☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א וואקאציע אין נייעגרא פאלס

א וואקאציע אין נייעגרא פאלס

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10552

גר ותושב » זונטאג מאי 29, 2016 8:41 pm

· #335107
א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
אקדמות מילין בעפאר איך קום צו צום ווארט וויל איך אפגעיבן א דאנק פאר אלע חברים דא אין שטיבל כל אחד בשמו הטוב יבורך איך האב זיך אסאך געלערנט דא פון אלע חבירים און איך האב שטארק הנאה געהאט צו פארברעינגען צוזאמען.
יעצט ווען איך האלט שוין קרוב צום #תגובות האלף האב איך געטראכט וואס איך קען צוריק מהנה זיין די אלע חבירים איך בין נישט קיין שרייבער אדער קאמידיען אבער פטור בלא כלום אי אפשר האב איך געטראכט איך וועל אראפ שרייבן מיין וויקאציע וואס איך האב געהאט אין נייעגרא פאלס א פאר יאר צוריק איך האף אז עס וועט זיין א תועלת יעצט פארן זימער פאר די וועלכע זענען אינטערסירט זיך צו אויסליפטערן אביסל און פארן אויף א וועקאציע און ווייסן נישט ווי צו פארן אדער ווי אזוי צו פארן אדער וואס עס איז דא דארט צו טוהן.
איך וועל עס צוטיילן אויף א פאר חלקים
איך האף עס וועט נישט נעמען צו לאנג צו אנקומען צו א דבר השלם.

גר ותושב » זונטאג מאי 29, 2016 8:41 pm

· #335109
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
די נסיעה צו נייעגרא פאלס!
די וועיג געדוירט מיט א קאר (פון מאנסי) בערך 6 שעה.
מען קען אויך פארן מיט Amtrak (פון white plains) וואס געדוירט בערך 9 שעה די וועיג אהין צו די קאנאדישע זייט פונעם פאלס און די וועיג צוריק אויב פארט מען פון די אמעריקאנע זייט בערך 9 שעה אבער אויב פארט מען ארויס פון די קאנאדישע זייט געדוירט עס בערך 11 שעה וויבאלד עס גייט אדוירך איספעקשען ביים גרעיניץ (הונט קומען אויך ארויף אויפן באן נעמט אין באטראכט אויב איר נעמט מיט די קינדער).
כדי צו פארן פון די אמעריקענע זייט דארף מען פארשטייט זיך אריבער גיין א גרעיניץ פון פאראויס איז אלס צייט ווייס איך נישט וועלכע געדוירט שנעלער אבער פון די בריק וואס פירט צום גרעיניץ קען מען זעין איינס פון די שענסטע views פון די פאלס (פארשטייט זיך נאר און א קלארע וועטער) איז אפשר אלס דעים לוינט זיך צו פארן פון די אמעריקאנע זייט.

די מעלות פון א קאר איז פשוט
*קענסט פארן און קומען ווען די ווילסט

די חסרון פון א קאר איז
*עס פעלט נישט אויס קיין קאר אין נייעגרא פאלס עס איז דא טרענספעטאשיען.
*אלע האטעלס טשארשען טייער געלט פאר פארקינג.

די מעלות פון א טרעין איז
*אז די דארפסט נישט דרייון און קענסט זיצען מיט די פיס ארויף
*אויב פארט מען מיט קינדער איז עס א חלק פונעם טריפ
*די קינדער קענען זיך ארום דרייען און עס איז דא א פלאץ צו עסן.

די חסרונות זענען
*מען דארף זיך צושטעלן צו זייער צייטן
*די איבריגע שעות וואס די וועיג געדוירט
*פארן און קומען צו און פון די באן סטאנציע
*איר זענט נישט די איינציגסטע אויפן באן.
לגבי די פרייזן פונעם באן ווענט זיך ווי פרי מען באשטעלט די טיקעטס.

גר ותושב » זונטאג מאי 29, 2016 8:42 pm

· #335110
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
אכסניה של נייעגרא!
עס זענען דא אסאך האטעלן אין נייעגרא און פארשטייט זיך יעדער דארף קוקן אויף זיין בערזל עס זענען דא ביליגע האטעלס וואס זענען אביסל ווייט פונען פאלס פאר ביליג (זיי שטעלן צו באסעס צו די פאלס) און עס זענען דא וואס זענען נענטער שענער און טייערער.
די שפיץ פון די האטעלן איז די וואס האבן א falls view און אפילו א full falls view וואס מען קען זעין ביידע פאלס פונעם זעלבן פענסטער וואס פאשטייט זיך איז טייערער און שענער.
איך בין געוועין אינעם Hilton hotel און געהאט א full falls view וואס וויפיל מען האט געקוקט אויפן פאלס איז מען נישט זאט געווארן עס געט א ראיגקייט וואס נאר פון טראכטען דערפון פארבענקטס זיך מיר צו פליען אהין.
ביינאכט ביז 12 שיינען אויפן פאלס אלע קאלירן נאך א מזל עס לעשט זיך דעמאלט אויס ווען נישט ווייס איך נישט ווען איך וואלט אויפגעשטאנען די קומענדיגע טאג.
זונטאג און דינסטאג נאכט איז דא העכערן פאלס fireworks איך האב עס מיט געהאלטן איין מאל זיצעדיג אויפן ריקליינער אקעיגן פענסטער אויף א הויכע שטאק פונעם האטעל מיט א ראיגקייט בשעתן עסן נאכטמאל א צווייטע מאל שטייענדיג ביים פאלס ווי די גרידער פון די fireworks האט צוגעגעיבן צו די עקסייטמענט פון די קינדער.
גראדע איז דא א מעיגליכקייט צו מיט האלטן די fireworks פון א שיף אין מיטען די וואסער סמוך ונראה צו די פאלס פאר א שיינע מטבע (מען וועט שפעיטער צוריק קומען צו די שיף).
די קלענערע האטעלס האבן א מעלה אז מען קען כאפן א טבילה פארן דאווענען די pool איז מער ווייניגער ליידיגער מה שאין כן די גרעסערע האטעלן איז אייביג דא דארט מענטשען.

גר ותושב » זונטאג מאי 29, 2016 8:43 pm

· #335111
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים!!
די פסוק איז גוט צוגעפאסט פאר די חב"ד שוהל אין נייעגרא פאלס עס קומען דארט דאווענען זקנים ונערים חסידישע ליטווישע מאדערנע וכו' אלע סארט קאפלעך און העמעדער (וואס ווען די זעיסט זיי שפעיטער מיט א cap אויפן גאס וואלסטו זיך געשוואוירן אז די האסט שוין געזעין די גוי ערגעץ) אבער אין בית מדרש כולם אהובים כולם ברורים.
די בית מדרש איז אקיעגן איבער די shereton hotel.
די בית מדרש ווערט אנגעפירט דורך א שליח מיטן נאמען ר' זלמן וואס לערנט פאר אפאר מינוט ציווישן מנחה מעריב און פאקויפט די עליות שני וחמישי מיט א ווארעמע בקשה צו שטיצן די בית מקדש מעט.
שחרית שטעלט מען זיך 8:30
מנחה 15 מינוט פארן שקיעה
מעריב אחר השקיעה
עס איז דא גענוג א גרויסע היימישע עולם און מען קען ערלעידיגן מנינים אנדערע זמנים אויך.
אונטערן בית מדרש איז דא א שטיקל טעיקאוט איך ווייס נישט צו פליישיגס אדער מילכיגס און איך ווייס נישט ווער די בעל מכשיר איז.
אז מען רעדט שוין פון עסן איז כדי צו וויסן אז ביי די minute maid סטענדס איז דא אפאר אייסעס מיט OU השגחה.

המשך יבוא

גר ותושב » זונטאג מאי 29, 2016 11:09 pm

· #335145
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
בילדער פון די פאלס בייטאג און ביינאכט און פון די פייער ווארקס געכאפט פון די הילטען האטעל דיסקלעימער די בילדער קומען פון טריפ אדווייזער.





קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 1:51 am

· #335168
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
וואס טוט מען מיט עסן?

Sent from my XT1528 using Tapatalk

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 7:51 am

· #335184
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
קלוגע יודל
וואס טוט מען מיט עסן?

Sent from my XT1528 using Tapatalk

איך האב מיטגענומען עסן פארן גאנצן משפחה און א אייס באקס (די אייס באקס איז צוניץ געקומען אפילו אין די האטעל ווייל זיי געבן דאך א קליינע פרידז וואס קום א באטעל מילעך גייט דארט אריין) פרישטאג ווי נארמאל לאנטש איז געוועין דעינישעס וכדומה.
נאכטמאל האב איך גענומען פארטיגע עסן דאבל רעפט (אין ראקלענד קאושער קען מען צאמשטעלן meals to go פאר גאנץ א נארמאלע פרייז) מען דארף געדעינקען ווען מען באשטעלט א האטעל צו בעיטען א microwave אין וואס מען זאל קענען אנווארעמען די עסן.
למעשה אינעם הילטען האטעל ווי איך בין געוועין האב איך געהאט באשטעלט א microwave אנקומענדיג דארט האבן זיי געזאגט אז אלע זענען שוין פארנימען (עס איז געוועין פיל מיט יודען) בין איך ארויף צום אויבערשטן שטאק ווי עס איז דא א הערליכע רעסטעראנט און זיי געבעיטן זיי זאלן עס אנווארעמען און אזוי האט מען געהאט א פיינע ווארמע נאכטמאל.
גראדע איז אויך דא דארט א יודישע טעיק אוט אונטער די בית מדרש אבער איך ווייס נישט ווער די בעל מכשר איז קענסט זיך נאכפרעיגן און זעין אויב עס איז גענוג גוט פאר דיר.

חברהמאן » מאנטאג מאי 30, 2016 9:56 am

· #335212
איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?

וואלווי » מאנטאג מאי 30, 2016 5:40 pm

· #335365
גר ותושב
די חסרון פון א קאר איז
*עס פעלט נישט אויס קיין קאר אין נייעגרא פאלס עס איז דא טרענספעטאשיען.
*אלע האטעלס טשארשען טייער געלט פאר פארקינג.


די קאסינא אויף קארנאר פאלסוויו האט זייער ביליג פארקינג

וואלווי » מאנטאג מאי 30, 2016 5:40 pm

· #335366
חברהמאן
איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?


מער ווי גענוג

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 7:10 pm

· #335383
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
חברהמאן
איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?

בכלל נישט צו ווייניג די קענסט אין די צייט דעקן אלע מעין זאכען און און מער פון דעים איז הכל ריוח.

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 8:28 pm

· #335406
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
מיר זענען אנגעקומען צום האטעל זונטאג פארנאכטס נאך א לאנגע רייזע אונז זענען ארויף צו אונזער צימער זיך אויסגעפאקט אביסל און געכאפט א שפאציר צום פאלס עס האט שוין אנגעהויבן צו ווערן טינקעל אבער די געסער זענען געוועין געשטאפט מיט מענטשען וואס זענען אויך אראפ צום פאלס צו מיטהאלטן די fireworks.
עס איז גראדע געוועין אביסל ווינטיג און פון דערוואטענס האט מען שוין געפיעלט די מיסט (די פאכטקייט) פון די פאלס גייענדיג נענטער איז די מיסט געווארן שטערקער און די אנלויף פון מענטשען איז אלס געווארן געדעכטער און די קולות פון די פאלס אלס העכער און העכער.
אנקומענדיג האט מען זיך געדארפט אדורך שטיפן אנצוקומען נאנט צום צוים צו קענען כאפן א בליק אויף די נפלאות הבורא אדער נפלאות הבריאה ווי אנדערע זאגן די פאלס האט געשיינט מיט אלע קאלירן דורך גרויסע פרעזעקטארס פון א בילדינג לעבן אונז.
מען האט זיך נישט געקענט זעטיגן פון די מראה נפלאה פון די פאלס און פון די אנלויף פון מענטשען פון אלע לענדער אויפן כדור הארץ די זייגער האט זיך שנעל געריקט און די fireworks זענען שוין ענדליך אנגעקומען עס איז זייער שיין געוועין ווען נאך א יעדע אויפרייס זענען די קינדער געשפרינגען פאר שמחה און זענען ווי פארבלענדעט געווארן פון די אלע קאלירן און שעיפס.
נאך די fireworks האט זיך די פלאץ אויסגעליידיגט האט מען געקענט כאפן בילדער פון די פאלס און פארשטייט זיך אן אייביגע מזכרת ווי מען זעיט זיך שטיין ביים פאלס מיט די גאנצע פאמיליע.
נאכדעים איז געקומען די שפאציר אויף ארויף מען האט זיך צוריק ארויף געשלעפט די בארג צו אנקומען צום האטעל ווי מען האט טועם געוועין עפעס און געגאנגען זאמלען כוחות פאר די קומענדיגע טאג.

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 9:46 pm

· #335417
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
אויפצומארגנס
מיר שטייען אויף די גאנצא פאמיליע צוזאמען די ערשטע זאך עפענט מען די פירהאנג און די פאלס באווייסט זיך במלוא הדרה בעל כרחו האט מען זיך אוועק געריסן פון פענסטער און געגאנגען דאווענען.
די בית מדרש איז בערך 4 מינוט צו וואקן פונעם הילטען האטעל (מען קומט ארויס פונעם מעין ענטרענס מאכט מען א רעכטס און א רעכטס אויף די לינקע זייט איז דא א צוויי שטאקיגע בנין אויפן צווייטען שטאק איז די בית מדרש).
נאכן דאווענען איז מען צוריק צום האטעל ווי א געשמאקע פרישטיק איז געוועין צוגעגרייט דורך די בני בית מען האט געגעסן און געבענטשט און געגאנגען.
מען איז צוריק אראפ געוואקן צום פאלס וואס מען האט יעצט געזעין מיטן גאנצן קלארקייט מיט די ארגינעילע קאלירן.
די גאסן זענען נישט געוועין אזוי אנגעשטאפט ווי די נאכט בעפאר און עס איז געוועין א שיינע וועטער ואילו כל הימים דיו קען מען נישט אראפ שרייבן די שיינקייט און ראיגקייט וואס איז דארט דא מען האט דארט געקענט פארברעינגען שעות ארוכות נאר צו קוקען אויף די פליסיגע וואסערן אבער אונז זענער געקומען אריין כאפן ווי מער האט מען זיך געזעיגנט און געגאנגען קויפן אן adventure pass.
עס זענען דא וואס האבן מער זאכן פאר מער געלט אבער נישט וויסנדיג צו מען וועט אלעס אניאגן האבן אונז געקופט די ביליגערע פאר בערך $55 וואס דאס אינקלאד פיר אטראקשינס און א באס פעס.
די באס פעס איז פאר 48 שעה די באס הייסט wego און עס פירט ארום צו אלע אינטערסאנטע פלעצער פון נייעגרא פאלס.
עס איז צוטיילט לויט קאלירן.
די green line פירט ארום די גאס פון די פאלס.
די red line און blue line פירט דורך Clifton hill וואס איז א מעין גאס פון אטראקשענס.
די באסעס זענען זייער באקוועים אבער אסאך מאל איז עס גאנץ צושטיפט אבער עס איז דא באסעס יעדע פאר מינוט איז אויב זעיט מען אז עס איז פיל איז כדי צו ווארטן אפאר מינוט פאר די קומענדיגע באס.
די פיר אטראקשענס פון די adventure pass זענען ווי פאלגענד.
1) Hornblower niagra cruises (מלפנים maid of the mist)
2) journey behind the falls
3) white water walk
4) Niagara's fury
די Hornblower איז די באקאנטע שיף וואס מען זעיט אין אלע בידער וואס פארט ממש לעיבן און אונטער די פאלס פאר מען גייט ארויף דעראויף כאפט מען בילדער פון א יעדעם און ווען מען קומט אראפ קען מען קויפן די בילדער.
יעדער באקומט א פלעסטיק רעיגן קאוט און מען גייט ארויף אויפן דעק עס איז דא א סכום וויפיל מענטשען קענען ארויף גיין אויף איין מאל דעפאר קען זיך מאכן אז מען זאל ווארטן לאנג ארויף צו גיין.
נאך די פייף לאזט זיך די שיף ארויס אויפן רייזע צום פאלס עס פארט קודם צו די גרויסע פאלס און מען פילט ווי עס שלאגט זיך מיט די כוואליעס צוצוקומען נענטער און נענטער דער עולם ווערט אינגאנצען באגאסן פון די פאלס די קולות פון די פאלס זענען עד לב השמים ערשט דעמאלט ווען מען איז אונטער און נאנט צו די פאלס באמערקט מען ווי הויך די פאלס איז און מען פילט די שטאקע ווינטען וואס די פאלס איז גורם.
דערנאך דרייט זיך די שיף ארום און פארט צו צום קלענערע פאלס ווי דער עולם כאפט בילדער לרחצה און מען פארט צוריק צום בארטן צאתכם ובואכם לשלום.

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 9:49 pm

· #335418
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
דא האט איר די מאפע פון wego

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 11:11 pm

· #335440
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
די שיף סמוך ונראה צו די פאלס.

גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 10:38 am

· #335479
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
2) the journey behind the falls.
כשמו כן הוא מען גייט אראפ אפאר שטאק און מען באקומט דארט רעיגן קאוטס מען גייט אריין און א טאנעל און מען קומט אן אונטער די פאלס ממש דאס הייסט אז העכער דיר און פארנט פון דיר גיסט זיך די טויזנטער טאנען וואסער פער סקונדע.
עס זענען דא לעכער אזוי ווי פענסטערס אין די וואנט וואס מען זעיט די וואסער שטראמט אראפ און אויך איז דא דארט א דעק ווי מען שטייט ממש לעיבן די פאלס פון אונטן קרוב צום וואסער און מען זעיט פון דער נאנט די אומגלויבליכע סכום פון וואסער וואס פליסט דארט.
עס איז מוראדיג ווינטיג דארט און עס איז איבריג צו זאגן אז מען ווערט דארט באגאסן פון קאפ ביז פיס איז מאכטס זיכער זיך צו גוט ארום נעמען מיט דער רעיגן מאנטל וואס מען טיילט דארט.





גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 10:40 am

· #335481
3) white water walk.

ביי די פאלס פאלט אראפ אן געשאצטע 150,000 גאלאן פער סעקונדע און דאס פליט אראפ מיט א מורא'דיגע כוח פון די אויבערשטע טייך צו די אונטערשטע.
די וואסער גלייך נאך די פאלס קוקט גראדע אויס צו זיין זייער שטילע וואסער, אבער שפעטער ווערט עס ראפידס, דאס הייסט זייער שטורעמדיגע וואסער. מען קען עס נישט זעין פון אויבן ווייל עס איז צווישן צוויי גרויסע בערג אויף ביידע זייטן, כדי דאס צו זען איז דא די white water walk ווי מען גייט אראפ מיט אן עלעוועיטער נאנט צום ראפידס (גלייך ווען מען קומט אראפ איז דא א minute maid stand ווי זיי האבן אייסעס מיט א OU ווי שוין דערמאנט אויבן).
עס איז דא דארט א בריק וואס פירט א צוויי דריי מינוט וואלק ביז מען קומט אן צו די טרעפ אראפ צו גיין ממש נאנט צו די ראפידס ווי עס איז אויך דא דארט א פלאץ צו זיצען בשעת'ן קענען זען די רעפידס.

די קולות דארט איז אזוי ווי די white noise פון א noise machine אנדערש ווי נאנט צום פאלס וואס דארט הערט זיך עס ווי די waterfall noise.
עס איז באוויסט אז סתם וואסער בארואיגט א מענטש אבער דארט ציזאמען מיט די קול פון די מים רבים אדירים ווערט מען ממש פארגאפט דערפון און עס איז געווען זייער שווער זיך אוועקצורייסן פון דארט.
ביי די white water walk ווערט מען נישט נאס און מען טיילט נישט דארט קיין רעיגן קאוטס אבער אויב עס איז א רעגנדיגע וועטער נעמט מיט די קאוטס פון די אנדערע פלעצער.



גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 6:59 pm

· #335571
4) the niagara's fury.
אדער ווי זיי רופן עס the creation of the fall's.

מיר אלס מאמינים בני מאמינים גלייבן מיר אז בששת ימי בראשית איז די גאנצע בריאה באשאפען געווארן, און ווען מען קומט צו אזא נאטירליכע פלאץ וואס א מענטש האט דאס נישט צוגערירט זעט מען די הערליכקייט פונעם בריאה, און אונז גלייבן אז די באשעפער האט באשאפען די פאלס כפי מה שהם, איך האב גראדע געהערט שיטות וואס זאגן אז די נייעגרא פאלס און די גרענד קעניען זענען געשען בשעת המבול, אבער אפילו הכי גלייבן מיר אז דאס איז מעשי ידי הבורא וואס האט אונז געגעבן פלעצער ווי אונז זאלן קענען נתפעל ווערן פון די בריאה, אבער די בני אומות העולם האלטן דאך אז די וועלט איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן, האבן זיי א שטיקל פראבלעם ווי אזוי זענען די הערליכע נאטירליכע פלעצער באשאפען געווארן פון זיך אליינס.

אויף דעים איז דא דער Niagaras fury, וואס פאר מען גייט אריין אינעם צימער ווייזן זיי א animation פון א מעשה ווי אזוי די פאלס איז created געווארן דורך שטורעמעס און דאס גלייכן, נאכדעם גייט מען אריין אינעם צימער וואס דער צימער איז כאילו ממחיש די שטורעם און די גאס רעגן וואס זיי זאגן אז עס האט פאסירט בשעת די פאלס איז created געווארן (פארשטייט זיך מען באקומט רעיגן מאנטלען).

ווען מען גייט אריין שטייט מען אויף א גלאז ארום גענומען מיט א געיט זיך אנצוכאפן און אינדערמיט איז אויך דא פלעצער זיך צו אנכאפען.
אונטער די גלאז און ארום די גלאז נאכן געיט איז דא וואסער און עס הייבט אן צו רעיגענען פונעם דאך בשעת מעשה זעיט מען אויך אויף די סקרינס פון די וואנט ווי עס רעיגנט עס ווערט א שניי דערנאך הייבט אן צו דינערן און בליצען די גאנצע פלאר ווארפט זיך און א שלאקס רעיגן לאזט זיך אראפ עס האלט אן אזוי א פאר מינוט ביז ווען אויף די סקרינס אויפן וואנט באווייזט זיך די פאלס, און מיט דעם ווילן זיי איינרעדן דעם עולם אז אזוי איז די פאלס קריעטעד געווארן.

דאס איז די איינציגסטע פון די פיר זאכן פונעם adventure pass וואס איז נישט קיין נאטירליכע view.
עס איז נישט דא קיין קלארע בילדער פון דעים אויף טריפ אדווייזער איז ואתכם הסליחה, אויב איינער האט אפשר א בילד איז מכובד דאס ארויף צו לייגן.

דעת תורה » דינסטאג מאי 31, 2016 7:06 pm

· #335573
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
ייש"כ גר ותושב, זייער א גוטע איידיע צו באשרייבן אזא פלאץ, מיט אלע אטראקציעס. זייער אינטערעסאנט און באלערנד

גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 7:18 pm

· #335577
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
אויף די טייערסטע adventure pass איז דא נאך פיר זאכן.
Whirlpool Aero car
פון די בילדער קוקט עס אויס ווי א טשער ליפט איך בין נישט געוועין דעראויף און איך האב נישט געהערט פון קיינעם וואס איז געוועין דעראויף איז איך ווייס נישט מער פרטים.
Butterfly conservatory
איך האב געהערט מענטשען האבן הנאה געהאט דערפון און מענטשען וואס זענען נישט אזוי נתפעל געווארן דערפון.
Floral showhouse
ווייס איך נישט וואס דאס איז קוקט אויס ווי א ביוטאנעקל גארדן.
Falls icline
איז א עלעוועיטער וואס טראגט ארויף פון די פאלס עס קוקט אויס ווי פרענטשעס און בשעת ארויף פארען זעיט מען גאנץ א שיינע view פון די פאלס.

אויב איינער איז געוועין אויף איינע פון די פיר זאכן זאל ביטע ארויס העלפן אנדערע און מיטיילען די פרטים.

בנוגע די פיר זאכן פון די קלענערע פעס וואלט געוועין כדי צו דאס צוטיילן אויף צוויי טעיג עס איז נישט אינטערסאנט צו גייט אלעס אין איין טאג עס איז צופיהל וואסער פאר איין טאג און ספעציעל די white water walk און the journey behind the fall's זאל מען זיכער נישט גיין איינס נאכן אנדערן עס איז גאנץ ענדליך.

עד כאן איז די adventure pass עוד היד נטויה צו באשרייבן פילע אנדערע זאכן וואס זענען דא צו טוהן דארט בנוגע די פאלס און אויך אנדערע אטרעקשענס וואס זענען דא דארט.
המשך יבוא

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 7:59 pm

· #335588
ווער וויל גיין פארקויפן מעילס דארט? איך בעט נאר צעהן פראצענט פארען געדאנק.

גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 8:03 pm

· #335589
איך אויך
ווער וויל גיין פארקויפן מעילס דארט? איך בעט נאר צעהן פראצענט פארען געדאנק.


גר ותושב

גראדע איז אויך דא דארט א יודישע טעיק אוט אונטער די בית מדרש אבער איך ווייס נישט ווער די בעל מכשיר איז, קענסט זיך נאכפרעגן און זען אויב עס איז גענוג גוט פאר דיר.

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 8:05 pm

· #335590
ר' גר עס וועט דיר אפשר זיין אנטרעסאנט צו וויסן אז אזוי פרי ווי 1882 האט מען זיך שוין באנוצט מיט די פאוער פון די פאללס צו גענערעיטן עלעקטריציע ,אינטער די וואסער איז באהאלטן טורביינס וואס דרייען זיך. זעה אביסל דא און דא און דא.

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 8:07 pm

· #335591
איך רעד פון מ'עילס צו שיצן פון די וואסער נישט מיעלס צו עסן.

גר ותושב » דינסטאג מאי 31, 2016 8:09 pm

· #335592
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
איך אויך
איך רעד פון מ'עילס צו שיצן פון די וואסער נישט מיעלס צו עסן.

סליחה לא הבנתי
אז מען טיילט בחינם וואס דארף מען קויפן?

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 1, 2016 3:19 am

· #335656
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
גר ותושב
איך אויך
איך רעד פון מ'עילס צו שיצן פון די וואסער נישט מיעלס צו עסן.

סליחה לא הבנתי
אז מען טיילט בחינם וואס דארף מען קויפן?

אז די שטריימל זאל נישט נאס ווערן

גר ותושב » מיטוואך יוני 1, 2016 9:10 pm

· #335856
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
9)Marineland
מיר האבן שוין באשריבן מער ווייניגער די אטראקשענס ארום די פאלס מען וועט נאך צוריק קומען צו נאך אבער לאמיר האבן א שטיקל change of scenery און אריבער גיין צו א אנדערע מעין אטראקשען אין די געיגנט און דאס איז מערינלענד.
מען קען אנקומען אהין דורך wego מיט די blue line.
מערינלענד איז א פלאץ געאייגענט פאר די גאנצע משפחה עס איז א פלאץ וואס זקנים ונערים וועלן דארט הנאה האבן עס זענען דא דארט סיי צו זעין פארשידענס און סיי צו האבן פאן.
גלייך ווען מען קומט אריין אויף די לינקע זייט (א מאפע וועט נאכפאלגן) איז דא א dolfine, sea lion show וואס זיי טוהן פאשידענע אינטערסאנע זאכן מען קען דערנאך צוגיין און זיי זעין פון נאנט.
עס איז אויך דא א אביסל ווייטער ארויף די friendship cove ווי עס געפונען זיך killer whales וואס מען קען זיי זעין פון העכער און אונטער די וואסער.
אקעיגן איבער דעים איז דא א deer park וואס מען גייט אריין און א גרויסע חצר ווי עס דרייען זיך ארום צענדליגע הערשן וואס מען קען זיי גלעטן און געיבן צו עסן (#טיקסאלערט).
חוץ פון דעים איז עס אויך אן עמיוזמענט פארק במלוא מובן המילה אנגעהויבן מיט ריידס פאר קינדער (אויפן מעפ די לינקע זייט אונטען) ווי מיינע קינדער האבן זיך ממש מחיה געוועין.
און אויך פאר די עלטערע ווי מיר האבן זיך מחיה געוועין עס זענען דא דארט כל מיני ריידס איקלאדינג א ראולערקאוסטער (די רעכטע זייט אויבן) און נאך.
און ווי פארשטייט זיך איז אויך דא דארט די sky screamer (און די סענטער העכער די deer park) וואס און אלע עמיוזמענט פארקס איז דאס איינס פון די מעין ריידס אבער און מערינלענד איז דאס די סאמע שפיץ ווייל עס שטייט אויף א שפיץ בארג (אכטונג עס איז זייער שווער ארויף צו גיין די בארג) און דאס מאכט דאס נאך מער העכער ווי עס איז נארמאל ווען מען איז שוין אויפן רייד און מען פליט ארויף צום שפיץ אנטפלעקט זיך גאנץ נייעגרא פאלס במלוא הדרה (פארשטייט זיך נאר אויב די אויגן זענען נישט צוגעמאכט פון שרעק)און מען קען דאס באטראכט פאר די פאר סעקונדען וואס מען איז אויבן ביז עס דערהערט זיך די פסססססס און מען פליט צוריק אראפ.
צו אדורך גיין גאנץ מערינלענד קען נעמען א שיינע פאר שעה נעמטס מיט עסן עס איז דא דארט גענוג פלעצער ווי מען קען זיך אראפ זעצן צו עסן.





כוכב » מיטוואך יוני 1, 2016 10:27 pm

· #335874
א דאנק אייך גר ותושב, כ'האב אייך שוין לאנג געוואלט באגריסן נאר נישט געטראפן די פאסיגע געלעגנהייט, איך האלט דו ביזט א לעבעדיגע מוסר ספר אז מ'זאל קיינמאל נישט אונטערשאצן דעם כח פונעם צימעס פארום, ביזט אנגעקומען קיין ק"ש אדאנק די ברוינליכע ניקלשבורג סומאטוכע, אבער האסטעך שוין דערווארבן, דו ביזט דער אומאפיציעלער פאליטישער רעפארטער וועלכער ברענגט כסדר אינטערסאנטע לינקס איבער פאליטיקס, און יעצט האסטו צוגעשטעלט אזא שיינעם אשכול איבער ניאגרא פולס, זשאסט קיפ אפ, יו ראק.

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 2, 2016 8:52 pm

· #336101
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
10) the skylon tower.
דער סקיילען בנין איז פון די העכסטע בנינים פון נייעגרא פאלס און פארשטייט זיך די העכסטע פלאץ צו קענען זעין די פאלס מען פארט ארויף מיטן אלעוועיטער און פון אויבן האט מען א געלעיגענהייט צו באטראכטן די גאנצע שטאט פון אלע זייטן אינקלאדינג א הערליכע view פון די פאלס.
עס איז א הערליכע view סיי צופרי (אויב עס איז שיינע וועטער) און סיי ביינאכט ווען די גאנצע שטאט אינקלאדינג די פאלס שיינען מיט אלע קאלירן.
ספעציעל זענען דא וואס גייען ארויף אהין ווען עס איז דא די fireworks וואס מען דארף עס קענען זעין פון דארט מוראדיג קלאר.
ווען איך בין דארט געוועין (איך מיין אז עס איז שוין נישט דא היינט) איז געוועין א Tightrope walker ער איז געוואקן אויף א שטריק פון די דאך פון די טאוער ביז א האטעל אקעיגן איבער עס איז געוועין דעמאלט א מאסן מענטשען וואס זענען ארויף די טאוער דאס צו קענען מיט האלטן עס האט געדארט בערך א פופצן מינוט פון ווען ער האט אנגעהויבן ביז די קלאטשעריי האט זיך דעהערט ווער ער איז אנגעקומען אויף די דאך פון די האטעל.
בשעת מעשה האט זיך איינער אנגערופען אז ער וויל זעין ווי די גוי פאלט אראפ, ווען די עולם האט יענעם אנגעקוקט מיט קעלבענע אויגן האט ער זיך מסביר געוועין אז ער מיינט צו זאגן אז אויב גייט די גוי אמאל אראפ פאלן וויל ער עס מיטהאלטן וואס אויף דעים האט די עולם גערן מסכים געוועין.
עס איז אויך דא דארט א פערפעשינעל פאטא שאפ ווי מען קען כאפן בילדער און זיי לייגען צו בעקראונדס פון די פאלס אדער פונעם טאוער ועוד.
אונטען איז דא א arcades וואס איז אופן ביז שפעיט ביינאכט און איז געוועין כמעט ליידיג.



דא האט איר א בילד פון די view פון די סקיילען טאוער

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:05 pm

· #336104
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
11)Imex
דאס איז א ווידיאו פון די היסטאריע פון נייעגרא פאלס (אויב איך געדעינק גוט הייסט עס איימעקס קען זיין איך האב א טעות) אנגעהויבן פון ווי מען איז געוואער געווארן פון די פאלס און ווי א פרוי איז אראפ געשווימען די פאלס ועוד כמה סיפורים ווי שיפן זענען אריין געשלעפט געווארן בעל כרחם אין די פאלס און ווי א קונצען מאכער איז אריבער געוואקן אויף א שטריק העכער די פאלס והעיקר שכחתי די באקאנטע מעשה פון א פרוי וואס איז אריין אין א פאס מיט א קאץ און אזוי די אראפ די פאלס.
עס איז א אלטע פילם אבער גאנץ אונטערסאנט.

גר ותושב » פרייטאג יוני 3, 2016 11:59 am

· #336233
12) souvenir city.

אנצוקומען אהין איז דורך די גרין ליין, אבער עס מאכט נאר א סטאפ אויפן וועג צוריק פון די floral clock. איז קען מען גיין אהין, און אויפן וועג צוריק מאכן א סטאפ און די souvenir city.

דאס איז בעצם א souvenir shop וואס פארקויפט זכרונות פון נייעגרא פאלס (און אינדרויסן פון דעם איז דא פארשידענע פראפס צו כאפן בילדער לעבן זיי) אבער עס האט עפעס וואס דארט איז ביז דעווייל די איינציגסטע פלאץ ווי איך האב דאס געזען.
אויף די לינקע זייט איז דא א ענטרענס צו א גלאז פעקטערי, קען זיין אז איך בין אביסל מגזים מיטן עס רופן פעקטערי אבער מען זעט דארט ווי א מענטש מאכט פארשידענע אינטערסאנטע זאכן פון גלאז, מען זעט די גאנצע מעשה פון אנהייב ביזן סוף, ער הייבט אן סתם מיטן ארויף לייגן א געמישאכטס אויף א שטעקן, לייגט עס אין פייער, בלאזט עס אויף, מאכט דערפון א שעיפ, און עס ווערט א וואזע אדער א באטל אדער קאטשקעס, ער דעזיינט יעדע שטיקל באזינדער אז עס איז ממש הפלא'דיג.

די souvenir shop האט א גאנצע סעקשען ווי זיי פארקויפן די אלע זאכן וואס ער מאכט, אנגעהויבן מיט לאמפס און גענדיגט מיט א וויין פלאש וואס אויף דעם העינגען גלעזלעך, פארשטייט זיך אז נאכן זען ווי אזוי מען מאכט די זאכן עפענט זיך די אפעטיט צו קויפן אפאר זאכן (גראדע איז עס נישט צו טייער), אויך קען מען דארט באשטעלן קאסטעם מעיד זאכן פון גלאז פאר די ריכטיגע פרייז, אבער איך מיין אז ער מאכט עס נישט אויפן מינוט, עס וואלט גראדע שיין געווען אויב זעט מען אים מאכן די זאך וואס מען האט באשטעלט.
עס קאסט נישט קיין געלט צו זעין די שאו.

13) floral clock.
אז מען האט עס שוין דערמאנט וועט מען עס שוין אויסשמועסן. עס איז א זייגער פון flowers (א יעדע יאר אנדערע שיינע דעזיינס) ארום גענומען מיט גאר שיינע גראונדס, עס איז א שיינע פלאץ צו קענען נעמען בילדער פון די משפחה.
עס קאסט נישט קיין געלט.

גר ותושב » פרייטאג יוני 3, 2016 12:00 pm

· #336234
Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס
איך האף קונדיגע וואך אריבער צו גיין צו Clifton hill און צוענדיגן די גאנצע באשרייבונג

גר ותושב » מאנטאג יוני 6, 2016 10:14 pm

· #336857
מיר גייען יעצט אריבער צו Clifton hill.

אנצוקומען אהין איז דורך אלע באסעס, אבער די green line האט נאר א סטאפ אונטען, מה שאין כן די blue line האט א סטאפ אויבן, און די red line פארט אדורך די גאנצע גאס וואס איז בעצם א בארג ארויף.
איך וואלט מיעץ געווען אנצוהייבן פון אויבן די בארג אויף אראפ, און נישט פארקערט.

די גאס איז א כל בו, עס איז דא דארט פון arcades, bowling, lazer tag, וכו'. די מוזיק קנאקט דארט פון אלע זייטן (לויט די זקנים פון דעת הקהל אויף קול מבשר דארף מען מעורר זיין אז די מוזיק איז צו הויך) און פארשטייט זיך א געלויף פון מענטשן פון אלע סארטן וואס כאפן אריין אביסל פאן ווי זיי קענען נאר.

איך וועל פרובירן צו פארלייגן די פלעצער ווי איך בין געווען, הכל לפי הזמן.


13) skywheel
די skywheel איז די איינציגסטע זאך פון Clifton hill וואס האט נאך א שייכות מיט די פאלס, דהיינו די view וואס מען זעט דערפון איז הערליך שיין און מען זעי אויך די גאנצע געגנט ארום פון דער הייך, עס איז א שיינע עקספיריענס ספעציעל פאר קינדער וואס ווערן נישט אזוי פארגאפט פון די נפלאות הבורא איז דאס אבער אויך א רייד וואס גראדע געדויערט עס א שיינע פאר מינוט אבער עס איז זייער געשמאק און באטעמ'ט.

דא האט איר א בילד פונעם skywheel און א בילד וואס איז געכאפט געווארן דערפון פון די פאלס.



גר ותושב » דינסטאג יוני 14, 2016 4:57 pm

· #337734
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
14)Believe it or Not museum
עס איז גראדע דא איינס און מאנהעטן אויך אבער מען זאגט אז די אין נייעגרא פאלס איז אסאך מער צום זאך.
עס איז דא דארט אלע אינטערעסאנטע זאכן ווי למשל די בעינקל פון די גרעסטע מענטש פארשידענע כלים און בילדער געמאכט פון כל מיני זאכן מעטשעס ראפערס אינטערסאנטע בילדער פון מאדנע חיות וכו'.
גלייך ווען מען קומט אריין איז דא א סקרין וואס ווייזט מענטשען דרייען מיט די צינג אויף אינטערסאנטע וועיגן העכער דעים איז דא א שפיגעל ווי מען קען פרובירן נאך צומאכן דאס וואס מען זעיט אויפן סקרין.
אבער געט אכטונג!!! עס איז א שפיגעל פון איין זייט אבער א פענסטער ווען מען קוקט פון די אנדערע זייט.
דאס הייסט אז די וואס האבן פריער זיך משוגע געמאכט ביים שפיגעל זעין ווי די מאכסט זיך יעצט משוגע און די וועסט שפעיטער זיך פאקן פאר בישות ווען די וועסט אנקומען די אנדערע זייט און וועסט זעין ווי אנדערע מאכן זיך משוגע און טראכטן אזוי האב איך פריער אויסגעקוקט.
עס איז אויך דא דארט א לעיזער מעיז וואס מען דארף אדורך גיין די מעיז אן אפהאקן די לעיזער שטראלן (לייגט אריין די ציצית בעפאר איז גייט אריין).
עס איז אויך דא דארט א טאנעל ווי מען גייט אריבער און די דאך ווענט און פלאר (וואס איז בעצם רינדכיג) דרייט זיך און עס קוקט אויס ווי מען דרייט זיך אליינס איבער טאמער פילט איר נישט גוט מאכט צו די אויגן כאפט אן די געיט און גייט אריבער.

15)Louis Tussaud's museum
איז אויף די גאס העכער Clifton hill עס איז א וואקס מעזיעם ווי עס איז אויסגעשטעלט אויף זייער א שיינע אויפן כל מיני פראמינענטע פיגורן געמאכט פון וואקס איקלאדינג אונזער געוועיזענע און יעצטיגע פרעזידענטן אזוי אויך א קרעיטשמע און א spooky house וכו' אויפן וועיג אריין טאמער די קאשיער אנטפערט אייך נישט געט א קוק נאכאמאל קען זיין ער איז נאר א דאמי פון וואקס.

16)moving theatre
עס איז ביי די קארנער פון clifton hill.
בשעת איך בין דארט געוועין איז עס געוועין א חידוש ביי מיר יעצט האב איך עס שוין געזעין אויף אפאר פלעצער אינקלאדינג אין די פאליסעידס מאל.
מען זעיט א ווידיאו אבער נישט נאר מזעיט עס נאר מען פיעלט עס מיט.
די בעינקל דרייט זיך און וואקלט זיך אקארדינג די ווידיאו .
פאר די ערשטע מאל און פאר קינדער איז עס אסאך פאן.





גר ותושב » דינסטאג יוני 14, 2016 5:32 pm

· #337737
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
גר ותושב

זונטאג און דינסטאג נאכט איז דא העכערן פאלס fireworks


Update: די פייערווארקס די יאר איז זונטאג מיטוואך און פרייטאג
10:00 ביינאכט

גר ותושב » מיטוואך יוני 15, 2016 9:33 am

· #337789
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
עס זענען דא נאך זאכן אויף Clifton hill נישט אלעס בין איך געוועין אויסרעכענען אפאר זאכן און קורצן.
17)laser tag
18)bowling
19)haunted houses
20)arcades
21)mirror maze
ועוד און פארשטייט איך אז אויך shopping.


22)casino
עס איז דא אין נייעגרא פאלס די באקאנטע casino hotel חוץ פון א האטעל איז אויך דא דארט אין די לאבי א שאפינג סענטער און שיינע water falls און אוודאי נישט צו פארגעסן די casino.
אריין צו גיין אין די casino דארף מען האבן אן Id card איך האב געהאט מיין דרייווערס לייסענס בין איך אריין כאפן א בליק וואס טוט זיך דארט (משום והייתם נקיים הריני מוסר מודעה אז איך האב נישט געשפילט דארט) איך בין געוועין זיכער איך וועל זעין ריזיגע באורדס מיט צעינדליגע שפילערס אבער און די היינטיגע וועלט איז דאך אלעס קאמפיוטערייזט איז די casino איז א ריזיגע זאל פון שורות פון קאמפיוטערס וואס מען קען שפילען דעראויף אלע סארט שפילערייען עס איז גראדע געוועין כמעט ליידיג איינציגע מעטשען זענען געזעצן ביי די קאמפיוטערס אבער איך האב נישט אנגעיאגט צו באטראכטן די גאנצע זאך קען זיין עס איז מער פיל און מער אינטערסאנט און די נאכט שעות.

גר ותושב » מיטוואך יוני 15, 2016 7:31 pm

· #337869
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
23)go carts
עס איז געוועין איין נאכט וואס אלעס און די געיגנט איז שוין געוועין צוגעמאכט האט מען געזיכט ווי צו גיין איז מען געוואור געווארן אז בערך צעין מינוט פארן מיט א קאר איז דא go carts וואס איז אויפן ביז שפעיט איז מען אהין געגאנגען עס איז outdoor און עס איז געוועין א געשמאקע night activity.


24)magic show
איך האב געהערט פון א גוטע פריינט וואס איז געוועין ביי א magic show און געזאגט האט ער אז עס איז א מאסט טו סי איך בין אבער נאך קיינמאל דארט געוועין אדרבא ווער עס איז שוין דארט געוועין יבוא להשלים את החסר.

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:27 pm

· #338067
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
דברי סיום

אזוי ווי איך האב מסיים געוועין מיינע זכרונות פון א וויקאציע אין נייעגרא פאלס וויל איך באדאנקען די אלע וואס האבן מיר געthankט וואס דאס האט מיר געגעיבן די שטופ צו מסיים זיין די אשכול.

בקשה רבה
אויב איינער וועט ארויס נעמען א תועלת למעשה פון דער אשכול זאל מיר מודיע זיין והיה זה שכרי מכל עמלי צו זעין אז איך האב עפעס אויף געטוהן מיט דער אשכול אזוי אויך וועט דאס מיר געיבן חיזוק להבא צו באשרייבען אנדערע וויקאציעס אויף אנדערע מקומות.

ועוד בקשה
איך זיך ווי צו גיין די יאר אויף וויקאציע אויב האט איר געהאט א גוטע עקספיריענס ערגעץ ווי איז בבקשה ממך אל תחזיק טובה לעצמך און שרייב אראפ דיין נסיעה להנות בהן בני אדם.
ישר כח למפרע
ידידכם הותיק (ואת האלף) גר ותושב

הוגה » פרייטאג יוני 17, 2016 1:00 am

· #338081
זייער א שיינע אשכול און זייער פיין אראפ געלייגט. איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ביז דו ביזט פארטיג מיט דיין באריכט. מיר זענען דארט געווען פאר א שיינע פאר יאר צוריק און עס נישט דא קיין סאך צוצולייגן אויסער אפאר קלייניגקייטן.

1) מיר זענען דארט געווען פאר דריי טעג און דריי נעכט און מיר האבן אלעס געקאווערט וואס דו האסט אויסגערעכנט מיט נאך א שמיץ אריבער (אויסע די מעדזשיק שאו). עס פעלט נישט אויס צו זיין דארט לענגער ווי דעם.

2) מיר זענען איינגעשטאנען אין א טייערע האטעל און אין א טייערע שטוב מיט א אויסערגעווענטליכע view פון די falls. אבער עס פעלט בעצם נישט אויס. מען קען פונקט אזוי האבן א גוטע טריפ און שלאפן אין א מאטעל אפאר מינוט אוועק פאר 60 דאלער א נאכט.

3) די whirlpool aero car איז זייער שיין און אויב מען איז נישט טייט אין געלט לוינט זיך צו גיין. די באטערפליי קאנסערוועטארי איז לדעתי א שאד די צייט.

4) האסט אויסגעלאזט איינס פון די בעסטע אטראקציעס פון ניאגרא פאללס, the whirlpool jet-boat ride. זייט גרייט צו ווערן אדורכגענעצט פון קאפ ביז פוס, גייט נישט מיט קיין קליידער אדער טייערע שייטל וואס קען קאליע ווערן. עס זענען דא צוויי סארט שיפן פאר די רייד, איינס איז גענצליך פארמאכט און איינס איז אפן, אזויווי איר זעהט אויף די קליפ. עס איז ראטזאם צו גיין מיט די אפענע.

5) די אטראקציעס אויף קליפטאן היל זענען אנגעפאקט מיט מענטשן. די בעסטע צייט צו גיין איז ביינאכט צווישן חצות הלילה און פיר פארטאגס, אדער גאר פרי אינעם טאג.

6) עס זענען דא זייער אסאך האונטעד הייזער ארום די קליפטאן היל געגנט, עס איז זיך כדאי נאכצופרעגן וועלכע איז די בעסטע. עס איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער...

7) ארום קליפטאן היל איז דא א צוויי דריי פלעצער וואו מען קען נעמען אנטיק פאטאגראפן. דאס מיינט אז זיי מאכן דיר און דיין ב"ב אויסזעהן אין די בילד ווי כאילו עס איז גענומען געווארן אפאר הונדערט יאר צוריק.

8) עס איז דא ערגעץ נעבן די falls א פארק וואו מען קען מאכן א בארבעקיו ביינאכט אויף נאכטמאל. שמעתי אז מען קען פון דארט זעהן די fireworks אויך.

דא האט איר בילדער גענומען פון די skywheel.


.
102.JPG 104.JPG

הוגה » פרייטאג יוני 17, 2016 1:19 am

· #338084
אפאר בילדער גענומען פון מיין האטעל צימער.


.
069.JPG 068.JPG 075.JPG 085.JPG 084.JPG

גר ותושב » פרייטאג יוני 17, 2016 10:20 am

· #338110
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
ישר כח @הוגה
איך האב געוואלט וויסן צו איר זענט דארט געוועין מיט קינדער ווייל כפי הנראה בעיני איז נישט מעיגלעך דאס צו אניאגן מיט קינדער און דריי טעיג אלעס וואס איך האב דא געשריבן איז געוועין פון צוויי מאל פארן פאר צוויי א האלב טעיג (גראדע איז געוועין אפאר זאכן וואס איך בין איבער געגאנגען די צווייטע מאל) אבער אן קינדער איז יא מסתבר מען זאל דאס קענען אניאגן (אדער פארן סיזען ווען עס איז ליידיג).
לגבי א fall's view hotel ביסטו גערעכט אז עס פעלט נישט אויס פארן הנאה און טאמער איינער קען זיך דאס נישט ערלויבן וועט ער נאך אלס האבן א הערליכע וויקאציע אן דעים (די ערשטע מאל בין איך אויך איינגעשטאנען און א קליינע האטעל אן קיין falls view) אבער אויב איינער קען זיך דאס ערלויבן לוינט זיך עס און עס איז ווערט אלע געלטער.

הוגה » פרייטאג יוני 17, 2016 10:31 am

· #338113
יא. כ'בין געווען אן קינדער. מיט קינדער וואלט איך נישט געקענט טון קליפטאן היל אינמיטן די נאכט.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 17, 2016 10:44 am

· #338116
הוגה


8) עס איז דא ערגעץ נעבן די falls א פארק וואו מען קען מאכן א בארבעקיו ביינאכט אויף נאכטמאל. שמעתי אז מען קען פון דארט זעהן די fireworks אויך.


.


Niagara Glen איז בערך 10 מינוט דרייוו. גאר געשמאקע גרילינג ספאט.

אויב איז מען גרייט אריבער צו גיין צוריק די גרעניץ, איז דא הערליכע גרילינג ספאטס אויף goat island ממש נעבן די falls.

פרייוויליג » דינסטאג יוני 21, 2016 11:36 am

· #338517
איינער איז שוין אמאל געווען אין Four points hotel? איך זע אז די וואסער View קאסט אסאך געלט, ווייסט איינער איבער די האטעל?

גר ותושב » דינסטאג יוני 21, 2016 8:39 pm

· #338580
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
תשובה לשאלה אויב עס לוינט זיך צו כאפן א בליק אויף די אמעריקאנער זייט.


מען קען אריבער גיין מיט א קאר און אפילו צו פיס דורך די rainbow bridge גראדע פון די ברידז איז דא איינס פון די שענסטע views.
די עיקר אטראקשענס איז טאקע אויף די קאנעידשע זייט אבער די פאלס אליינס איז אויף די אמעריקאנע זייט איז דארט קענסטו זעין די פאלס פון אויבן און זיין ממש העכער די פאלס.
אויך איז דא דארט די באקאנטע שיף וואס פארט נאנט צום פאלס אזוי ווי אויף די קאנאדישע זייט און עס איז אויך דא א פלאץ וואס מען טוט זיך אן א רעיגן מאנטל און מען וואקט ממש אונטן פון די פאלס וואס דאס איז נישט דא ביי די קאנאדישע זייט.
אויב האסטו אפאר שעה ליידיג לוינט זיך אריבער צוגיין אהין אויך אבער ווי געזאגט איז רוב זאכן נאר ביי די קאנאדישע זייט.


אויב איינער ווייסט מער זאל ביטע צולייגן.

גר ותושב » מיטוואך יוני 13, 2018 12:48 am

· #405865
Re: א וואקאציע אין נייעגרא פאלס
הזמן גרמא ארויף צו ברעינגען פארטס און האטס הנאה. א גזונטען זומער.