☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10574

קרעקער » פרייטאג יוני 3, 2016 1:51 pm

· #336271
פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
א נייע טעלעווישען שוי פון אמנון לוי האטצעך אנגעהויבען און ער רעדט איבער די רעוועלושען ביים היימישען ציבור אין א"י אז כדי די מענער זאלען זיין אפגעהיטען טארען זיי נישט ארויסגיין אין די אפענע וועלט נאר בלייבען פארשלאסען אין כולל, האט מען געמאכט אז דע מאמע גייט ארויס ארבעטען

וואס האלט די עולם איז די דרך אויסגעהאלטען?
קודם פארוואס מעג די מאמע יא געעפענט ווערען צו די גאס און אינטערנעט ? צווייטענס זי הארגעט זיך דאך מיטען האבען 12 קינדער און די שטוב ווערטשאפט פארוואס דארף זי אויך ברענגען פרנסה?
דריטענס לדעתי איז עס קעגען די תורה, אין די כתובה שטייט אז די מאן דארף אויסהאלטען די פרוי און קינדער

<a class="postlink" href="http://10tv.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1191279&sid=169">http://10tv.nana10.co.il/Article/?Artic ... 79&sid=169</a>

בן אדם » פרייטאג יוני 3, 2016 1:54 pm

· #336272
זיי זענען דאך מחבר ספרים און פארקויפן עס

טמיר » פרייטאג יוני 3, 2016 1:58 pm

· #336276
אהא, הייסט עס אז דו ערווארטסט צו הערן דא אויף ק"ש צוויי צדדים אין דעם נושא... גוד לאק

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2016 2:02 pm

· #336277
כ'האלט שוין לאנג. מ'דארף האבן מער וואס טענה'ן די רעכטע זייט. אמאל האט מען געהאט מער. כ'האב מורא איך וועל מוזן נעמען דעם כיבוד..

טמיר » פרייטאג יוני 3, 2016 2:07 pm

· #336282
אודאי דארפן פרויען ארבייטן. אמער, זיי האבן דאך נישט קיין איסור פון ראיות אסורות

אחד העם » פרייטאג יוני 3, 2016 3:52 pm

· #336347
צוויי מאדנע זאכן געשעהן דא.
איינס, אז מען גייט איבער רעדן א נושא, וואס איז שוין איבערגשמועסט געווארן דא אזויפיל מאל ווילאנג די וועלט שטייט.
צוויי, אז סאיז נאך דא איינער וואס נעמט אמנון לוי ערנסט.

מיינע צוויי מיליאן סענט, די פרויען ארבייטען איז א מֵיינער, און נאר א ספיח, צו די פאדאמענטעל פראבלעם.

ירא שמים » פרייטאג יוני 3, 2016 5:17 pm

· #336366
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
אחד העם
צוויי מאדנע זאכן געשעהן דא.
איינס, אז מען גייט איבער רעדן א נושא, וואס איז שוין איבערגשמועסט געווארן דא אזויפיל מאל ווילאנג די וועלט שטייט.
צוויי, אז סאיז נאך דא איינער וואס נעמט אמנון לוי ערנסט.

מיינע צוויי מיליאן סענט, די פרויען ארבייטען איז א מֵיינער, און נאר א ספיח, צו די פאדאמענטעל פראבלעם.

און וואזשע איז די פאנדאמענטאלע פראבלעם?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 6, 2016 7:26 pm

· #336826
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
אז מ'קוקט אין היסטאריא, איז אלעמאל געווען צוויי זאכען. א. פרויען האבען גע'ארבעט און גאר שווער. מ'איז נישט געזעסען אינדערהיים זינגען לידער מיט די קינדער. נאר געציילטע עשירים האבען דאס געקענט ערלויבען. ס'איז נישט קיין אלטע מסורה אז ווייבער ארבעטען נישט. נאר דאהי אין א קורצע תקופה אין אמעריקא איז דאס אזוי געווארען ווען יעדער איינער איז געווארען מיטל קלאסיג. אין מארק אינדערהיים זענען בעיקר ווייבער געשטאנען פארקויפען. ב. דער ענין אז ווייבער זאלען זיך אונטערנעמען דער גאנצע עול הפרנסה כדי דער מאן זאל קענען לערנען איז אויך אייביג געווען. נישט יעדער איינער, אבער ס'איז געווען אן אפציע פאר די שרידים אשר ה' קורא.

נאר וואס? היינטיגע צייטען, ווען אלס איז סיסטעמיזירט און קיין אייגענע החלטות מאכט שוין קיינער נישט, איז דאס געווארען דער מאדע ביי די קליינע צאל ליטווישע חרדים. איך גלויב נישט אז צווישען די וועלטס אידענטום זענען די פראפארציע פון מענער לערנען פול טיים מער ווי סיי ווען אין היסטאריא. נאר וויבאלד רוב רובם פון כלל ישראל היטען גארנישט, זעט עס אויס ווי מער ווי ס'איז אויפ'ן אמת.

און ר' שלום שטיסל, דיין וועג פון אויפווייזען דיין פונקט, מיט ווירטואלע קלינגעדיגע פראסקע'ס, זעט מיר אויס גאר קלוג און צום זאך. איך בין שיער געווארען איבערגעצייגט. ווען ס'וואלט געווען עכטע פראסקע'ס, וואלט איך מיר אינגאנצען מיטגעשטימט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דעת תורה » מאנטאג יוני 6, 2016 7:43 pm

· #336828
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
וועלכע פרויען האבן געארבעט? איך מיין ס'איז חלומות. עס איז געווען די אלמנה, די ווייב פונעם ת"ח / פרוש / רב, און דעם טויגעניכטס ווייב. אדער א גרעסער מיידל וואס האט צוגעהאלפן דעם טאטן, אבער געווענליך א פרוי האט נישט געארבעט.

וואס א חילוק וויפיל אידן זענען דא אויף דער וועלט?

געוואלדיג » מאנטאג יוני 6, 2016 8:48 pm

· #336832
ארבעטן אין דער אלטער היים האט געמיינט גאר עפעס אנדערש פון היינט, עס האט געמיינט באוואסערן די געוואוקסן אין הויף, מעלקן די קיהען ביים עלות האקן די האלץ צום הייצן, וכדו', סא אוודאי האבן די פרויען געארבעט, די שאלה דארף זיין וועגן ברענגען פרנסה וואס אויף דעם איז נישט געווען קיין כללים נאר הכל כפי הענין ווען די מקור הפרנסה איז געווען אזאנס וואס ברויך מער פון צוויי הענט האט די פרוי געהאלפן און אזוי אויך אויב דער מאן איז געווען א לא יוצלח.

דעת תורה » מאנטאג יוני 6, 2016 8:57 pm

· #336836
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
פרויען האבן געהאקט האלץ?

אוודאי טוען פרויען - דאן ווי היינט - שטוב ארבעט. דאס נעמט אריין קינדער ערציאונג, קאכן באקן רוימען וואשן א.א.וו. אויב עפעס מיינסטנס אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן די וועש, בעת היינט טוען זיי עס יא.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 6, 2016 9:00 pm

· #336837
פארוואס טראכסטו אז די אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן וועש?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 6, 2016 9:06 pm

· #336841
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
זיי האבען געהאנדעלט אין מארק, געהאנדעלט אין שענק, עכ"פ דאס ציל אז מ'זאל זיצען אין שטוב זיך אפגעבען מיט די קינדער איז זיכער נישט געווען. נאר נאכ'ן קריג אין אמעריקא. מיט מאשינען צו טוהן רוב ארבעט, מיט גויטע'ס אויף דאס איבעריגע און רעסטאראנטען מיט טעיק אוט ווען די גויטע קימפעט מאכט ווייבער וואס זענען גרייט אויף סעיל''ס און ריטערנ''ס און סתם ליידיגייען.

ירא שמים » מאנטאג יוני 6, 2016 10:10 pm

· #336856
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
דעת תורה
וועלכע פרויען האבן געארבעט? איך מיין ס'איז חלומות. עס איז געווען די אלמנה, די ווייב פונעם ת"ח / פרוש / רב, און דעם טויגעניכטס ווייב. אדער א גרעסער מיידל וואס האט צוגעהאלפן דעם טאטן, אבער געווענליך א פרוי האט נישט געארבעט.

וואס א חילוק וויפיל אידן זענען דא אויף דער וועלט?

ווייל אידן ארבעטן און זענען מפרנס די ווייבער, נישט אזוי זאגט מען און די כתובה כהלכות גוברין יהודאין דפלחין כו׳?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 7, 2016 12:10 am

· #336889
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
די פראסקע'ס זענען געווען פיהל פארשטענדליכער
נישט פון מעשה ביכלעך, נאר פון הסיטארישע פארשונגען. יפה אליאך האט געדרוקט א בוך וועגען דער שטאט איישישאק. זי באשרייבט דער לעבען דארט. יעקב ליפשיץ באשרייבט די לעבען פון זיין שטאנדפונקט ועוד.

און די פאקטען אויף לעיקוואוד זענען דמיונות פון די ראשי ישיבה. מער ווי זעכציג פערצענט גייען ארבעטען און נאך פאר די דרייסיג. די ווייבער ארבעטען אויך, און זיכער בשעת מ'איז נאך אין כולל. און דאס צווייטער קלאס ראנג אין שטאט איז נאכאלס פאר כולל יונגעלייט. איינער וואס האט א פאסטען איז אמאל עפעס, א גביר איז עפעס און ערשט נאכדעם כולל יונגעלייט. פונדערווייטענס גלויבט מען די פראפאגאנדא.

און נאכאמאל, דאס 'נחלת הכלל' האט מיט דער גאנצע געזעלשאפט אז יעדער איינער גייט אין שפאן אין יעדער זאך. קיינער קויפט נישט קיין קליידער ווי ס'שמעקט איהם, קיינער וואוינט נישט ווי ס'שמעקט איהם. אונזער לעבען איז געוואנדען אויפ'ן סיסטעם, און אין לעיקוואוד איז דער סיסטעם כולל אכט יאר אין כולל. דער אנדערע אפציע איז נישט כז יעדער איינער וועט וויילען פאר זיך, נאר בלייבען מיט א סיסטעם פון עם הארצים וואס לערנען א שיעור איז די גרעסטע השגה אין לערנען. אויף דעם וועט זיין א פוסק צדק בראש, וואס קען גאנץ פסקי תשובות ישר והפוך. א נארמאלע ברירה איז סייאווי נישט בידינו

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2016 3:43 am

· #336914
דעת תורה
פרויען האבן געהאקט האלץ?

אוודאי טוען פרויען - דאן ווי היינט - שטוב ארבעט. דאס נעמט אריין קינדער ערציאונג, קאכן באקן רוימען וואשן א.א.וו. אויב עפעס מיינסטנס אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן די וועש, בעת היינט טוען זיי עס יא.

דעת תורה: אוודאי האבן פרויען געוואשן וועש. ס'דא ראיות אויף דעם נאך פון די גמרא'ס צייטן....נשים העומדות על הכביסה...אי איכא דרכא אחרינא , וכו'...!

אדונינו » דינסטאג יוני 7, 2016 5:51 pm

· #337035
געזאגט א טייער ווארט אינדערהיים: ווילסט וואוינען לעבן מאמי? דעק מינימום די דיפערענץ.

ירא שמים » מיטוואך יוני 15, 2016 11:41 am

· #337802
פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Itq7BvTGgWI">https://m.youtube.com/watch?v=Itq7BvTGgWI</a>
פרק ב

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 15, 2016 12:03 pm

· #337805
אינטערסאנט אז די פשוט'ע צד צו די שאלה ווערט אינגאנצן נישט באטראכט, און דאס איז, אז פרויען און מענער זאלן אליין האבן די אחריות, יעדע יחיד פאר זיך, וויאזוי אויסצישטעלן די פינאנציעלע פלענער אין לעבן.
ס'איז מאדנע דאס אז יחידים זאלן באשטומען וויאזוי עס זאל זיך פירן ביים כלל, בפרט ווען סיי וואספארא הסכמה צעווישן די פאר פעלקער וואלט נישט נוגד געווען די אלגעמיינע סאציאלע ארדער.

ירא שמים » מיטוואך יוני 15, 2016 1:14 pm

· #337810
Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?
<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/opinions/1.2969245">http://www.haaretz.co.il/opinions/1.2969245</a>