☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » גריללס

גריללס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10587

ודי למבין » זונטאג יוני 5, 2016 11:20 pm

· #336697
גריללס
איך האב פיינעלי דיסיידעט אז עס איז צייט צו קויפן א גרילף איך האב אבער קיין אהנונג ווי איך פאנג אן. וואס דארף איך קוקען פאר? וואס איז גוט? וועלכע קאמפעני איז גוט וועלכע נישט?

מיין בודזשעט איז ביז 200 דאללער.

עניוואן מיט עקספיריענס?

שלום על ישראל » זונטאג יוני 5, 2016 11:28 pm

· #336699
די ערשטע זאך: עפן א אשכול.

שטילע אינגערמאן » זונטאג יוני 5, 2016 11:30 pm

· #336701
לאדיך אפ. קום צום גריל פאר די עקטיוו ניקס, דארט געבט מען צו האקן,

ביליג » מאנטאג יוני 6, 2016 12:51 am

· #336720
Re: גריללס
די ערשטע זאך דארפסטו וויסן צו די ווילסט געז אדער קוילן אדער ביידע צוזאם

*געז/פראפעין איז שטערקער, גוט פאר א מאנסי אייוואונער/קאנטרי עס זאל ליגן אויף איין פלאץ

*קוילן איז ביליגער, עס האט א בעסערע טעם, מער שמיץ ,מער פארטיעבל, שטערקערע גרוך

*קוילן-געז צוזאם האט מעלות פון ביידע אבער נישט פארטעבל
די קולן געט א גוטע טעם און די גאז געט די שטארקע הוץ
געווענדליך זייער טייער
עס איז דא אסאל סארטן יעדע איינע האט זיך זיין מעלות און זיינע חסרונת

שמערל » מאנטאג יוני 6, 2016 8:17 am

· #336734
Re: גריללס
קוילן איז אסאאאך הייסער פון גאז, די חסרון איז טאקע די שמיץ אבער בעיקר איז די סיבה פארוואס מענטשן קויפן גאז איז ווייל די מלאכת הגרילן איז מעבודות הקשות שבאכילה, און די שאנסן פון צוברענען אדער סתם איבערקאכן דאס פלייש איז אסאך העכער מיט א הייסע טשארקאול גריל ווי מיט א גאז גריל.
די ריכטיגע פרעס עקספערטן ווייסן אבער אז מ'קען נישט טועם זיין די ריכטיגע טעם הבארבעקיו נאר אין א קוילן גריל. אן טאקע צוליב די רויעך וואס עס געט ארויס.

ודי למבין » מאנטאג יוני 6, 2016 8:20 am

· #336735
שכח ביליג און שמערל. איך דארף א געז גריל.

אדונינו » דינסטאג יוני 7, 2016 5:54 pm

· #337036
Webber הייסט צו זיין די בעסטע.

צוויקל » מאנטאג יוני 20, 2016 2:02 pm

· #338427
Re: גריללס
איינער ווייסט ווי אזוי צו גרילן א ריפ סטעיק אז עס זאל זיין געשמאק צום עסין אזוי ווי ווען סאיז געבאקן אין אויבן ?

אדער ס'איז נישט דא אזא זאך?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk

קאמענטירער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:47 am

· #346298
סאיז שוין טאקע שפעט אינעם זומער אריין אבער סאיז קיינמאל נישט שפעט און בפרט פאר די וואס קרעיווען פאר א גוטע גריל כהאב מיר פאשריבען אביסעלע אינסגטרוקציעס פאר א גריל כהאף אז די עולם וועט הנאה האבען..
📎 צוקומען צו די ריכטיגע בארבעקיא.pdf

אוהב ספרים » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 12:40 pm

· #346322
צוויקל
איינער ווייסט ווי אזוי צו גרילן א ריפ סטעיק אז עס זאל זיין געשמאק צום עסין אזוי ווי ווען סאיז געבאקן אין אויבן ?

אדער ס'איז נישט דא אזא זאך?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk



די ערשטע זאך איז מען גרילד א ריב סטעיק נישט א ריפ

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:03 pm

· #346327
Re: גריללס
קאמענטירער
סאיז שוין טאקע שפעט אינעם זומער אריין אבער סאיז קיינמאל נישט שפעט און בפרט פאר די וואס קרעיווען פאר א גוטע גריל כהאב מיר פאשריבען אביסעלע אינסגטרוקציעס פאר א גריל כהאף אז די עולם וועט הנאה האבען..

א גרויסע שכח

די וואטערמארק איז גיפערליך מקען נישט ליינען