☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10559

65th » מאנטאג מאי 30, 2016 8:05 pm

· #335397
א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
א טאטע האט פארגעסען אין איבער גילאזט זיין בעבי אין די קאר
נאך דריי שעה האט ער זיך דערמאנט אבער ליידער צי שפעט


Sent from my iPhone using Tapatalk

65th » מאנטאג מאי 30, 2016 8:16 pm

· #335403
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
איך האב גיטראכט צי לייגען בילדער כדי דער עולם זאל זיך גיט באווארענן אבער עס חאפט א שרעק
אידען
האט רחמנות אויף אייער קינדער אין אויך אויף אייך


Sent from my iPhone using Tapatalk

פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:08 pm

· #335424
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
א פחד א שרעק.
ס'קען געשעהן צו יעדען ה"י.
אפאר טעג צוריק איז עס געשעהן צו מיר, ב"ה איך האב מיר געכאפט נאך 5 מינוט.

שמיטשיק » מאנטאג מאי 30, 2016 10:11 pm

· #335426
וויי געוואלד, נאר דער באשעפער קען טרייסטן די צושאסענע עלטערן.

עס איז באקאנט אז די דעגרי אין א פארמאכטע קאר גייט ארויף זייער שנעל, פארוואס זענען נאך נישט די קאר פירמעס אויפגעקומען מיט א געדאנק צו קענען פארמיידן די היץ פון ארויפגיין אזוי ברוטאל שנעל אין א פארמאכטע קאר?

קל וחומר » מאנטאג מאי 30, 2016 10:28 pm

· #335428
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:39 pm

· #335430
וויאזוי פארגעסט מען? איז עס אז מ'כאפט בכלל נישט אז א קינד איז דארט מ'פארגעסט אז 'מהאט עס מיטגענומען, אדער ווייסט מען יא נאר מ'טראכט אז מ'גייט ארויס פאר א מינוט און מ'פארגעסט צוריקצוקומען? כקען נישט פארשטיין וויאזוי מקען א קינד פארגעסן!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:48 pm

· #335435
גאר א גוטע עצה ראיתי, שטענדיג צו האבן א צאמי ארויפגעלייגט אויפן קאר שליסל רינג.

נאך א עצה, לייגן די סעלפאן אין די קאר סיעט. דא דארף מען אבער שוין געדענקן צו לייגן.

בעל מדות » מאנטאג מאי 30, 2016 10:55 pm

· #335436
רויטע וואנצעס
גאר א גוטע עצה ראיתי, שטענדיג צו האבן א צאמי ארויפגעלייגט אויפן קאר שליסל רינג.

נאך א עצה, לייגן די סעלפאן אין די קאר סיעט. דא דארף מען אבער שוין געדענקן צו לייגן.

לייגן א צומי אויפן קאר שליסל איז נישט דער בעסטער אויסטרעף, צוליב וואס מען ווערט צוגעוואוינט דערצו, און עס וועט זיין זייער אומאנגענעם אז מיינע ארומיגע זאלן מיר זען ארומגיין מיט א צוציקל הענגען פון מיין שליסל האלטער.

מען דארף פשוט מיטנעמען א קינד צו יעדע צייט, אפילו אויב לאזט מען די קאר אנגעצינדן, עס איז נישט זיכער, און אפילו סעלפיש. די פאטער גייט ארויס צום געשעפט, נעמט א גוטן סטרעטש, מאכט זיך גרינגער דאס בייכל מיטן ארויסבלאזן דאס וואס איז אים שווער, און פארן קינד באפעלט ער צו בלייבן זיצן אינעם דומפיגן קאר, איינגעוויקלט איו אומבאקוועמע פארקניפטע זיץ-פאסיקעס.

האסט געברענגט א קינד אויף דער וועלט?!, געב אכטונג אויף אים אויף טריט און שריט, איך בין זיכער אז דער פאטער פון אט דער קינד היינט וויל שוין קיין קאר נישט האבן אין זיין פארמעגן, עס איז די לעבן פון א אומבאהאלפן שטיקל פלייש, אנגעוויזן אויף די רחמים פון זיין שטארקע טאטע.

ירח בן יומו » מאנטאג מאי 30, 2016 11:42 pm

· #335443
C/P
הי, קוראים לי יוסי

אני חגור במושב הבטיחות בכיסא האחורי ברכב, אבא נוהג, ברדיו יש מוזיקה של גדולים ועוד מעט בטח נגיע הביתה.

אמא כבר מחכה לי בבית עם ארוחת הצהריים ואני כל כך רוצה כבר לשחק במשחקים שלי, הנה, אני מרגיש שאבא כבר חונה. כן. הוא נוסע אחורה.

אבא כיבה את האוטו, הוא בטח כבר ירים אותי על שתי ידיים ויעלה אותי הביתה.

אבא יוצא מהאוטו, הנה הוא סוגר את הדלת, הופ, הוא סגר עם השלט, הוא בטח עוד רגע יבין שנלחץ לו בטעות ויפתח לי את הדלת.

לא. אבא הולך הביתה... הלו... אבא'לה...

מתחיל להיות חם באוטו, אני מזיע, משעמם לי פה. הלו... אבא...

קשה לי לנשום. אני מרגיש חלש. אין לי אוויר.

העיניים שלי נעצמות. קשה לי לחשוב. אני מנסה להיזכר באמא, לצעוק אליה בכוחות האחרונים, אולי היא שומעת... אבל... אני לבד. אף אחד לא שומע.

אני מחפש את הבקבוק על המושב שלידי, בכוחות האחרונים עוד מצליח לשתות כמה טיפות של פטל שנשאר לי מהמטפלת, אבל עדיין אין לי אוויר לנשום.

אני מתעלף. עוברות עוד מספר דקות ואני כבר לא נושם.

עוברות להם עוד דקות ארוכות, הדלת נפתחת, נשמעות צרחות, עוד דקה או שתיים ואני שומע מישהו עם הרבה רעשים של מכשיר קשר, הוא לוחץ לי על החזה הרבה פעמים ומכניס לי אוויר לפה ולאף. ככה הרבה פעמים, הוא לוחץ ומכניס לי אוויר, אך, אני מרגיש דקירה ביד. הם הכניסו לי מחט.

עוברת שעה, הם עוזבים אותי. מכניסים אותי לתוך שקית ומישהו מרים אותי על הידיים.

אני שומע את אבא ואמא בוכים, הם קוראים לי יוסי יוסי, אבל אני לא יכול לענות להם. אני מת. זהו, הכניסו אותי לתוך רכב, הוא כבר לא מדליק סירנות כי אולי אין לו לאן למהר, אבל הוא נוסע.

הגענו. מישהו מרים אותי שוב, מניחים אותי על רצפת שיש קרה, אני שומע הרבה אנשים גדולים מדברים במילים של גדולים ובוכים. הבנתי רק שהם אמרו ש"הילד הלך ואיננו" וש"זאת כפרה על הדור". נראה לי שאני יודע מה זה כפרה, אמא תמיד היתה אומרת לי "יוסי כפרה עליך".

טוב, מרימים אותי שוב, אני עטוף בטלית, הולכים הרבה ברגל, ופתאום אני מרגיש שמניחים אותי על עפר, אני שומע את אמא ואבא בוכים, לאן הם לוקחים אותי?

פתאום, שקט. אני מרגיש שסוגרים עלי עם בלוקים, הנה אני מרגיש ששופכים חול, כן. ממש כמו בארגז חול שאנחנו משחקים בגן. אני רוצה גם לשחק בחול.

אני כבר בקושי שומע את האנשים. נהיה כאן שקט. אני לבד וקר לי.
זהו. שקט.

אני הייתי יוסי, ושכחו אותי ברכב.

דבר הכותב: אין בדברים חלילה כדי לדון את ההורים ואין אנו יכולים לדמיין ולשער את כאבם של ההורים שללא ספק לא יירפא לעולם, אך בהכרח הדברים נועדו לצמרר ולהמחיש את תחושותיו של יוסי (שם אקראי) שנשכח ברכב כדי לגרום לנוהגים ברכב לבדוק שוב אם הם לא שכחו את יוסי שלהם.
דביר עדני.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 31, 2016 12:08 am

· #335447
איך פארשטיי נישט ווי אזוי מלאסט ״בטעות״ איבער א קינד אונעם קאר, קאמאן אביסעל אחריות, ווי פארנומען מאיז נאר, מרעדט דא וועגען די זאך וואס איז די מערסטע חשוב ביי א טאטע.
אפי ווען כבין אליין אין קאר איידער איך גיי ארויס דריי איך זיך ארום אלץ א פאוביע.
נישטא קיין תירוץ דערויף.

זבולון » דינסטאג מאי 31, 2016 12:37 am

· #335451
עס איז א ווייטאגליכע טראגעדיע, און איך פיהל נישט ריכטיג צו צו-לייגן זאלץ אוויף די טרערן.

אבער בינינו, אנשטאט צו מאכן טריקס און עצות ווי אזוי נישט צו פארגעסן א קינד אין קאר, אפשר דארפן מיר אנפאנגען צו ארבעטן צו אנערקענען די אחריות וואס מיר האבן פאר אונזערע קינדער.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט מיר זעהן פארגעסן מיינע קינדער אין קאר. ווען מיין קינד איז אין קאר, איז עס אין מיין קאפ די גאנצע צייט, קאנטשעסלי און סאב-קאנטשעס. איך בין נישט מצליח צו באגרייפן וואס דאס מיינט מ'לאזט איבער א קינד אונטער זיך.

זבולון » דינסטאג מאי 31, 2016 12:57 am

· #335453
[ציטאט אראפגענומען]

ליידער יא.

<a class="postlink" href="http://noheatstroke.org/">http://noheatstroke.org/</a>

ליפא » דינסטאג מאי 31, 2016 12:59 am

· #335454
ער מיינט זיכער צו פרעגן צי ס'האט שוין פאסירט אין אמעריקע ביי א איד

נולד מאוחר » דינסטאג מאי 31, 2016 1:15 am

· #335456
מיסטעקס קען געשען מיט יעדע.
דע טאטע האט ביז היינט אויך געקענו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא זאל קען פאסירן.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 31, 2016 1:25 am

· #335459
קל וחומר
אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

ס׳דא עטליכע סארט דיטעקטארס וואס מען קען קויפן וואס ארבעט מיטן קאר סיעט
דא האט איהר איין וועבזייטל וואס פארקויפט אזא patent פראדוקט וואס איז גראדע א היימישע קאמפעני וואס צוויי יונגעלייט פון לעיקוואוד האבן געגרינדעט

<a class="postlink" href="https://www.babyalert.info/">https://www.babyalert.info/</a>

א איד » דינסטאג מאי 31, 2016 7:36 am

· #335467
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
נולד מאוחר
מיסטעקס קען געשען מיט יעדע.
דע טאטע האט ביז היינט אויך געקענו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא זאל קען פאסירן.

אז דער אויבערשטער וויל שיסט א בעזים, אז עס איז באשערט קען מען זיך נישט ארויסדרייען.
און ווי אנדערע האבן געשריגן, די רחמנות אויפן טאטן איז ביסיידס די ווייטאג פון פארלירן א קינד, וואס עס שטייט שוין מכה אשר לא כתובה בתורה זו מיתת הבן בחיי האב, אז אפילו די תורה וויל נישט ארויסשרייבן אזא מין קללה.
אבער די גילט וואס די טאטע האט איז אין לשער.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 8:41 am

· #335472
שאולדיספריםפאקער
קל וחומר
אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

ס׳דא עטליכע סארט דיטעקטארס וואס מען קען קויפן וואס ארבעט מיטן קאר סיעט
דא האט איהר איין וועבזייטל וואס פארקויפט אזא patent פראדוקט וואס איז גראדע א היימישע קאמפעני וואס צוויי יונגעלייט פון לעיקוואוד האבן געגרינדעט

<a class="postlink" href="https://www.babyalert.info/">https://www.babyalert.info/</a>


פחד נורא די מעשה. און ווי געשריבן, א ביטערע רחמנות אויפן טאטן, אנגעהויבן פון די מאמענט וואס דער טאטע פארפעלט א הארץ קלאפ - בשעת עס בליצט אים אויף אין זכרון אז ער האט געלאזט דאס קינד אין קאר, שיעור כאפענדיג א הארץ אטאקע - ביז די שוידערליכע מאמענט ווען עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן, עולם חשך בעדו, זעענדיג זיין קינד ל"ע אין אזא מצב, און די גילטי פילינגס וואס פאלגט נאך... איי טאטע, עס לאזט זיך נישט באשרייבן.

און זאל קיינער נישט דן זיין און דזשאדזשן א טאטן, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, אפשר האט ער פונקט געהאט דאגות וואס קוועטשט אדער אנדערע וויכטיגע זאכן צו ארלעדיגן, און בכלל אז מען וויל פון הימל, מאכט מען פארגעסן.

עכ"פ וועגן די דיטעקטאר'ס אין א קאר וואס כאפט אויף, ווי געשריבן, זענען שוין פאראן עטליכע קאמפעניס וואס מאכן דאס,

ווי צב"ש
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/news/how-technology-could-help-prevent-kids-deaths-in-hot-cars/">http://www.cbsnews.com/news/how-technol ... -hot-cars/</a>
<a class="postlink" href="http://www.evenflo.com/SensorSafe/">http://www.evenflo.com/SensorSafe/</a>
<a class="postlink" href="http://www.gizmodo.com.au/2012/06/childminder-sensor-reminds-you-that-youve-left-your-kid-in-the-car/">http://www.gizmodo.com.au/2012/06/child ... n-the-car/</a>

צוביסלעך קומען קאר קאמפאניס אליינס ארויף מיט מעטאדן און סענסארס צו דיטעקטאן קינדער אין די קאר סיעטס. כ'האב ערגעץ געלייענט אז BUICK קומט בקרוב ארויס מיט אזא סארט טעכנאלאגיע.

אינטרעסאנט, דער וועבסייט טענה'ט אז די טריקס זענען נישט קיין סך ווערד
<a class="postlink" href="http://thestir.cafemom.com/being_a_mom/141253/car_seat_alarms_wont_prevent">http://thestir.cafemom.com/being_a_mom/ ... nt_prevent</a>

אלענפאלס, זאל השי"ת שומר ומציל זיין אלע אידן, און טרייסטן די עלטערן מיט א נחמה גמורה ובתחיית המתים בקרוב ממש.

בת קול » דינסטאג מאי 31, 2016 10:39 am

· #335480
פאר די אלע וואס פארשטייען נישט וואזוי מען לאזט איבער א קינד אין קאר:

עס קען געשען צו יעדעם.
עס איז געווען גאר א הייסע זוממער טאג. איינע פון מיינע פילע געשוויסטער איז אמאל איינגעשלאפן אין קאר. ווען מיר זענען ארויסגעקומען איז יעדער אריינגעלאפן אין באנגעלאו, אדער צו די חברים, און ס'איז נישט איינגעפאלן פאר מיין טאטן צו ציילן די קינדער פאר ער לאזט זיי גיין. נאך א וויילע, ווען מיין מאמע האט גערופן יעדן צו נאכטמאל, האט מען אים נישט געקענט געפונען. עס האט געדורט 2 שעה פון זיכעניש אין וואלד, ביז עס איז איינגעפאלן צו קוקן אין קאר. עס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט אקעי, אבער עס וואלט זייער גרינג געקענט זיין די קאטאסטראפי פונעם זוממער.
מיין מאמע האט דעמאלץ געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואיזוי דאס קען געשעהן צו מענטשן, אבער יעצט זעה איך אז מען זאל זיך קיינמאל איבערשאצן."
אין איינע פון די קינדער דערציילן ביכלעך פון חיים וואלדער, דערציילט א מיידל אז איר טאטע פירט זיך, אז ווען א קינד ווערט 2 יאר אלט, גרייט ער אים אן א מתנה אינדרויסן פון קאר, און לערנט אויס פארן קינד וויאזוי אליינס ארויסצוקומען פון קאר, (עפענען די סיט בעלט, דריקן דאס ריכטיגן קנעפל די טיר זאל זיך אויפשפארן, שלעפן די טיר) קען ער באקומען זיין מתנה.
געווענטליך לאזט מען נישט איבער א פיצל אין קאר, נאר א גרעסערע קינד וואס וואלט אליין ארויסגעקומען. אויב ווייסט ער וויאזוי ארויסצוקומען, קען מען האפענטלעך פארמיידן פילע טראגעדיעס.

א איד » דינסטאג מאי 31, 2016 10:41 am

· #335482
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
דער וועבזייטל שרייבט אזוי בפשטות אלס זיך באווארענען, אז מען זאל זיי נישט קלאגן אויב עס וועט נישט ארבעטן

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 31, 2016 11:02 am

· #335483
בת קול
פאר די אלע וואס פארשטייען נישט וואזוי מען לאזט איבער א קינד אין קאר:

עס קען געשען צו יעדעם.
עס איז געווען גאר א הייסע זוממער טאג. איינע פון מיינע פילע געשוויסטער איז אמאל איינגעשלאפן אין קאר. ווען מיר זענען ארויסגעקומען איז יעדער אריינגעלאפן אין באנגעלאו, אדער צו די חברים, און ס'איז נישט איינגעפאלן פאר מיין טאטן צו ציילן די קינדער פאר ער לאזט זיי גיין. נאך א וויילע, ווען מיין מאמע האט גערופן יעדן צו נאכטמאל, האט מען אים נישט געקענט געפונען. עס האט געדורט 2 שעה פון זיכעניש אין וואלד, ביז עס איז איינגעפאלן צו קוקן אין קאר. עס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט אקעי, אבער עס וואלט זייער גרינג געקענט זיין די קאטאסטראפי פונעם זוממער.
מיין מאמע האט דעמאלץ געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואיזוי דאס קען געשעהן צו מענטשן, אבער יעצט זעה איך אז מען זאל זיך קיינמאל איבערשאצן."
אין איינע פון די קינדער דערציילן ביכלעך פון חיים וואלדער, דערציילט א מיידל אז איר טאטע פירט זיך, אז ווען א קינד ווערט 2 יאר אלט, גרייט ער אים אן א מתנה אינדרויסן פון קאר, און לערנט אויס פארן קינד וויאזוי אליינס ארויסצוקומען פון קאר, (עפענען די סיט בעלט, דריקן דאס ריכטיגן קנעפל די טיר זאל זיך אויפשפארן, שלעפן די טיר) קען ער באקומען זיין מתנה.
געווענטליך לאזט מען נישט איבער א פיצל אין קאר, נאר א גרעסערע קינד וואס וואלט אליין ארויסגעקומען. אויב ווייסט ער וויאזוי ארויסצוקומען, קען מען האפענטלעך פארמיידן פילע טראגעדיעס.

דאס לערנען דאס קינד וויאזוי אליינס ארויס גיין פון קאר קען האבן א פארקערטע עפעקט אויך ווי שוין געוועהן אז קינדער האבן געעפנט די טיר אינמיטן פארן און ליידער ארויסגעפאלן, איך לייג די טירן אויף child safety lock איך וועל זיי קיינמאל נישט לערנען וויאזוי צו עפענען די טיר

חברהמאן » דינסטאג מאי 31, 2016 11:10 am

· #335486
אין די זומער האב איך א געווינהייט צי אייביג לאזן די פענסטער אפען אביסעל, פשוט אז די קאר זאל נישט ווערן צי הייס

אברך משי » דינסטאג מאי 31, 2016 11:29 am

· #335491
איך האב שוין פון לאנג א חקירה אויב סריכטיג דאס וואס מבאשטראפט שפעטער די עלטערן ממש ווי רוצחים פארן איבערלאזן דאס קינד
סאיז באמת א טעות און יעדע פארשטייט אז זיי האבן נישט געוואלט במזיד הרגענען דאס קינד
און די אלע וואס זענען דא אזוי איין-זייטיג אז "ווי אזוי קען מען איבערלאזן א קינד אין א קאר און ווי אזוי קען מען פארגעסן" לדעתי קען עס געשען ביי יעדעם ח"ו און עס איז נישט אנדערש פון אנדערע טעותים רח"ל
ואל תדון את חברך

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 11:32 am

· #335493
חברהמאן
אין די זומער האב איך א געווינהייט צי אייביג לאזן די פענסטער אפען אביסעל, פשוט אז די קאר זאל נישט ווערן צי הייס

און וואס טוסטו ווען עס לאזט זיך אראפ א טאנדער-סטארם כמו שכתוב..?

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 31, 2016 11:34 am

· #335494
שמעקעדיג
חברהמאן
אין די זומער האב איך א געווינהייט צי אייביג לאזן די פענסטער אפען אביסעל, פשוט אז די קאר זאל נישט ווערן צי הייס

און וואס טוסטו ווען עס לאזט זיך אראפ א טאנדער-סטארם כמו שכתוב..?

מען קען קויפן אזעלכע rain protectors פאר די פענטסטערס

יעלה ויבא » דינסטאג מאי 31, 2016 1:43 pm

· #335516
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
ענדרעשט זאלל די קאר ווערען נאס וויא חלילה.....

lead, follow, or get out of the way

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 2:11 pm

· #335519

א איד » דינסטאג מאי 31, 2016 3:18 pm

· #335530
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
אריין אין ס'האט מיר געברענגט טרערן אשכול.

65th » דינסטאג מאי 31, 2016 6:33 pm

· #335568
Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל
איך האב גיהערט פין נישט פארלעסלעכא קואלען אז דער פאטער האב גיבעטען דעם שופט רחמנות ווייל ער האט פשוט פארגעסען
דער שופט האט איהם גיפרעגט צי דעם סעלפון האט ער אויך אמאהל פארגעסען ?[emoji35]
איך שרייב דאס אללעס למען ישמעו ולמען יראו מלשון יראה


Sent from my iPhone using Tapatalk

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 10:30 pm

· #335605
א נארישקייט צו פארגלייכן א זאך וואס ליגט כסדר אויפן הויזן צי אין טאש, און מען נוצט עס יעדע 5 מינוט וממשמש אדם בכיסו בכל עת ושעה, צו א קינד וואס נארמאל האט מען עס נישט אינזין.

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 10:43 pm

· #335612
65th
איך האב גיהערט פין נישט פארלעסלעכא קואלען אז דער פאטער האב גיבעטען דעם שופט רחמנות ווייל ער האט פשוט פארגעסען
דער שופט האט איהם גיפרעגט צי דעם סעלפון האט ער אויך אמאהל פארגעסען ?[emoji35]
איך שרייב דאס אללעס למען ישמעו ולמען יראו מלשון יראה


Sent from my iPhone using Tapatalk


עה, די משפט האט זיך נאך נישט אנגעפאנגען, נאך די שבעה.

על המחיה » מיטוואך יוני 1, 2016 3:30 pm

· #335773
[ציטאט אראפגענומען]


פארגעס נישט אז אין אר"י איז די קלימאט אסאך הייסער ווי אין אמעריקה, מילא געשעהט שנעלער אזא טראגעדיע ל"ע נאכ'ן איבערלאזען א קינד אין קאר פאר אפאר שעה

אביתר פריעדמאן » מיטוואך יוני 1, 2016 3:38 pm

· #335777
געוואלדיג
65th
איך האב גיהערט פין נישט פארלעסלעכא קואלען אז דער פאטער האב גיבעטען דעם שופט רחמנות ווייל ער האט פשוט פארגעסען
דער שופט האט איהם גיפרעגט צי דעם סעלפון האט ער אויך אמאהל פארגעסען ?[emoji35]
איך שרייב דאס אללעס למען ישמעו ולמען יראו מלשון יראה


Sent from my iPhone using Tapatalk


עה, די משפט האט זיך נאך נישט אנגעפאנגען, נאך די שבעה.

לכאורה שטאמט די מקור ווי איך האב עס געהערט
אז די מאמע פון די קינד האט געזאגט אין אן אונטערוויוא
''מענטשען טענה'ען אז די סמארטפאן וואלט מיין מאן נישט פארגעסן - און איך זאג- אז מיין מאן האט נישט קיין סמארטפאן און איך בין בכלל נישט ברוגז אויף אים ווייל ער איז אומשולדיג!!! ''

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 1, 2016 3:50 pm

· #335779
שמעקעדיג
א נארישקייט צו פארגלייכן א זאך וואס ליגט כסדר אויפן הויזן צי אין טאש, און מען נוצט עס יעדע 5 מינוט וממשמש אדם בכיסו בכל עת ושעה, צו א קינד וואס נארמאל האט מען עס נישט אינזין.

ס'איז א ריזן טיפשות, אבער איך קען עס זעהן א שופט צו נוצן אלץ א פליק

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 6:14 pm

· #335810
און עס איז א ריזן רשעות, צו משפטן אזא טאטע, ער איז נישט שולדיג, און דאס נעמט נישט אוועק קיין סמכות פון עם, אויף צו האלטן די איבריגע קינדער און שטוב.