☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים ארג

אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים ארג

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10591

הירץ אייכל גומפרץ » מאנטאג יוני 6, 2016 10:20 pm

· #336858
אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים ארג
א אינגער אויסגעשפראכענער הערעטיק און מעמבער פון די OTD קאמיוניטי אין לאנדאן וואס האט נישט לאנג צוריק פארלאזט געצעד ישיבה איז היינט באפוילן געווארן צו עוואקואירן א שוהל אין גאלדרעס גרין נאכדעם וואס ער האט גערעדט אין עניני אמונה דיבורים מיט וועלכע די וואס האבן זיך דעמאלס געפונען אין שוהל, האבן נישט מסכים געווען.

דער יונגערמאן האט ווי עס שיינט זיך פארגלוסט צו פראוון א פוינט און וועלענדיג זייער אדורכשמועסן מיט עמיצן די דרייצן אני מאמינס און דוקא וועלן לאזן הערן זיינע מיינונגען איבער זיי איז ער אריין אין א חרדישע שוהל און פארפירט א העפטיגע שמועס מיט די אנוועזנדע. פיהלענדיג זיך באדראהעט האט דער ראביי אים פארארדנט איבערצולאזן די שוהל אבער ווען ער האט זיך אנטזאגט האט דער רב פון דער ביהמ"ד קיין אנדער ברירה נישט געהאט נאר אראפצורופן די אגענטן פון די אידישע שומרים אגענטור אז זיי זאלן דעם יונג אנכאפן ביים קארג און בעל כרחו ארויספירן פון דארט. לאמיר איבערגעבן דעם אינגערמאן דאס ווארט לויט ווי עס איז באריכטעט געווארן אויף זיין פעיסבוק וואנט:

I need some legal advice please:

I have been banned from entering a chareidi synagogue in Golders Green after expressing my religious beliefs on its premises. The synagogue members felt threatened by their children's exposure to different ideas, and the rabbi called Shomrim ( the chareidi community police) to physically evict me, which they did.
As a social experiment (inspired by Danny Shine, social experimentalist [look him up on YouTube]) I contacted the police, who told me that the rabbi had the right to evict me as this was his private property.
The question is, is this legally correct? Does a synagogue have the status of a private property, from which the "owner" can evict whomever they wants? Or does it have the status of a public area, in which case they have no right to ban me without proving that I am disturbing social order?

Back to the story, I really enjoyed tonight's encounter with people. I saw the ugly side of people, and the good side of people. The commotion that I caused by being nothing more than myself, showed me how powerful one human being can be when acting with respect and dignity but with confidence and conviction. People who would otherwise wish that they never encountered anyone with different beliefs to them, had to swallow my polite, but firm decline to leave the area. After making sure that I was on public ground, I explained to them that I take their words as a request, but that in a public space they cannot tell me what to do, although they might not like me or what I am doing.
[I cannot recommend strongly enough for whomever has not yet come across Dani Shine on YouTube, to look up his channel Social Experimentalist (which can be found here: <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/user/spiritualentertainer&#41;">https://www.youtube.com/user/spiritualentertainer&#41;</a>.]

Whoever has any info on the legal aspect of the matter, please let me know, so I can have some fun.⁠⁠⁠⁠

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 6, 2016 10:23 pm

· #336861
על זה אמרו, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

ירא שמים » מאנטאג יוני 6, 2016 10:27 pm

· #336862
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
אה, דאס בוסטו געווען?! בוסט א העלד!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 6, 2016 10:39 pm

· #336867
האט די שומרים שלעק גורם געווען ער זאל אנהייבן גלייבן אין שכר ועונש?

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 6, 2016 10:41 pm

· #336869
ב"ה אז מיר האבן א שומרים. איך קען זיי זען נאך אביסל באקוקן יעדנ'ס רענצל אויב מען ברענגט נישט חלילה אריין א מורה מיט זיך. נאר אויף צרות און שלעק זענען זיי גוט.

קל וחומר » מאנטאג יוני 6, 2016 10:51 pm

· #336872
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
עליהם אני קורא: שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך.

ביבער » מאנטאג יוני 6, 2016 10:58 pm

· #336876
ער האט גערעדט צו קינדער, רעדן צו קינדער איז איינגעשטעלט ווייל זיי זענען נישט רייף.

קאמענטירער » דינסטאג יוני 7, 2016 6:43 am

· #336916
איך האלט אויך אז אזא איינער זאל ווערן ארויסגעשיקט פון שול, קיינער הענגט נישט אויף אין ביהמ''ד א צעטיל '' דא האט מען די פרייהייט פון ווארט'' כמיין סאיז פונקט ווי איינער זאל גיין אין די ווייסע הויז און העצן קעגן אמעריקא, כווייס נישט צו דארטען וועט די סיקרעט סערוויס יענעם ארויסווארפען, אבער עכ''פ דא און די ביהמ''ד וואס האט א פריוואטע בע''ב האט זיכער א הגיון פארוואס ער זאל משלח זיין אזא איינער וואס וועט אפשר קאליע מאכען זיין מנין

און בכלל מילא זיך גיין טענה'ען און גיין עקספריענסען א וויכוח, אבער יעצט וואס וויל ער זיך סתם גיין שלאגען און איבערדרייען די שטאט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 7, 2016 9:31 am

· #336926
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
און ער בארימט זיך נאך מיט זיין פאסקודנע טריט! ערוואקסענע זענען נישט אינטרעסירט אין זיין הויכגעשעצטע דברי חכמה, האט ער זיך גענומען צו קינדער.
הגר'ס איז די איינציגסטע ביהמ"ד אין ג.ג. וואס איז אזוי אפען פאר מענטשען צו לערנען און צענדליגע קינדער קומען יעדער נאכט לערנען מיט חברותות און מלמדים. טאטע'ס און מאמע'ס פארלאזען זיך אז זייער קינדער זענען באהיטען פון שלעכט'ס ווען זיי גייען אהין, און ר' גרשון הגר האט א פליכט צו פארטרייבען אזא פארשוין פון זיין ביהמ"ד. טאמער דער איז אזוי שוואך אין זיין גלויבונג און ער האט אזא ליידיגע לעבען אז ער האט נישט בעסער צו טוהן ווי דרייען קינדער א קאפ, זאל ער זיך ווייטער בארימען מיט זיין conviction ביז ער ווערט convicted אדער convinced

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

כלבאשבוע » דינסטאג יוני 7, 2016 9:59 am

· #336938
דער Danny Shine איז פיינע נייעס.

mevakesh » דינסטאג יוני 7, 2016 12:07 pm

· #336971
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2016 12:22 pm

· #336975
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: אבער ער (איך קען איהם נישט.) וועט זיין פון די וועלכע זענען אין כלל פון אין מספיקים בידם לעשות תשובה. ווייל ר'איז א חוטא ומחטיא...!
לויט'ן פירוש הרע"ב איז דאס ווייל אויב ער וועט מיר נאך ווערן א בי.טי. וועט ער דאך לכאורה גיין אין גן עדן (פון די בי.טי.'ס.) און זיינע תלמידים וועלן בראטן אין גהינום...!

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 7, 2016 12:30 pm

· #336977
פון א רעגליעזע קוק האט הרב האגער זייער גלייך געטוהן און אזוי דארף מען טאקע טוהן.
אבער פון א ליגאלע פערספעקטיוו האט דער OTD בחור'ל א דעה? ווייל דא אין אמעריקא יעדער קאנגרעגעישאן באלאנגט אויסדרוקליך נישט פאר דער רבי/רב עס איז נישט זייער בעלות, כ'מיין צו זאגען לגבי דער פראפערטי, איז די בענין דער אויר פון אין דער פיר ווענט פון דער שוהל, סיידען דער רב/רבי איז אויך דער ליגאלע פרעזידענט וכו' דענסמאל איז זיין ווארט שוין יא קראפטפול.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 12:46 pm

· #336979
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
אפשר פארקערט. פון א ליגעל סטענד פוינט, אויב איז עס פרייוועט פארפערטי קען דער רב (בהנחה אז עס איז אים געגיבן געווארן דער אויטאריטעט) אים ארויסשיקן אפילו סתם אויב זיין נאז איז עם נישט געפאלן אבער פון א רעליגעיזע וויאו פוינט, איז דאס טאקע וואס מיר דארפן טוהן? וואס האט ער שוין געקענט זאגן אז מען האט נישט געקענט רופן פאליציי וועלכער זאל אים באהאנדלען ווי א breacher of the peace אדער סתם א צעדרייטער? אדער ווי א הארמלעסס משוגענער וואס מ'איגנארירט און ער גייט ווייטער? איז דא עפעס וואס דער רב זוכט צו באהאלטן זיינע מתפללים פון?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 7, 2016 12:52 pm

· #336980
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
The page you requested cannot be displayed right now. It may be temporarily unavailable, the link you clicked on may be broken or expired, or you may not have permission to view this page.
פעיסבוק לאזט נישט צו

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאמענטירער » דינסטאג יוני 7, 2016 12:57 pm

· #336981
טאמבל סאס
אפשר פארקערט. פון א ליגעל סטענד פוינט, אויב איז עס פרייוועט פארפערטי קען דער רב (בהנחה אז עס איז אים געגיבן געווארן דער אויטאריטעט) אים ארויסשיקן אפילו סתם אויב זיין נאז איז עם נישט געפאלן אבער פון א רעליגעיזע וויאו פוינט, איז דאס טאקע וואס מיר דארפן טוהן? וואס האט ער שוין געקענט זאגן אז מען האט נישט געקענט רופן פאליציי וועלכער זאל אים באהאנדלען ווי א breacher of the peace אדער סתם א צעדרייטער? אדער ווי א הארמלעסס משוגענער וואס מ'איגנארירט און ער גייט ווייטער? איז דא עפעס וואס דער רב זוכט צו באהאלטן זיינע מתפללים פון?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט דארטען ? איז ער געווען ווי די האומלעסס\שווארצער גלח וואס דרייט זיך אין וומס''ב און נערווירט די מענטשהייט? אדער גאר פראקוועצירט און אויפגערעגט די מענטשהייט (מהאט דאך געדארפט נוצען שומרים)? וואס כגלייב אז נישט קיין חילוק ווער סזאגט דיר אז מדארף אויסהרגענען יודען מאכט עס נערוועז און מען ווערט אומרואיג און דאס זעלבע איז ביי א מאמין ווען ער הערט אפיקורסות.

אויף סיי וואסערע אופן האט אים די רב געקענט משלח זיין פון זיין (דיינונג רום) ביהמ''ד אין גאלדעס גרין וואס פארלאנגט ער סאיז דאך נישט הייד פארק ווי מדארף הערן וואס יעדער האט צו זאגען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 7, 2016 1:15 pm

· #336984
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
ער שרייבט אליינס אז ער האט אנגעהויבען מיט קינדער, נישט סתם געזאגט א מיינונג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 6:18 pm

· #337044
וועמענס שול איז דעס, ווער איז דער הרב האגער?

הקטן » דינסטאג יוני 7, 2016 7:02 pm

· #337059
[ציטאט אראפגענומען]

שומרים זענען געניג גרויס צו קענען אליין מחליט זיין אויב זיי ווילן זיין פארמישט, קיינער האט זיי נישט אביאזט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 7, 2016 7:25 pm

· #337061
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
הרב גרשון הגר איז אן אייניקעל פונ'ם סטרוזניצער רבי. ער פיהרט דער ביהמ"ד שוין יארען. ער איז א שטילע איד וואס עפענט זיין מויל לעת הצורך און דערנאך גייט צוריק שווייגען. ער איז געווען דער פיאניר אין עפענען א כולל אין גאלדערס גרין, אן קיין שום תועלת פאר זיך, א צווייטע איז גאר ראש הכולל און ער באקומט ניטאמאל כבוד דערפון. זיין ביהמ"ד איז דער איינציגסטע אין געגענט וואס איז אפען א גאנצע טאג פאר אידען צו לערנען, און ס'איז דער ערשטע פלאץ וואס מ'טראכט ווען מ'וויל באשטימען א חברותא'שאפט "we'll meet at hager's". ביי דער האלפערן סומאטוכע האט ער גע'עפענט זיין מויל שנעל און אויסגעזאגט זיין מיינונג, ואיננו. ער האט נישט ווייטער געפיהרט קיין מערכות און זיין מיינונג איז פראקטיש געווען דער וויכטיגסטע, הגם אנדערע עלטערע און גרעסערע ת"ח האבען זיך געלאזט הערען.
זיין עלטסטע זון איז אן איידעם ביי דער בעל משנה הלכות ז"ל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 7:42 pm

· #337068
וועלכע סטרוזניצער רבי? דער ברודער פון אהבת ישראל? נישט געוואוסט אז זיי האבן איבערגעלאזט קינדער.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 7, 2016 8:25 pm

· #337080
ער איז (געווען) א איידעם ביי רבי מנשה הקטן זלל"ה אבד"ק אונגוואר, א שוואגער מיטן לעלוב רבי (בארא פארק 50 סט) וועלעכעס אויך א איידעם ביי הרב קטן זללה"ה

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 9:03 pm

· #337084
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי דער האלפערן סומאטוכע האט ער גע'עפענט זיין מויל שנעל און אויסגעזאגט זיין מיינונג, ואיננו.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אז?

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 9:05 pm

· #337085
שבת אחים
וועלכע סטרוזניצער רבי? דער ברודער פון אהבת ישראל? נישט געוואוסט אז זיי האבן איבערגעלאזט קינדער.

זיין אייניקל. ווען זיין טאטע איז געקומען צום אמ"ח האט דער אמ"ח עם צוגעשיקט צום עמוד אז מ'זאל הערן דעם 'ארגינעלער וויז'ניצער נוסח'.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 10:15 pm

· #337115
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
בעיביס בעיביס, דער סיקרעט אף winning!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 10:30 pm

· #337117
העי. דו. לויף שנעל צוריק אין דיין כריב פאר איך רוף דיין מאמע...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 8, 2016 7:23 am

· #337148
Re: אפיקורס עוויקטעד פון האגער'ס שוהל אין לונדון דורך שומרים
ביזדערווייל האב איך נאכגעפרעגט אין ג.ג. און מ'ווייסט נישט פון די מעשה. זעט זיך אויס אז ס'איז דארט נישט קיין נייעס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk