☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן

איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10571

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:01 pm

· #336115
איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן
חברה, איך דארף הילף עמערדזשענסי, איך שליקעץ שוין פאר א שעה און א האלב און אדערווייל זעט זיך נישט אן א סוף צו מיין אויסברוך, איינער האט דא אפשר סגולת אדער עצות? איך האב שוין צוגעזאגט א מאה פאר תהילים און חצות כולל אבער די ישועה האלט זיך נאך אויף פאר סאם ריזען. העלף!

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:04 pm

· #336117
זאג בעמידה על רגל אחת מיט דיין רעכטע אויג צוגעמאכט

קו קוקו קוקורי קוקוריקו ב' פעמים

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:06 pm

· #336118
שוין אויך פראבירט..

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:09 pm

· #336119
דא האסטו עטליכע עצות קענסט אויספורבירען אלע ...
אנהאלטען די אטעם
טרינקען וואסער
זיך דעשרעקן [טראכט אז מען איז געוואר געווארען ווער סמבטיון איז...]

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:13 pm

· #336121
גראדע האב איך איינמאל אויסגעהערט קולמע האט ער נאכגעבאבאלט עפעס א ריסורטש אז די ברייט באקאנטע עצה אז ווען מען דעשרעקט אקינד הערט ער אויף צו שלוקצען איז נישט ריכטיג... דאס איז זיכער אז מיין קליינער האט פארדינט דערפון וווייל זייט דעמאלט הער איך אים אויף צו דעשרעקן ווען ער שלוקעצט
סתם פאר נייגעריקייט ווען האט אייך די אטאקע אנגעכאפט? פלוצים? אדער אינמיטען א געוויסע פעולה?
און וואס זענען געווען אייערע געפילען דעמאלטס ווען...?....

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:15 pm

· #336122
ב"ה דער קריזיס איז אריבער! דער עולם איז געלאדענט צום לעקעך אין בראנפן תיכף נאך מעריב.

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:19 pm

· #336125
שוין קוים פוטר געווארען פונעם אטאקע שוין לאדענסטו איין דעם אטעקירער נאכעמאל.
דו ווייסט נישט אז בראנפען איז די בעסטע סגולה פאר שלוקעצן?

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:20 pm

· #336126
סעהאט זיך אנגעהויבן אזויווי צען מעניט נאך סאפער, און זייט סעהאט זיך אנגעהויבן האב איך קוים געקענט רעדן, יעדע צווייטע ווארט האב איך ציגענדיגט מיט אזא קוויטש אז מענטשן ארום מיר האבן געמיינט אז דער רוח האט מיר געכאפט, איך האב שוין אסאך מאל געהאט קלענערע אטאקעס, אבער אזאנע קאנטרעקשענס? גאט באהיט, ב"ה מעהאלט דערנאך

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:37 pm

· #336139
אה דאס איז געווען די גערודער וואס כהאב געהערט אונטער מיר?
כהאב געמיינט אז סאיז א קאר אונטער מיר וואס זעצט אריין אין אנדערע קארס כהאב אפגעיאגט שוין סנאר געווען אשלוקעץ אטאקע? ב''ה

פליקער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:00 pm

· #336141
Re: איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן
וי''ר שלא ישמע שוד ושליקץ בשטיבלינו

Sent from my VS987 using Tapatalk