☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אלע תקנות וועגן אינטערנעט

אלע תקנות וועגן אינטערנעט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1062

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 12:26 pm

· #23346
אלע תקנות וועגן אינטערנעט
יעדע קהילה מאכט יעצט כינוסים
יעדע קהילה מאכט תקנות

מען דארף ווען מאכען א כינוס פין אלע כינוסים אין א ליקוט פין אלע תקנות וואס מען האט אויסגערופן ביי יעדע כינוס,
אין ביי די זעלבע צייט זאל מען אין קאווע שטובל אפמאכען אינזער 'דעת תורה' וומענס תקנות איז די מערסט ריאליסטיש אין צו די זאך

יעדער זאל נעמען א האנט

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 12:32 pm

· #23348
סאטמאר - ארונים
האט מען געמאכט א כינוס אנפאנג ווינטער
די תקנה איז געווען, מער טאר בכלל נישט האבען קיין קאמפיוטער אינדערהיים
אין ארבעט דארף עס א פילטער

סיון האט מען ציגעלייגט, כולל יונגלייט טארען נישט האבען קיין טעקסט
אין פארשטייט זיך אז א טעלפאון מוז האבען פילטער
אין זיי רעדן יעצט איבער די קהילה פילטער

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 12:33 pm

· #23349
אויב די ווילסט מאכען איין גרויסן כלל פון די אלע תקנות וועט אודאי ארויסקומען דעם איינציגען פרט אז די טארסט יעצט נישט זיצען אין קאווע שטיבל 😢

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 12:37 pm

· #23352
סאטמאר - זאלונים
האט מען געמאכט א גרויסע כינוס חודש תמוז ווי שוין דא באשריבן אין א באזינדערע אשכול
די תקנה איז לכתחילה געווען, קאמפיוטער נאר מיט א פילטער
אין טעלעפאון נאר מיט אימעיל - אזוי האט די רבי אויסגערופן שבועות
כולל יונגעלייט אן קיין טעקסט

למעשה הער איך אז מען האט געטוישט די טעלעפאון תקנה - עס דארף האבען א פילטער אבער מעג האבען אינטערנעט
אין מער רעדט פין קהילה פילטער

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 12:50 pm

· #23358
שלמה המלך
אויב די ווילסט מאכען איין גרויסן כלל פון די אלע תקנות וועט אודאי ארויסקומען דעם איינציגען פרט אז די טארסט יעצט נישט זיצען אין קאווע שטיבל 😢

איין מאל אינז האמיר אלע תקנות וועט מאכען א כינוס אין קאווע שטובל
אין אלע מעמבערס וועלן מוזן פאלגען
ווער נישט וועט זיין אחת דתו
אינז וועלמיר אפילו ארויסווארפען זיינע קינדער פין אינזערע קאווע שטובל

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 1:05 pm

· #23362
עס איז פארגעקומען לעצטנס
א כינוס אין שיכון סקווירא

א כינוס פאר חסידי באיאן

א כינוס פאר חסידי וויזניץ מאנסי

א כינוס פאר חסידי פאפא

אא''וו

לאמיך מאכען די פאזעל אין זעהן מי ומי ההולכים

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 1:06 pm

· #23365
אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 1:09 pm

· #23367
פאפא
האט מען געמאכט א גרויסע כינוס חודש סיון
די תקנה איז געווען אז קיינער טאר מער נישט האבען קיין טעקסט מעסעזש אויפן טעלעפאון

אלע קהלישע טוויטער גרופס זענען טאקע פארמאכט זייט דעמאלטס

שרייבער » מיטוואך יולי 11, 2012 2:37 pm

· #23390
קלאר

אינז וועלמיר אפילו ארויסווארפען זיינע קינדער פין אינזערע קאווע שטובל



איך ווארט אויף דעם...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2012 4:47 pm

· #23458
קלאר
אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות


דזשאסט קוריאס - וואס גייען זיי יא מאכן? וואס קען שוין זיין אנדערש? הארבער אדער גרינגער?

קלאר » מיטוואך יולי 11, 2012 6:29 pm

· #23490
שמעקעדיג
קלאר
אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות


דזשאסט קוריאס - וואס גייען זיי יא מאכן? וואס קען שוין זיין אנדערש? הארבער אדער גרינגער?

איך פארשטיי אז גרינגער, ווייל ר' חיים יושע'ס מוסדות באשטייען פין זייער א קליינע פראצענט פין זיינע חסידים, נישט אז די איבריגע זענען אלע ארונים נאר סתם עמך יודן
א חוץ פין דעם וואס אלע פרומע חסידים שיקן אין פרומע מוסדות

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 12:24 am

· #24926
כ׳האב נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט מיין שוואגערל אין מאנסי. זאגט ער מיר אז עס איז געווען א געוואלדיגע אסיפה "תקנה לדורות", און הרב אפרים וואקסמאן שליט"א האט כדרכו באנומען דעם עולם עד דכדוכה של נפש. א ביהמ"ד איבערגעפילט על כל גדותיו. ממש א קידוש השם זאגט ער מיר. בפרט צום סוף, ווען דער גאנצער עולם האט מקבל געווען עול מלכות שמים צוזאמען, הארט בעפאר מעריב.

ר׳ חיים יושע האט אויך גערעדט זייער ווארעם, דברים יוצאים מן הלב חוצבים להבות אש, אבער כדרכו, גאנץ שארף.

סך הכל די תקנות זענען גענוי ווי סאטמאר מהרז״ל, קאמפיוטער אין שטוב איז א דיעבד גדול און מוז ווערן מאושר ביי די וועד; טעלעפאן איז לכל היותר אימעיל, ולצורך גדול בהסכמת הוועד א קהלה פילטער, וועלכע מוז אויך ווערן אינסטולירט אין יעדן ביזנעס.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 12:56 am

· #24948
פארגעסן צוצולייגן. ער זאגט מיר אז מען האט גע'אסר'ט דאס ענין פון "שאפינג אנליין". פיריאד.
דאס איז מיר געווען א חידוש. כ'מיין דאס איז געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט?

לאדיך אפ » דינסטאג יולי 17, 2012 1:04 am

· #24951
וויזניץ מאנסי האט אויפגעשטעלט א וועד האישור און ווער סהאט נישט קיין צעטל פון וועד האישור קען נישט די קינדער צוריק קומען נעקסטע יאר.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 1:20 am

· #24957
און וואס זענען זייערע תקנות? אנדערש ווי סאטמאר? פליז גיב דיטעילס. א דאנק.

באשטעטיגט » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:20 am

· #59295
מעג מען ניצען די אינטערנעט פאר אנדערע זאכען נישט לצורך פרנסה ,אויב האט מען סיי וויסיי לצורך פרנסה ?

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:23 pm

· #59335
און ע"פ פסק הגר"ח קנייבסקי איז עס ביהרג ואל יעבור, אפילו אויב איר קענט זיך ראטווען דאס לעבן דורך די אינטערנעט, למשל שיקן א אימעיל צו רופן הילף ווען איר האט נישט קיין פאון סערוויס, מוזט איר זיך לאזן הארגענען על קידוש השם, אבער צום כלי המכונה אינטערנעט חלילה נישט צורירן.

באשטעטיגט » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 2:16 pm

· #59394
ישר כח פאר די תשובות ,
אויב קויפט מען עפעס לצורך פרנסה אויף די אנטערנעט מעג מען קויפן צוויי לצורך עצמו, צו זאגט מען מתוך שהותרה..?

באשטעטיגט » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 2:22 pm

· #59395
געפילטע פיש
און ע"פ פסק הגר"ח קנייבסקי איז עס ביהרג ואל יעבור, אפילו אויב איר קענט זיך ראטווען דאס לעבן דורך די אינטערנעט, למשל שיקן א אימעיל צו רופן הילף ווען איר האט נישט קיין פאון סערוויס, מוזט איר זיך לאזן הארגענען על קידוש השם, אבער צום כלי המכונה אינטערנעט חלילה נישט צורירן.

אינטרעסאנט אז פרנסה איז וויכטיגער ווי דאס לעבן, יש אדם שחביב עליו ממונו יותר מגופו!

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:28 pm

· #59473
באשטעטיגט
ישר כח פאר די תשובות ,
אויב קויפט מען עפעס לצורך פרנסה אויף די אנטערנעט מעג מען קויפן צוויי לצורך עצמו, צו זאגט מען מתוך שהותרה..?

דאס גייט אריין אין די שאלה פון ריבוי בשיעורין, אויב די איבעריגע קליק צו סעלעקטן צוויי פון די זעלבע אייטעם איז דומה למבשל לחולה בשבת, אדער לשוחט.

באשטעטיגט
אינטרעסאנט אז פרנסה איז וויכטיגער ווי דאס לעבן, יש אדם שחביב עליו ממונו יותר מגופו!

דאס איז נאר ביי אינטערנעט, מ'טאר אבער נישט מאכן קיין גזירה שוה אויף בוירט קאנטראל, דארט איז מען מתיר נאר פאר פיקוח נפש, אבער נישט לצורך פרנסה...

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:21 am

· #59572
[ציטאט אראפגענומען]

יא אבער מען קען דאך תשובה טוהן?

אגב דאכט זיך אז די השלכות פין דער כינוס האבען זיך אויסגעלאזט ווי א זייפען בלאז.
אלעס גייט ווייטער אהן, עולם כמנהגו נוהג.
די מוסדות האבען אנהייב יאר טאקע פארדרייט א קאפ אביסעל מיט פאפירען, אבער דאס איז עס.
זייט רעגיסטראציע האט מען נאך גארנישט געהערט וועגען דער אינטערנעט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:44 am

· #59576
נישט ממש, מען ארבעט נאך אין גרויסן.
די נייע קהלה פילטער, סיי אויף קאמפיוטערס (וועלכע איז נאך אביסל רוי) און סיי אויף טעלעפאנען (האלט נאך ביי א'), אנטשפרעכט צו זיין א דורכברוך.
ס'וועט זיין א "ריעל-טיים" פילטער.
ער וועט וויסן וועלכע פעידזש דיר אריינצולאזן נישט דורך א פרי-דיפיינד ליסטע, נאר ריעל-טיים פילטערינג.
ד.ה. ער וועט דיר אפילו לאזן קוקן יאטאב קליפס אויב איז עס פון די ערלויבטע קאטגאריעס, און צוריקהאלטן אומערלויבטע.
און מען ארבעט דערויף שווער.
דער איד און דער בלאט זענען כסדר ביזי מיט די מערכה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:57 am

· #59579
שמעקעדיג
נישט ממש, מען ארבעט נאך אין גרויסן.
די נייע קהלה פילטער, סיי אויף קאמפיוטערס (וועלכע איז נאך אביסל רוי) און סיי אויף טעלעפאנען (האלט נאך ביי א'), אנטשפרעכט צו זיין א דורכברוך.
ס'וועט זיין א "ריעל-טיים" פילטער.
ער וועט וויסן וועלכע פעידזש דיר אריינצולאזן נישט דורך א פרי-דיפיינד ליסטע, נאר ריעל-טיים פילטערינג.
ד.ה. ער וועט דיר אפילו לאזן קוקן יאטאב קליפס אויב איז עס פון די ערלויבטע קאטגאריעס, און צוריקהאלטן אומערלויבטע.
און מען ארבעט דערויף שווער.
דער איד און דער בלאט זענען כסדר ביזי מיט די מערכה.


ונזכה ונחיה ונראה.
דערווייל האבען עס צוויי פירמעס, און עס ארבעט ככה ככה.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 8, 2013 6:51 pm

· #113175
זעהט איהר, דאס הייסט תקנות קעגן אינטערנעט.
📎 75626_1_28685_2349024019.jpeg