☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "טאטע טאג"

"טאטע טאג"

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10626

תנא קמא » זונטאג יוני 19, 2016 2:48 am

· #338217
"טאטע טאג"
לכבוד "טאטע טאג", וואס פארא סארט טאטע האט איר, און וואס מיינט ער צו אייך?


מיין טאטע איז אן "אלד סקול" איד וואס איז מאמין אין וואוילע אידן.

מיין טאטע לאכט פון פאלשע צדיקים מיט פאלשע מענטשן בכלל.

מיין טאטע איז נישט קיין תלמיד חכם, אבער ער שעצט א ת"ח מיט'ן תנאי יענער האט מדות.

מיין טאטע רעדט נישט אסאך, אבער זיינע אויגן רעדן מער ווי איך קען הערן.

מיין טאטע ארבייט שווער פאר פרנסה, אבער באקלאגט זיך קיינמאל.

מיין טאטע שווייגט ווען מ'רעדט פאליטיק און מחלוקת.

מיין טאטע איז נישט א גרויסע בעל השגה, אבער ער איז א גאון אין פשטות.

מיין טאטע טוט חסד פאר אידן בלי פירסום.

מיין טאטע זאגט קיינמאל אז ער האט מיר ליב, אבער איך שפיר עס.

מיין טאטע האט אסאך צרות געהאט און זיין לעבן, אבער ער האט נישט געטיילט ווי אנדערע וואלטן.

טאטע, כ'האף וואלסט געקענט מיט מיר מער לערנען אדער רעדן, אבער דיין דמות איז מיר גענוג.

טאטע, כ'ווייס אז דו פילסט אומבאקוועם צו נעמען א האלז און א קוש, אבער היינט וועסטו עס פון מיר ממילא באקומען.

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג יוני 19, 2016 2:52 am

· #338218
טאטע! You suck
האסט געמאכט א שוואכע דזאב

טאמבל סאס » זונטאג יוני 19, 2016 2:50 pm

· #338259
Re: "טאטע טאג"
טאטי, דו עקסעפסט מיך ווי אזוי איך בין.

נישט נאר דו עקסעפסט מיך, נאר ס'איז נאך בבחינת יותר ממה שהעגל רוצה לינק וכו'. איי לאוו יו!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג יוני 19, 2016 2:53 pm

· #338260
Re: "טאטע טאג"
אפשר טאקע ווייל אין דער פאל איז טאקע דער פרה יונק מער... [emoji2]

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 19, 2016 2:57 pm

· #338262
מיין טאטע איז אן עמישאנעל מענטש אבער א שטילער. ער האט נישט די כלים צו קאמיונעקטן. ער האט מיר אלץ געשטיפט צו שרייבן און רעדן בציבור איך זאל מיך לערנן צו קאמיונקטן. יישר כח טאטע!

קל וחומר » זונטאג יוני 19, 2016 3:35 pm

· #338264
Re: "טאטע טאג"
מיין טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיק.

א פאסיק וואס איז מצמצם בלוט פארגיסונג.

א פאסיק וואס פאמפט ארויס ליבליכע בלוט, פארשטענדעניש צו יעדעם.

ער נעמט מיר אלעמאל ארום מיט ווארימע בלוט ליעבשאפט ווי א פאסיק.

ירח בן יומו » זונטאג יוני 19, 2016 3:46 pm

· #338267
רויטע וואנצעס
מיין טאטע איז אן עמישאנעל מענטש אבער א שטילער. ער האט נישט די כלים צו קאמיונעקטן. ער האט מיר אלץ געשטיפט צו שרייבן און רעדן בציבור איך זאל מיך לערנן צו קאמיונקטן. יישר כח טאטע!

שרייבן דא איז נישט ברבים אבער דאך וויל איך זיך אויך באדאנקן פאר דיין טאטע פאר דיינע הערליכע ארטיקלן.

תורה ומדע » זונטאג יוני 19, 2016 4:26 pm

· #338274
מיין טאטע האט גוטע איידיעס אבער נישט קיין טראפ סעלף קאנפידענס.

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:38 pm

· #347529
אינטערסאנט די וואס האבען די בעסטע ארויס די מענטש זענען זיינע אייגענע קינדער, אבער מיר וואס לעבן אין אזא נעגעטיווע וועלט אנשטאטס ארויסנעמען די גוטע מעלות וואס ליגט באהאלטען אין די עלטערן (ווייל יעדע מענטש האט גוטע זיטען) און זיך שפירען דאנקבאר פאר די כוחות און רואיגקייט וואס זיי האבען אוועקגעגעבן פאר אונז, זעהט מען און מען באמערקט נאר די שוואכע זייט.

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:04 pm

· #347536
וואס עלטערן טוען נאר נישט..
18.jpg

אייז קריעם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:49 pm

· #349565
מיין טאטע וויל איך זאל זיין אלעס וואס ער האט געוואלט זיין און עס איז אים נישט געגאנגען