☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10590

געוואלדיג » מאנטאג יוני 6, 2016 9:52 pm

· #336852
א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
אויף בחדרי חרדים איז לעצטנס געווען א שמועס מיט אפאר יונגע בחורים'לעך קוקן אויס צו זיין טאפס בני טפש עשרה, נאך נישט קיין 18 יאר אבער נעבעך ארויסגעפאלענע, און די שמועס איז זייער אפן וואס האט זיי געברענגט וכדו', די מעלה איז אז עס איז נישט מיט שנאה אדער ארונטער רייסן נאר מער מיט ביטערקייט און טרויער, איך מיין אז אונז האבן וואס צו הערן פון זיי, לכה"פ אונז זאלן נישט טוהן ווי זייערע עלטערן, און אזוי אויך הלוואי ווען איינער זאל אפהאלטן דאהי אזא אינטערוויו צו הערן פון אונזערע נושרים וואס זיי טראכטן און מיינען און וואס האט זיי געברענגט.

הרי שלך לפניך

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 6, 2016 10:44 pm

· #336871
אויף א טעלעפאן נישט. ביי מיך אויף די קאמפיוטער ארבעט עס פיין.

mevakesh » מאנטאג יוני 6, 2016 11:41 pm

· #336885
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
ביי מיר אויפן טעלעפאן ארבעט עס פיין

הוגה » דינסטאג יוני 7, 2016 12:52 am

· #336896
געוואלדיג
אזוי אויך הלוואי ווען איינער זאל אפהאלטן דאהי אזא אינטערוויו צו הערן פון אונזערע נושרים וואס זיי טראכטן און מיינען און וואס האט זיי געברענגט.


איך האב געהאט א לענגערע אינטערוויו מיט שלום דין פאר ק"ש, טאקע מיט די כוונה כדי אז מיר זאלן הערן וואס ער פארציילט און זיך לערנען דערפון. איך האב פארברענגט דערויף גאר אסאך שעות. אבער למעשה איז געקומען א פוינט וואו איך בין געווארן איבערצייגט אז עס איז בעצם נישט דא דא קיין אינטערעסע דערפאר האב איך עס איבערגעלאזט האלב פארטיג. עס טוט מיר לייד אז איך האב צוגענומען פון אים אזויפיל צייט פאר גארנישט און אז איך האב פארברענגט דערויף אזויפיל צייט.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 12:55 am

· #336897
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
איך ווייס נישט איבער אנדערע. איך בין זייער אינטרעסירט. ווי ווייט איך געדענק האסטו נישט געפרעגט אויב דער עולם איז דא איז אינטרעסירט, איז וואס האט דיך איבערצייגט אז מען איז נישט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג יוני 7, 2016 1:36 am

· #336905
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
טאמבל, בתנאי אז דו גייסט אויך געבן אן אינטערוויו.

געוואלדיג » דינסטאג יוני 7, 2016 11:43 am

· #336962
הוגה, 1. כדברי טאמבל, האסט נישט געפרעגט, איך בין יא נייגעריג, 2. די חידוש פון יענע אינטערוויו איז אז זיי זענען נאך יונג און תמימות'דיג און האבן נאך נישט די שנאה וואס פארמערט זיך מיט די יארן, סא זייערע ווערטער האבן א אמת'דיגקייט אין זיך מער ווי אנדערע אט"ד.

הוגה » דינסטאג יוני 7, 2016 1:44 pm

· #336991
געוואלדיג
די חידוש פון יענע אינטערוויו איז אז זיי זענען נאך יונג און תמימות'דיג און האבן נאך נישט די שנאה וואס פארמערט זיך מיט די יארן, סא זייערע ווערטער האבן א אמת'דיגקייט אין זיך מער ווי אנדערע אט"ד.


דו לייגסט אראפ א הנחה אן קיין שום עווידענס אז איינער וואס איז נישט יונג מוז פארלאזן די דרך מיט שנאה. צווייטענס, עס זעהט אויס פון דיינע ווערטער אז משום איזה סיבה שהוא האבן מענטשן מער אינטערעסע צו הערן פון אפרוחים שלא נפתחו ווי איידער פון מעטשור אדורכגעטראכטע מענטשן וואס ווייסן פון וואו זיי קומען און וואס זיי ווילן. וואס האלטסטו איז די סיבה דערויף?

.

געוואלדיג » דינסטאג יוני 7, 2016 1:55 pm

· #336994
1. איך לייג נישט א הנחה, איך פארצייל די מציאות פון יענע אינטערוויו ולא על הכלל כולו יצא, נאר אז ביי זיי איז אזוי, 2. פארדעם איז עס אינטרעסאנט צו הערן נישט ווייל איך וויל נישט הערן פון א עדאלט, וכדברי אז איך בין אינטרעסירט אין דיין שלום דין'ס אינטערוויו וואס איך האף אז האסט נאך אין דרעפטס און וועסט נאך דאס ארויף לייגן.

זבולון » דינסטאג יוני 7, 2016 1:58 pm

· #336996
עס איז דא א חילוק פון נושרים ביז יוצאים בשאלה.

"נושרים", זענען אזעלכע וואס זענען משום סיבות שונות ארויסגעפאלן פונעם חינוך סיסטעם און זיך געטראפן אין די גאסן. (צוליב הייפער-אקטיוויטי, צובראכענע משפחה, לערנען דיסאביליטיס, און נאך). און איך ווייס נישט ווי ווייט זיי זענען אחראים אויף זייער ביטערן מצב.

אינדערצייט וואס "יוצאים בשאלה", איז אינגאנצן אן אנדער מושג, דאס איז איינער וואס האט בכוונה תחילה מחליט געווען צו בריקען אין דעם בור ששתה ממנו, א החלטה מיטן פולן באוואוסטזיין.

עס איז צוויי אנדערע מענטשן און מהלכים אינגאנצן, איך זעה בכלל נישט דעם צושטעל.

געוואלדיג » דינסטאג יוני 7, 2016 2:06 pm

· #336998
א ריכטיגע חילוק, נאר צומאל וועט פון א נושר ווערן א יוצא בשאלה, איך באציה זיך בעיקר אויף די נושרים.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2016 2:22 pm

· #337002
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
צומאל וועט פון א אינגל ווערן א בחור. כמיין נישט צוזאגן אז ס'נעסעסערילי פאולאוד. נאר מיט דעם אז אמאל מיינט עס אז ער איז פשוט אויפעגוואקסען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 5:59 pm

· #337039
אדער האבן זיי זיך פשוט געכאפט אז זיי זענען אויפגעוואקסן אין ״אמיש-טאון״ און זיי האלטן נישט ביים פארן מיט קיין פערד און וואגן אנגעטוהן מיט מאדענע היטן און רעקלעך, און סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...

גראף » דינסטאג יוני 7, 2016 7:25 pm

· #337062
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
שבת אחים
סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 7:34 pm

· #337066
גראף
שבת אחים
סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.


זעהט אויס אז איך האב עס נישט פארשטאנען, ווילסט מיר מסביר זיין וואס איך האב נישט געכאפט?

גראף » דינסטאג יוני 7, 2016 8:14 pm

· #337077
Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?
@שבת אחים האסט געשריבען אז זיי אינטערסירט נישט די סוגיא האביך געזאגט לאו דווקא.

שמיטשיק » דינסטאג יוני 7, 2016 9:22 pm

· #337090
שבת אחים
אדער האבן זיי זיך פשוט געכאפט אז זיי זענען אויפגעוואקסן אין ״אמיש-טאון״ און זיי האלטן נישט ביים פארן מיט קיין פערד און וואגן אנגעטוהן מיט מאדענע היטן און רעקלעך, און סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...

און... פירט אויס... צוליב דעם האבן זיי באשלאסן צו אויפהערן לייגן תפילין, מחלל שבת זיין, און נאכגעבן אלע תאוות זייערע אנע גילט...

אויב די אמיש טאון מיט די פערד און וואגן שטערט זיי, אזער אנדערע "פאנאטיזם" קענען זיי פארן מיט שיינע אויטאמאבילן און זיך אויפפירן הייליג אידיש ווייטער אוואו די תורה פארלאנגט

שבת אחים » דינסטאג יוני 7, 2016 9:35 pm

· #337095
דריי נישט קיין שימטשיק... כ׳פארשטיי נישט קיין דבר אחת וואס דו רעדסט...

בעל מדות » מיטוואך יוני 8, 2016 10:39 am

· #337167
לא חכמה לשבת עם ילד בן 5 ולשיר איתו טוב לי תורת פיך וכו', גם לא חכמה לחבק ילד בן 3 ולהגיד לו איזה חמוד אתה, החכמה לשבת ולחבק ילד בן 12, ששואל שאלות ורוצה להבין, ולא להתחמק מתשובות, ואם לא יודעים מה לענות, לא בושה להתייעץ. הילדים שלי שמחים מהשבת, הם לרגע לא חושבים שזה עול, ומחכים לזה כל השבוע.


א #מכל_מלמדי_פאראגראף.

קנאק-יענקל » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:50 pm

· #338002
גראף
שבת אחים
סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.


ווען אלע עלטערן זאלן וויסן אז חנוך לנער "על פי דרכו" איז אויך א "סוגיא", און א שווערע סוגיא וואס דארף אסאך עיון
וואלטן נישט אזויפיל קטינים, ריכטיגע "ביצה שלא נולדו'ס" געווארן קיין "שור שנגח'ס", און בועט געווען אין די עלטערן.

דער אינטערוויוער איז פיין גערעכט:
"הצורה שבה הועברה להם החובה של קיום המצוות. היא הועברה בצורה של "מצוות אנשים מלומדה". אין שום הסבר ותוכן, הם לא מבינים לדוגמא למה צריך להתפלל שעה שחרית כל בוקר, הם לא מבינים את הרוחניות שעומדת מאחורי שמירת שבת, כי הצורה שבה חונכו, הייתה 'כי ככה אבא אמר', אפשר לספר את זה לילד בן 6, לא לילד בן 12"...

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:47 pm

· #338008
אנטושלדיגט,כ׳פארשטיי נישט וואס דו רעדסט און ווי דו צילסט. באמת, פשוט פשט אין גמרא האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען, און ס׳האט מיך אייביג געבאדערט אז איך קען פארשטיי אלעס און פונקט גמרא מאכט נישט קיין סענס פאר מיר.