☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פעטיציע פאר שלום

פעטיציע פאר שלום

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10598

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 7, 2016 6:22 pm

· #337046
פעטיציע פאר שלום
ס'האט זיך געגרינדעט א פעטיציע ווי מ'פארלאנגט אז די צוויי סאטמערע לאגערן זאלן מאכן שלום איין מאל פאר אלעמען.

גענוג איז גענוג! שרייט דער בעל הפעטיציע. צופיל קרבנות האט די מחלוקה שוין אפגעקאסט, אפגערעדט די חילול השם, מסירות און הלבנת פנים.

פעטיציע

קנאקעדיג » דינסטאג יוני 7, 2016 6:37 pm

· #337050
אויך לויפט א פעטישען צו סטאפן אנטי ישראל ארטיקל אין סאטמארער צייטונג

פעטישען

טמיר » דינסטאג יוני 7, 2016 6:39 pm

· #337051
Re: פעטיציע פאר שלום
סעט גארנישט העלפן. מחלוקת לש"ש סופה להתקיים

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 6:49 pm

· #337055
אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.

ליפא » דינסטאג יוני 7, 2016 6:51 pm

· #337056
שבת אחים
אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.

פארוואס זאגסטו אזוי? האסט שוין פרובירט די האלאפצעס פון סאטמאר טעקאוט? ס'גוט

איך אויך » דינסטאג יוני 7, 2016 6:52 pm

· #337057
משה G איז משה גבאי? און ער ארבייט גאר צוזאמען מיט שמעון וואלף אה ימות המשיח.

שמיטשיק » דינסטאג יוני 7, 2016 9:29 pm

· #337092
עס האלט שוין ביי 140 שטיצער...

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 9:33 pm

· #337094
ליפא
שבת אחים
אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.

פארוואס זאגסטו אזוי? האסט שוין פרובירט די האלאפצעס פון סאטמאר טעקאוט? ס'גוט


קען זיין, איך עס נישט קיין פלייש מעהר, ספעציעל נישט פון די סאטמארע רשעים.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 7, 2016 9:45 pm

· #337101
נישט אויסגעהאלטן צו מאכן שלום. אויב מ'מאכט שלום וועט מען עובר זיין אויף דחיקת הקץ.

קל וחומר » דינסטאג יוני 7, 2016 10:34 pm

· #337119
Re: פעטיציע פאר שלום
/

איך אויך » דינסטאג יוני 7, 2016 10:38 pm

· #337121
.

65th » מיטוואך יוני 8, 2016 12:48 pm

· #337183
Re: פעטיציע פאר שלום
וויא לאנג מע קריגט זיך קויף איך פלייש פין ביידא סאטמאר וויל יעדער קאנטראלירט דעם אנדערן
טאמער חלילה ווערט שלום מיז מען גיט טראכטן ביי וועם ציא קויפן


Sent from my iPhone using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך יוני 8, 2016 1:17 pm

· #337195
מיין מיינונג איז אז ס'איז שוין שלום

אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך

ס'האט יעצט ווען געדארפט פארקומען מעיאר וואלן אין קר"י און ס'איז נישט געווען סאו וואס נאך ? אנעקסעישן איז א סימפל סכסוך פון ביזנעס וואס נאך ?

ווען רז"ל'ס מענטשן זאלן ווען נישט אריינרעדן אין סאקמערע בית החיים וואס צו טאן וואלט געווען איין מחלוקה מיט א שיין ביסל לה"ר ווייניגער

סאו מיין איך אז יעדער זאל זיך אנהייבן צו קוקן ביי זיך און נישט קוקן ביי יענעם והכל על מקומו יבא בשלום

איי די משפחה פאר זיך איז צופליקט און מ'רופט נישט געהעריג צו קיין שמחות דאס איז דאך א משפחה מחלוקה מ'דארף עפעס זיין ביזי מיט יעדענ'ס משפחה קריגערייען

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 8, 2016 1:30 pm

· #337201
גאנצל
אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך


גערעכט, אין טעאריע איז שוין טאקע שלום, מען דארף נאר אויסארבטן אפאר שאלות להלכה, צי צומת הגידין פלייש אדער שחיטה מונחת איזה מהם עדיף, וכן אריזאנע אדער לאנג איילענד ווייץ, און בעיקר גדר פילטער אדער משומר, וועלכע איז מער באוויליגט פארן אייבערשטן, וועלכע איז מער עקסטרעם?

נאך די פאר קלייניגקייטן איז מסודר, איז די איבריגע שוין גארנישט, כ'קען שוין זעהן @שעפטל טאנצן הקפות אין ראדני און @גאלד קומען חנוכה הערן חשוף ביי רז"ל, און @גאנצל וועט גיין מיט א קוויטל צו רז"ל און אים א קוש טאן אין האנט מיט עהרעפורכט און דערנאך לויפן קויפן "דער איד", בעת @מר. קלונימוס וועט קויפן דער בלאט און עסן אריזאנע מצות אין הופער.

גאנצל » מיטוואך יוני 8, 2016 1:36 pm

· #337207
איך גיי נישט צו רז"ל מיט א קוויטל פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין איין אנדערע רבי חוץ צו מיינעם

איך גיי נישט צו רז"ל צו הקפות פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין צווייטן

דעס הייסט נישט קיין מחלוקה
(ווילסט דוקא וויסן וואס עס מיינט א מחלוקה אז מ'גייט מאכן א זאל אין יענעם טעריטארי ווען יענער איז נישט מסכים אבער איך פון מיין זייט בין צו דעם אויך מסכים)

יעצט בנוגע די אנדערע זאכן ווי צומת הגידין דאס איז דאך הלכה זאכן איינער איז מקיל און איינער איז מחמיר דעס האט גארנישט צו טון מיט מחלוקת איך זאג פון מיין בליק קען זיין אנדערע האלטן זיך צוריק צו עסן פלייש וועגן פאליטישע חשבונות אבער איך מיין אז ס'איז שוין דא ווייניג היינט פון דעם

גאלד » מיטוואך יוני 8, 2016 4:54 pm

· #337249
ווען מ'זאל ארויסשטויסן אלע אלטגעזעסענע פירערס פון ביידע קהילות
און מ'זאל כאפן 10 רענדאם סאטמארע אידן פון די גאס, זיי אריינזעצן אין די ווירטשאפט,
וואלט שוין 15 יאר צוריק אין איין טאג געווארן עמטליכע פולקאם שלום,

איך האב קיין ברעקל ספק אין דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 8, 2016 5:00 pm

· #337250
Re: פעטיציע פאר שלום
איך בין גרייט אויף שלום, פארשטייט זיך נאר טאמער יענער בויט נישט קיין זאל אין מיין טעריטארי.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

בעל מדות » מיטוואך יוני 8, 2016 6:18 pm

· #337257
גאלד
ווען מ'זאל ארויסשטויסן אלע אלטגעזעסענע פירערס פון ביידע קהילות
און מ'זאל כאפן 10 רענדאם סאטמארע אידן פון די גאס, זיי אריינזעצן אין די ווירטשאפט,
וואלט שוין 15 יאר צוריק אין איין טאג געווארן עמטליכע פולקאם שלום,

איך האב קיין ברעקל ספק אין דעם.

מען האט געווידמעט א צימער נעבן די מיסט קאסטן ווי דארט זענען וועלקאם אלע סארט צימעסערייען, בייסערייען, חסידות'ערייען, און קריגערייען, פארן כבוד פונעם פלאץ, ביטע גייט אראפ פון פרעמדע פראפערטי.

גאנצל » מיטוואך יוני 8, 2016 10:27 pm

· #337313
[ציטאט אראפגענומען]


יענע יארן איז טאקע געווען מחלוקת אבער היינט איז שלום מ'לויפט נאך צו ניוז 12 וועגן יענעםס ביה"ח אבער דעס איז נאר א זייטיגע קלייניקייט אבער חוץ מזה איז שלום

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 8, 2016 11:00 pm

· #337324
ווי האט יענער געזאגט: יא, מ'שלאגט טאקע אבער כבר היה לעולמים, מ'פארברענט א קאר אבער ס'איז ווייטער שטיל.

מיט אזא שלום, ווער דארף מחלוקת

גאנצל » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:48 am

· #337406
אטע דאס איז א סעמפל פון שלום וואס דו זוכסט ארויפברענגען אלטע חטאים און זאגן זעהסט ס'איז נישט קיין שלום

דו ווילסטוך נישט אז ר' אהרן זאל זאגן אז מ'קען זיך באגיין אנע בודק זיין צומת הגידין און די זעלבע ווילסטו נישט פארלאנגען פון רז"ל אז ער זאל זאגן אז מ'מעג נאר עסן מונחת -דאס האט סיי ווי מיט הלכה- דו ווילסט נישט ר' אהרן זאל זאגן שבת הגדול דרשות אין ראדני און די זעלבע איז ביי רז"ל אין ק"י דו ווילסט נישט ר' אהרן זאל אריינרעדן אין דיין ביה"ח און ר"א וויל נישט רז"ל זאל אריינרעדן אין זיינס און פארטיג והכל על מקומו יבא

נאר וואסע דען יעדער זאל זיך האלטן צו זיינס און אפלאזן יענעם

און איך מיין מער ווייניגער האלט מען ביי די מדריגה ס'איז נישט אזוי ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:03 pm

· #337408
און דאס רופסטו אן שלום? אדער ענדערש א פאסיווע מחלוקת עט בעסט?

גאנצל » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:10 pm

· #337411
וויזניץ מיט סאטמאר קריגן זיך אדער יעדער איז פאר זיך ?

די פוינט איז מ'האט זיך אפגעקריגט און יעצט זאל יעדער גיין פאר זיך ממה שנפל בגורלו

און איך מיין אז ס'האלט דארט כמעט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:16 pm

· #337413
Re: פעטיציע פאר שלום
די שטילע מחלוקת איז, אין א וועג, ערגער ווי דער אפענע. ווען יעדער הלכה ווערט כפוף צום מחלוקת, יעדער כלל אויפטוה דארף האנדלען די פאליטיק, הייסט'ס יעדער פארלירט. ווי מ'גראבט א קבר (צו נישט), ווי מ'האט א בעסערע שחיטה (צו ערגער), ווי מ'טוט אויף לגבי אינטערנעט (צו נישט), האט מען א פראבלעם.
דאס איז, לדעתי, ערגער ווי א פאר פעטש ביי הקפות שמע"צ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:24 pm

· #337416
ליטוואק פון בודאפעסט
די שטילע מחלוקת איז, אין א וועג, ערגער ווי דער אפענע. ווען יעדער הלכה ווערט כפוף צום מחלוקת, יעדער כלל אויפטוה דארף האנדלען די פאליטיק, הייסט'ס יעדער פארלירט. ווי מ'גראבט א קבר (צו נישט), ווי מ'האט א בעסערע שחיטה (צו ערגער), ווי מ'טוט אויף לגבי אינטערנעט (צו נישט), האט מען א פראבלעם.
דאס איז, לדעתי, ערגער ווי א פאר פעטש ביי הקפות שמע"צ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


דעס אלעס קומט ווייל מ'קוקט וואס טוט זיך ביי יענעם און מ'רעדט אריין דעס דארף זיך אויפהערן לגמרי ווען ר"א איז מעורר וועגן צומת הגידין ווער עס וויל זאל אים אויסהערן און ווער נישט , נישט און קוק נישט צו ער איז משנה פונעם רבין זכרונו וכדו' און צומאל קומט נאך צו פרעזענליכע אטאקעס וואס האט בכלל נישט קיין פירוש עטענשאן וכדו'

און די זעלבע ביי ר"א'ס לאגער ווען רז"ל מאכט עפעס א תקון אין דת

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:36 pm

· #337420
גאנצל, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער נישט דאס מיינט ביי מיר "א פעטיציע פאר שלום", שלום מיינט אז די זאלוינים און אהרונים זאלן אויך מקיים זיין 'ואהבת לרעך כמוך', אלע אחים לדעה זאלן זיך ווייטער ליב האבן וחדש ימינו כקדם, אודאי מעגסטו האלטן וועלכע רבי דו ווילסט, אבער יעדער זאל ליב האבן דעם צווייטן אן קיין טינא בלב, און אויך למשל אז די צוויי רבי'ס ברודער זאלן זיך משתתף זיין ביי שמחות איינער מיטן צווייטן (עם איי עסקינג טו מאטש?)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:37 pm

· #337422
ביסט האלב גערעכט. דו נעמסט אן כאילו ער רעדט לפי תומו און דער צווייטע הייבט אן מיט'ן רבי ז..... דער אמת איז, ווען ער וואלט איין מאל געגאנגען צו א בר מצוה צו חתונה ביי זיין ברודער, וואלט ער דאך נישט געהאלטען אזעלכע דרשות. פונקט ווי דער סאטמארער רב האט דאך אלס געטוהן אין כשרות דורך די התאחדות. נאר היינט א דאנק די מחלוקת טוט מען עס אויף אזא אופן אין דאס איז דער חרבן

גאנצל » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:55 pm

· #337427
איך מיין אז רובא דרובא האבן זיך נישט פיינט עטליסט איך קען נישט קיין סאך מהר"א'ס וואס וועלן זיך שטעלן סתם שימפען אויף רז"ל אדער אויף זיינע מענטשן איך בין מדגיש איך רעד נישט פון ביז פאר 5 יאר צוריק וואס דאן איז געווען די מחלוקה בתפארתו ליידער עכ"פ די צוויי לאגערס זענען געווען אין צוויי מיינונגען פאר 25 יאר צוריק אויך ס'האט נאר נישט געהייסן ארונים זאלונים סאו ס'איז ניט ארגער פון דעמאלט און דעס הייסט נישט ביי מיר מחלוקת ס'הייסט מיינונגס פארשידנהייטן


די משפחה מחלוקה איז נישט מיין פראבלעים דאס איז זייערס און אויב די פעטיציע איז געשטעלט פאר די צוויי ברודער זאלן זיך משתתף זיין ביי שמחות דעמאלט ביסטו גערעכט

גאלד » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:58 pm

· #337428
מאנכע נאיעווע זענען נישט משיג דא א יסוד גדול,

מצד הזאליס איז די מחלוקה א לכתחלה שבלכתחלה
נישט פשט אז בתהום לבבם לעכטס מען פאר שלום, נאר ליידער די אומשטענדן לאזן עס נישט צו,
אבערוואס,
דער תכלית הנרצה איז דוקא צו זיין לעולם ועד אין א קריגס צושטאנד קעגן אהרן טייטלבוים,
און איך זאג עס נישט ווייל איך עפעס באקאנט מיט די הויכע זאלי פערזענליכקייטן,
איך זאג עס ווייל איך בין זייער גוט אויסגעקאכט מיט "שיטת" הזאליס,
איך פארשטיי עס הדק היטב היטב הדק,

ודוק ותשכח כי אמת ונכון הדבר כי קצרתי

ליפא » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:05 pm

· #337432
גאלד איך האב שוין געזען אהרן טייטלבוים ביי אסאך זאלי חתונות, זיין מוזיק איז גאנץ גוט און כ'מיין אפילו ביליגער ווי פרייליך. אויב מיינסטו אהרן טייטלבוים דער אדמו''ר, איז דאך דא תקנות אין קש אז מ'מוז שרייבן א טיטל פאר יעדע פערזענליכקייט

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:37 pm

· #337434
פונקט לעצטענס האב איך געהערט אז לוח המודעות דריקט באזינדערע צעטלעך פאר די ארונים און זלונים בתי מדרשים ווייל קיינער לאזט נישט הענגן א צעטל און זיין שול ווי דער אנדערער רופט זיך סאטמאר.
אבער ווער קריגט זיך דען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:45 pm

· #337435
אולי זאל דאס זיין דער הסכם - איינער וועט זיך רופן סאטמאר 13, און דער אנדערער סאטמאר 52, והכל על מקומו יבא ב....???

גאנצל » דאנערשטאג יוני 9, 2016 2:28 pm

· #337439
שמעון וואלף
פונקט לעצטענס האב איך געהערט אז לוח המודעות דריקט באזינדערע צעטלעך פאר די ארונים און זלונים בתי מדרשים ווייל קיינער לאזט נישט הענגן א צעטל און זיין שול ווי דער אנדערער רופט זיך סאטמאר.
אבער ווער קריגט זיך דען?


מ'קען שרייבן אויף ביידע די זעלבע נאר שרייבן די אדרעסן

בקיצור בעצם איז די פעטיציע צו די צוויי ברודער און צו נאך 5 % פון די המון עם וואס די 5 % באשטייט בעיקר פון די ראשי הפארטייען ראשי קהלה וכדו'
איז דאך שוין גאלד יא גערעכט מיט זיין ערשטע תגובה בענין זה

אין א סייד נאוט דא גייט זיין איין טאג אינגאנצן שלום און ס'גייט קומען מצד מהר"א ס'איז נישט קיין נביאות ס'איז א פילינג געבעיסט אויף היסטערי אבער ס'קען זיין איך פאפ מיך