☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?

מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10549

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 12:24 pm

· #335004
מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?
עס זעהט אויס אז דאס יאהר וועלען נאך אמאהל מקבל זיין אזא תורה וואס איז געגעבען פאר די עעליט קלאס פון כלל ישראל..
אז מיר קוקען זיך אום אויף די הוצאות פון א אידישע משפחה מיט הוצאות פון חתונה מאכען, שכר לימוד, קעמפ, קאנטרי, ימים טובים, צניעות'דיגער קליידער אויפן קאליבער פון בלומינגדעילס.. אויסהאלטען איידימער אין כולל, ועוד, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, שטעלט זיך אויס א בילד פון זייער אן אומבאלאנסירטע געזעלשאפט. דער גביר קען זיין עהרליך און טוהן "וואס איז אזויגערופען "מקובל" מאבותינו ורבותינו, אבער דער דורכשניטלכער איד, וואס איז לכאורה 90% פונעם ציבור, קען נישט אפארדען צו לעבען אזוי ווי דער אידיאל.
דער בראך איז פיהל גרעסער ווייל מיר לייגען אריין די אלע זאכען אין אונזער תורה און אין מסורה, און מיר פארהייליגען דאס. עס ווייזט זיך אויס אז א חלק פון זיין א תורה'דיגער חשובער איד איז אויך בעה"ב'ישקייט...
ס'דערמאנט מיך א מעשה..
עס איז אמהל געווען א פרייער איד ביי א קירוב לעקציע. דער ראביי דרש'נט און דרש'נט און ער ווייזט אויף מיט ראיות ברורות די אמת'דיקייט פון תורה ומצוות און די שיינקייט פון זיין א איד, שבת, יו"ט, חינוך, וכו'. דער עולם ווערט זייער אינספירירט וכו'. אבער איין איד רופט זיך אהן, "רעבביי", זאגט ער, "איהר האט אן עקסעלענט פראדאקט... אבער איך קען דאס פשוט נישט אפארדען..."
דער עפעקט פון דעם איז אז אסאך אידען ריזענטען דאס, און אסאך אינגעלייט קאפענען די רבנים און גבירים וואס האבען געשאפען דער אזוי גערופענעם סיסטעם. און באמת איז דאס פאלש מעיקרו און א מיסרעפרעזענטאציע פון תורה און השקפה.
מיר דוכטזאך אז דאס איז א תופעה חדשה וואס איז געשאפען געווארען אין די 1960 יאהרען אין וויליאמסבורג און שפעטער אין בארא פארק ווען די ניצולי שואה האבען אנגעהויבען מצליח זיין אין געשעפטען. מען האט זיך צוגעוואינט צו לעבען ברייט און היינט איז זייער שווער אראפ צו קריכען פונעם בוים.
איך וויל פארשלאגען אז דאס יאהר זאללען מיר מקבל זיין די אמת'ער תורה וואס איז געגעבען פאר דעם המון עם צו לעבען לויט זייער סטאנדארט. עס גייט מוזען געשען ממילא. אויב מען וועט עס טוהן מרצון וועט עס נאר זיין אסאך גרינגער...

טמיר » זונטאג מאי 29, 2016 12:55 pm

· #335010
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
פארוואס האסטו אריינגעלייגט קאנטרי אין די תורה, וואו גייען די גוים פאר וועקעישען?
און צניעותדיגע קליידער זענען טייערער ווי פעשענעבל?

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 1:02 pm

· #335013
מען מוז דאך גיין אין קאנטרי פאר שמירת עינים 🙄
צניעותדיגע קליידער אויפען ניווא פון היינט איד 75% טייערער ווי אין אויף די גויאישער מארקעט

אויסלייזער » זונטאג מאי 29, 2016 1:32 pm

· #335021
ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 1:36 pm

· #335022
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
דריי טויזענט יאר צוריק האט מען נאך מתיר געווען נ"ט בר נ"ט דהתירא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אויסלייזער » זונטאג מאי 29, 2016 1:38 pm

· #335024
טעם כעיקר איז נישט קיין תורה געזעץ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 1:41 pm

· #335027
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
דאס איז ביי איסור, נישט היתר

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 2:43 pm

· #335036
אויסלייזער
ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

איהר זענט זיכער אז משה רבינו איז ניט געגאנגען מיט א ניין אינטש שטריימעל וואס האט געהאט א שיינעם קרוין? 😛

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2016 3:14 pm

· #335039
אויסלייזער
ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

און וואס טוטצעך מיט די סינק/ס וואו מ'וואשט די טעפ...?!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2016 3:22 pm

· #335041
תורה ומדע: לויט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ האבן די קאמוניסטן אין רוסלאנד, ימ"ש, שר"י, עפ"ל וכל לישנא דליטותא מהרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, יא געהאט א שטיקל פוינט מיט פארבאטן צו האנדלען מיט אלע אידישע מצוה באדערפענישן. זיי האבן עס אנגערופן..."עקאנאמישע ספעקולאציע"...
לאמיר נאר געבן א בליק אויף צוויי עיקרי המצוות וואס אידן באדארפן. מצות און אתרוגים...וואספארא שווינדלערייען, גניבות וגזילה ס'גייט פאר ביי דעם...!

שלום על ישראל » זונטאג מאי 29, 2016 3:23 pm

· #335042
טמיר
...און צניעותדיגע קליידער זענען טייערער ווי פעשענעבל?

די ביליגסטע צניעות'דיגע קליידער זענען עטליכע מאל די פרייז פון ביליגע גוי'אישע קליידער.

גראף » זונטאג מאי 29, 2016 3:26 pm

· #335043
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט עסן קיין טשיז קעיק שבועות אדער מאכען פייערס ל''ג בעומר..

שלום על ישראל » זונטאג מאי 29, 2016 3:29 pm

· #335044
גראף
אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט ... מאכען פייערס ל''ג בעומר..

שוין געשפארט $5,000 פער קאפל.

גראף » זונטאג מאי 29, 2016 3:32 pm

· #335045
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
שלום על ישראל
גראף
אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט ... מאכען פייערס ל''ג בעומר..

שוין געשפארט $5,000 פער קאפל.

איך רעד וועגן ל''ג בעומר אין מאנרא[emoji57]

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 29, 2016 4:38 pm

· #335055
Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר
פאר דעם, דארף מען נאר צוריק גייען צוואנציג יאר, צום תשנ"ה דרשה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך אויך » זונטאג מאי 29, 2016 6:12 pm

· #335080
וועלקאם צו די 2768'סטע אנטי-סיסטעם אשכול.

נולד מאוחר » זונטאג מאי 29, 2016 7:11 pm

· #335100
די טייער לעבן האט גארנישט מיט אידשקייט , סהאט ציטאן מיט מענשטהייט.
נאכמער, די זעלבע וואס איז גורם אונזער סארט אידשקייט איז די גורם פאר די טייער לעבען

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 11:00 pm

· #335142
נולד מאוחר
די טייער לעבן האט גארנישט מיט אידשקייט , סהאט ציטאן מיט מענשטהייט.
נאכמער, די זעלבע וואס איז גורם אונזער סארט אידשקייט איז די גורם פאר די טייער לעבען

אבער אונזרע אידישקייט איז גורם אז מען זאת פארהייליגען א טייערע לעבען. דאס איז מיין פאינט..

תורה ומדע » זונטאג מאי 29, 2016 11:08 pm

· #335143
איך אויך
וועלקאם צו די 2768'סטע אנטי-סיסטעם אשכול.

ר׳ עקיבא ראה טיפין טיפין יורדים על הסלע. און האט זיך פון דעם אפ געלערנט אז עס טוט אויף..