☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תפילין דר"ת

תפילין דר"ת

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1057

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 2:26 am

· #23251
תפילין דר"ת
איך בין שוין חתונה געהאט היפש אפאר יאר און נאך קיינמאל נישט אנגעטון ר"ת תפילין. די ריזען איז איך דענק ערגעץ האב איך געהערט אז אויב לייגט מען עס איינמאל מוז מען שוין לייגן יעדן טאג, דאס האט מיר אפגעשראקן, איך טראסט מיר נישט אז איך וועל איין טאג פארגעסן אדער סתם נישט האבן קיין נערווען ולמה לי ולצרה הזאת? איך דאווען נישט יעדן טאג שחרית מיט א מנין אז איך זאל האבן ליידיג צייט ביי הויכע שומענעשרע צו לייגן ר"ת, מילא האב איך קיינמאל נישט אנגעהויבן.
לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז עס נישט ממש א חיוב, ווייל א חבר האב איך וואס זיין פאטער איז ארעם און קיין ר"ת'ס תפילין האט ער פאר זיין זון נישט געקויפט איז לייגט ער נישט קיין ר"ת. אויב וואלט עס געווען א חיוב וואסערע טערעץ איז דאס אז דו האסט נישט? מילא איז געדרינגען (פון מיין חבר) אז ס'נישט קיין חיוב!

וואס זאגט דער עולם לגבי ר"ת? איז עס א מאסט? יעדער לייגט טאקע? ביטע קאמענטירן.

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 11, 2012 6:07 am

· #23269
רבי שלמה באבוב'ער האט אויף געהאט גאר גרויסע תפילין, אין הרה"ג ר' פסח מיללער האט אויף געקויפט אזעלעכע פאר זיינע קינדער.

אגב, ר' בן ציון דוב האלברשטאם (בן הרב מסארוואש שליט"א) האט אמאהל גע'גנב'ט דעם אפיקומן פון זיינע פעטער דער באבוב'ער רב ז"ל, ער האט געבעטן א פאהר תפילין, דער באבוב'ער האט איהם טאקע דאס געקויפט, דער תפילין האט פארמאגט טאקע דעם 'צאנז'ער קשר' (ווי א ענדע מ"ם מיט א לאך), אבער דער סייז פון דער תפילין איז געהעריג.

און בעלז איז מען זיך נוהג ערשט אנצוטוהן תפילין דרבינו תם נאך דער שנה ראשונה.

ווען רבינו תם וואלט ווען געוועהן א חיוב פונקט ווי רש"י וואלט דאס יעדער באקומען צו זייער בר-מצוה, (דאכצעך דינוב מונקאטש, ליבאוויטש, זידיטשוב-קאמארנא הייבן אן צו לייגען רבינו תם תפילין ביי די בר מצוה) .

רבי משה פיינשטיין האט כל ימיו נישט געלייגט קיין רבינו תם תפילין פונקט אזוי ווי ער האט נישט אנגעטוהן קיין שימושא רבה, ביז צוליב א מעשה ווען דער ליבאוויטש רבי האט איהם געשיקט אפאהר רבינו תם'ס תפילין האט ער דאס אנגעהויבען אנצוטוהן, בסוף ימיו.

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 9:02 am

· #23277
וואס איז דער ענין פון גרויסע תפילין? מעג מען קויפן קלענערע תפילין צי הייסט עס א 'דאונגרעיד'? זענען די פרשיות אויך גרעסער אדער נאר די בתים?

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 3:30 pm

· #23409
שקויעך יאנקל, איך גיי קאנפראנטן מיין אבא מיט דיינע מראי מקומות!

שרגא » מיטוואך יולי 11, 2012 4:00 pm

· #23431
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די עלטסטע תפילין וואס מען האט געטראפן איז ווי רבינו תמ'ס.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 11, 2012 4:01 pm

· #23432
זר זהב, דיין טאטע האט נישט געוואלט זאלסט אינגאנצן ליידן אין דיין פארלוירענע גענעראציע, האט ער קאמפענסעיטעד מיט גרויסע תפילין 😈

שמיטה » מיטוואך יולי 11, 2012 4:02 pm

· #23434
זר זהב אפשר וואלט בעסער געווען צו טוישן די קעפל אויף "רבינו תם תפילין" אדער "תפילין דרבינו תם"

לפי ידיעתי איז יאנקל גערעכט, אויב מען נעמט זיך בפירוש אויס "בלי נדר" ווען מען הייבט אן, איז עס אזוי ווי אלע אנדערע קבלות והנהגות טובות.

באופן כללי צו ס'איז א חיוב, אויב אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן זיך אזוי געפירט, איז מן הסתם א חיוב ווייטער אנצוהאלטן זייערע דרכים.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 11, 2012 8:39 pm

· #23524
no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet. 

זר זהב » מיטוואך יולי 11, 2012 8:57 pm

· #23537
דולה ומשקה, פארוואס האבן יענע צדיקים געקויפט גרויסע תפילין אויב קלענערע איז מער מהודר -אזויווי יאנקל ברענגט נאך- ?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יולי 11, 2012 9:07 pm

· #23543
דולה ומשקה
אגב, ר' בן ציון דוב האלברשטאם (בן הרב מסארוואש שליט"א) האט אמאהל גע'גנב'ט דעם אפיקומן פון זיינע פעטער דער באבוב'ער רב ז"ל, ער האט געבעטן א פאהר תפילין, דער באבוב'ער האט איהם טאקע דאס געקויפט, דער תפילין האט פארמאגט טאקע דעם 'צאנז'ער קשר' (ווי א ענדע מ"ם מיט א לאך), אבער דער סייז פון דער תפילין איז געהעריג.

און בעלז איז מען זיך נוהג ערשט אנצוטוהן תפילין דרבינו תם נאך דער שנה ראשונה.

ווען רבינו תם וואלט ווען געוועהן א חיוב פונקט ווי רש"י וואלט דאס יעדער באקומען צו זייער בר-מצוה, (דאכצעך דינוב מונקאטש, ליבאוויטש, זידיטשוב-קאמארנא הייבן אן צו לייגען רבינו תם תפילין ביי די בר מצוה) .

רבי משה פיינשטיין האט כל ימיו נישט געלייגט קיין רבינו תם תפילין פונקט אזוי ווי ער האט נישט אנגעטוהן קיין שימושא רבה, ביז צוליב א מעשה ווען דער ליבאוויטש רבי האט איהם געשיקט אפאהר רבינו תם'ס תפילין האט ער דאס אנגעהויבען אנצוטוהן, בסוף ימיו.


די מעשה מיט רב"ד ה"ש איז מיר א חידוש, ווייל ווי ווייט איך ווייס גייט מען נישט אין באבוב מיט א צאנזער קשר (ר' נתן אדלערס קשר).

די סיבה פארוואס מען גייט נישט אין בעלזא תפלין רבינו תם שנה ראשונה, איז צוליב דעם וואס שנה שלימה יהי' נקי לביתו, און ממילא אויב מען איז אזוי כסדר פארנומען מיט יענע ענינים, דארף מען נישט גיין עפעס וואס האט מיט יראת שמים. (כך שמעתי פעם, ולא הבנתי, דלכאורה אדרבה, צריכים אז יותר שמירה והתעלות ביראת שמים)

די פלעצער וואס דו רעכנסט אויס האלט טאקע אז עס איז די זעלבע חיוב ווי רש"י תפלין, דער קאמארנער זאגט אז איינער וואס לייגט נישט קיין ר"ת תפלין איז קרקפתא דלא מנח תפלין. (וידוע מה שהשיב ע"ז אחד מגדולי זמנו, שר"ת גם כן סבר שמי שלא מניח תפלין כשיטתו הוא קרקפתא דלא מנח תפלין....)

וואס איז די מעשה מיט ר' משה?

קלאר » דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:44 am

· #23715
זר זהב

איין זאך אפרישיעט איך יא, מיין אבא האט געקויפט טייערע רציעות (גוט געספעלט?) איך זעה אנדערע האבן אזאנע שווארצע גלאנציגע אבער ס'ווערט שנעל קרעקס, עפעס א פאלשע בחינה. מיינס איז אזא שיינע סאלידע וואס האלט זיך גוט.



וועגן ר''ת תפילין האט מיך דער עולם שוין אויסגעכאפט
מיר בלייבט נאר איבער צו רעדן פין די רצועות
מיין תפילין סופר האט ציגערעדט מיין טאטע/אבא צו נעמען די זאנענפעלד רציעות
איך ווייס נישט וויפיל יונגעלייט{/בחורים} פין מיין יארגאנג האבען נאך די זעלבע רציעות זייט די ב''מ
אבער מיינע זאנענפעלד רציעות האלטן זיך הערליך אין פרעכטיג,
מיין סופר האט מיר געזאגט אז ער זעלבסט ניצט עס שוין איבער 20 יאר אין כמעט נישט געדארפט צילייגען קיין צבע
קען זיין עס זענען דא נאך גיטע
אבער מיט דעם האב איך זייער גיטע עקספריענס
ווידעראום ביי מיין ר''ת אבער גענומען פשוט'ע ביליגע רציעות,
איך זייט איך האב עס דארף איך האלטן אין איין צולייגען צבע אין עס קרעקט איבעראל

אין פארגעס נישט רציעות איז נישט נאר דער זה א-לו ואנוהו, עס קען גאר זיין פסול אויב די צבע פאלט אראפ אא''וו

איך אויך » מוצ"ש יולי 14, 2012 10:43 pm

· #24127
משולם שטיינפעלד

די סיבה פארוואס מען גייט נישט אין בעלזא תפלין רבינו תם שנה ראשונה, איז צוליב דעם וואס שנה שלימה יהי' נקי לביתו, און ממילא אויב מען איז אזוי כסדר פארנומען מיט יענע ענינים, דארף מען נישט גיין עפעס וואס האט מיט יראת שמים. (כך שמעתי פעם, ולא הבנתי, דלכאורה אדרבה, צריכים אז יותר שמירה והתעלות ביראת שמים)

אין בעלז האט מען אויך נישט צוגעשיקט א שנה ראשונה יונגערמאן צום עמוד, אויך האט מען אנגעזאגט די בחורים נישט צו רעדן מיט א שנה ראשונה יונגערמאן.

והיינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה. והבן.

איחוד פעלד » מוצ"ש יולי 14, 2012 11:38 pm

· #24133
Re: תפילין דר"ת
משולם
אמת אין באבוב האב איך קיינמאל נישט געזעהן דער עולם זאל האבען א גרעסערע קשר, אבער קען זיין אז די רביס גייען יא א קשר פין צאנז.
זיי מברר.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

טעפל » זונטאג יולי 15, 2012 4:30 pm

· #24300
קאווע טרינקער
no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet. 

דאס דארפען אונז אפמאכען צו יא צו נישט.. 😉

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 16, 2012 12:44 am

· #24436
די אלע וואס לייגען נישט ר"ת ווייסען גארנישט וואס זיי פארלירען.
טעמו וראו כי טוב.
לערענט אדורך די סוגיא וועט איר זעהן אז די ר"ת איז שטיקעל גערעכט. וועט איר שוין וועלן לייגען ר"ת.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 16, 2012 2:44 pm

· #24568
עם הארץ וואס דו ביסט........
סליחה
אונזער ר"ת תפילין איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רבינו תם זעלבסט..........הא הא

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 10:14 pm

· #25325
פליז עקספלעין, אונז זענען נישט אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:04 pm

· #26222
נאר די סדר הפרשיות זענען לויט ר"ת
די בתים לויט רבנו תם קומט עפעס די אנדערע וועג, ליגעדיג

לעמיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:19 pm

· #26253
קאווע טרינקער
נאר די סדר הפרשיות זענען לויט ר"ת
די בתים לויט רבנו תם קומט עפעס די אנדערע וועג, ליגעדיג

דו בוסט זיכער און וואס דו זאגסט? אויב אזוי פארוואס טוען אונז נישט אינגאנצען אזוי ר"ת?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:25 pm

· #26261
לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...

לעמיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:29 pm

· #26264
קאווע טרינקער
לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...

איך בין נישט אזא יראי שמים מרובים איך לייג רבינו תם תפילין און עס איז די ערשטע מאל איך הער אזא זאך, האט נאך איינער געהערט דערפון? א מקור האט איינער?

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:22 pm

· #26313
קאווע טרינקער
לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...

אה קאם אן איך לייג רבינו תם'ס ווייל מיין טאטע לייגט און צוליב די זעלבע סיבה וואס איך דריי די רצועות אויף דעם וועג וויזוי איך דריי זיי און האב נישט קיין אהנונג פארוואס אז דו ווייסט פאק ארויס מאך נישט חוזק פון כלל ישראל

איחוד פעלד » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:23 pm

· #26748
zamel
קאווע טרינקער
איחוד פעלד
די אלע וואס לייגען נישט ר"ת ווייסען גארנישט וואס זיי פארלירען.
טעמו וראו כי טוב.
לערענט אדורך די סוגיא וועט איר זעהן אז די ר"ת איז שטיקעל גערעכט. וועט איר שוין וועלען לייגען ר"ת.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

עם הארץ וואס דו ביסט........
סליחה
אונזער ר"ת תפילין איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רבינו תם זעלבסט..........הא הא

פליז עקספלעין אונז זענען נישט אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים

נו נו וואסל ביסטו מיר אזוי מבזה..
יאך בין אבער גערעכט עם הארץ צו נישט....
לאמיר זאגען אז ביסט גערעכט, איז וואס?
לויט דער רבינו תם דארףטאקע די פרשיות זיין ליגעדיג אבער עס פסול'ט נישט די תפילין, עיין שערי תשובה בשם די נודע ביהודה.
די שיטה פין רבינו תם אין די גמרא שטימט בעסער.
אז די ווילסט וועל איך שרייבען פארוואס.

נאך א פשט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:26 pm

· #41523
לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא קיין הידור אין גרויסע תפילין בתים, עס איז פשוט תוצאה פין דער אלגעמיינעם צוגאנג צו אידשקייט וואס מיר האבן אז "מער איז בעסער". גרויסע טלית, גרויסע לולב (טפח לנענע בו, מען דארף נישט מער), לאנגע הושענות, וכו'.
אגב די תפילין וואס מען האט געטראפן אין קומראן (עכ"פ די של ראש) זענען נישט מער ווי א אינטש ביי א האלבע אינטש.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:28 pm

· #41524
פארוואס האט דער ברך משה געהאט סיחון-עוג ריזן תפלין?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:32 pm

· #41530
נאך א פראגע, מעג מען קויפן נייע רש"י תפלין ווען די וואס מ'האט יעצט איז כשר וישר? הייסט עס נישט ווי מ'פארשעמט די תפלין?

נאך א פשט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:43 pm

· #41537
די האסט אמאל געקויפט א נייע גמרא ווייל די אלטע איז געווען א חתן-ש"ס-סייז?
זיכער אז די קענסט קויפן נייע, נאר זיי מנדב דיין אלטע פאר ליבאוויטש אזוי וועסטו האבן א חלק אין די מצוה פין אלע אידן וואס זיי וועלן אנטוהן דיין תפילין.
אגב בנוגע די סייז פין די קומראן תפילין זעה דא
<a class="postlink" href="http://www.abu.nb.ca/courses/ntintro/images/Phylactery.htm">http://www.abu.nb.ca/courses/ntintro/im ... actery.htm</a>

טייערע ברודער » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:41 am

· #340785
אין באבוב נאר דער רבי'ס גייען מיט א 'צאנזע' קשר, אבער דער קלויזנבורגר רב זצ"ל האט איינגעפיהרט אז דער גאנצע עולם זאל גיין (ערגעטס אין יוד'ס יאהרן).
ר' שלמה זלמן לעהרער שרייבט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא קשר ביז דער קלוינבורגר רב זצ"ל האט עס מחדש געווען. אבער לא ראינו אינו ראיה.

חסידים האבן געהאלטן אז ר"ת איז אזא חיוב פונקט ווי רש"י'ס תפלין. מ'האט שוין דערמאנט אז לויט ר"ת אליינס וואלט דער תפלין געווען פסול, אבער דער חילוק פון סדר הפרשיות ווערט שוין דערמאנט אין זוהר הק' און דערפאר איז מען מקפיד.

גרויסע תפלין איז א אלטמאדישע וועג פון מאכן בתים. אה"נ דער משנה ברורה איז נישט אזוי צופרידען מיט דעם.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:08 am

· #340789
אז מען רעדט שוין פון ר"ת תפילין...

אמאהל איז אריינגעקומען א אידל וואס אי אריין געקומען בית המדרש אין פארגעסן זיינע תפילין. אויפ'ן טיש איז געלגען א פאר תפילין, ער גיבט עס א כאפ און וויל אנפאנגען לייגן.

רופט זיך אן איינער "עס איז רבינו ת"ם'ס תפילין.

זאגט ער, זארג זיך נישט, איך דאווען שנעל, ביז רבינו תם וועט צוריק קומען וועל איך שוין זיין לאג פארטיג

א איד » דאנערשטאג יולי 7, 2016 4:50 pm

· #340850
Re: תפילין דר"ת
קאווע טרינקער
no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet. 

עס איז דא א מעשה מיטן רבין ר' אלימלך, זיינע תלמידים האבן געזעהן ביי אים א שטיק צייט אז ער לייגט נישט קיין רבינו תם תפלין, עס איז געווען א פלא, און נאך א שטיק צייט האבן די תלמידים געזעהן אז ער לייגט ווייטער די ר"ת תפלין.
האבן זיי געפרעגט ר"ר אלימלך וואס איז פשט אין די נישט לייגן, און יעצט לייגט ער שוין ווייטער יא.
האט די ר"ר אלימלך גענטפערט מעשה שהיה כך היה, א פאר וואכן צוריק שפעט ביינאכט, איז מען געקומען צו מיר מזכיר זיין א מקשה לילד, און איך האב געטראכט צו מיר, פארוואס קען מען מיר נישט לאזן מנוחה, מען מוז מיר שטערן אפילו אזוי שפעט ביינאכט, דערנאך האב איך געטראכט צו מיר, ווען עס וואלט געווען מיין טאכטער, וואלט עס מיר אוודאי נישט געבאדערט, און אז עס באדערט מיר אז מען וועקט מיר אויף פאר א צווייטע איד, בין איך נאכנישט גענוג חסיד וירא שמים, קען איך נישט לייגן רבינו תם תפלין, ביז איך וועל זיך אויס ארבעטן מיין מדת חסידות אין מיר, און נאך א שטיק צייט ווען איך האב געפילט אז איך בין שוין גענוג אויסגעארבעט, האב איך צוריק אנגעהויבן לייגן ר"ת תפלין, זי"ע אמן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:46 pm

· #340906
זר זהב
איך בין שוין חתונה געהאט היפש אפאר יאר און נאך קיינמאל נישט אנגעטון ר"ת תפילין. די ריזען איז איך דענק ערגעץ האב איך געהערט אז אויב לייגט מען עס איינמאל מוז מען שוין לייגן יעדן טאג, דאס האט מיר אפגעשראקן, איך טראסט מיר נישט אז איך וועל איין טאג פארגעסן אדער סתם נישט האבן קיין נערווען ולמה לי ולצרה הזאת? איך דאווען נישט יעדן טאג שחרית מיט א מנין אז איך זאל האבן ליידיג צייט ביי הויכע שומענעשרע צו לייגן ר"ת, מילא האב איך קיינמאל נישט אנגעהויבן.
לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז עס נישט ממש א חיוב, ווייל א חבר האב איך וואס זיין פאטער איז ארעם און קיין ר"ת'ס תפילין האט ער פאר זיין זון נישט געקויפט איז לייגט ער נישט קיין ר"ת. אויב וואלט עס געווען א חיוב וואסערע טערעץ איז דאס אז דו האסט נישט? מילא איז געדרינגען (פון מיין חבר) אז ס'נישט קיין חיוב!

וואס זאגט דער עולם לגבי ר"ת? איז עס א מאסט? יעדער לייגט טאקע? ביטע קאמענטירן.

אבער די בושות וואס מ'נעמט איין (איינער וועלכער דאוונט יא מיט א מנין.) ווען א יעדער נעמט ארויס נאך א פאר תפילין פון זיין טלית בייטל און ער לייגט צוזאם דעם טלית און גייט אהיים... 🙄 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:51 pm

· #340909
ציבעלע-קיגל
אז מען רעדט שוין פון ר"ת תפילין...

אמאהל איז אריינגעקומען א אידל וואס אי אריין געקומען בית המדרש אין פארגעסן זיינע תפילין. אויפ'ן טיש איז געלגען א פאר תפילין, ער גיבט עס א כאפ און וויל אנפאנגען לייגן.

רופט זיך אן איינער "עס איז רבינו ת"ם'ס תפילין.

זאגט ער, זארג זיך נישט, איך דאווען שנעל, ביז רבינו תם וועט צוריק קומען וועל איך שוין זיין לאג פארטיג

ציבעלע קוגל: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ס'דא אן אנדערע דזשאוק וואס ונבנתה האט געברענגט. דער דזשאוק דרייציך ארום אין חב"ד...אז א גוי (אין רוסלאנד) האט אמאל געגנב'ט א פאר תפילין. נאכדעם איז ער עס געקומען פארקויפן פאר א איד. און ער זאגט צום איד...איך בין א שוסטער. כ'האב עס אליין געמאכט... 😂 😂 😂

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:05 pm

· #340913
קאווע טרינקער
no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet. 

קאווע טרינקער: פאר דעם אליין אז דו האלטסט אז דו ביסט נאכנישט גענוג א גרויסער ירא שמים, ביסטו דאך אן עניו. אט פאר דעם אליינס ביסטו א בעל מדריגה און ראוי אנצוטון רבינו תם תפילין... 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:15 pm

· #340920
Re: תפילין דר"ת
הרב משה פיינשטיין שרייבט, דוכט זיך, אז רבינו תם'ס טוט ער נאר אן ווען ס'איז גענצליך מהודר, אזוי ווי ער האט געהאט אין רוסלאנד, הגם ער און זיין טאטע האבען זיך אלס געפיהרט כמנהג הגר"א. אין אמעריקא האט ער קיין איבעריגע געלט נישט געהאט (!) און דעריבער האט ער עס נישט געקויפט. כא. ווען ער האט יא געהאט האט ער געקויפט.

דער 'חומרא' פון ר"ת איז ליידער פארוואנדעלט געווארען אין א קולא, ווען מ'איז מוותר אויף רש"י דערפאר. דאס אויסטוהן די רש"י'ס אין מיט'ן דאווענען כדי אנצוטוהן ר"ת'ס איז לכאורה קעגען דער שכל, לויט די געפאסקענטע הלכה ווי רש"י.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:56 pm

· #340929
וואס הייסט אינמיטן דאווענען, אינמיטן שטילע שמונה עשרה ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:03 pm

· #340932
Re: תפילין דר"ת
ניין, פאר עלינו. ווען נישט פאר ר"ת'ס תפילין וואלט מען געזעסען לענגער מיט רש"י'ס תפילין. ממילא אז מ'לייגט רש"י'ס תפילין נארמאל און דערנאך לייגט מען צו ר"ת'ס תפילין, איז עס נאר א חומרא. יעצט איז עס א קולא אז מ'לייגט רש"י תפילין ווייניגער צוליעב דער 'חומרא'.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:06 pm

· #340936
די מחבר (או"ח, כ"ה, י"ג) זאגט אז מ'פירט זיך צו בלייבן מיט די תפילין ביז נאכן קדיש שאחר ובל"צ (אדער נאכן צוריקלייגן די ס"ת ביום קרס"ת). געוויסע גדולים זענען געווען קעגן בלייבן מיט די תפילין צו לאנג, משום חשש גוף נקי.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:07 pm

· #340937
ס'אלץ נישט מעיקר הדין נאר מנהגים, מנהגי חסידים איז נישט אנדרעש.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:08 pm

· #340939
ס'אלץ נישט מעיקר הדין נאר מנהגים, מנהגי חסידים איז נישט אנדרעש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:08 pm

· #340940
שלום על ישראל
די מחבר (או"ח, כ"ה, י"ג) זאגט אז מ'פירט זיך צו בלייבן מיט די תפילין ביז נאכן קדיש שאחר ובל"צ (אדער נאכן צוריקלייגן די ס"ת ביום קרס"ת). געוויסע גדולים זענען געווען קעגן בלייבן מיט די תפילין צו לאנג, משום חשש גוף נקי.

שלום על ישראל: די זעלבע חשש גייט דאך לכאורה אן ביי ר"ת'ס תפילין אויך...!

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:10 pm

· #340941
berlbalaguleh
שלום על ישראל
די מחבר (או"ח, כ"ה, י"ג) זאגט אז מ'פירט זיך צו בלייבן מיט די תפילין ביז נאכן קדיש שאחר ובל"צ (אדער נאכן צוריקלייגן די ס"ת ביום קרס"ת). געוויסע גדולים זענען געווען קעגן בלייבן מיט די תפילין צו לאנג, משום חשש גוף נקי.

שלום על ישראל: די זעלבע חשש גייט דאך לכאורה אן ביי ר"ת'ס תפילין אויך...!

נו גוט, די מג"א ברענגט זיי און דריקט זיך טאקע אויס והכל לפי המצב האדם. אבער עכ"פ טרעט עס נישט אויף רש"י'ס סקעדזשול.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:13 pm

· #340943
Re: תפילין דר"ת
ווי לאנג וואלט מען געגאנגען רש"י'ס תפילין ווען נישט פאר ר"ת'ס? דאס איז רש"י'ס סקעדזשואל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:21 pm

· #340947
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי לאנג וואלט מען געגאנגען רש"י'ס תפילין ווען נישט פאר ר"ת'ס? דאס איז רש"י'ס סקעדזשואל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

זאגסט נישט קיין דברים של טעם, מ'מיינט עפעס די כבוד פון רש"י מיט א סקעדזשועל, ממיינט דא צו זיין מעוטף בטלית ותפילין דורך אויס דעם גאנצן סדר התפילה. למעשה האבן חסידים איינגעפירט אז די המון עם לייגט ר"ת תפילין לייגט מען דאס נאך שמו"ע וואס איז די עיקר תפילה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:28 pm

· #340952
Re: תפילין דר"ת
יעדער מינוט מ'גייט מיט תפילין איז א מצוה. מוותר זיין אויף תפילין פאר א זאך וואס מעיקר הדין איז סתם שווארצע קאסטענע'ס האט נישט קיין פשט. ווילסט חושד זיין? פיין. אבער נישט ממעט זיין אינ'ם עיקר מצוה.
ס'איז ווי דער בני ברק'ער וואס האט געהאלטען א סוד זיין אביון מהודר אום פורים, כדי מ'זאל איהם נישט אנשטאפען מיט געלט און מאכען אויס אביון!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 7, 2016 10:33 pm

· #340955
יעדע מינוט איז א מצוה, אבער ס'דארף זיין א באלאנס, חז"ל האבן מבטל געווען דאס גיין א גאנצן טאג, און נאכאמאל קיינער רעדט נישט פון מינוטן מ'רעדט דא פון א סדר התפילה.
מעיקר דינא דגמרא האט תפילין ניטאמאל שייכות צום דאווענען נאר צו קר"ש.

איש חזון » זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:26 pm

· #346622
קאווע טרינקער
עם הארץ וואס דו ביסט........
סליחה
אונזער ר"ת תפילין איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רבינו תם זעלבסט..........הא הא

@קאווע טרינקער, לאמיך שפעקולירן אז דאס האסטע געשריבן פאר די האסט אנגעטראפן שיעורי ר' אשר ווייס. טראכט אריין אין וואס דו שריי(ב)סט דא - וואס גייט אונז אהן אז לויט דעם גברא "רבינו יעקב תם" איז מען נישט יוצא מיט דעם מצות תפילין, מיר זוכן נישט יוצא צו זיין פאר דעם "בעל השיטה" נאר מיר זענען חושש צו זיין שיטה בענין סדר הפרשיות.

ואמנם מצינו דבר מופלא בפוסקים שכאשר נזדמנו שני נידונים לפונדק אחד אשר בכל אחד מהם יש מחלוקת ונקטינן בתרווייהו לחומרא, אבל מי שמחמיר בנידון א' מיקל בנידון ב', הרי שכאשר נזדמנו למקרה אחד לא מחמרינן כי סוף סוף אין ראשון שמחמיר בתרווייהו, עי' למשל שו"ע הגר"ז סי' רע"ז (כמדומני) ועוד, אך כמובן שזה לא שייך בנידו"ד.