☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אשכול אן א טיטל #1061

אשכול אן א טיטל #1061

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1061

— » מיטוואך יולי 11, 2012 12:19 pm

· #23340

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אברעמעל » מיטוואך יולי 11, 2012 12:26 pm

· #23345
מ'קען מען עס אפשר יא פארשטיין, דאס וואס יענער האט געשריבן האט ער אים קיינמאל נישט געגעבן, נאר געהאלטן ביי זיך און דאס האט ער אריינגעלייגט ביי זיך אין מויל, דאס וואס ער האט געשריבן זיינע אינישאלס האט ער געהאט נאכאיינס פון די זעלבע גרייט, און דאס האט ער געגעבן פאר יענעם אריינצולייגן.

kliger » מיטוואך יולי 11, 2012 1:11 pm

· #23368
קוק

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=QlllCxgAzuE&feature=related">http://www.youtube.com/watch?v=QlllCxgA ... re=related</a>

קוק די אנדערע אויך

נפתלי » מיטוואך יולי 11, 2012 1:14 pm

· #23371
אויב וואלסטו געוואוסט וויאזוי ער מאכט עס וואלט ער קיין קונצן מאכער נישט געווען...

kliger » מיטוואך יולי 11, 2012 5:28 pm

· #23470
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=wxgnqPE05dY&feature=related">http://www.youtube.com/watch?v=wxgnqPE0 ... re=related</a>

ביי די זייט איז דא אלע אנדערע חלקים

פליז איך דארף א לייק איך האב גארנישט..........

אברעמעל » מיטוואך יולי 11, 2012 5:40 pm

· #23474
אז דו וועסט לייגן אביסל איידעלערע לינקס קענסטו בעטן א לייק.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2012 7:49 pm

· #23508
אין בודקין ציצית למזונות. אז א איד בעהט א לייק, איז דאס מצות צדקה!

cookies » דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:13 pm

· #23799
can you find an 8 in one minute?
can you find an 8 in one minute?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:29 pm

· #23801
איך האב עס געטראפן אין ווייניגער ווי א האלבע מינוט

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:59 pm

· #23842
גם אני הקטן האב עס געפינען אין ווינציגער ווי א האלבע מינוט.

לעמיל » דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:02 pm

· #23845
שמואל הלוי
גם אני הקטן האב עס געפינען אין ווינציגער ווי א האלבע מינוט.

פארוואס טרעף איך עס נישט?

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:12 pm

· #23849
ווייל דו האסט נישט גענוג גוט געזוכט

גאלד » דאנערשטאג יולי 12, 2012 7:29 pm

· #23885
די ערשטע קליפ, ווען ער דרייט איבער די קארטל ממש פארן איינקנייטשן דרייט ער קינצלעך איבער 3 קארטליך שטאטס איינס, און ער קנייטש איין א קארטל וואס ער האט שוין געשריבן זיין אינישל בעפאר און ער געבט עס פאר יענעם אין מויל, ווען ער דרייט איבער די צווייטע מאל, דרייט ער איבער 2 קארטליך אזוי אז דער ערשטער קארטיל קומט ארויף אויבן און דאס לייגט אריין אין מויל

משה רוקח » דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:37 pm

· #23902
איך האב עס געטראפן אין זעקס סעקונדען.

cookies » מאנטאג יולי 16, 2012 3:00 pm

· #24581
What color?


Сoncentrate your attention on the green spot for about a minute, the longer you look at it the stronger the effect will be. Now rapidly move your look at the right part of the picture. What color is the Rose?

דעינעש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:07 pm

· #51821
אנאנים, פון ווי קומט דאס צעטיל אפיר ?!?, פון די רענצל\בריעף קעיס ??

ווייל ער מאכט א מצב פונעם רענצל און פונעם ראבבער הענטשוך פונעם רענצל וואס ער האט אנהייב געשטעלט ביי א שומר, ווען אפשר נישט באמערקנדיג שטופט מען אים\אדער טוישט ער שיך מיטן צעטל דערינען, סאמהאוי.

קווארטין » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:31 pm

· #51827
איך האב נאר געוואטשט ביז נאך ווען ס'צעטל ווערט ארויס גענומען פון די שיך, דאן האביך אביסל צירוקגעמישט שתי פעמים, זעע איך ווי עפעס באדערט ער זיין 'פאסיק', עז איף די הויזן איזעם נישט גענוג טייט..., איך האב אזא, נא וויזוי זאליך זאגן, כ'האב אזא, לאמיר זאגן 'קפידא', אז ווען איך אבזערוויר א מעדזשישען, באטראכט איך יעדע איבעריגע באוועגונג, וואס אויבן אויף קוקטעס אויס נאטורליך, אבער אלעס האט א סיבה, דא לאזט זיך זאגן אז בשעת'ן פיקסן דעם פאסיק זיינע, שיסט ער אריין ס'צעטעל אין די הויזן וועלכע איז דרך אגב גענוג לאנג אז ס'דעקט היבש איבער הונטן ביי זיין שיך, אויב העסט גוט קוקען, העסטע זעען ווי נאכן זיך 'פאררעכטן' ס'פאסיק זיינע, מאנעווערירט ער עפעס מיט זיין פיס, ער הויבטאס אפי' א טראפקעלע אויף, ס'צעטעלע זאל אריינפאלן אין די שיך זיינע, בלייבט נאר איבער די שאלה, וויזוי האט ער דאס בכלל באוויזן אפצושרייבן אויפן צעטל, פאר אונז איז דאס א שווערערע פראבלעם, אבער כ'מיין פאר א מעדזישען, אידאס נאך פון די גרינגערע פראבלעמען, בפרט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע, בכלל מייניך אז בעפאר זיי פאוסטן אזא קליפ, שניידן זיי נאך זאכן וואס לייוו אידאס שווער צו אויפצופאסן אבער אויף קליפ קען מען דאס גרינגער קעטשן.

גוטזאגער » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:05 am

· #52001
אברעמעל
אז דו וועסט לייגן אביסל איידעלערע לינקס קענסטו בעטן א לייק.

אהא הייסט עס אז ביי דיר איז די לינק אומאיידעל? ביי מיר איז די לינק אומאויסגעהאלטען!!!

קען זיין אז דו ווילסט נאר רעדן איידעל.....

דעינעש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:45 pm

· #52020
פען און טעללער באקומען נישט באצאלט פאר'ן פרעפארמען!?, זיי ארבעטן פולקאם מיט לכאורה. אן אדער מיט 'ן וויסן די דריידל.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:13 pm

· #154076

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:46 pm

· #162620