל וויליאמסבורגע/חסידישע מענטעלעטי, אפשר/האפענטליך אז דו וועסטוך איין טאג כאפן ווי נישט גערעכט דו ביסט, סיי מיטן זאגן אז איך האב נישט קיין מיינונג ווייל איך האלט אנדערש פון דיר און פון דיין קאמיונטי און סיי פארן זאגן אז יעדע קאפל אן קיין אויסנאם קען זיך אויסקומען איינער מיטן צווייטן, סיי פארן זאגן אז לאוו איז א בחירה, דעס איז אלעס טיפיקל וויליאמסבורגע/קאשויער/בעלזער/וויזניצער/באבובער/סאטמערע/סקווירער/גערער/פאפא/העלבראנץ
רעטאריק אן קיין טראפ לאגיק און פאקטן.

#קבל את האמת ממי שאמרו

בת קול » דינסטאג יוני 21, 2016 10:13 am

· #338508
איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אוודאי האט די מענטש בחירה, איבער וואס ער האט ליב אדער נישט.
עס זענען דא פילע זאכן וואס א מענטש האט יא, אדער נישט ליב, און ער קען דאס טוישן אויב ער וויל נאר.

מעגסט כאטש פרובירן צו טוישן דיין נאטור.

שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 2:39 pm

· #338531
בת קול
איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם איז.
אוודאי האט די מענטש בחירה, איבער וואס ער האט ליב אדער נישט.
עס זענען דא פילע זאכן וואס א מענטש האט יא, אדער נישט ליב, און ער קען דאס טוישן אויב ער וויל נאר.

מעגסט כאטש פרובירן צו טוישן דיין נאטור.


דו הערסט נישט וואס מ׳רעדט צו דיר? ווער זאגט אז איך האב נישט פראבירט? מ׳רעדט דאך נאכדעם וואס איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט האב איך נאכאלץ נישט ליב געהאט מיין עקס, איך בין געוועהן כמעט פופצן יאר חתונה געהאט מיט א פרוי וואס איך האב נישט ליב געהאט לכתחילה און איך וואלט וועין קיינמאל נישט חתונה געהאט מיט איר ווען ס׳וואלט זיך געוואנדן אין מיר אליינס, דו פארשטייסט נישט אז סאיז דא אזא זאך אז צוויי מענטשען זענען נישט איינער פארן צווייטן???

זייער אסאך מאל ארבעט זיך עס אויס און אסאך מאל איז בעסער פאר יעדעם צו גיין ווייטער ווי איידער לעבן א פארביטערטע אנגעשטרענגטע לעבן.

איך זאג נישט אז מיין עקס איז עפעס שולדיג אדער עפעס, וואס איך זאג איז אז איך מיט איר זענען נישט געוועהן פאסיג איינער פארן צווייטן, און איך בין נישט די איינציגסטער- יעדן טאג גט׳ן זיך מענטשען מיט קינדער, האלטס אז זיי אלע האבן נישט פראבירט זיך צו לעבן אין גיטן?