☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קיין בריק פון האפענונג

קיין בריק פון האפענונג

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10625

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 17, 2016 10:36 am

· #338115
קיין בריק פון האפענונג
פרידן איז פארטריבן
פארטריבענע האבן קיין פרידן

א וועלט פון צער
א צער וואס איז נישט איינזאם

טרערן פון געשוואלענע אויגן
אויגן וואס זעען נישט קיין עתיד

הערצער וואס קלאפן פון שרעק
א שרעק פון נישט וויסן

צווישן מלחמה פייער און וואסער
אן קיין בריק פון האפענונג

קליינע מיידלעך מיט זייער דאלל
די זעלבע ווערד

קליינע אינגלעך אין די בלאטע
אן אייביגן אורטייל דארט צו פארבלייבן

עלטערן אויף די הייסע זאמד
אן רחמנות מ'ווארפט זאמד אין די אויגן

ווייל דו ביסט נישט מיר
ביי אונז אין מערב גלייבן מיר נאר אין זיך

דיין הויט קאליר מער זון געזעהן
דערפאר א גוט לעבן פארגעס פון זעען

דיין שפראך מאדנע און אומקלאר
קומט דיר נישט א קלארע האריזאנט

דיין רעליגיע פארדרייט
דיין שיף אוועקגעדרייט

גיי צוריק עסן קויל און פייער
אדער נעם א קויל צו ענדיגן דיין קאשמאר

דיינע קינדער דיר באגראבן
אדער דו באגראבן דיינע קינדער

מיר וועלן זעען די בילדער און שווייגן
ווייל שווייגן איז אזוי פיל גרינגער.

ביליג » פרייטאג יוני 17, 2016 12:07 pm

· #338134
Re: קיין בריק פון האפענונג
איך ווער עפעס צומישט ביים ליינען -אפשר דאס האסטו געוואלט...

קל וחומר » פרייטאג יוני 17, 2016 12:09 pm

· #338135
Re: קיין בריק פון האפענונג
דאס איז די גרעסטע קאמפלימענט וואס דו קענסט אים נאר געבן!

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 17, 2016 3:03 pm

· #338157
ביליג
איך ווער עפעס צומישט ביים ליינען -אפשר דאס האסטו געוואלט...


ווען מ'מישט אביסל אויף די מח קעמיקאלן, איז דא האפענונג אויף א נייע וועג פון טראכטן.

מפוזרי » זונטאג יוני 19, 2016 8:52 pm

· #338330
Re: קיין בריק פון האפענונג
הערליכע פאעזיע. אבער זאמד אין די אויגן האט מען, ווען מ'פארדרייט דעם קאפ נישט צו קאנטפראנטירן דעם פארדרייטן רעליגיע.

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 19, 2016 10:19 pm

· #338344
זאל זיין. ער איז נישט זאט, ער וויל אויך האבן מיינע לייקס. 😂